ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

ימים ידברו האט געשריבן:שמואל בקוראי שמו.... שמואל שקול כמשה ואהרן....הי חסיד והי עניו ... חסיד ופרוש... שר התורה, ואוצר היראה, ועמוד החסד... אבי יתומים ואם אלמנות...
כאטש,וואס אין ישיבת הרב קוק איז געווען זיין כהן הפודה...
טראצדעם. וואס שאולזהאן האקט אויף אים שוין אזוי פיל יארען...
כאטש. וואס די היינטיגע דגל התורה פארטי האט אים פראבירט בכל כוחם וכוונתם צו באגראבען...
אפי'. וואס הגאון האמיתי הרב חיים קניבסקי האט געזאגט אויף אים זקן ממרא. בהמות, ועוד לשונות של גנאי...
כאטש. וואס מהרא מסאטמאר האט געזאגט קשה גרים לישראל כספחת....
טראצדעם. וואס הגאון הרב אברהם יושע סאלוויטישיק האט געזגאט גיוס גזירות....
דאך. זענען געווען הונדערטער טויזענטער כפופי קומה אחר מטתו באבלות ובבכיות שלא נראה כמותו...

כאטש, ער האט ניט געהאט קיין חכי"ם און כנסת...
טראץ, ער האט נישט געהאט ליידער קיינע קינדער...
כאטש, ער איז געווען 24 שעה א טאג אין ישיבה..
טראץ, וואס ער האט ניט געהאט דער יעטעד...
דאך, איז ער געווען נערץ ונקדש ביי אלע שיכטען און קרייזען......

ווייל, גאונות קומט ניט פון א נאמן ביתו מיט עשירים...
ווייל, צדקות קימט ניט פון ארימפארען די וועלט...
ווייל, פרישות ווערט נישט מיט זיצען נאר אויף די בעט...
ווייל, אמונה באקימט מען נאר פון הארווען דעראויף....

יעדער ווייסט, אז ער איז געווען בלתי לד' לבדו...
יעדר ווייסט, אז ער איז געווען דער גאון הגאונים בנגלה ובנסתר..
יעדער ווייסט, אז ער איז געווען דע רעניו ושפל ברך....
יעדר ווייסט, אז ער האט זיך געשלאגען נאר פאר כבוד שמים יהא זכרו הטהור מבורך

כ'האב זיך גערישט אויף בעסערס, דיין רבי אין קנאות איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארען אין דיין חיזוק בויט זיך אויף די נעגעטיווע 'טראץ', זייער שוואך, ס'קוקט מיר מער אויס ווי די גאנצע הערצה צו ר' שמואל ז''ל איז געבויט אויף אגענדעס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: איך האב נישט קיין נערוון צו דיין לאנגע, נישט טויגעדיגע פאעטרי וואס דו פרובירסט דא צו שרייבן. אבער דער תמצית הדבר איז, אזוי ווי ליטוואק האט געזאגט. ערשטנס. די אלע אידן וועלכע האבן איהם, הג"ר שמואל אויערבאך זצ"ל אפגעגעבן דעם כבוד האחרון זענען נישט געווען איינשטימיג מיט זיינע פאליטישע שיטות און מעטאדן. נאר אעפ"כ (טאמער ווייסטו נישט וואס די ראשי תיבות מיינט. ס'מיינט אף על פי כן.) האבן זיי (און אונז) מעריך געווען זיין גדלות בתורה. נישט אזוי ווי עטץ חיות, בהמות און אומ-מענטשן וואס ווען ס'איז א פאר חדשים צוריק נפטר געווארן א גדול בישראל, האט עטץ איהם נישט נאר בחייו מבזה געוען און געשאלטן מיט אלערליי קללות נמרצות און לאחר פטירתו האט עטץ געמאכט לחיים'קעס און רקידה'לעך. עטץ בהמות און חיות פון וואלד. ועוד. אפילו הג"ר שמואל האט אויכעט נישט מסכים געווען מיט ענקער גאנצע נארישע געשטעלאכץ וואס עטץ רופטס פאלשערהייט די ..."שיטה"... ער איז נאר געווען אויסגעשפראכן אקעיגן גיוס בני הישיבות...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אישתישבי האט געשריבן:יהא זכרו ברוך.

אין די פאליטיק האבן זיי פראבירט אים צו פעינטען ווי א כעסן רח"ל.

פלעגט ער אפשר אמאהל געבן א הכשר אויף וויין?

זיי ברודער, די רב פון טבריה פלעגט געבן הכשרים
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

כ'האב היינט אריינגעוואקט אין א סאטמערע בית המדרש און איך זעה ריזיגע ווייסע צעטלעך אויף די ווענט בשם זייער ביד"צ דקיט"ל און התאחדות, באוויינענדיג די פטירה פון רב אויערבאך. ס'וועט קיינער נישט זאגן אז רב אויערבאך איז געגאנגן אין שפאן מיט די סאטמערע שיטה.
אמת, ער האט געפירט מערכות קעגן גיין אין מיליטריזם, אבער דאס האט גארנישט מיט סאטמאר, אלע חרד'ישע רבנים וראשי ישיבות זאגן אז מ'זאל נישט גיין אין מיליטער.
אמת, ער האט געזאגט אז מוסדות זאלן אויפהערן נעמען געלט פון די רעגירונג, אבער דאס איז נאר ווייל זיי מישן זיך אריין. ווי נאר, זיי וועלן זיך נישט אריינמישן וועט מען ווייטער קענען נעמען געלט, לשיטת רב אויערבאך.
נאר וואס דען? פארוואס נעמען די סאטמערע אן זיין פטירה אזוי פערסאנעל?
די סאטמערע גייען נעבעך אויס פאר א פרעמדער וואס זאל זיי זאגן אז זייער רבי מיט זייער שיטה איז גערעכט, און ווער רעדט נאך ווען יענער איז איינער וואס איז געווען פון די אנדעזעהנע מענטשן און אנדערע קרייזן. דעריבער, ווי נאר רב אויערבאך האט געזאגט זאכן וואס קען ווערן ווערן אויסגעאףטייטשט אז ד סאטמערע שיטה איז גערעכט, זענען די סאטמערע אויפגעטאנצן דערויף כמוצא שלל רב און זיכן דאס איינצוקעשן to the max
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב אברהם יהושע סאלאווייציק איז נישט געווען ביי די לויה? עס איז מיר נישט מסתבר אז ער איז נישט געווען.

אינטרעסאנט אז ביי די רעדענדיגע טעג, איז געווען א הו"א אז שאולזוהן'ס האקעריי האט געהאט אן עפעקט. פאר עפעס א סבה האב איך נישט געקלערט בכלל אז עס זאל מאכען די קלענסטע נ"מ.
\\

ער איז יא געווען
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

מיטן ראש הממשלה מר בנימין נתניהו
שמואל אויערבך ונתניהו.jpg
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קענסט אויך ברעננגען א בילד ווי מ'זעט די בילד פון הרב קוק הענגען ביי איהם אינדערהיים?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קענסט אויך ברעננגען א בילד ווי מ'זעט די בילד פון הרב קוק הענגען ביי איהם אינדערהיים?

איך האב נישט געזען א בילד, אבער תלמידו יוסף פטרוף טענה'ט אזוי.
ביי זיין פאטער ר' שלמה זלמן אינדערהיים, איז דאך ידוע אז ס'האט געהאנגען א בילד.
זיי טענה'ן אז ביי אים אין סוכה - פאר ער איז געווארן א תלמיד פון הרב שך, פלעגט אויך הענגן א בילד. אבער אין די שפעטערדיגע יארן, נאכדעם וואס ער איז געווארן א חלק פון דגל התורה, האט אויפגעהערט צו הענגן.
עד כאן מפי השמועה. איך נעם נישט קיין אחריות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געהערט אז זיין חבר להבחל"ח הרב דוב לאנדא שליט"א האט איהם געבעטען דאס אראפצונעמען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בן פרצי האט געשריבן:מיטן ראש הממשלה מר בנימין נתניהו
שמואל אויערבך ונתניהו.jpg

עס וואלט געווען ראטזאם אז א בריוו זאל ערשיינען מיט א 'חותם בצער רב' אויף אזא וויזיט. אזוי ליגט מיר אין קאפ פיהרט מען זיך אין אזעלכע פעלער. אפשר דא קען מען זע'ען אביסל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געהערט אז זיין געוועזענער חבר להבחל"ח הרב דוב לאנדא שליט"א האט איהם געבעטען דאס אראפצונעמען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קענסט אויך ברעננגען א בילד ווי מ'זעט די בילד פון הרב קוק הענגען ביי איהם אינדערהיים?

רביה"ק זי"ע: כאן קודם הפלג. וכאן אחרי הפלג...!
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

ער פלעגט זיין א שטיק צייט א נשיא פון די ארגענעזאציע 'עטרה ליושנה', די געדאנק דערפון איז צו אויסלייזן הייזער פון אראבער'ס אין די רובע המוסלמי און עס באזעצן מיט יודן. (איינער פון די חברי הנשיאות איז געווען הרב מרדכי אליהו זצ"ל - די רב הראשי און די ראשון לציון).
איינער פון זיינע נאנטע תלמידים הרב משה פטרובר (ער איז א רב פון זיין קהילה און קרית יובל אין ירושלים) האט געעפענט א כולל אין איינע פון די הייזער וואס מ'האט אויסגעלייזט.
איינער האט מיר געשיקט א בילד ווי מ'זעט אים מאכן קביעת מזוזה אויף איינע פון די הייזער דארט.
נעבן אים זעט מען ברוך מרזל- פון די גרויסע ציוניסטישע-רעכטע לוחמים פון די ציבור הדתי-לאומי.
הגר''ש קובע מזוזה בבית המערביים.jpg
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

געוואלדיג האט געשריבן:חלום חלמת, מען קומט אלס כבוד התורה, ווייל ביי נארמאל באזעסענע מענטשן בלייבט א גדול בתורה והתמדה ושקידה ווייטער א גדול אפילו אויב מען האט אנדערע השקפות.

אבער די הלכה איז שטערקער פון געפיהל. און לויט ר' חיים איז ער א בחינה פון א זקן ממרא.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

IMG-20180228-WA0008.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ממש אן עולם הפוך. ווען דער חזון איש'ניק הרב שטיינמאן גייט אוועק, פארטיילט מען לאטקעס . און די קוקניק הרב אויערבאך ווערט באוויינט דורך שלומי אמוני ישראל. UNBELIEVABLE.
זעהט אויס אז הרב קוק איז שוין געקומען צו זיין תיקון.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב נאך נישט געליינט דעם בלאט די וואך. (ב"ה געהאט וויכטיגערע זאכן צו טון.) אבער איך קען אראפלייגן א קאמפאזיט ארטיקל וואס הרב (הגאון הגדול) ש.ב. מרגליות גייט שרייבן/האט געשריבן אין דער בלאט...!

ויבא עמלק וילחם בישראל שרפו ידיהם מדברי תורה. (זאגט די הייליגע רש"י אויפ'ן ארט. וואס מיינט ברפידים (עטץ הערטץ יונגעלעך פון כיתה א'. אוקעי, כיתה ב'
איך געב אויף... מ'ן השמיים לאזט מען מיך נישט חוזק מאכן פון הרב ש.ב. מרגליות. די שרייב מאשינקע מאכט מיר געפערליך א סאך קונצן. איך קען נישט שרייבן א גראד ווארט... און איך האלטו נאך פאר'ן עד דלא ידע...איי גיוו אפ...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איש חזון האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:חלום חלמת, מען קומט אלס כבוד התורה, ווייל ביי נארמאל באזעסענע מענטשן בלייבט א גדול בתורה והתמדה ושקידה ווייטער א גדול אפילו אויב מען האט אנדערע השקפות.

אבער די הלכה איז שטערקער פון געפיהל. און לויט ר' חיים איז ער א בחינה פון א זקן ממרא.

און אין א בחינה זענען זיי נישט געגאנגען.
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

רובא דרובא עולם איז בכלל נישט געגאנגען, מ'דארף נישט קיין בחינות, וכ"ש אז מ'איז נישט געקומען צו פארן פון אנדערע שטעט. פון אנדערע שטעט זענען געקומען נאר די עץ'ניקים, און אזעלכע וואס האבן אים געקענט אישית'דיג, לדוגמה תלמידים זיינע, אדער אנדערע נאנטע מענטשן זיינע - אפילו מזרחיסטן, אדער יתומים וכדו'. פון ירושלים אליינס זענען געקומען אסאך פון די חסידישע עולם אויכט, אבער נישט פון חוץ לעיר.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

לעומת זאת
די קנאים האבן געשטרוימט קיין ירושלים און האבן זיך מוריד דמעות געוועהן אויף אן אדם כשר שנסתלק מעמנו.

ס'האט אויסגעזעהן אויף זייערע אבילות אז זיי גלויבן נישט אז ס'גייט ממשיך זיין די קנאות פון די 'עץ' פארטיי.


ס'איז נישט באטאמט אבער די סאקמערע זענען אזוי קאמפלעקס און סענסיטיוו און זיי ווארטן פארגאפט פאר עני מאן דאמר וואס האט געהאלטן אנדערש ווי זיי און ער טוישט זיין מיינונג
ובפרט נאך וואס דער רבי אין חדר האט אונז שוין אויסגעלערנט כמה וכמה פעמים אז: "היינט-זענען-שוין-אלע-מודה-אז-דער-רבי-זכותו-יגן-עלינו-איז-געוועהן-גערעכט"
און, ויגדלו הנערים, און מ'זוכט מיט לעכט, וואו איז דער וואס איז מודה אז הנ"ל איז גערעכט, ואלא מאי, דער רבי אין חדר איז געוועהן א שקרן? חלילה,
אין דא ב"ה איז געוועהן א בחינה פון שיתרצו שני הצדדין (אדער בלשון הרמב"ם רצה הוא והיא) אז די אויערבאך'ניק'ס האבן געמאכט זייער באדזשעט להצלת הצייטונג הקדוש.
און די קינדער האבן ענדליך געזעהן אז אלע זענען מודה אז וכו'.

איך האף אז מ'האט יוצא געוועהן דער עניין אז מ'איז שוין מודה צום רעבי'ן זי"ע מיט דעם.

ס'איז פשוט אשאד אויסצוגיסן צדקה געלטער אויף א מערכה וואס עגזעסטירט ערגערץ אין איינעם'ס קאפ, און ס'קומט כסדר ארויס דעטאלן איבער די רעזולטאטן פון זיינע דמיונות...
די געלטער קענען גיין פאר צדקה, צו פאר עניי ארץ ישראל, צו פאר עניי עירם של התורמים.

א חבר מיינער האט מיר מגדיר געוועהן אז אין דער עניין פון מציאות גזירת הגיוס זענען פארהאן 3 דרכים:
א. אז ס'איז אינגאנצן נישטא קיין שום גזירה בדבר הגיוס לצבא (בגיוס הבנים ובגיוס הבנות)
ב. אז ס'איז דא א געפערליכע גזירה נוראה על בנינו ובנותיו און מ'דארף דאווענען און איינרייסן וועלטן אז ס'זאל בטל ווערן, און מ'האפן מיר אז ס'וועט בטל ווערן במהרה.
ג. נישט קיין נפק"מ די פאקטן, הגזירה היא בבחי' היה הוה ויהיה לעולם דוד, ואין סיכוי שתתבטל הגזירה עד ביאת גואל צדק, ישתנו כל החוקים והגזירה לעולם עומדת.

יהא זכרו ברוך
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און דער פערטער דרך איז אז עס גייט מיר אהן ווי דער פאריעריגער שניי, און ר' אהרן מיט ר' מלכיאל קענען זיך טענה'ן צו פאפא רב זאגט א קלוגער זאך אדער נישט עד ביאת גואל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

כידוע איז ר' שמואל געווען גאר שטארק אקעגן די הסכמי אוסלו און ס'האט אים שטארק וויי געטוהן אז מ'געט צוריק די שטחים פאר די אראבער'ס, ער האט לוחם געווען אקעגן דעם, און די תקופה פאר דעם איז ער ארימגעלאפן ביי אלע רבנים פרובירנדיג דאס צו מונע זיין.

עכ"פ אנדערש ווי אלע גדולים אין אר"י וואס זעען נישט קיין גאולה אין די הקמת המדינה, ווי לדוגמה הרב שטיינמאן וכדו', איז אבער הרב אויערבאך שיטה געווען אנדערש, ער האט כמה וכמה פעמים זיך מתבטא געווען אז מ'זעט אז די נביאות ווערן נתקיים היינטיגע צייטן דורך שיבת ציון וקיבוץ גלויות, און אזויווי זיין הסכמה אויפן ספר 'אחרית כראשית'.
די חילוק פון די מהלך פון גאנץ כלל ישראל און די מהלך פון די נטורי קרתא מיט סאטמאר, איז נאר בדרכי הפעולות, ד"ה שיטת סאטמאר איז די אלטע דרך פון די בת היענה, מ'שטעקט אריין די קאפ אין די ערד און מ'שרייט "איני מכיר במדינה הציונית", און אויב מאכט מען גזירות אקעגן די ערליכע יודן, שרייט מען הויך 'ג-ע-ו-ו-א-ל-ד', און מיט דעם איז מען יוצא ידי חובתנו. לעומת דעם שיטת שאר כל גדולי ישראל, איז אז מ'דארף פרובירן אלעס אויפן וועלט אפצוהאלטן אלע גזירות דורך 'קום ועשה', דורך אריין שיקן אונזערע שליחים אין די פארלעמענט, ון פרובירן מיט אלע מיטלען מחוקק זיין די חוקים לטובת היהדות החרדית, אזויווי כלל ישראל האט געטוהן אין אלע דורות, צו איז דאס אין אונגארין אדער און גאליציע און אין פולין, וואס מ'האט אריינגעשטעלט ערליכע יודן אין די פארלעמענט. אבער כו"ע מודו אז אונז זעמיר נאך אין א גלות, אזויווי מ'זאגט נאך פון פריעדיגער אז ס'דא א גלות ציווישן גויים, און ס'דא א גלות ציווישן יודן (און ס'דא א דריטע גלות - ביי יעדעם איינעם ביי זיך אין הארץ).
אבער אקעגן דעם איז געווען די שיטה פון די מזרחי, און פון נאך אסאך גדולים אין די תקופה פון הקמת המדינה (ווי למשל די רוזינער רבי'ס וכדו'), וואס זיי האבן געהאלטן, אז מ'קוקט אריין אין די נבואות פון אחרית הימים זעט מען ווי אלעס ווערט מקויים אין אונזערע תקופה, און מ'דארף זיין בלינד נישט צו זען, און בפרט זענען דא וואס האבן געהאלטן אז די קיבוץ גלויות מיז זיך אנפאנגן דוקא דורך די נישט ערליכע יודן און בדרך הטבע דייקא און ס'גייט געשען קמעא קמעא און נישט אויף איין מאל (אזויווי ס'ווערט געברענגט פונעם גר"א אין ספר קול התור, און אזוי האט ר' שמעון זעליכובער געזאגט בימיו, און נאך), הכלל היוצא אז די יעצטיגע תקופה איז 'אתחלתא דגאולה'. נאר דא איז דא א חילוק ציווישן די חרדים מיט די מזרחים, די מזרחים זענען געגאנגן איין טריט פאראויס, און זיי זענען געווארן ממש חסידים און פארבלענט געווארן פאר אלעס וואס געשעט אין די מדינה, און אלעס מקדש געווען, און זיי האבן נישט געקענעט מכיר זיין אז ס'דא נישט גוטע חלקים אויכט, משא"כ די חרדישע רבנים אפילו זיי האבן געזען א שטיקל גאולה אין די הקמת המדינה, אבער נאך אלץ האבן זיי לוחם געווען און פרובירט צו מתקן זיין אלע נישט גוטע חלקים.
און אזוי איז געווען ר' שמואל, ער האט לוחם געווען און פרובירט ארויס צו האקן אלע נישט גוטע חלקים פון די מדינה. און ער האט לוחם געווען אקעגן דעם מיט א שטארקע קנאות. און דא זענען געקומען די קנאים פון די אנדערע עק, און זיך איינגערעדט אז זיי האבן איינעם וואס איז דומה לשיטתם, והא ראי' - ער פירט דאך מלחמות מיט א שטארקע קנאות. אבער ווי יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז די חילוק פון אים מיט סאטמאר איז ווייטער פון ווייט, און קיין שום שייכות האט עס נישט, נאר ביידע האבן געהאט א טובת הנאה פון דעם, די סאטמארע האבן זיך איינגערעדט אז זיי האבן א גדול מיט זיך, און אזוי פרובירט צו פארקויפן תורת לאקשען פאר די עולם, און די עץ'ניקים האבן געהאט די 'כסף'. זיי האבן געהאט סמאנסערס אויף אלע זייערע מלחמות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב שטיינמן האט זיך טאקע אסאך מאל זיך אויסגעדרוקט אז ער איז א פיהל גרעסערע שונא פון די פרייע ווי די קנאים, ער ווייסט וואס זיי זענען עלול צו טוהן און ער ווייסט ווי וויכטיג עס איז מיט זיי צו דרייען און בלאפען. ער האט געוואוסט אז אויף זייער גוטס קען מען זיך נישט פארלאזן, ווי אויך אונזער פיזישע כוחות. נאר מיט ערמה און שכל קען מען זיך ארויסדרייען פון זייערע געזעצן.

איך בין אבער נישט זיכער אז הרב שמואל ז"ל האט געהאלטען טאקע אז זייער גוטס וועט זיין די ישועה.
פארשפארט