איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
איוואנקא טראמפ איז יעצט אין סאוט קאריע לכבוד די ווינטער אלימפיקס. דורכאויס דעם שבת איז זי געוועהן ביי די געימס, און געטוויט א שיינע פאר טוויטס אין סאמע שב"ק.
אינטערעסאנט ווי זי האט אמאל געזאגט ווי שטארק זי האט ליב שבת, ספעציעל אז מ'איז אפגעהאקט פון די וועלט און מ'האט נישט די טעלעפאן.
https://mobile.twitter.com/IvankaTrump
אינטערעסאנט ווי זי האט אמאל געזאגט ווי שטארק זי האט ליב שבת, ספעציעל אז מ'איז אפגעהאקט פון די וועלט און מ'האט נישט די טעלעפאן.
https://mobile.twitter.com/IvankaTrump
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חת"ם סופר: וואס ווילסטו? ערגעץ איז נאכנישט, אדער שוין נישט געווען שבת. ועוד. ווען זי האט אנגענומען קבלת המצוות. האט זי געמאכט א פאר אויסנאמען. עקסעפשאן'ס. זי וועט נישט פארן אום שבת. אויסער ביי איהר טאטע'ס אינאוגיורעישן. אויך וועט זי נישט טוויטן אום שב"ק. אויסער ווען ס'איז דא וויכטיגע נייעס אזוי ווי די אלימפיקס...ועוד כהנה. און בשעת הדחק האט זי און איהר מאן, א ראביי וואס איז אייביג גרייט צו געבן ..."דיפסענסעישן'ס"... לפי הצורך...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
אזוי גייט עס, מען טוט זיך אן רויטע שרייעדיגע קליידער רח''ל ל''ע (בערל?) און מען איז (?) מחלל שבת..
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
דאס דארף נישט קיין סאך שכל. דאס איז א דבר פשוט אז זי טוויט נישט אליינס פון איהר קאנטע, וכך הוא דרכם של אסאך מאכטפולע מענטשען, וואס אנדערע שרייבען זייער בלאגס און זייער טוויטס, ולק"מ.
נישט אז איך בין עפעס א פען פון די חברה, נאר דאס איז א ביליגע שאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נישט אז איך בין עפעס א פען פון די חברה, נאר דאס איז א ביליגע שאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גראף האט געשריבן:אזוי גייט עס, מען טוט זיך אן רויטע שרייעדיגע קליידער רח''ל ל''ע (בערל?) און מען איז (?) מחלל שבת..
Sent from my XT1096 using Tapatalk
און מ'פארט אויף שייגעץ בייקס. ס'דא נאך זאכן וואס אונזערע היימישע הייליגע צדיקי (סדום) קענען טרעפן ביי א יעדן אויסער ביי זיך אליינס. נאר איך האב מורא עס ארויסצושרייבן צוליעב עטליכע חשוב'ע ניקס שליט"א. ספעציעל איינער וואס איך האב מיך שטארק טועה געווען אין איהם. מתחילה האביך געמיינט אז ער האט אויך א סענס אוו היומאר, און ער קען פארנעמען א ווערטל. אבער איך בין געקומען צו די מסקנא אז ער איז זייער אן ערנסטער מענטש אן איש מכובד. און ער קען נישט פארנעמען ווען א פראסטער בעל עגלה רעדט אקעיגן די גרויסע לוחמי הציונות אשר ישנם פה ואשר אינם איתנו פה היום. כמו הרב ס---אאפס. כ'האב שוין שיעור פארגעסן. נאכדעים וועט ער נאך זאגן אז א יעדער זעהט אז ער איז גערעכט געווען די גאנצע צייט. וכבודו במקומו מונח.
ווייל ווען ס'איז אויסגעקומען אמאל א שמועס פארוואס מיינע אשכולות שטארבן (ליידער) אפ פריצייטיג. און אפילו ווען זיי לעבן ווייזן זיי קוים עפעס א סימן פון חיות. צו זאלל דאס זיין די פירושי בלע"ז פון רש"י הק' על התורה. אדער אזעלכע אינטרעסאנטע זאכן ווי דער אידישער מאמענט אין די וועלט פון ספארטס (וואס אונזערע היימישע אידן האבן ב"ה נישט קיין השגה דערפון. אבער זייערע קינדער שוין ליידער, יא.) וואס ברענגט ארויס א קידוש השם ווען א שפילער פון אידישן אפשטאם ראנגלט זיך מיט געלט און כבוד אקעיגן זיין אמונה. און די אמונה בהשי"ת ותורתו געווינט. אדער זייער ערנסטע געשעענישן אין די אידישע היסטאריע. אזוי ווי דער בלוט בילבול וואס דער מערדערישער הערשער פון סאוויעט רוסלאנד האט געמאכט אקעיגן די אידישע דאקטוירים. אדער ווען א וויכטיגער פיגור אין די אמעריקאנער פאליטיק און אינדוסטרי ווערט פלוצלינג פארשוואונדן און זיין ווייב בלייבט אן .."עגונה".... סיי וואס ס'זאלל נאר נישט זיין. קומט דער חשוב'ער ניק און געט אן א נותן טעם. צוערשט זאגט ער אז וואס בב"ג זאגט איז שלא מן העניין. און צווייטנס. פארדעים איז נישט דא קיין תגובות און זייער ווייניג לייקס ווייל בערל בעל עגלה ברענגט אייביג אריין הרב סענדער דער דייטש /דויטש, (לפי נוסח הרב שמעקעדיג שליט"א). אדער הרב ישראל מ. סופר. און הרב ש.ב. מרגליות/ שמואל שלמה טעללער.
איך בין געקומען צו די איינציגסטע מסקנא. אז דער ויחד יתרו קומט דא אריין אין שפיעל. לפי פי' רש"י ז"ל האטציך יתרו טאקע געפרייט מיט מלחמת עמלק אז די אידן האבן געוואונען. אבער ס'איז געווארן בשרו מלא חדודין חדודין...גאאס באמפס, בלע"ז. זאגט רש"י הק'..."היינו דאמרי אינשי. גיורא עד עשרה דרי לא תבזי ארמאה באפי'"...! און אט די חשוב'ע ניקס זענען אויפגעוואקסן מיט די איקאנען און לייבן פון די סאטמאר'ע קהילה. און דא קומט אזא ראצער, א ציוני און ער אטאקירט זיי...איז דאך נישט מער ווי יושר אז א יעדער רעכטדענקענדיגער מענטש זאלל איהם באיקאטירן אדער פארמעקן זיינע נארישע תגובות...!
נ.ב.: באלד וועט ער נאך זאגן אז די תגובה דארפ געמעקט ווערן ווייל ס'איז שלא מן העניין...וכבודו במקומו מונח.. (I hope so.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
אן אריין גיין אויב ס'איז געווען שבת צו נישט, פון ווי ווייסטו אז זי טוויט נישט אליין? דו מיינסט צו זאגן אז נאר שבת האט זי א בחור הזעצער אדער אלעמאל?ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס דארף נישט קיין סאך שכל. דאס איז א דבר פשוט אז זי טוויט נישט אליינס פון איהר קאנטע, וכך הוא דרכם של אסאך מאכטפולע מענטשען, וואס אנדערע שרייבען זייער בלאגס און זייער טוויטס, ולק"מ.
נישט אז איך בין עפעס א פען פון די חברה, נאר דאס איז א ביליגע שאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
און איך האב געמיינט אז טראמפ אליינס שרייבט זיי.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קורקלענד: דו מיינסט צו זאגן אז פרעזידענט טראמפ'ס טוויט שרייבער, שרייבט צומאל זאכן שלא מדעתו. אדער אן זיין הסכמה. דאס קען דאך נישט זיין . ווייל אויב ס'איז אמאל דא א קאנטראווערסיאלע טוויט, קען דאך דער פרעזידענט טענה'ן אז ס'איז געווען שלא מדעתו. און אן זיין הסכמה...! אלא מאי, אז א יעדער מעסידזש וואס גייט ארויס איז מיט דעם פרעזידענט'ס הסכמה...!
די זעלבע איז ביי זיין בת תלמיד חכם, איוואנקא. נישט נאר וואס זי איז מסכים, און דער שרייבער (את"ל) שרייבט מדעתה ורצונה. נאר זי דיקטירט פאר איהם/איהר אויך פונקטליך וואס צו שרייבן. דאס איז דאך נאך ערגער ווי א שבות. יעצט איז די שאלה. ווען האט זי דאס גע'טוויט. פאר'ן גיין אין שול צו הערן פ' זכור. אדער נאכדעים. צווישן די פיש און די אייער מיט צוויבל. אדער גאר נאכ'ן טשאלנט...!

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
און קארעא איז נישטא קיין שבת, ווייל עס איז נאך די דעיטליין.
לבר מן דין איז דא א באקאנטע וועג זיך צו באניצען מיט א סמארטפאן אין שבת דורך רעדען און הייסען די סמארטפאן ארויסשיקן די טוויט, דאס איז נישט אמירה לאדם, נאר אמירה לכלי, און האט נישט קיין איסור.
לבר מן דין איז דא א באקאנטע וועג זיך צו באניצען מיט א סמארטפאן אין שבת דורך רעדען און הייסען די סמארטפאן ארויסשיקן די טוויט, דאס איז נישט אמירה לאדם, נאר אמירה לכלי, און האט נישט קיין איסור.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי: גוט צו וויסן. איך האב א סאך ארבעט פאר מיין גוגל אסיסטענט. אדער פאר אן אנדער'ן עלעקטראנישן ראבאט...! ווי אנצינדן דעם ראדיא צו הערן די לעצטע נייעס. אדער אנצינדן און אויסלעשן די לייטס אין דיינינג/ליווינ רום. (שלא כה'קאושער סוויטש.). אדער גאר אנצינדן דעם דישוואשער. אדער אפילו די וואשמאשין. צו צוענדיגן וואשן און ספינען די וועש וועלכע די אידענע האט נישט אויספיעט צו ענדיגן פאר'ן זמן פון שבת קודש...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
שרייבן אויף אן אלאקטראנישן דיווייס הייסט נישט כתיבהGimpel האט געשריבן:כתיבה איז אסור בכל אופן
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
ושרא ליה מאריהGimpel האט געשריבן:עיין בשבט הלוי כתיבה על מחשב היא כתיבה גמורה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
נו, אז ער האט נישט געוואוסט ווי אזוי א סקרין ארבעט איז קיינעמס שולד.Gimpel האט געשריבן:עיין בשבט הלוי כתיבה על מחשב היא כתיבה גמורה
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
Gimpel האט געשריבן:עיין בשבט הלוי כתיבה על מחשב היא כתיבה גמורה
מען איז גיכער עובר אויף לא תבערו ווי אויף כתיבה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חסיד פון ליטא האט געשריבן:נו, אז ער האט נישט געוואוסט ווי אזוי א סקרין ארבעט איז קיינעמס שולד.Gimpel האט געשריבן:עיין בשבט הלוי כתיבה על מחשב היא כתיבה גמורה
חסיד פון ליטא: אפשר די סקרינס פן די קאמפיוטערס אין עסטרייך/אונגארן פאר 80 יאר צוריק האבן אנדערש געארבעט...!
דאס איז דער פונדאמענטאלער חילוק פון איהם ביז ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל. רש"ז, פאר ער האט געפסקנ'ט א שאלה איבער טעכנאלאגיע אדער מעדיצין האט ער זיך אדורכגערעדט מיט די עקספערטן אין דעם ספעציפישן פעלד. און נאכ'ן אדורך טון די טעכנישע זייט, האט ער געארבעט אויף די הלכה'שע חלק. און אזוי מברר געווען א הלכה. די זעלבע מיט ר' משה האלבערשטאם ז"ל. ער האט געפסקנ'ט מערסטנס מעדיציניש/קריטישע שאלות. בנוגע רעספירעיטארס און ד.נ.ר. ארדערס...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
זאל זיין אז עס הייסט כתיבה גמורה, טאמער טוט מען עס דורך רעדען צום סמארטפאן, וואס איז די איסור? לאמיר זאגען מען וועט אינווענטען א סמארטפען, א אפאראט וואס די וועסט רעדען און עס וועט שרייבען אויף א פאפיר די ווערטער וואס די זאגסט. וואס איז די איסור? מען זעהט אז די גמרא לערנט ארויס אז מחמיר איז א דאורייתא פין אתה ובהמתך, אז מען טאר נישט טוהן א מלאכה צוזאמען מיט א בהמה, און די פוסקים רעדען וועגן א הונט וואס מען הייסט פאנגען, איז דאס א ספעציעלע לימוד אז ווען א מלאכה ווערן געטוהן דורך א בהמה איז עס אסור אפילו מען רעדט בלויז צו דער בהמה.
אבער ביי א חפץ, א קלוגער חפץ, איז נישטא קיין לימוד פין אתה וסמארפאנך, ממילא איז עס נישט קיין דאורייתא.
די רבנן האבען עס נישט גע'אסר'ט, עס איז נישט געוועהן. די שאלה צו מען קען ארויפקלעבען אויף דעם א איסור דרבנן.