תומכי שבת פעקלעך פון פעטער שמואל זז"ג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תומכי שבת פעקלעך פון פעטער שמואל זז"ג
דער בלאט באריכט די וואך (פ' תרומה) אז אונזער חשוב'ער פרעזידענט דאנאלד טראמפ ירום הודו וויל איבערארבעטן דעם פוד סטעמפ/אי.בי.טי. סיסטעם אויף אן אייגנארטיגן (אפשר היימישן) אופן. ער האט פארגעשלאגן אז מ'זאלל פאר אלע מענטשן וועלכע זענען באשטעטיגט צו באקומען פוד סטעמפס אנהייבן שיקן פארשידענע עסן פראדוקטן אהיים צו זיי דורך די דעליווערי טראקס פון די רעגירונג. שטאטס אריינלייגן א באשטימן סכום פון געלט אויפ'ן קארטל פון די משפחה א יעדן חודש.
שטעלטס ענק פאר. ווען די רעגירונגס טראקס מיט די וועכנטליכע משלוח מנות פעקלעך וועללן אנקומען צו א בלאק פון היימישע אידן. און מ'וועט זעהן אז דער טראק שטעלט זיך אפ און די שקצים, די דעליווערי באיס וועללן אנקלאפן אין די טירן פון דעם גביר און יענעם שיינעם איד. יעצט שטעלט זיך די שאלה. אויב די גויים וועללן וויסן אז בעפאר א יו"ט, ספעציעל פסח, דארף מען פאר די אידן שיקן גרעסערע פעקלעך. אויך כשר לפסח פראדוקטן.
נאך א זאך. ביי דעם היינטיגן סיסטעם. ווען מ'זעהט פאר פסח ווי די טראקס מיט די הילף פעקלעך פאר משפחות פארן ארום אין די גאסן פון די היימישע געגנטן, זעהט מען בחורים אויף די טראקס וואס העלפן צו צו דעליווערן די פעקלעך אין זייער בין הזמנים. דאס איז זייער א געשמאקע מחזה וואס דערווארעמט דאס הארץ. אבער אויב דער פראגראם פון פרעזידענט וועט אדורכגיין און די שליחים פון אנקל סעם. די אלע אנ'עמפלאיד יוגנטליכע שקצים מכל עמי הארץ וועללן זיין די דעליווערי באיס. מיט וואספארא געשמאק וועללן זיי איבערגעבן די פעקלעך. און מיט וואספארא געשמאק וועללן עס אונזערע היימישע נצרכים איבערנעמען...!
דאס דערמאנט מיך א שמייכלענדיגן עפיזאד. אויף מיין גאס וואו איך וואוין איז אויכעט דא א זיסער איד. ער האלטציך פאר א שיינעם איד. א שטיקל חזן. א שטיקל ת"ח וידען. ווען א רב דארף א בעל דרשן פאר א מלוה מלכה אדער דינער איז ער דארט. און אויף די גאס. אויך. פונקט ווען מ'דארף איהם נישט איז ער דארט. ער זעהט און באמערקט אלע געשעענישן אויפ'ן בלאק. און זאגט דיעות און געט אומגעבעטענע עצות.
אין מיינע יונגערע יארן, ווען די קינדער זענען נאך געווען קליין האביך געהאט א מנהג איינצוקויפן א סאך גראסערי פראדוקטן ביי די קעיס. ב"ה אלעס באצאלט פון די אייגענע טאש. אבער מכח מיין דזשאב אלס באס דרייווער האביך נאר געקענט גיין איינקויפן ביינאכט ווען די דרייווינג האטציך געענדיגט. און איך פלעג אלעס אליינס דעליווערן. אבער מעשה שטן. ווען איך בין אנגעקומען צו מיין הויז מיט די דעליווערי איז מיין שכן טוב פונקט דארט געווען. ער איז פונקט דאמאלס דארט "אדורכגעגאנגען"... און זיך אפגעשטעלט, און אריינגעקוקט ..."אין מיין וועגעלע"...און זיך נאכגעפרעגט פונקטליך אויף אלע פרייזן און געזאגט דיעות איבער אלץ און אלעמען. איך האב איהם אייביג געענטפערט אויף זיינע דערקוטשענדע שאלות בדרך כבוד. אין א שיינעם טאג פאר פסח זעה איך ווי דער טראק פון די פסח פעקלעך שטעלט זיך אפ ביי זיין הויז און מ'נעמט ארויס מכל טוב וטוב. אויך א סקיד פון סעלצער. ווען איך האב געזעהן דעם חשוב'ן איד וואס האטציך אייביג אהערגעשטעלט אלס גביר שטיין דארט , האביך מיך שיעור נישט באגראבן פאר בושה. איך האב נישט געוואלט אז ער, דער גרויסער גביר, דער קהל'ס עצה געבער זאל זעהן אז דער עולם ווייסט אז ער נעמט נעבעך פון די פסח פעקלעך...!
איך וועל נישט זאגן אין וועלכן מקצוע אונזער חשוב'ער שכן ..."ארבעט". מפני חשש גילוי. ומפני רכילות ולשה"ר...! אבער. אזוי ווי אונזער רבי שליט"א זאגט..."ווער ס'ווייסט, ווייסט"...!

אינטרעסאנט. ס'איז שוין א דורך א גאנצע וועך. און קיינער האט גארנישט וואס צו זאגן אדער מעורר צו זיין אדער קריטיקירן. ס'איז בבחינת עבר קיץ כלה קציר ואנחנו לא נושענו. ס'איז שוין עישרתם, עירבתם. הדליקו את הנר. איז דא א טייער ווארט פונ'ם שר שלום מ'בעלזא, זי"ע. עישרתם. ס'אי שוין אדורך די עשרת ימי תשובה. עירבתם. מ'האלט שוין ביי ערב יום כיפור. הדליקו את הנר.מ'צינדט שוין אן די לעכט פון יום כיפור. און אונז האמיר נאכנישט תשובה געטון...! עד כאן המשל. ...אבער ביים דעם נמשל...אזוי ווי דער דובנער מגיד האט געזאגט....כבהמות, נדמו זענען זיי שטיל געבליבן אזוי ווי
די בהמות....!
איך זאג נישט אז דער עולם (גולם) דא אין קאווע שטיבל זענען ח"ו בהמות...(וואדען?...
) אבער דער אשכול וואס איך האב (בעוה"ר, ליידער) אויפגעמאכט פינסטערט שוין אפ א גאנצע וואך. און אין קול ואין יונה...ס"ת (נישט צום פארגלייכן) מונחת בקרן זווית. ואין דורש ואין מבקש. ס'נאך א סאך ערגער פון דעם. ווען ס'וואלט נאך כאטש געווען איין דורש אדער איין מבקש, החרשתי. אזוי וועל איך אויך מוזן שווייגן. וואדען. איך וויל דאך נישט אויפברענגען דעם גרימצארן פון אזעלכע חשוב'ע אידן ווי הרב שמעון וואלף שליט"א. וואס ער וועט שוין אנגעבן די סיבה פארוואס ס'איז נישט דא אפילו איין מגיב אויף דעם אשכול איז ווייל דער בעל עגלה רעדט אייביג פון הרב סענדער דער דייטש/דויטש (כנוסח הרב שמעקעדיג. (מ'דארף זאגן ביידע כדי יוצא צו זיין לכל הדיעות. אזוי ווי ביי די מגילה.). אויך האקט ער אויף די נטורי חרתא (סיי די שמעקעדיגע און סיי די שטינקעדיגע)...און אויך האקט ער אויף הרב ישראל מ. סופר און אויף הרב ש.ב. מרגליות/שמואל שלמה טעללער. פארדעים רופטצעך קיינער נישט אן ווען דער בעל עגלה רעדט. יא. להרע איז דא צענדליגער מגיבים. אבער להיטיב ניקס...!
איך קען שרייב נאך לכה"פ 3 לאנגע קאפיטלעך וואס ס'דריקט מיר אויפ'ן הארץ אבער דער עולם (גולם) האטדאך נישט קיין געדולד. וועל איך דא מסיים זיין אכיה"ר...!
די בהמות....!
איך זאג נישט אז דער עולם (גולם) דא אין קאווע שטיבל זענען ח"ו בהמות...(וואדען?...

איך קען שרייב נאך לכה"פ 3 לאנגע קאפיטלעך וואס ס'דריקט מיר אויפ'ן הארץ אבער דער עולם (גולם) האטדאך נישט קיין געדולד. וועל איך דא מסיים זיין אכיה"ר...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: תומכי שבת פעקלעך פון פעטער שמואל זז"ג
7 לייקס נאכדערצו פין די ארי׳ שבחבורה ווער דארף מער פין דעם ?
דאס מענטשעלע שפילט........
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: תומכי שבת פעקלעך פון פעטער שמואל זז"ג
איך הייב נישט אן צו פארשטייען די נושא. עס איז א בזיון צו נעמען פ.ס.? ווען מ׳נעמט פ.ס., איז מען מכריז בכל התוקף ׳ה׳ הוא מלכנו׳! און מיר גייען בדרכי התורה און מ׳בלייבט א כולל יונגערמאן אפילו נאכ׳ן גייען ארבעטען. יא, מ׳דאווענט א געכיפערטע דאווענען און מ׳קוקט די סמארטפאון יעדער פאר מינוט, מ׳שלאפט איין אין די חצי שיעור יעדער נאכט, מ׳שמועסט מיט כל מיני פארשוינען אגאנצע טאג, דער מויל איז שוין א גאס מויל, מ׳עסט אלס וואס עס שטייט נישט דערויף ׳ריינע חזיר׳, אבער א כולל יונגערמאן א ממית עצמו באהלו של תורה וואס אויף איהם שטייט דער וועלט איז מען געבליבען. וויאזוי? דורך סווייפען דער פ.ס. קארטעל אין דער טעיקאוט ווען מ׳גייט פרעסען מיט חברים אין דער זוממער.
#שונאי_תורה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
#שונאי_תורה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: אט דאס איז די נקודה פון דעם אשכול. מ'דארף ארויסגיין בראש כל חוצות. אז דער פרעזידענט דער ציוני וואס אנערקענט ירושלים אלס די אידישע הויפטשטאט, רח"ל מהאי דעתא. ער וויל איינפיהרן נייע מנהגים. און מבטל זיין דעם דרך הסלולה לנו מאבותינו ורבותינו הקדושים. אונז נעמען שוין ב"ה (כמעט) פינעף דורות פודסטעמפס אויף דעם טראדיציאנעלן, אויספרובירטן וועג. (נ.ב.: די גאנצע פודסטעמפ פראגראם איז קוים 2 1/2 דורות אלט. אבער ווען ס'קומט צו אידישקיט מעג מען א ביסל מגזים זיין (או. קעי. מע-גא-זעם. אויף היימיש לשון). קומט אזא ציוניסטיש פריי געשטימטער פרעזידענט און וויל עס אויסרייסן. שומו שמיים. אונז ערליכע אידן וועלן דאס נישט צו לאזן. מ'וועט ארויסגיין און בלאקן דעם טרעפיק אויף אלע גרויסע הייוועיס. אזוי ווי אונזערע ברודערס אחינו המוכים על דבר ה' אין ארצינו הקדושה. אפשר גאר פאררופן אן אסיפת זעם אין בארקלעי'ס סענטער. נישט חלילה צו וואטשן די ניקס. נאר מוחה צו זיין אקעיגן דעם כופר דעם ציוני וואס האט (מיט די הילף פון די רוסישע קאמוניסטן) פארכאפט די מאכט אין ווייסן הויז...!
נ.ב.: יעצט האביך זיכער ארויפגעברענגט דעם גרימצארן פון די חשוב'ע ניקס וואס וועללן יעצט קענען אויפווייזן אז זיי זענען גערעכט געווען די גאנצע צייט. פאר דעים אליינס האטציך עס שוין געלוינט...!
נ.ב.: יעצט האביך זיכער ארויפגעברענגט דעם גרימצארן פון די חשוב'ע ניקס וואס וועללן יעצט קענען אויפווייזן אז זיי זענען גערעכט געווען די גאנצע צייט. פאר דעים אליינס האטציך עס שוין געלוינט...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: תומכי שבת פעקלעך פון פעטער שמואל זז"ג
פון יעצט, וועט די וואכענטליכע דעליווערי זיין די הכרזה אז דא וואוינט א איד, א נאמן לה׳ ולתורתו.
לכאורה איז דער פלאן נאך א וועג צו באדאנקען זיין נדבנים. איינער וועט ווערען א ריזיגע עושר דורך פארקויפען די פעקלעך פאר די רעגירונג, און נאך דעם וועט ער שניידען פון אלע עקען אז דער ארימאן זאל ווייטער ליידען. ווי דער באקאנטע מעמטש וואס האט געהאט א רעגירונגס קאנטראקט צו שיקען עסען פאר ארימע שבטים אין אפריקא. איין טאג האט ער געהאט זיין סחורה ביים שיף, און איינער האט אריינגעקלאפט אין א ריזיגע פאס אויל, און דער פאס איז אראפ געפאלען, עס איז געווען גענצליך ליידיג. יעצט גייט מען באגנבנן די אמעריקאנער ארימעלייט, און ווען זיי גייען באקלאגען, גייען די רייכער גנבים זיי מוסר׳ן אז זיי דארפען גייען ארבעטען. (אזוי ווי יענער וואס האט געדרשנ׳ט ביי א טיי אווענט פאר ב.מ.ג. אז די יונגעלייט דארפען ארבעטען, נישט נעמען כולל טשעקס. יעצט האט מען יענעם פאראורטיילט 150 יאר אין תפיסה פאר׳ן קישען די בעק ציצית ביי ברוך שאמר).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
לכאורה איז דער פלאן נאך א וועג צו באדאנקען זיין נדבנים. איינער וועט ווערען א ריזיגע עושר דורך פארקויפען די פעקלעך פאר די רעגירונג, און נאך דעם וועט ער שניידען פון אלע עקען אז דער ארימאן זאל ווייטער ליידען. ווי דער באקאנטע מעמטש וואס האט געהאט א רעגירונגס קאנטראקט צו שיקען עסען פאר ארימע שבטים אין אפריקא. איין טאג האט ער געהאט זיין סחורה ביים שיף, און איינער האט אריינגעקלאפט אין א ריזיגע פאס אויל, און דער פאס איז אראפ געפאלען, עס איז געווען גענצליך ליידיג. יעצט גייט מען באגנבנן די אמעריקאנער ארימעלייט, און ווען זיי גייען באקלאגען, גייען די רייכער גנבים זיי מוסר׳ן אז זיי דארפען גייען ארבעטען. (אזוי ווי יענער וואס האט געדרשנ׳ט ביי א טיי אווענט פאר ב.מ.ג. אז די יונגעלייט דארפען ארבעטען, נישט נעמען כולל טשעקס. יעצט האט מען יענעם פאראורטיילט 150 יאר אין תפיסה פאר׳ן קישען די בעק ציצית ביי ברוך שאמר).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט:דו דארפסט צוענדיגן די מעשה. און דער איד וואס האט צוגעשטעלט די (פאלשע) פעקלעך פאר די רעגירונג איז געווארן געכאפט דורך די רעגירונגס אודיטארס. און מ'האט איהם געוואלט שטעללן צו א משפט. איז ער געגאנגען צו איינעם פון די באוואוסטע חסיד'ישע רעבעס פון די בעלי מופתים. און ער האט געגעבן תיקון. און אין דעם זכות האט איהם די רבי אנגעווינטשן. אז ער זאלל זאלל ניצול ווערן. די רבי האט געזאגט תורה אויף דעם פסוק ..."לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי"...! נאר ווען ער איז די ערשטע מאל געקומען צו דעם רבי. האט איהם דער (תמימות'דיגער) רבי אנגעווינטשן..."די אייבישטער זאלל העלפן אז דער אמת זאלל ארויסקומען"... רופט זיך אן דער חסיד. ניין. רבי. דאס טויג נישט...! והך קאווע און די רבי האט געזאגט תורה און מכוון געווען דעם פסוק ..."והאנשים הוכו בסנוורים"..." און דער איד איז ניצול געווארן...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: תומכי שבת פעקלעך פון פעטער שמואל זז"ג
איך מיין ער איז יא געזעסען, אבער פאר עפעס אנדערש. ער איז א באקאנטע איד אין ווסמב"ג. איך קעןנאר די מעשה ווייל מיין חבר פון בענסאנהורסט פארציילט מיר אז זיין מאמע פלעגט ארבעטען פאר איהם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: בדרך כלל פארציילט מען נאר די מופתים וועלכע האבן זיך אויסגעארבעט. אבער די פלאפס פארציילט מען נישט. איך אליינס, האב אנגעווינטשן פאר הרב שלמה העלבראנס שליט"א אדער ז"ל, אז ער זאלל נישט גיין יושב'ן. און ער איז יא געגאנגען.
היינט וואלט איך איהם אליינס פארמשפ'ט פאר נאך 30 יאר אין תפיסה...!
היינט וואלט איך איהם אליינס פארמשפ'ט פאר נאך 30 יאר אין תפיסה...!