קול מבשר איז קיין וויץ!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

העי, פארוואס האט מען געסטאפט ציטירן......
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: קול מבשר איז קיין וויץ!

שליחה דורך אונטער חכם »

גאנצל האט געשריבן:וועם באדערט אז דער שחור מאכט חוזק פון אידן אויף זייער קול מבשר ?.........

ווארט נאר זיי זאלן עס טוהן וועסטו שוין זעהן וועם עס באדערט.
אדער גיי צו די דעילי שטירמער זיך צו פאסמאקעווען מיט די געלונגענע וויצן דארט.
(וואס איז דער פראבלעם, ער שרייבט קלאר אז ער איז קעגן ווייאלענס.)
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

ראסיזם בדרך ישראל סבא...

שליחה דורך נקודת-אמת »

קודם כל אני הקטן פארשטיי איך נישט דער חילוק פון חוזק מאכן פון א שחור/אראבער/פארטריקאנער און יעדער לויט זיינע ערלים וואס וואוינען בשכינותו.

צו אפ'חוזק'ן אן אונגארישער/פוילישער/פאפא'נער וכו'.

אנטי-ראסיזם בתכלית איז צו גלייבן באמונה-שלימה אז דער אונגארישער איז נישט מעהר תמימות'דיג ווי דער פוילישער און דער גאליצייאנער איז נישט מעהר שארף ווי דער ראמעיינער.

אויב ס'דא איינער וואס גלייבט אזוי זאל ער זיך ארויסשטעלן און זאגן אזוי.

אויף דער נידון פון נאציונאליזם-פאלקיזם-פאשיזם-סאציאליזם בהשקפת תורתינו הק'
דארף קומען אן עקסטערן אשכול וזה החלי
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

געוואלדיג האט געשריבן:העי, פארוואס האט מען געסטאפט ציטירן......

לכבוד פורים מעג מען אביסל ציטירן
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: קול מבשר איז קיין וויץ!

שליחה דורך טרויבן88 »

עס איז מיר נישט אויסגעקומען צי הערן דעם רוטענשטיין פאר מען האט געמעקט דא איך ווייס נישט צי איך קען געהעריג אריינרעדן, פון די אנדערע זייט איז מיר געווען א שטארקע חיזוק אז קול מבשר האט עס אויסגעמעקט עס איז א סימן אז מען קען צומאל ערגעץ אנקומען אין די היימישע וועלט מיט נארמאלע קריטיק...

אבער וואס ליגט אונטער דעם איז די נושא וואס איך וויל צילייגן מיינע פאר צענט, אין די חרידישע ארטאדאקסישע וועלט וועט ראסיזם נישט ווערן בעסער עט ליעסט נישט בקרוב, ווילאנג מען וועט מישן תורות און יעדער וועט מסביר זיין וויאזוי ער פארשטייט אין וועלכע קאטעגאריע דער באשעפער האט געלייגט די 'שווארצע' וועט עס מען אין ערגעץ נישט אנקומען ווייל די צעמישקייט אין די נושא וועט עס אייביג ציריקשלעפן צי די עקסטרעמע זייט געמישט מיט נאך אפאר טענות, די איינציגסטע וועג דאס ציריקציברענגן צי אינמיטן עט ליעסט אין דורך צינעמען די תורות איינס איינס

די צווייטע חלק איז, אז אונז חרדים האלטן נישט מיט די אלע מאוומענטס געהעריג ווי דער גוי, אפילו מען זעט דא און מען יעצט דארט די נייעס, איז אבער נישט דא קיין שווארצע אין אונזערע מוסדות, נישט אז מען דארף אריינלייגן נאר פשוט מיר האבן עס נישט געפילט, און א מענטש קען אלעמאל שמועסן מיט זיין חבר אויף א ראסיסטישע ליניע און ער וועט נישט פארלירן קיין חברים ווייל מיר זענען א פארמאכטע קאמיוניטי וואס מיר דרייען זיך על פי רוב צווישן likeminded מענטשן מער ווייניגער לעומת דער גוי וואקסט אויף אין זיין כיתה פון 30 קינדער דערפון זענען 3 שווארצע 2 כינעזע 5 ספאנישע 1 איראקער 2 איראנע 1 אינדאניזיער 6 ווייסע וכו' און א האלב מיידלעך דערפאר אויב די האסט א ראסיסטישע מיינונג קעגן א געוויסע פאלק/קלאס דארפסטו אויף די מינוט עס פארטיידיגן אויב איז עס איז געדאנק פון פרויען האסטו אפאר מיידלעך זיך צי מתווכח זיין מיט דיר אויף איז עס שווארצע האסטו שווארצע וכו' די פאונט איז אז מיר ברויכן נישט פארטיידיגן וואס מיר האלטן מיט די מענטש פון וועם מיר האלטן עס אויף לעומת די גוי,

איין חלק וואס לאזט איבער חומר למחשבה, וואלט איך געוואלט וויסן אפשר [tag]רימון[/tag] קען שיינען א קלארקייט אין די נושא, ווי איז די גרעניץ פון וויצן? פארוואס פון די אקצענט אדער פון די נארישע אונגארישער מעג מען מאכן וויצן?


(בכלל דער רוטענשטיין איז זאלציג... זייער נישט אינטערעסאנטע וויצן)
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

טרויבן88 האט געשריבן:עס איז מיר נישט אויסגעקומען צי הערן דעם רוטענשטיין פאר מען האט געמעקט דא איך ווייס נישט צי איך קען געהעריג אריינרעדן, פון די אנדערע זייט איז מיר געווען א שטארקע חיזוק אז קול מבשר האט עס אויסגעמעקט עס איז א סימן אז מען קען צומאל ערגעץ אנקומען אין די היימישע וועלט מיט נארמאלע קריטיק...


זיך ארים אויף טעלעגראם קענסט עס טרעפן
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:איך נעם די קול מבשר פורים אפטיילונג זייער ערנסט יאר יערליך, קען זיין אפשר צו ערנסט.

יעדע וויץ האט אן אמת, זאגט די וועלט, און פון א קלוגן איד האב איך אמאל געהערט אז דער גאנצער וויץ איז אמת, סיידן דער שמייכל… ווי פאסיג איז דאס אין א געזעלשאפט וואס איז פארבאריקאדירט און אנגעקליידעט מיט מאסקעס, קען קאמעדיע ספעציעל דורכאויס די לויזערע טעג ארום פורים דינען אלס א פענסטערל אריין אין דער הוה פון חרדישן לעבנסשטייגער.

אז מ'רעדט פון קול מבשר פורים אפטיילונג לויפט עס סינאנים מיט דעם אלעמען באקאנטן יאסעלע. עס ווערט אצינד דער צענטער יאר וואס יאסעלע פיגורירט אויף "קול מבשר". צען יאר איז אסאך צייט, די וועלט האט זיך געביטן אומצאליגע מאלן די לעצטע צען יאר, אבער יאסעלע ווערט נישט עלטער אדער קלוגער. ער איז שטעקן געבליבן אין פרשת תצוה. זינט פורים תשס"ח, ווען יאסעלע האט געלאזט פאלן די באמבע פשט, "ואתה תצוה, און דו זאלסט הערשן," איז יאסעלע געבליבן דאס זעלביגע. היי יאר האט ער ווידעראמאל א תורה פאר'ן שווער און אויף וועלכע סדרה? צוגעטראפן! פרשת תצוה.
*
ס'איז שוין כמעט ווי ערווארטעט אז יואלי לעבאוויטש זאל גארנישט מחדש זיין. יעדעס יאר באשטייען זיינע וויצן פון מער ווייניגער דעם זעלבן טייג געקנעטן: שוכי מיט זיין אונגארישע באבע, און ווי שטארק זי פרייט זיך אז ער איז א חתן געווארן קעגן אלע אויסזיכטן, און יאסעלע וואס האט א תורה פאר'ן שווער און מוטשעט זיך מיט פינאנציעלע מיסברויכן, איין יאר קרעדיט קארדס, מולטי לעוול מארקעטינג און היי יאר ביטקוין.

יואלי לעבאוויטש'ס מאנגל אין קריעטיוויטעט און אויפקומען מיט פרישע סצענעס איז אין מיינע אויגן נישט זיין פעלער. עס סימבאליזירט נישט זיינע באגרעניצונגען נאר אן אלגעמיינעם מער ברייטערע און גענעראלע פראבלעם וואס טוט באגרעניצן סיי ווער עס שטעלט זיך ארויס אין דער חרדישער עפנטליכקייט.

גענוג זאכן האבן פאסירט דעם פארלאפענעם יאר וואלטן געקענט דינען אלס סחורה פאר שפאס, אבער ער מעג פון נישט רעדן; די ישיבה סיסטעם איז קיין שפאס; די רבי'ס זענען קיין שפאס; די כולל סיסטעם איז קיין שפאס; די אנגעוויזנקייט אין פראגראמען איז קיין שפאס. די אומצאליגע אומגעהויערע ווייטאגליך-שפאסיגע נויאנסן פון אונזער לעבן זענען קיין שפאס, נאר דארפן פארבלייבן אונטער'ן טעפיך. אונזער יאסעלע-גולם פארבלייבט דאס זעלבע פון צען יאר צוריק, אן קיין שום אונטערשיד פון יאר צו יא און די ציל-פונקטן פאר וויצן בלייבן מאגער און שיטער ביז גאר.

שוכיס תנאים איז זייער זיס און די גרופע וואס באזוכט קושנער אום פורים צו הערן א רעדע פונעם פרעזידענט איז זייער לאכעדיג, אבער פארבליבן זענען מיר ווידער מיט צוויי אבסטראקט טאפיקס וואס שפיגלען גארנישט אפ סיי וועלכע אספעקט פון אונזער לעבנססטיל.

*

פיל טיפער פון דעם איז ווי קיינער טאר זיך נישט טרעפן אינערהאלב די פורים אפטיילונג, אויסנאמען זענען פארהאן אבער א באדייטנד טייל פון די סטארי ליינס און סצענעס זענען אזוי אבסורד און אומרעאליסטיש און ווייט פונעם יעדן טאגיגן לעבן, אז עס פארבלייבט נישט די מעגליכקייטן צו ציען א שטריך צום סיי וועלכע ווירקליכע רעאליטעט.

אן אויסנאם איז די פורים "גרופע" וואס קומט אן בטעות טאנצן צו אן ארעמער אלמנה. נאכ'ן זיך איינרעדן אז די איינוואוינער פון דעם אדרעס זענען "מולטי", קריגן זיי א טשעק פון פינף טאלער און טענזשערינען אלס צוגאב... די סצענע איז ציפעדיגע הומאר און אויך זייער עכט. די סצענע לויטעט ווי די בחורים האבן סך הכל באזוכט ביי צוויי אדרעסן אריינגערעכנט איין טעות'דיגע, און זייער גרופ האט זיך געענדיגט מיט שאדן פאר דער ישיבה אן קיין שום איינקונפט.

ידידינו כוכב האט אמאל געשריבן:
"גיין נאך געלט איז אן אפגעפליקטע מצוה פאר ווער ס'איז נישט געמאכט דערפאר. כ'פלעג ממש זיין מיזערבעל ווייל מ'מוז גיין נאך געלט. א בחור פורים איז ממש א רחמנות אפילו מ'טאנצט "יש תקוה" אויף דער גאס, מ'זיצט א גאנצן טאג אין טרעפיק, מ'ליידט בזיונות, מ'קומט אהיים א פייגער, נישט געגעסן, אויפגעשאקלט, געכאפט פסקים און ביזי געווען פרעגן, 'וויפיל געלט האט ער געגעבן?'..."


דאס זענען זייער ענליך צו מיינע ערפארונגען אויף "גרופס". געווען יארן וואס מ'האט געמאכט געלט און געווען יארן וואס מ'האט ממש דערלייגט, אבער הצד השווה אז ס'איז געווען אן אפקומעניש און די ערפארונגען זענען געווען זייער ענליך ווי יואלי שילדערט. די אדרעסן ליסטעס זענען געווען פעלערהאפטיג, רוב טאג איז מען געפארן און אפגעזעסן אין טראפיק און די איינציגע אדרעסן וואס מ'האט אריינגעכאפט זענען געווען צומאל ארעמלייט וועלכע האבן זיך באגנוגנט מיט א מינימאלע נדבה.

יואלי לעבאוויטש שילדערט ערשטקלאסיג ווי די פרוי בייזערט זיך אויף די בחורים אז זי האט שוין פסח'דיגע געמאכט. דאס איז אזוי וואר, איך געדענק ווי ביי איין אדרעס -- וואו מיר האבן זיך ענדליך דערקייקלט -- האט די באלעבאסטע פראסט און פשוט אויסגעפלאגט די מוזיק, שרייענדיג, "ענאף", און אונז ארויסגעווארפן מיט א צוואנציגער ווי הינט אויף די גאס.

כ'האב ממש פיינט געהאט פורים און געוואלט חתונה האבן פאר די בלויזע סיבה פטור צו ווערן פון א בחורישע פורים.

*

דער עכטער מחדש אין דער היי יעריגער פורים אפטיילונג איז קלמי שווארץ.

נאכמאכן שטימעס פון זינגערס איז נישט עפעס ניי, האט ער אבער קונצליך באוויזן דאס צו דערפרישן מיט'ן אריינדרינגען אין דער עסענץ פון חרדישן מוזיק, סיי מיט דער סטיל און כאראקטער וואס מוזיק האט אנגענומען די לעצטע יאר צוויי, ווי אויך אז אלץ איז איינס אין דער זעלבער, געפלאכטן און געבינדן אריין אינעם צווייטן מיט גע'גנב'עטע תנועה'לעך און מעלאדיעס פון אלטע און נייע ניגונים וואס ווערן בלויז איבערגעפאקט אין א 2018 שאכטל.

קלמי מאכט א וואונדערליכע און העכסט-אריגינעלע אבזערוואציע איבער חרדישע מוזיק. און מיט'ן געבן דעם אויבנ-אן פאר מיילעך קאהנ'ס "העלא" און "יעדער איינער" האט ער אומוועלנדיג אנערקענט דער אטעם פון פרישע לופט און די ספעציעלע גענע אט דער זינגער האט היי יאר צוגעברענגט צו דער מוזיק ספעקטרום.

*

אויסער יואלי לעבאוויטש, טורקס אלס טראמפ און קלמי שווארץ, איז היי יאר צוגעקומען א פרישער שטערן.

יוסף חיים ראטנשטרייך איז א נייער בדחן פון שיכון סקווירא, א סטענד-אפ קאמידיען אויפ'ן אלטן יאנקל מיללער שטייגער, וועלכער זאגט פליסיג וויצן איינס נאכ'ן אנדערן. ווייט נישט אזוי ראפינירט ווי די מער מאדערנע סיטקאם סטיל אין קאמעדיע פון לאנגזאם-פעלדמאן, אבער דאך נישט אוועקצומאכן. כ'מוז אים געבן די קרעדיט און זאגן אז ער איז פאני. טייל וויצן זענען געווען קענטיג אבער א באדייטנד טייל זענען געווען נייע, און אז ער לייגט עס אראפ מיט אריגינעלקייט און געשמאק ברענגט עס צום שמייכלען.

די קאמפלימענטן פאר ראטנשטרייך זאג איך בלויז מן הנימוס, און כ'צווינג מיך דערצו. נישט ווייל מיינע קאמפלימענטן זענען נישט אמת, נאר ווייל ער האט מיך אזוי ארויסגענומען פון די כלים אז ס'קומט מיר צום ברעכן. קומט א נייער בדחן, ער גיט זיך צו קענענלערנען פאר'ן ציבור צום ערשטן מאל, און בלויז אנדערטהאלבן מינוט אריין לאזט ער זיך ארויס אין א גרויליגע ראסיסטישע אטאקע קעגן שווארצע וואס האלט אן פאר גאנצע פינף מינוט! "בלעק פיפל, נאוט סאו סמארט, נאט סאו סמארט," זאגט ער איבער איינמאל און נאכאמאל. טאמער גרויסט זיך דער שווארצער אז ער גייט ענדיגן קאלעזש, (קוק ווער ס'רעדט!), מיינט עס אז ער גייט ענדיגן וואשן די לאבי און די פענסטערס.

ראטנשטרייך לאזט נישט נאך און לאזט לויפן איין ווערטל נאכ'ן אנדערן מיטן זעלבן גרויליגן מיטלאלטערישע סטערעאטיפ ווי דער שווארצער איז א נאר און א בהמה. מיין אנטריסונג און אויפשוידער איז דריי פאכיג.

קודם כל, האלטן מיר נאך אין יאר תשע"ח ביי דעם אז מ'דארף מחנך זיין מענטשן ווי עקלהאפטיג ראסיזם איז? מיר רעדן דאך נישט דא פון אנגעפרעסענע ווייסע גוים וואס לעבן על סיר הבשר שוין צוויי הונדערט יאר, נאר פון אידישע קינדער וועמענ'ס זיידעס און באבעס זענען דערמארדעט געווארן קוים 70 יאר צוריק מחמת ראסיזם. דיר דארף מען מסביר זיין ווי עקלדיג דאס איז צו משפט'ן א פאלק מיט געמיינע ליצנות און סטערעאטיפן?! און שווארצע זענען נישט נאר א פאלק, נאר כמעט 20 פראצענט פון דער מענטשהייט!

והשנית, אז דו ביסט שוין יא דורכגעפוילט מיט ראסיזם, וואו איז דיין שכל דאס ארויפצושטעלן אין פובליק צו די אויערן פון צענדליגער טויזנטער צוהערער? ביסטו אזוי בלינד אז ניטאמאל זעסטו נישט ווי שלעכט דאס איז, און אז פאר רוב מנין ובנין פון אנשטענדיגע מענטשן איבער דער וועלט ביסטו א געמיינער פארשוין פאר'ן רעדן אזוי? דאס איז געזאגט געווארן סיי פאר דעם בדחן אליין, און סיי פאר דער רעדאקציע פון קול מבשר וואס האט דורכגעלאזט אזא זאך.

והשלישית, די היי יעריגע פורים אפטיילונג איז פילייכט שוין אויסגעהערט געווארן דורך שווערע טויזנטער מענטשן. עס איז פון די פאפולערסטע צייטן פאר קול מבשר במשך דעם גאנצן יאר. מוצאי שבת, גאנצע דריי טאג נאך וואס די קול מבשר פורים אפטיילונג איז ארויפגעשטעלט געווארן, זענען די ליניעס געווען איבערגעשטרענגט און געזשעמט פון די פילע אריינרופער, און צו מיין אנטריסונג איז אין פוצה פה ומצפצף. ווען קול מבשר טוט עפעס די מינדעסטע וואס איז נישט פאר איינעם צום הארצן וואלט עס שוין לאנג אראפגעפלויגן פון דארט, אבער אין דעם פאל איז יעדער צופרידן. א גרויליגע אטאקע פון ראסיזם ווערט גענצליך אקצעפטירט אן דעם וואס סיי ווער זאל שטעלן א ווידערשטאנד דורך סיי וועמען.

כ'ווייס אז ס'איז פורים, כ'ווייס אז בדחנים גלייכן צו טרייבן שפאס פון סטערעאטיפן, פון שוויגערס, פון ארץ ישראל אידן, פון עלטערע אידן. כ'ווייס אז א וויץ איז א וויץ און מ'דארף עס נישט נעמען פערזענליך. אבער אטאקירן א גאנצן פאלק איז אנדערש ווי גוטמוטיגע וויצן. וואס "אנטיסעמיטיזם" איז ווייסטו? אנטיסעמיטיזם איז א ווארט פאר ראסיזם קעגן אידן. אויב ביסטו קעגן אנטיסעמיטיזם ביסטו קעגן ראסיזם. אז נישט, ביסטו גארנישט בעסער פון דעם אנטיסעמיט. פונקט ווי דו האסט נישט ליב ווען איינער רעדט קעגן אידן, האבן די אנטיסעמיטן אויך נישט ליב ווען מ'רעדט קעגן זייער אייגענעם פאלק. א ראסיסט און אנטיסעמיט ווערן נישט אפגעשאצט לויט ווי שטארק מ'האט ליב דעם אייגענעם פאלק, נאר צי מ'קען אנערקענען "יענעם". פאר'ן אנטיסעמיט איז דער איד דער "יענער", און פאר דיר איז דער שווארצער דער "יענער". און פונקט ווי דו פארשטייסט ווי געמיין דער אנטיסעמיט איז, דארפסטו פארשטיין ווי געמיין ראסיזם איז.

כ'וואלט געבעטן דעם רעדאקטאר ר' זלמנ'ען -- צו וועמען מיר האבן אלע גרויס רעספעקט און שעצונג פאר זיין דעליקאטע ארבעט -- אז ער זאל זיין אזוי גוט און אויסמעקן די ראסיסיטישע ווערטלעך. אלס דער טאן געבער אינערהאלב חרדיזם אויף פיל א ברייטערע פארנעם ווי סיי וועלכן אנדערן איינפלוסרייכן פערזאן, דארף ער אונז באלייכטן מיט עטיק און טאלאראנץ און נישט חלילה דאס פארקערטע.

אין א פארציע מוסר בכלל פאר ראטנשטרייך, אלס גרינער, וואלט ער זיך געמעגט אויסלערנען צו נוצן עטוואס א סענסיטיווע שפראך, און ווען מ'רעדט פון הונדערטער טויזנטער מענטשן וועלכע זענען אומגעקומען אין אן ערדציטערניש אין האיטי, דרוקט מען זיך נישט אויס מיט גרינשעצונג אויף דער פארלוסט פון אזויפיל מענטשליכע לעבנס. מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים "געפייגערט"?!

*

איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, ווי דוקא די שיכורישע און קאמישע טעג פון פורים ערמעגליכן דורכצוזען די הערצער פון אידישע קינדער און וואס עס ליגט דעם ניכטערן אמת'דיג אויפ'ן לונג. עס שיינט זיך ארויס די שיינקייט פון כלל ישראל. בנות ישראל יפות הן, אידישע קינדער זענען אזוי הערליך און הארציג, מ'האט זיך ליב איינער דעם אנדערן, מ'פארטיילט מיליאנען פאר צדקה, מ'האט ליב גאט און זיינע געבאטן, אלא שהאיסורים וחרמות וקנמות מנוולת אותן, די גאנץ יאריגע קאנפארמיטעט טוט פארטונקלען און דערשטיקן די נשמה.

פורים איז א טאג וואס אידן קומען ארויס פון זייער שאלעכץ מיט הערליכע פארבן. אז מ'לאזט א טראפקעלע נאך פון דעם גאנץ-יעריגן געיעג צו געפעלן פאר יעדן, קומט ארויס א פאלק וואס באשטייט נישט פון טעכנישע ראבאטן, נאר פון נשמה'לעך וואס זענען מקושר צום זיך און צום רבוש"ע. הלוואי זאל זיין א גאנץ יאר פורים.

היינטיגע נשמות זוכן אהבה און שמחה, הארץ און ספירטואליטעט, און ווען מ'נעמט אוועק די אלע באגרעניצונגען און פילטערס, מ'טוט זיך אן א טשיקאווע היטל און מ'גיסט זיך אן א גלעזל משקה, אנטפלעקט זיך דעם אמת'ן און הערליכן בילד פון ואני קרבת אלוקים לי טוב!

לאמיר פארזיכערן אז די לייכטקייט און דערהויבנקייט פון ימי הפורים זאל נאר אנטפלעקן אונזערע זיסע געפילן, און נישט חלילה דאס פארקערטע.


____
רעדאגירט מיט דער הילף פון ידידינו @אבטולמוס.

למעשה מאכט ער פיין חוזק פון די רבנימלעך


למשל וואו

א ציטירן פארפעסט/פארמעסט איז אין גאנג, ואענה אף אני את חלקי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: קול מבשר איז קיין וויץ!

שליחה דורך אונטער חכם »

איך האב יעצט געהערט א אינטערוויו אויף CNN מיט טראמפס ביאגראפער, און ער דריקט זיך אויס אינמיטן "he have an incredible amount of chutzpah, and he is not even Jewish.
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט געטענהט אז עס איז אנטיסעמיטיזם.
https://m.youtube.com/watch?v=dxNYaN1f7Mk
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

הבדחן ר' יוסף חיים ראטנשטרייך הי"ו אין קינדליין פרשת חקת-בלק תש"פ נו. 279
בייגעלייגטע פיילס
kindline_279_p22.jpg
kindline_279_p23.jpg
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער קריטיק דא איז איבערגעטריבן. גיי אויף יוטוב צו ווי און הער צו קאמידי מאכט מען חוזק פון שווארצע און אידען און אראבער אונטער דער שוץ פון קאמאדי, עס איז א אנגענומענע זאך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: קול מבשר איז קיין וויץ!

שליחה דורך טמיר »

פארוואס הייסט דאס בכלל חוזק געמאכט? פון דער עלעפאנט האט מען אויך חוזק געמאכט?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אז מען רעדט שוין וועגן ראסיסטען ביי היימישע יודן . קינד און קייט ווייסט אז שוין יארן וואס ס'איז דא א נייסע ליילעך אויף פאפא אז א פאפאנער איז א שוטה און א נער . אבער קען מען באגריסן אז ברוך השם די עולם איז געקימען צום שכל מען האט כמעט נישט געהערט ביי קארנא צייטן וויצן אויף זיי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

צום קעפל: דער וועג וויאזוי קול מבשר האט מספיד געווען דעם שרף פון זעכצנטע עוועניו, אלס "נשבה ארון הקודש, הרה"ק מצאנז" מאכט מיך טראכטן אז קול מבשר איז יא א וויץ.
ס'איז דא גענוג וועגן וויאזוי צו דעקן שיין קלאסיש און דיפלאמאטיש און נישט אויפרעגן קלמן הלבערשטאם וכת דילי' די אנדערע בוליס אין דער פאמיליע, אן חוזק מאכן פון זיך אליין.
אז מ'רעדט שוין, די פיסטע ליצנות פון קלמן הלבערשטאם צו געבן אן אינטערוויו פאר דרעזנער איבער די געפינענע ירושה (כ'רעדט שוין נישט פון די פערדעריי כאילו ס'איז דא עפעס אן ענין קדוש און אפנעמען די ירושה און ממש מ'טוט עס נאר אלס א טובה פאר די נשמה וכו' נאך אזעלכע שטותים) און שפילן כאילו ס'איז א דרשה אין שול און ר' יצחק שלמה איז פשוט געקומען מיטהאלטן די דרשה איז א פרישע נידעריגע שטיפע פון אקסן שטורעריי וואס פאר'מיאוס'ט רבישע אייניקלעך וואס זענען מלא בלאף און רודפי אחרי הקנאה והתאווה והכבוד אין די אויגן פון יעדן רעכטדענקיגער מענטש וכמאמר החכם נישטא נאך אזא מיאוסע זאך ווי א שיינער איד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'מיין אז זייט די קאראנע סומעטאכעס האט שוין יעדער איינגעזען אזנקול מבשר איז יא א וויץ...

אנשטאט געבן צו הערן אינהאלטסרייכע זאכן פון תוכנ'דיגע מענטשן, דאקטורים, עסקנים, רבנים, וכו' טעגליך, האבן זיי געגעבן צו הערן וועלוול שמעלצער מיט דרעזדנער, אקעי, זיי זענען זייער געשמאקע שמועסער אבער... קאם אן.

אין קול מבשר איז דא אזויפיל רעדנער וואס הייבן נישט אן צו וויסן וואס קומט פאר, אזעלכע מקוה אינגעלייט וועלכע פירן דורך נארישע קאנווערסעישנס און די שאף פון ישיבה מוזן אויסהערן... ארי אבראמאוויטש איז זייער וואויל אבער ער מיינט אז ער האוסט א קאמעדי שאו, וועלוול שמעלצער זאל קאללן שלומי דאסקאל און דרעזדנער זאל רעדן צום חב"ד רב פון קראקאפאפא... נישט זאגן מיינונגען אין פאליטיק.

פארוואס זאל יוסי געשטעטנער (זייער א קלוגער עסקן ביידעוועי) האבן מער צוהערער ווי יונה כהן ועלכער איז א באמבע פון אינפארמאציע, הערשל פרידמאן קען אויך מער ווי יואל פעלזן... פשוט ווייל די עלטערע האבן מער עקספיריענס.

אלא מאי דער עיקר איז ווער עס רעדט מער שטותים...
שעפסעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2012 11:37 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך שעפסעלע »

איך מיין אז דיין תגובה איז זייער נישט קלאר.
איך בין גראדע ביי די ימי קאראנא געווען א ערליכער צוהערער פון קול מבשר, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט אבער זיי האבן געהאט טעגליך א אויסוואל פון דאקטורים, עסקנים און אלע ערליי זאגער. זיי האבן געהאט א אפטיילונג מיט בערך 30 דאקטורים פון די גרעסטע שפיטעלער, אזוי אויך איז יעדן טאג ארויפגעקומען געלערנטע פסיכאלאגן און ווייסעך וואס, זיי האבן עס געהאט פלאצירט ביי א אפטיילונג על הפרק מיינעך, וואטעווער.

דו שרייבסט אז זיי ברענגען נישט ארויף קיינעם נאר שמעלצער און דרעזנער, כ'מיין סאיז דיינס א טעות, זיי האבן יעדן טאג 6 ביז 10 אינטערוויוס, און די שמעלצער און דרעזנער פון וואס דו רעדסט קומען ארויף נאר איינמאל א וואך.

יעצט וועגן רעדנער ביסטו קלאר צעמישט. קודם זיי האבן דארט טעגליך שמעון ראלניצקי מיט פנחס גלויבער, זיי האבן הערשל פריעדמאן צוויי מאל א וואך, יואל פעלזן אויך כמעט טעגליך. און דאס וואס דו טענה'סט אז יוסי געשטעטנער האט מער צוהערער ווי יונה כהן, איז גאר קול מבשר'ס פראבלעם?

איך האלט אז קול מבשר האט אן אנדערע פראבלעם, אז זיי שטעלן צו זייער סערוויס בחנם.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שעפסעלע האט געשריבן:איך האלט אז קול מבשר האט אן אנדערע פראבלעם, אז זיי שטעלן צו זייער סערוויס בחנם

פארוואס איז עס א פראבלעם ? און אז גוגל שטעלט דיר צו א gps בחינם פארשטייסטו יא?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מאך זיכער האט געשריבן:פארוואס זאל יוסי געשטעטנער (זייער א קלוגער עסקן ביידעוועי) האבן מער צוהערער ווי יונה כהן ועלכער איז א באמבע פון אינפארמאציע

יונה כהן קען היינט באקומען מער צוהערער, אויב ער זאל זיך ארויסלאזן פון זיין באקסל. ער האט זיך אריינגעשטעלט אין א באקס פון וואו ער וויל נישט ארויסקומען, און רוב כלל ישראל האט נישט ליב די אידעלאגיע וואס ער האט אנגענומען.

אויב זאל ער טוישן צו היסטאריע און נישט צולייגן זיינע מיינונגען, וועט ער זיכער האבן מער צוהערער.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שעפסל, סאיז אמת אז קול מבשר האט געהאט אסאך דאקטורים וכו' און פרובירט צו גיין צווישן די טראפן צו פארלאנגען סאשעל דיסטענסינג אבער נישט אויפרעגן די פרומע, אבער דרעזנערס אינטערוויו מיט עפעס א בהמה פון פלעטבוש וואס האט א רפואה פאר קענסער, דיאביטיס און קאוויד און ער גיט עס בחנם, איז א שטארקע עוולה, סיי מצד געבן א פלאטפארמע פאר א משוגענעם אויף אזא הארבע פיקוח נפש ענין, סיי צוליב פארשפרייטן פאלשע באבסקע רפואות און סיי צוליב נישט רעספעקטירן דעם ציבור.
שעפסעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2012 11:37 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך שעפסעלע »

כוכב, כוועל דיר זאגן דעם אמת אז כהאב נישט געהערט דעם אינטערוויו מיט די באבסקע רפואות, כהאפ אז סאיז נישט אמת און אויב יא, איזעס זיכער א גליטש וואס זיי דארפן פאררעכטן, אבער דאס מאכט נאכאלץ נישט אזא מאסיווע אפאראט וואס גייט צום דרוקט יעדע מינוט נישט איינמאל א וואך, און קען זיך ערלויבן צו מאכן אמאל א טעות
אבער קומען אויף א בלאג און שרייבן אז די גאנצע סטאנציע איז א וויץ ווייל זיי ברענגן נאר ארויף דרעזנער מיט שמעלצער און אפאר יונגאטשן? איך האב ערווארטעט עפעס קלוגערס פון דעם אראפצוברענגן דעם קול מבשר. אין מיינע אויגן שטעלן זיי צו א גאלדענע סערוויס, אלץ און עס אפדעיטעד פריש, מוצאי פורים ווי ערב פסח, דריטן טאג חול המועד ווי תשעהה באב נאכמיטאג. זיי מאכן זיכער אלץ צו זיי אהעד און האבן אלעס וואס מען דארף, ספעציעל אז די אלע נישט סמארטפאון אידן זאלן וויסן וואס טוצעך אין נישט אויסקוקן ווי גרים ווען זיי טרעפן און שמועסן מיט א סמארטפאון אינגערמאן.

יעצט אביסל וועגן יונה ראפאפארט. הערענדיג פון חברים איז ער א גאנצע רעדל פירער אין מקוה, ער האט אויף אלעם א מיינונג זייער קלאר און טיף, געדעקט מיט פאקטן און היסטאריע, די צרה איז נאר אז היינט צוטאגס ווען גייסט אריין אין שול און מאכסט אן אנקעטע, וועלן רוב מענטשן האלטן אז דער ראפאפארט לעבט אין דריעם לענד. ער גייט אין וואנט אריין מיט זיינע שיטות זאכן וואס זענען היינט נישט אנגעקומען ביי רוב ציבור, און בכלל זיין גאנצע צוגאנג צו די היינטיגע פאליטישע רעדל איז זייער אלטמאדיש און מער אגודה סטייל פון יאר 1970. ער איז זייער א קלוגער מענטש מיט גאר אסאך תוכן און אינפארמאציע, אבער אז ער וויל אפיעלן צום היינטיגן ציבור און נישט צו פוטשא וויינבערגער'ס נאכפאלגער דאן ברויכט ער טוישן זיין געדאנקנגאנג, א זאך וואס מען קען נישט פארלאנגן פון א 66 יעריגער איד
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שעפסעל, נעם עס נישט פערזענליך, ווען איינער זאגט אז קול מבשר איז א וויץ צוליב די און די סיבה, מיינט ער נישט צו זאגן אז קול מבשר איז ליטערלי א וויץ, קיינער פארלייקנט נישט אז קול מבשר איז א פאוער האוז, מ'מיינט צו זאגן אז דער פרט פון קול מבשר (אין אונזער פאל מספיד זיין דעם גריבובער ווי א קדוש אלוקי) איז א וויץ...
קרעטשמער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 9:00 pm
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך קרעטשמער »

מאך זיכער האט געשריבן:כ'מיין אז זייט די קאראנע סומעטאכעס האט שוין יעדער איינגעזען אזנקול מבשר איז יא א וויץ...

אנשטאט געבן צו הערן אינהאלטסרייכע זאכן פון תוכנ'דיגע מענטשן, דאקטורים, עסקנים, רבנים, וכו' טעגליך, האבן זיי געגעבן צו הערן וועלוול שמעלצער מיט דרעזדנער, אקעי, זיי זענען זייער געשמאקע שמועסער אבער... קאם אן.

אין קול מבשר איז דא אזויפיל רעדנער וואס הייבן נישט אן צו וויסן וואס קומט פאר, אזעלכע מקוה אינגעלייט וועלכע פירן דורך נארישע קאנווערסעישנס און די שאף פון ישיבה מוזן אויסהערן... ארי אבראמאוויטש איז זייער וואויל אבער ער מיינט אז ער האוסט א קאמעדי שאו, וועלוול שמעלצער זאל קאללן שלומי דאסקאל און דרעזדנער זאל רעדן צום חב"ד רב פון קראקאפאפא... נישט זאגן מיינונגען אין פאליטיק.

פארוואס זאל יוסי געשטעטנער (זייער א קלוגער עסקן ביידעוועי) האבן מער צוהערער ווי יונה כהן ועלכער איז א באמבע פון אינפארמאציע, הערשל פרידמאן קען אויך מער ווי יואל פעלזן... פשוט ווייל די עלטערע האבן מער עקספיריענס.

אלא מאי דער עיקר איז ווער עס רעדט מער שטותים...


איך ווייס נישט וואס פונקטליך דו ווילסט ארויסברענגן, אבער דרעזדנער און שמעלצער איז פלעינע ענטערטעימענט וואס לויפט איינמאל א וואך, וואס איז גראדע אינטערעסאנט און היימיש, אבער אביסיל צו לאנג.

פאר אינפארמאציע האבן זיי אנדערע אפטיילונגען, צווישן אנדערע האבן זיי געהאט אין די ימי הקאראנע צענדעליגער אינטערוויאס מיט דאקטורים פון גרויסע שפיטעלער, עסקנים, הצלה מעמבערס און עקספערטן, וועלכע האבן אלערמירט צום ציבור און געגיבן וויכטיגע און זאכליכע אינפארמאציע.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

איידער מען קריטיקירט ק"מ, פרעג ווער איז זייער אדיענץ. קאווע שטיבל אדער אפילו אייוועלט חבירים, אדער דער המון עם וואס קען קוים אן אות? פון מיין משפחה זענען שוין געווען אויף ק"מ און איך אליין אויך. ס'איז קינדערישע פראגראמען פאר א קינדערישע און פארגרעבטער אדיענץ. אז איר גלייבט מיר נישט, הערט אויס די פראסטע רעקלאמען וואס מאכן טויב מיט דעלישעס פרעסעריי און חזיר'ייען.

אפילו אז דער אדינענץ וואלט יא געוואלט עפעס מער זענען ק"מ צו באגרעניצט. א גרויסער חלק וואס אינטערעסירט אונזער עולם ווי היימישער פאליטיק וועלן זיי נישט דעקן. געזונט ענינים מוז מען אויסשליסן וואס זיי פאררעכענען פאר אומאיידל. היסטאריע טאר נישט דערמאנען וואס זיי רופן קאנטרעווערסיאל. יארצייטן דעקט מען נאר די סארט רבי'ס וואס באקומען א גאס נאמען אין מאנראו וכו' וכו'. עס איז א רעדנדיגער דער איד און דער בלאט מיט גזמאות על כל צעד ושעל.

דאס הייסט נישט אז גארנישט איז אינטערעסאנט אדער אז אלעס איז שטותים. בדרך כלל איז אבער דער ניווא בערך פון וויפיל פייערלעשערס זענען געווען ביי דער שריפה און וויפיל שומרים ביי דער גניבה. גאר אינטערעסאנט פאר גאר אסאך פון אונזער עולם און גוד לאק טו דעם. עס עפנט אויך אויף א פענצטער צו דעם מצב וואו מיר שטיין און דאס האט אויך א שוויות.
שעפסעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2012 11:37 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך שעפסעלע »

ר' כוכב ביסט 100 פראצענט גערעכט אז מיט דעם צאנזער האבן זיי געמאכט ליצנות פון זיך,
כזע אויפן דעקל פון די וואך שטייט אויך גרויסע זאכן אויף אים, קוקט אויס ספארט טשעקלעך צו די חרדישע מידיע.

הרב צפור, פראסטע רעקלאמען מיט דעלישעס פרעסעריי וועסטע ליידער טרעפן אין אלע אונזערע אויסגאבעס, פון מאמענט ביז א בליק און פון די וואך ביז די עמי צו די לינק און די וויו. ריזיגע בילדער פון רינעדיגע סטעיק מיט אלע חאזערייען, דאסי ליידער אונזער היינטיגע מצב אז פרעס און חאזעריי איז כשר וישר און אנדערע נארמאלע זאכן איז אסור און אפגעפרעגט.
לאקאלע פאליטיק מיט קאנטרעווערסיאלע היסטאריע לייגן זיי נישט פאר א פשוטע חשבון. וועם דינט די מאמענט, קול מבשר, די וואך און די צייטונג? די פרומערע ציבור וואס האט די אויבערהאנט אויף די מידיע, וואס אויב מען שטעלט זיך נישט צו געהעריג ווערט מען טריפה און אלעס איז געשטארבן. אידיש רעדענדע ליין מאטריאל דינט פאר זייער א קליין ציבור, -פרויען ליינען מער ענגליש - דער אינגערמאן די רייסער האט א סמארט פאון און זיינע ביכער, בלייבט נאר איבער די קליינע גרופע וואס דאס איז מער די אולטרע עולם ביים חרדישן ציבור.
די ציבור וואס פארלאנגט מער אויפגעקלערטע מאטריאל די חברה שרייבן אן א עכטע נאמען אויף קאווע שטיבל, זיי קויפן דער וועקער שטילערהייט אויף עמעזאן און מאכן זיכער אז מען זאל נישט וויסן פון זיי. זיי קענען די היימישע אויסגאבעס נישט צופרידענשטעלן ליידער
פארשפארט