ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך יהודי פשוט »

שידור חי מהלוויה
https://youtu.be/qHRbs2QgOY4
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

berlbalaguleh האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז לכאורה דא נאך א שאלה. וויאזוי קענמען מאכן א ביטול מלאכה ווען מ'ארבעט נישט. אויסער, אז מ'זאלל בעטן די סיקריקים זיי זאללן נישט מאכן קיין הפגנות און ראיאטן ביז נאך די לויה...! ועוד. א טעם פארוואס מ'ארבעט נישט אין מאה שערים און גאולה. ווייל בשעת די לויה פון הרה"צ רי"ח זאנענפעלד זצ"ל איז ארומגעפארן א קאר און האט אויסגערופן..."ביטול מלאכה"...און ס'איז נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר און אויסגערופן אז מ'זאלל זיך נעמען צוריק ארבעטן. (קרעדיט. הבדחן המפורסם פינקי וועבער הי"ו)...!

א גר אלטע ווייץ נאך פאר ווען פינקי וועבער איז געבוירן, דרך אגב פינקי ער דארף טאקע מאכן ביטול מלאכה ווייל ער שטאמט פון די אמתע קוק'ניקעס, שמואל זלמן שזורי וועבער איז זיין זיידע.

די גמרא זאגט דאך ..."עמון ומואב טיהרו בסיחון"...כש"כ א יונגערמאן וואס גייט אנגעטון די סאטמאר'ע לבוש. און רעדט די סאטמאר'ע שפראך. און האטציך משדך געווען מיט סאטמאר'ע בעלי בתים חשובים. איז שוין געווארן מותר לבוא בקהל... איך בין זיכער אז מ'האט אין די פינקס הקהילה נישט אריינגעשריבן זיין פסול'ן זיידן...!
איך האף אז אין די נעקסטע וועקער וועט ערשיינען א גאר אינטרעסאנטע מעשה מיט שלמה זלמן שזורי - וועבער. ווארטס און ליינטס.

איך געדענק א ביטול מלאכה ביי די לויה פון יהודה סאמעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עכ"פ צוריק צו הרב שמואל אויערבאך. כאמור זיין גאונות איז געווען ממש להפליא, און צוליב דעם איז מען שטארק נזהר געווען אין זיין כבוד בפומבי אין די לעצטע פאליטיק, און מ'האט כמעט נישט גערעדט אויף איהם פערזענליך. אולי פריוואטערהייט זענען ווערטער געפאלן, אבער נישט בפומבי.

זיין ווייכע הארץ איז אויך ווערד אנצוצייכענען. ער האט גענומען אונטער זיין פליגל טויזענטער צובראכענע מענטשן, זיי געהאלפן און געשטיצט. צומאל האט ער גענומען ערבות אויף פרשיות וואס האבן שטארק גע'ברוגז'ט פארשידענע עסקנים און טוטזיכער, וואס דאס איז דער עיקר מקור פון די קעגנערשאפט צו איהם (איך האב שוין געהערט די טענות איידער ער האט זיך ארויסגעשטעלט בפומבי אין דער פאליטיק). ער פלעגט פירן א פסח סדר מיט די צובראכענע אידן און ער פלעגט זיך כסדר מאכן צייט פאר זיי, בענטשן ערב יוכ"פ און אויפנעמען חוה"מ וכדו'.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

יהא זכרו ברוך.

אין די פאליטיק האבן זיי פראבירט אים צו פעינטען ווי א כעסן רח"ל.

פלעגט ער אפשר אמאהל געבן א הכשר אויף וויין?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך קלער אז ער איז נישט געווען אזא כעסן ווי אן איש רגש, און דאס האט איהם געפיהרט. איך ווייס נישט, איך קלער נאר.

לכאורה דאס נישט האבען קינדער, און שפעטער א ווייב אויך נישט, האט שטארק משפיע געווען. קיינער האט זיך נישט געזארגט פאר איהם.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

נטפי הגיגים אחר מיטתו של מרן זצ"ל

שליחה דורך נקודת-אמת »

לדעתי העניה,

* השפעה פון א נטור פון א מענטש איז נישט בהכרח אן השפעה אויף זיין אידיאולוגיא,
און דער כהן הפודה (וואס איז געוועהן זייער נערץ ביי אביו הגרשז"א וזקנו הרחי"ל אויערבאך ר"י שער-השמיים)
האט געהאט לכל הדעות א נטור פון שטארקע קיצוניות וואס באגרעניצט-זיך מיט קנאות נאר מיט אן אנדערע שיטה ווי זיינע בני-פלוגתא.
און אט דער נטור (מיין איך) האט דער נפטר געהאט משך כל המערכות וואס ער האט אנטייל גענומען אין זיי.

* שמועה שמעתי שהמסדר קידושין בנישואיו היה הרצי"ה (הרב-צבי-יהודה-הכהן-קוק) אך לא הובררה לי כהוגן אמיתה של עובדה זו,
אויב איינער קען דאס מברר זיין ביי די [tag]היסטאריקער[/tag]'ס,
{דרך אגב, מעשה ידוע אז הגרשז"א איז א מאהל נתכבד געווארן מיט סידור קידושין און ער האט באמערקט אז מ'פלאנט צו נעמען פאר עדות ר' יוסף קאפח ז"ל
(א רב א ת"ח מיוצאי תימן, וואס האט איבערגעטייטשט כמה ספרים שיצאו לאור בתרגומים מערבית, און ער האט בעסער/ערגער פארטייטשט, און ער איז געוועהן מעדת הדרדעים,
וואס האבן [לויט געוויסע...] ניט געגלויבט אינעם זוהר הקדוש און נאך ספרי קבלה)
און הגרשז"א האט געהאלטן אז ער איז פסול לעדות, האט ער בחכמתו געמאכט א מחאה'לע אויף כבוד התורה פון הרב קאפח, היתכן צו עם געבן אזא שוואכע כיבוד ווי עדות בקידושין,
און הגרשז"א האט אוועקגעגעבן פאר הרב קאפח זיין כיבוד (דעם סידור-קידושין) און גענומען פאר זיך בלויז דעם עדות, און געראטעוועט דער פאר-פאלק פון לעבן אן קיין קידושין,
ס'איז דא א מקום צו זאגן אז אפילו אויב ער האט עם טאקע געגעבן סידור-קידושין איז דאס געוועהן מטעם הנ"ל, ועדיין יש מקום לברר האמת...}

* אין דער היינטיגער 'הפלס' ווערט געברענגט (נישט געליינט, מפי השמועה שמעתי...) אז בימיו האחרונים האט דער גדול אוועקגעשטעלט א קאמיסיע רבנים א שטייגער ווי דער מועצת גדולי התורה,
אינטערסאנט אויב ס'איז א בחינה פון: "אע"ג דאיהו לא חזא מזליה חזי" (אדער אע"ג דאיהו ומזליה לא חזו לבלריו קחזו :twisted: )
און נאך מעהר אינטערסאנט אויב זיי קענען זיך פאראייניגן אונטער איין רב, ווייל ס'דא דארטן נאך אסאך חילוקי אינטערעסן ווי פאנאוויטש, כנסת, צייטונג און נאך, אלעס בעפאר די גזירת-גיוס-בנים-בנות-וכו'.

* א מערכת כשרות האט זיין ברודער ר' אברהם דוב אויערבאך טברי'נער רב (חתן הרב ורנר זצ"ל אב"ד דשם)
און אונטער זיין השגחה זענען דא 2 יקבים (הרי הגליל און רמת הגולן און אפשר נאך) וואס טראגן זיין טיקעט פון כשרות.
איך ווייס נישט פון א השגחה וואס דער נפטר האט געפירט,

און לקינוח דא האט איהר די דעקל פון די חרדישע צייטונגען אין ארץ ישראל (קרעדיט)
המודיע.jpeg

המבשר.jpg

יתד.jpg

הפלס.jpg

מועצת הפלס.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך בין נאך און שאק.... איך קען מיך נישט נאך צוזאמקליבען פון די אבידה הגדולה ......
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

[tag]ימים ידברו[/tag] עס טוט אונז זייער לייד צוהערן אז דו ביסט נאך אלץ אין שאק און קענסט נישט קומען צו זיך. ה' נתן וה' לקח און מ'האפפמער אלע אז דו וועסט זיך אי"ה מחזק זיין, ביטע לאז אונז וויסן ווען ס'געשענט

[tag]אבטולמוס[/tag] אין די קומענדיעג וועקער דארף זיין א נספח פון "מע זאגט אבי אבי" א קאפי פון הפלס צייטונג
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי האט געשריבן:יהא זכרו ברוך.

אין די פאליטיק האבן זיי פראבירט אים צו פעינטען ווי א כעסן רח"ל.

פלעגט ער אפשר אמאהל געבן א הכשר אויף וויין?

אישתישבי: אונז זעמיר נישט אזוי ווי די פארדרייטע, אכזריות'דיגע דומע סיקריקים. אפילו אונז זעמיר געווען אינגאנצן אויפ'ן פארקערטן עק פון דעם גרויסן נפטר אין פאליטיק. האמיר קיינמאל נישט אויסגעדרוקט קיין גרינגשעצונג אין זיין ערליכקייט אדער זיין כבוד התורה. משא"כ הצד השני האט נישט אויפגעהערט צו שימפן און זאגן די געמיינסטע דיבורים און זילזולים אויף א איד א צדיק א גאון עולם. מרביץ תורה לרבים ומסתפק במועט מן המועט. א קב חרובין איז שוין געווען א לקוסוס ביי איהם...1 און נאך זיין פטירה האבן זיי געמאכט ..."לחיים'ס" און רקידה'לעך...אך און וויי צו זייערע לחיים'ס...!

ראו מה בין בני לבן חמי...כ'האב עס געדארפט שרייבן אין אנהייב. אבער ס'איז מיר יעצט אריינגעפלויגן אין קאפ...!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

יעצט און עת מנחת ערב... ווען דער צדיק וקדוש ד' מכובד איז שוין געקימען למנוחה נכונה במרומי הר המניחות הוא הלך למניחות ואותנו עזבו לאנחות....
איי איי .. זיין גרויסער טאטע זצוקללה"ה האט געזאגט בענוותנותו ער איז נאר... אבוהו דשמואל...
זיין סנדק איז געווען הרב הקודש רבי נחומטשע מראחמיסטריווקא ער פארצייליט דאס פאר כ"ק רבי נ"ד ברייער האדמור מבאיאן ביי ניחום אבלים על אחותו..
זיינע חברים פון ישיבה זאגען מי יתן לנו תמורתו.. בן גילו יבלחט"א רבי איציק'על מראחמיסטריווקא שליט"א האט פארציילט פון די שיינע תקופה לערענדיג בחברותא מיט רבי שמואל... און ישיבת עץ חיים זייענדיג מאריות שבחבורה צווישען אריות..
זיין ספר אויף אהלות איז א יחיד במינו... אלע ת"ח האבען מפליא געווען הספר ומחברו...
זיין פרישות... זיין מסירת נפש אויף קדושת ישראל... להאריך בזה ... השתיקה יפה לו...
אוי ואבוי! נאבדו כלי מלחמה בתוך המלחמה...
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

עס איז נישט מער ווי א אבידה אין תורה'דיגע ליטווישע וועלט אין נישט מער...
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:עס איז נישט מער ווי א אבידה אין תורה'דיגע ליטווישע וועלט אין נישט מער...


נישט ריכטיג. א אבידה פון א אדם גדול בענקים איז א אבידה פאר גאנץ כלל ישראל און עס פעלט זכות התורה אויף די וועלט
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט פונקט וואס דאס דארף מיינען. ער איז געווען א תלמיד חכם, אויף וואס די תורה זאגט אונז 'הכל קרוביו'. און למעשה ביז לעצטענס איז זיין טיר געווען אפן צו רעדן אין לערנען, מ'האט געהאט א געלעגענהייט פושט צו זיין ספקות אין לערנען ביי איהם, און יעצט קען מען נישט.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

שמעון וואלף האט געשריבן:אינטערעסאנט אז די עדה מאכט א ביטול מלאכה בשעת הלוי'. אן אריינגיין אין די דיסקאשן ווער ס' פאלגט די ביטול מלאכה, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן בי"ח וועם נאך זיי טיען דאס. האט מען געמאכט א ביטול מלאכה ביי זיין טאטע'ס לוי'?



יא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

פארוואס זאל מען מאכען ביי זיין טאטען לויט א טייל איז ער ממשפחת הגרים נישט אזוי?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אזוי פארשטייען מיר נישט דרכי ד' נסתרים דרכי ד' -אזא צדיק וגאון עולם זאל אזוי פלוצים אוועק געריסען ווערן טאקע 87 נישט קיין קשה'דיגע עלטער אבער פארט ענערגיש און געקענט אסאך אויפטון פאר זיינע תלמידים ומעריצים- איז עס טאקע א הארץ ווייטאג און מ'פרעגט נישט

אבער נאטורליך גלייכט דער שכל צו וועלן פארשטיין

א הסבר האב איך טאקע נישט אבער ווען איך קוק אריין אין דעם עקסטרעים בלאפערישן אייוועלט ווי זיי באוויינען אים דאן זעי איך אין דעם א געוואלדיגע חסד השם

ווי באקאנט האט דער גאון וצדיק געהאט אונטער זיין נשיאות א פארטיי, עפעס וואס די ציוניסטישע רביס און ליטווישע מרנן האבן עפעס מער פון די קנאישע חדר... און ערגעץ ווי האט די דאזיגע עץ פארטיי זיך פארפלאנטערט מיט אנדערע בקיצור עס איז אויסגעקומען בעסער פאר די עץ פארטיי צו שפילן קנאי

טו מעיק א לאנג סטארי שארט איז אין ווייטן ברוקלין ירושלים דאמעריקא פארהאנען א געוויסע אנדערע פארפלאנטעטע פארטיי וואס דער היזיגער פארטיי לויפט אין געוויסע צייטן אויפ'ן 'מער' קנאידיגן שאסיי און כדאי צופרידן צושטעלן דעם אנדערן כת זענען זיי טייל מאל גאר 'מער' לינקער געשטימט סיי ווי אזוי האט דער 'מער' קנאידיגע כת פונעם היזיגן פארטיי דערשמעקט צו שליסן שידוך מיט'ן א"י ליטווישן פארטיי און צוזאמען שפילן קנאי מער קנאי עקסטער לארזש קנאי איך האב אלע דריי

און דער גאון וצדיק זצ"ל איז אויסגעקומען אינמיטן דעם שפיל קיינער ווייסט נאך היינט נישט זיין פונקטליכע שיטה

אבער דער פראפעגאנדע טוט זיינס צייטונגען זענען מכריע זייערס און לויט דעם גאנג וואס דער עולם הפראפעגאנדע האט געהאלטן איז געווען א סכנה אויף דעם גאון וצדיק אז ער וועט נאך איין שיינעם דינסטאג אומאפיציעיל אדער אפיציעיל ווערן דער ראש הסיקריקים רחמנא ליצלן ולשיזבן

דער מדת החסד האט איבערגעוואויגן און צוריק גענומען דעם גרויסן צדיק לישיבה של מעלה און דורכדעם איז פארשוינט געווארן זיין גרויס כבוד און בעיקר כח התורה

אויף דעם איז געזאגט געווארן הוא הלך למנוחות ואותנו עזבו לאנחות
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקט וואס דאס דארף מיינען. ער איז געווען א תלמיד חכם, אויף וואס די תורה זאגט אונז 'הכל קרוביו'. און למעשה ביז לעצטענס איז זיין טיר געווען אפן צו רעדן אין לערנען, מ'האט געהאט א געלעגענהייט פושט צו זיין ספקות אין לערנען ביי איהם, און יעצט קען מען נישט.

"ביז לעצטענס" אבער נישט 'עד בכלל'.
די לעצטע תקופה זייט ער האט געעפענט די עץ פארטיי און די גאנצע פאליטיק, איז געווארן זייער שווער אריינצוגיין צו איהם. די מקורבים האבן געשטערט און נישט אריינגעלאזט כמעט.
(א מעשה איז געווען מיט א נעפיו (פלומעניק) זיינע, [וואס גראדע גייט ער נישט אין זיינע דרכים פאליטיש, אבער ער האט א גרויסע הערכה פאר אים], איז ער אמאל געקומען צו איהם א באזוך. האט ר' שמואל זיך אויסגעדריקט צו אים "פנים חדשות, מ'זעט דיר שוין נישט א לאנגע צייט", האט אים זיין פלומעניק געזאגט אז די טיהר איז צוגעשפארט און מ'לאזט כמעט נישט אריין א חוץ פון די שעת קבלת קהל.)

ס'איז אינטערסאנט דורך צו טוהן אביסל זיין השקפה ביחס צו די היינטיגע טעג פון הקמת מדינת ישראל, כידוע האט ער דאך גע'שריבן גאר א ווארעמע בריוו אויפן ספר 'אחרית כראשית' וואס איז מוכיח אז די ספר קול התור איז באגלייבט יעדעס ווארט בשם די גר"א. און כמה פעמים האט ער זיך אויך אויסגעדריקט אז מ'זעט ווי די נבואות פון אחרית הימים ווערן נתקיים אין די היינטיגע דור.
אויך איז כדאי צו מציין זיין, ער איז די ערשטע גדול און מנהיג וואס איז געבוירן געווארן אין ארץ ישראל.
זיינע תלמידים זאגן אז ער פלעגט הענגען א בילד פון הרב קוק אין זיין סוכה. [זיין פאטער ר' שלמה זלמן זצ"ל האט זיך געהאלטן א תלמיד מובהק פון הרב קוק זצ"ל. ווען מ'האט געוואלט איבער דריקען זיין ספר, האבן די תלמידים געוואלט ארויס נעמן די הסכמה פון הרב קוק, האט ער זיך שטארק געבייזערט, ער האט געזאגט "עט'ס קענטס ארויסנעמן אלע הסכמות א חוץ די הסכמה פון הרב קוק, דאס איז מיר די חשוב'סטע"]. אויך איז הרב קוק געווען די כהן הפודה ביי די פדיון הבן פון ר' שמואל.
אויך זיין גאנצע מהלך און לוחם זיין אקעגן די צבא בנוגע די גיוס, איז אויך בפשטות געקומען פון זיין גאולה'דיגע השקפה, אז אונז האבן פילע רעכטן און אונזער מדינה, און אונז קענען זיך שלאגן אקעגן זיי פינקט ווי זיי, און אונז דארפן זיך נישט אויפפירן אזויווי אין גלות דורכן שתדל'נען און זיך בעטן ביים פריץ, נאר זיך שלאגן מיט פילע רעכטן.
ווער ס'האט נאך ידיעות, זאל ביטע מרחיב זיין אין דעם עניין, ותבוא על הברכה!
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

גאנצל האט געשריבן:אזוי פארשטייען מיר נישט דרכי ד' נסתרים דרכי ד' -אזא צדיק וגאון עולם זאל אזוי פלוצים אוועק געריסען ווערן טאקע 87 נישט קיין קשה'דיגע עלטער אבער פארט ענערגיש און געקענט אסאך אויפטון פאר זיינע תלמידים ומעריצים- איז עס טאקע א הארץ ווייטאג און מ'פרעגט נישט

אבער נאטורליך גלייכט דער שכל צו וועלן פארשטיין

א הסבר האב איך טאקע נישט אבער ווען איך קוק אריין אין דעם עקסטרעים בלאפערישן אייוועלט ווי זיי באוויינען אים דאן זעי איך אין דעם א געוואלדיגע חסד השם

ווי באקאנט האט דער גאון וצדיק געהאט אונטער זיין נשיאות א פארטיי, עפעס וואס די ציוניסטישע רביס און ליטווישע מרנן האבן עפעס מער פון די קנאישע חדר... און ערגעץ ווי האט די דאזיגע עץ פארטיי זיך פארפלאנטערט מיט אנדערע בקיצור עס איז אויסגעקומען בעסער פאר די עץ פארטיי צו שפילן קנאי

טו מעיק א לאנג סטארי שארט איז אין ווייטן ברוקלין ירושלים דאמעריקא פארהאנען א געוויסע אנדערע פארפלאנטעטע פארטיי וואס דער היזיגער פארטיי לויפט אין געוויסע צייטן אויפ'ן 'מער' קנאידיגן שאסיי און כדאי צופרידן צושטעלן דעם אנדערן כת זענען זיי טייל מאל גאר 'מער' לינקער געשטימט סיי ווי אזוי האט דער 'מער' קנאידיגע כת פונעם היזיגן פארטיי דערשמעקט צו שליסן שידוך מיט'ן א"י ליטווישן פארטיי און צוזאמען שפילן קנאי מער קנאי עקסטער לארזש קנאי איך האב אלע דריי

און דער גאון וצדיק זצ"ל איז אויסגעקומען אינמיטן דעם שפיל קיינער ווייסט נאך היינט נישט זיין פונקטליכע שיטה

אבער דער פראפעגאנדע טוט זיינס צייטונגען זענען מכריע זייערס און לויט דעם גאנג וואס דער עולם הפראפעגאנדע האט געהאלטן איז געווען א סכנה אויף דעם גאון וצדיק אז ער וועט נאך איין שיינעם דינסטאג אומאפיציעיל אדער אפיציעיל ווערן דער ראש הסיקריקים רחמנא ליצלן ולשיזבן

דער מדת החסד האט איבערגעוואויגן און צוריק גענומען דעם גרויסן צדיק לישיבה של מעלה און דורכדעם איז פארשוינט געווארן זיין גרויס כבוד און בעיקר כח התורה

אויף דעם איז געזאגט געווארן הוא הלך למנוחות ואותנו עזבו לאנחות

ללא שם.png
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בן פרצי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקט וואס דאס דארף מיינען. ער איז געווען א תלמיד חכם, אויף וואס די תורה זאגט אונז 'הכל קרוביו'. און למעשה ביז לעצטענס איז זיין טיר געווען אפן צו רעדן אין לערנען, מ'האט געהאט א געלעגענהייט פושט צו זיין ספקות אין לערנען ביי איהם, און יעצט קען מען נישט.

"ביז לעצטענס" אבער נישט 'עד בכלל'.
די לעצטע תקופה זייט ער האט געעפענט די עץ פארטיי און די גאנצע פאליטיק, איז געווארן זייער שווער אריינצוגיין צו איהם. די מקורבים האבן געשטערט און נישט אריינגעלאזט כמעט.
(א מעשה איז געווען מיט א נעפיו (פלומעניק) זיינע, [וואס גראדע גייט ער נישט אין זיינע דרכים פאליטיש, אבער ער האט א גרויסע הערכה פאר אים], איז ער אמאל געקומען צו איהם א באזוך. האט ר' שמואל זיך אויסגעדריקט צו אים "פנים חדשות, מ'זעט דיר שוין נישט א לאנגע צייט", האט אים זיין פלומעניק געזאגט אז די טיהר איז צוגעשפארט און מ'לאזט כמעט נישט אריין א חוץ פון די שעת קבלת קהל.)

ס'איז אינטערסאנט דורך צו טוהן אביסל זיין השקפה ביחס צו די היינטיגע טעג פון הקמת מדינת ישראל, כידוע האט ער דאך גע'שריבן גאר א ווארעמע בריוו אויפן ספר 'אחרית כראשית' וואס איז מוכיח אז די ספר קול התור איז באגלייבט יעדעס ווארט בשם די גר"א. און כמה פעמים האט ער זיך אויך אויסגעדריקט אז מ'זעט ווי די נבואות פון אחרית הימים ווערן נתקיים אין די היינטיגע דור.
אויך איז כדאי צו מציין זיין, ער איז די ערשטע גדול און מנהיג וואס איז געבוירן געווארן אין ארץ ישראל.
זיינע תלמידים זאגן אז ער פלעגט הענגען א בילד פון הרב קוק אין זיין סוכה. [זיין פאטער ר' שלמה זלמן זצ"ל האט זיך געהאלטן א תלמיד מובהק פון הרב קוק זצ"ל. ווען מ'האט געוואלט איבער דריקען זיין ספר, האבן די תלמידים געוואלט ארויס נעמן די הסכמה פון הרב קוק, האט ער זיך שטארק געבייזערט, ער האט געזאגט "עט'ס קענטס ארויסנעמן אלע הסכמות א חוץ די הסכמה פון הרב קוק, דאס איז מיר די חשוב'סטע"]. אויך איז הרב קוק געווען די כהן הפודה ביי די פדיון הבן פון ר' שמואל.
אויך זיין גאנצע מהלך און לוחם זיין אקעגן די צבא בנוגע די גיוס, איז אויך בפשטות געקומען פון זיין גאולה'דיגע השקפה, אז אונז האבן פילע רעכטן און אונזער מדינה, און אונז קענען זיך שלאגן אקעגן זיי פינקט ווי זיי, און אונז דארפן זיך נישט אויפפירן אזויווי אין גלות דורכן שתדל'נען און זיך בעטן ביים פריץ, נאר זיך שלאגן מיט פילע רעכטן.
ווער ס'האט נאך ידיעות, זאל ביטע מרחיב זיין אין דעם עניין, ותבוא על הברכה!
בשם אמרו?

איך ווייס נישט פארוואס עס זאל הייסען א סתירה. זיין קנאות איז גארנישט געווען קעגען ציונות. די נערישע אונגארישע לא לחכמים לחם׳ניקס מיינען זיי האבען געטראפען א שותף ביי איהם. זיין התנגדות איז געווען צו די מיליטער, די פרייער אידען וכו׳. יא, ער איז נישט געגאנגען בדרכי הרב קוק זצ"ל, און זיין פאטער אויך נישט. ער איז אבער געווען א גרויסע חסיד פון דער מענטש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

שמואל בקוראי שמו.... שמואל שקול כמשה ואהרן....הי חסיד והי עניו ... חסיד ופרוש... שר התורה, ואוצר היראה, ועמוד החסד... אבי יתומים ואם אלמנות...
כאטש,וואס אין ישיבת הרב קוק איז געווען זיין כהן הפודה...
טראצדעם. וואס שאולזהאן האקט אויף אים שוין אזוי פיל יארען...
כאטש. וואס די היינטיגע דגל התורה פארטי האט אים פראבירט בכל כוחם וכוונתם צו באגראבען...
אפי'. וואס הגאון האמיתי הרב חיים קניבסקי האט געזאגט אויף אים זקן ממרא. בהמות, ועוד לשונות של גנאי...
כאטש. וואס מהרא מסאטמאר האט געזאגט קשה גרים לישראל כספחת....
טראצדעם. וואס הגאון הרב אברהם יושע סאלוויטישיק האט געזגאט גיוס גזירות....
דאך. זענען געווען הונדערטער טויזענטער כפופי קומה אחר מטתו באבלות ובבכיות שלא נראה כמותו...

כאטש, ער האט ניט געהאט קיין חכי"ם און כנסת...
טראץ, ער האט נישט געהאט ליידער קיינע קינדער...
כאטש, ער איז געווען 24 שעה א טאג אין ישיבה..
טראץ, וואס ער האט ניט געהאט דער יעטעד...
דאך, איז ער געווען נערץ ונקדש ביי אלע שיכטען און קרייזען......

ווייל, גאונות קומט ניט פון א נאמן ביתו מיט עשירים...
ווייל, צדקות קימט ניט פון ארימפארען די וועלט...
ווייל, פרישות ווערט נישט מיט זיצען נאר אויף די בעט...
ווייל, אמונה באקימט מען נאר פון הארווען דעראויף....

יעדער ווייסט, אז ער איז געווען בלתי לד' לבדו...
יעדר ווייסט, אז ער איז געווען דער גאון הגאונים בנגלה ובנסתר..
יעדער ווייסט, אז ער איז געווען דע רעניו ושפל ברך....
יעדר ווייסט, אז ער האט זיך געשלאגען נאר פאר כבוד שמים יהא זכרו הטהור מבורך
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

חלום חלמת, מען קומט אלס כבוד התורה, ווייל ביי נארמאל באזעסענע מענטשן בלייבט א גדול בתורה והתמדה ושקידה ווייטער א גדול אפילו אויב מען האט אנדערע השקפות.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב אברהם יהושע סאלאווייציק איז נישט געווען ביי די לויה? עס איז מיר נישט מסתבר אז ער איז נישט געווען.

אינטרעסאנט אז ביי די רעדענדיגע טעג, איז געווען א הו"א אז שאולזוהן'ס האקעריי האט געהאט אן עפעקט. פאר עפעס א סבה האב איך נישט געקלערט בכלל אז עס זאל מאכען די קלענסטע נ"מ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך mevakesh »

עס איז א גרויסע חידוש אז די אלע וואס רוממות כבוד התורה בגרונם זענען נישט געווען ביי די לוויה
פון די גרויסע האב איך נאר געזען אז רבי מאיר צבי ברגמן איז געווען

Sent from my XT1060 using Tapatalk
פארשפארט