שבת אחים האט געשריבן:ער האט געוואוינט אין חיפה. יונגערהייט איז ער געוועהן גענצליך פריי. און ער פלעגט ארום הוליען.
ער האט געדרייווט א טאנק פאר די ישראלדיגע ארמיי. און ווען ער איז געווארן א רבי האט ער תשובה געטוהן. און אנגעטוהן אלע רבישע שמונה בגדים מיט די גאנצע פראכט.
סאיז געשטאנען דעמאלטס באשריבן אין די פרייע פרעסע דערוועגן. מיין טאטע האט מיר אלץ קינד געוויזן א אויסשניט פון א איזראלישע פרייע צייטונג וואס האט עס דאן באשריבן.
וועגן די כבוד פון זיין הייליגע זיידע דער סב״ק שרייב איך עס נאר ארויס האלבוועגס.
ער איז למעשה געווארן א פולשטענדיגע בעלי תשובה און די חזל זאגן דאך שוין במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד.
דער נעשיכזער איז געוועהן א גיטע איד. זי״ע ועכ״י.
הרה"ק בעל חכמת אליעזר זכותו-יגן-עלינו איז געבוירן געווארן אין גראסווערדיין-ראמעינייע מוצאי יוהכ"פ תרפ"ה (די זעלבע טאג איז געבוירן ההק"ר דוד משה קרעטשניפער זיע"א)
ער איז ארויף קיין ארץ ישראל נאכ'ן קריג מיט א אוניית-מעפילים, און דאן איז ער געגיינגען אין מיליטער, איך קען נישט גענוי די היסטארייע אבער ער איז געוועהן ביי די מער פרומע טייל פונעם ארמעי.
מ'זאל נאר נישט פארגעסן, אז ער האט געהאט אין ארץ-ישראל אן עלטערן ברודער'ל יחיאל-מיכל-יעקב המכונה מעכאלע-חלוץ וואס איז געוועהן א זוהן פונעם מקור ברוך והרבנית בזיוו"ר בת הה"ק מהרי"ד מבעלזא
וואס ער האט אינגאנצן געגלויבט אינעם רעיון און געטוהן פעולות פאר זיי, צו אין מיליטער, צו אין הפרחת שממות מדברי גלות ארצנו הקדושה.
דאן איז ר' אליעזר אנגעקומען קיין ארץ-ישראל, (די עקסטרעיימע ויז'ניצע חסידים פלעגן עם רופן "צלפחד", ווייל ער איז געוועהן א זוהן פונעם: "חֵפֶר"-ד.ה.-דער-חיפה'ער, און מ'האט גערעדט אויף עם וועגן שמירת שבת... )
ער האט אויכעט געהאט א ברודער פון די מאמע ר' נפתלי חיים אדלר מדזשיקוב-שיכון-ותיקים-נתניה (טאטע פון דזיקוב-ויז'ניץ ארץ ישראל, און מנחה-חדשה-ב"פ-זצ"ל, שווער פון סלונים'ער רעבי'ן שליט"א בעל הדרכי נועם)
וואס ער האט זיך אויפגעהארדעוועט ביים שטיף-טאט'ן דער מקור ברוך און א יעדער איז געוועהן זיכער אז ער גייט איבערנעמען די רעביסטעווע, ווייל די ביאלאגישע קינדער זענען נישט געוועהן בדומה צום טאטע'נס הנהגה.
בעת פטירתו, האט זיך אריינגעמישט דער עלטערער ברודער ר' חיים-מאיר'ל און אנגעווארנט זיין אייגענע איידעם זאל נישט חלומ'ען אויף דער רביסטעווע ווייל דאס געהערט צו די עכטע קינדער,
און ר' חיים-מאיר'ל האט געטוהן אלץ וואס מ'קען כדי ר' אליעזר זאל זיין דער רבי אין סערט-ויז'ניץ,
איך בין כמעט זיכער אז ער איז נישט געווארן פרום לכבוד די רעביסטעווע, ער האט שוין חתונה געהאט ה'תשי"א, 11 יאהר פאר דעם טאטענס פטירה,
קען זיין אז פאר'ן חתונה איז געוועהן עפעס א שוואכקייט, אבער ער האט גאנץ פיין אויסגעוואקסן, און האט געבויט גאנץ א שיינע הערליכע קהילה אין חיפה.
דער היינטיגער בעלזער פלעגט צו-לייגן "דער נעשכיזער רבי איז א גוטער ייד, און איך קען עם..."