ימים ידברו האט געשריבן:שמואל בקוראי שמו.... שמואל שקול כמשה ואהרן....הי חסיד והי עניו ... חסיד ופרוש... שר התורה, ואוצר היראה, ועמוד החסד... אבי יתומים ואם אלמנות...
כאטש,וואס אין ישיבת הרב קוק איז געווען זיין כהן הפודה...
טראצדעם. וואס שאולזהאן האקט אויף אים שוין אזוי פיל יארען...
כאטש. וואס די היינטיגע דגל התורה פארטי האט אים פראבירט בכל כוחם וכוונתם צו באגראבען...
אפי'. וואס הגאון האמיתי הרב חיים קניבסקי האט געזאגט אויף אים זקן ממרא. בהמות, ועוד לשונות של גנאי...
כאטש. וואס מהרא מסאטמאר האט געזאגט קשה גרים לישראל כספחת....
טראצדעם. וואס הגאון הרב אברהם יושע סאלוויטישיק האט געזגאט גיוס גזירות....
דאך. זענען געווען הונדערטער טויזענטער כפופי קומה אחר מטתו באבלות ובבכיות שלא נראה כמותו...
כאטש, ער האט ניט געהאט קיין חכי"ם און כנסת...
טראץ, ער האט נישט געהאט ליידער קיינע קינדער...
כאטש, ער איז געווען 24 שעה א טאג אין ישיבה..
טראץ, וואס ער האט ניט געהאט דער יעטעד...
דאך, איז ער געווען נערץ ונקדש ביי אלע שיכטען און קרייזען......
ווייל, גאונות קומט ניט פון א נאמן ביתו מיט עשירים...
ווייל, צדקות קימט ניט פון ארימפארען די וועלט...
ווייל, פרישות ווערט נישט מיט זיצען נאר אויף די בעט...
ווייל, אמונה באקימט מען נאר פון הארווען דעראויף....
יעדער ווייסט, אז ער איז געווען בלתי לד' לבדו...
יעדר ווייסט, אז ער איז געווען דער גאון הגאונים בנגלה ובנסתר..
יעדער ווייסט, אז ער איז געווען דע רעניו ושפל ברך....
יעדר ווייסט, אז ער האט זיך געשלאגען נאר פאר כבוד שמים יהא זכרו הטהור מבורך
כ'האב זיך גערישט אויף בעסערס, דיין רבי אין קנאות איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארען אין דיין חיזוק בויט זיך אויף די נעגעטיווע 'טראץ', זייער שוואך, ס'קוקט מיר מער אויס ווי די גאנצע הערצה צו ר' שמואל ז''ל איז געבויט אויף אגענדעס