berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יואל'יש קרויס זז"ג פון די (אמת'ע) נטורי קרתא אין מאה שערים זאגט. לגבי די אזוי-גערופענע גזירה פון גיוס לצבא. אזא איינער ווי איך (אויף זיך אליין) קען רעדן איבער יא אדער נישט גיין אין מיליטער. איך נעם גארנישט פון די מדינה. נישט פון קופת חולים אדער ביטוח לאומי. אבער די העיליגע אידן פון פלג הירושלמי און זייערע נאכשלעפערס. זיי האבן אייביג גענומען און נעמען נאכאלץ געלט פון די ..."מדינה הטמאה"...בשתי ידיים. זיי זענען פארשריבן אויף א יעדן פראגראם. איז אויב דו נעמסט געלט פון די מדינה, דארפסטו אויך גיין אין מיליטער...! קעיס קלאוזד...!
במידה מסויימת איז ער גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט, ווער דינגט זיך מיט דעם? רוב ככל פון יהדות הנאמנה, חוץ פון דעי וואס גייען בשיטת ה'שיטה', האבן נישט קיין פראבלעם מיט די עצם מושג פון גיין אין מיליטער, פון משה רבנו'ס צייטן און ווייטער איז אייביג געווען א גזירת גיוס אין כלל ישראל, אדרבה, אין פרשת מסעי איז דאך דא א גאנצע מוסר דרשה פון משה רבנו אקעגן בני גד ובני ראובן, ווייל ער האט געהאט א הוה אמינא נאר אז זיי ווילן זיך משתמט זיין פון גיין אין מלחמה, דאס איז אונזער שיטה הקדושה.
נאר וואס דען, לעת עתה, זענען די ערליכע יודן א מיעוט פון ווייניגער פון 20 פראצענט פון כלל ישראל, און ליידער ווערט אלעס געפירט דורך נישט ערליכע יודן, און כתוצאה מכך איז די צבא ההגנה לישראל נישט א פלאץ ווי אן ערליכע יוד קען זיך דרייען דארט, ממילא איז דא א טעכנישע פראבלעם פאר אונז צו קענען גיין אכטונג געבן אויף אונזערע ברידער'ס. לו יצוייר ס'איז שייך צו מכשיר זיין די צבא און עס מאכן ריין פון נישט ריינע זאכן, ווייס איך נישט צו ס'דא אן היתר פון זיך ארויסדרייען, "האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה"?
נעמן געלט פון די מדינה נעמן אונז, וועגן די זעלבע סיבה וואס אונז געבן געלט פאר די מדינה. מיט יעדע מילך באטל וואס מ'קויפט אין געשעפט געט מען געלט פאר די מדינה, דורך די טעקס. די מדינה האט נישט קיין אייגענע געלט וואס זי פאברעצירט, די גאנצע געלט איז פשוט וואס מ'נעמט צאם פון די עולם, און מ'טיילט עס צוריק איין לויט די צרכים פון די פאלק, ד"ה בטחון, חינוך, כלכלה, בריאות וכדו'. וויפיל די פרומע יודען נעמען געלט פאר זייערע חינוך, אוטומאטיש בלייבט איבער ווייניגער געלט פאר די חינוך פון די נישט ערליכע יודן, וויפיל מ'נעמט געלט פאר 'תרבות תורנית' ווי לדוגמא סיומי הש"ס וכדו', בלייבט איבער ווייניגער געלט פאר 'תרבות החילונית' וואס איז פיל מיט איסורי תורה. די אלע וואס נעמן נישט קיין געלט פון די מדינה, זענען נאר גורם אז מיט זייער געלט גייט מען זיך ניצען אויף דברים שאין הפה ראוי לדבר ואין העט ראוי לכתוב.
עכ"פ דאס האט נישט קיין שום שייכות מיטן גיין אין צבא, ווייל אפילו אונז וואלטן נישט גענומען געלט וואלטן אונז אויך בעצם געדארפט גיין אין צבא, אזויווי יודן אין אלע דורות פון ימות יהושע בן נון, זענען געגאנגן מבן עשרים שנה ומעלה כל יוצאי צבא בישראל. אונז האבן א טעכנישע פראבלעם, וואס ווילאנג מ'וועט עס נישט פאררעכטן וועלן אונז נישט קענען גיין.
איך מיין אז אלעס איז דברים פשוטים, וואס יעדער נארמאלע יוד פארשטייט אליינס, אבער לפעמים ווען ס'קומען אהן אזעלכע חולה'גאנים און פאנגען אהן צו דרייען א קאפ מיט זייער 614'טע מצוה, און זייער 14'טע אני מאמין - די "שיטה הקדושה" עפ"ל, טענה'ט מען זיך צוריק, און מ'כאפט ניטאמאל וויפיל זיי דרייען א קאפ.