ישיבה לייט צום פראנט - פרשת שופטים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

ישיבה לייט צום פראנט - פרשת שופטים

שליחה דורך real jew »

צוהערנדיק די בעל קורא ליינען די וואך די פרשה פון די יוצאים למלחמה, מי האיש אשר בנה בית חדש, מי האיש אשר נטע כרם ולא חללו, און מי האיש אשר ארש אשה ולא לקחה, האט מיין הארץ אנגעהויבן מיט א קלאפעניש וואס טוט זיך מיט די ישיבה לייט, די ערליכע אידן, די בני עלייה. און בכלל דארף מען בעסער פארשטיין וואס וויל דער תורה דא מיט דער דריי זאכן. די תורה זאגט אשר ארש אשה ולא לקחה. ווען די תורה זאגט ווען א איד וואס האט חתונה געהאט און נאכנישט מקיים געווען פריה ורביה, אדער האט נישט לפחות צוועלף קינדער, וואלט איך אפשר מוחל געווען די בני ישיבות, אבער פאר וועם האט דא די פסוק מוותר געווען די בני ישיבות, פאר דער בנה בית חדש ולא חללו ?בוי דיר נישט קיין הויז! ווי קומט בכלל א איד זאל האבן דא תאוה צו האבן א נייע הויז? און דער איד באקומט נאך אן עמטליכע דיחוי? און דער נטע כרם ולא חללו, האסט דאך זיכער נאר איינגעפלאנצט דעם כרם לשם שמים, האסט זיכער נישט הנאה פון סתם תאוות עולם הזה! וואס עפעס א דיחוי?

בין איך שנעל געלאפן צום שאנק און ארויסגענומען א רמב"ם הל' מלכים, און איך האב אנגעהויבן נישטערן און זיכן צו אפשר דארט וועל איך טרעפן עפעס, אויב נישט קלאר, כאטש א זכר אדער א רמז. אזוי בלעטערענדיק דארט האב איך נישט נאר נישט געטראפן א וועג צו פטר'ן די בני ישיבות, איך האב נאך געטראפן א היתר פאר די יוצאים למלחמה צו עסן אלע מיני מאכלות אסורות. הפה שאסר קען זיין הפה שהתיר, אבער וואס איז מיט די טמטום הלב וואס דאס ברענגט. מ'שלעפט אריין אלע איידעלע בני תורה אין מיליטער און מ'איז זיי נאך מכשיל מיט מאכלות אסורות? ווער גייט ווייטער קענען לערנען תורה און שיצן אויף כלל ישראל בהמשך הימים!

קוים וואס איך האב מיך בארואיקט מיט א לאנגע נאכמיטאג שלאף, שפאציר איך אריין צו מנחה מיט א געביגעלטע פנים און איך הער דעם בעל קורא פארליינען פרשת יפת תואר. עד כאן! דאס קען איך שוין נישט! דער גביר מיט זיין שיינע הויז איז איבערגעבליבן אין שטאט, און דער פארקוועטשטע מרן האט מער אריין געשלעפט אין מיליטער, אנגעשטאפט מיט מאכלות אסורות, און איבער דעם אלעם האט מען איהם אריין גערוקט א יפת תואר? דאס קען איך שוין נישט אויסהאלטן! סארי.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר