ר אהרן לייב שטיינמן ז"ל

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

ר אהרן לייב שטיינמן ז"ל

שליחה דורך או אינו »

זייער הנאה געהאט פין די אינפארמעטיווע ארטיקעל. אימיטן האקט ער אריין מיט די ווערטער אפירקראצען אן אלטער ר מאיר בעל הנס וואס איז אלט 2000 יאר. איז דאס דעם שרייבערס השקפה על כל רבותינו מקודם? או מגודל השנאה צי די היינטיגע סיסטעמס האט ער געניצט אזא לשון וואס איז פוגע בכבוד ר מאיר ... סיטי קומט ארויס מיט א מחאה אפיציעל מטעם ההנהלה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כבר מלתי אמורה

viewtopic.php?p=394879#p394879
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: ייש"כ פאר דעם לינק. אויך א ייש"כ פאר או אינו פאר מעורר זיין. ווייל אונז דארפן מיר אייביג געדענקען אז די פריער'דיגע צדיקים שטייען העכער פון אונז. און העכער פון אונזערע השגות. אזוי ווי די גמ' זאגט...."אם הראשונים כמלאכים , אנו כבני אדם. ואם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים. ולא כחמורו של ר' פינחס בן יאיר"...! ווייל דאס איז א פונדאמענאלער עלעמענט אין אידישקייט און די המשך פון די תורה אין אלע דורות. להוציא מליבן של צדוקים. נישט אזוי ווי די אפיקורסים זאגן אז דורך די פראצעס פון עוואלוציע זענען זיי בעסער פון זייערע עלטערן און אור עלטערן. אנגעהויבן פון די מאנקיס...!

ס'איז באקאנט די מעשה פון ווען איינער פון די גדולי ראשי הישיבות פון ליטא איז געפארן אויף א פלעין. און זיין אייניקל אדער תלמיד האט איהם זייער שטארק מכבד געווען. דארט איז אויך געווען א גוי'אישער פראפעסאר וועלכער האט באוואונדערט די געוואלדיגע כיבוד אב ורבו פון דעם תלמיד. ווען ער האט געפרעגט דעם ראש הישיבה פאר א הסבר איבער דעם. זאגנדיג אז זיין זוהן אדער אייניקל וועט איהם קיינמאל נישט אפגעבן אזא כבוד. האט איהם דער ראש ישיבה מסביר געווען...."ביי ענק מיט ענקער טעאריע פון עוואלוציע, עטץ האלטץ אז די דורות ווערן אייביג בעסער. קומט אויס אז דיין זון אדער אייניקל איז בעסער ווי דיר. נו, אויב ער איז בעסער, דארף ער דיר נישט אפגעבן קיין כבוד. אבער ביי אונז. אונז האלטן מיר אז די פריער'דיגע דורות זענען געווען א סאך בעסער פון אונז. און אונז זענען א סאך שוואכער. ממילא מוזן מיר אפגעבן כבוד פאר די עלטערע און פריער'דיגע...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער רמבעה"נ גניבה גזילה אינדוסטריע מאכט יעדעם בלינד. א פאר איזרעאלי׳ס שטאפען אן זייער קעשענעס, און כדי איינצורעדען די תמימי לב אין אמעריקא ווייטער אנצופילען זייער געשוואלענע באנק קאנטעס, באנוצען זיי זיך מיט א נאמען ר' מאיר בעל הנס, און דער סענטימענטאלישע געפיהל פון דער הייליגע היים, כאילו דער חת"ס טראגט עפעס אחריות פאר די מעשים פון א ביזנעס וואס נוצט זיין נאמען. דאס האט גארנישט מיט ראשונים כמלאכים, דאס איז ריין בלאף. אז דו האסט א דאללאר און דו ווילסט עס געבען צו צדקה לזכר נשמת רמבעה"נ, לייג עס אין א קאנווערט און די נעקסטע מאל דו טרעפסט אן ארימאן, גיב עס איהם אין די הענט אריין. די בעלעבתים פון כולל שומרי החומות זענען נישט אין די כלל פון ׳ארימאן׳.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק, עס איז נישט קיין סתירה צו מיין תגובה. איך רעד נישט דא ספעציפיש פון די היינטיגע כוללים; מעגליך ביסט גערעכט, מעגליך נישט. איך ווייס נישט. נוצן היינטיגע רבנים צו קאלעקטן פאר אן ארגאניזאציע איז מעגליך פונקט אזא שווינדל ווי נוצן ר' מאיר, איך זעה נישט דעם חילוק.

איך רעד פון דעם עצם קאנצעפט. עס דארף זיין א רעספעקט פאר צדקת רמבעה"נ ביי יעדן איד, און נישט חוזק מאכן דערפון, וזהו. אין דעם ארטיקל פון די וועקער האט אויסגעזעהן א זלזול אין קאנצעפט, נישט אינעם כולל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געזען אין דער וועקער א ליצנות וואס האט טאקע באלאנגט. איינער האט א צדקה קאסע. ער האט מחליט געווען אז איינער פון די תנאים (אדער נישט) האט עפעס א שייכות דערמיט. דאס איז א וועג פון פארדרייען די מענטשהייט א קאפ, און ליידער מענטשען לאזען זיך דערפון. זיין קאסע האט גארנישט מיט ר' מאיר בעל הנס, די גמרא מיינט גאר עפעס אנדערש, און תמימות'דיגע אידן פאלן אריין אין זייערע שוואכע מינוטן. יא, קופת העיר טוט די זעלבע שטיק, זיך באנוצענדיג מיט שיינע בילדער כאילו זיי האבען עפעס א שייכות מיט די צדקה (דערווייל ווייסט קיינער נישט ווער נעמט אחריות פאר קופת העיר). אבער יעדער איד מעג און זאל זיך אויסלאכן גענצליך פון די מושג פון 'קופת רמבעה"נ', פונקט ווי התאחדות זאלץ פסח און אסאך אזעלכע קולטורישע ערשיינונגען וואס אינטערעסן שטופן אונז אריין טעגליך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעמקעדיג און ליטוואק: ייש"כ. די מיינונגען פון ביידע פון ענק זענען אויך מיין (און,כ'בין זיכער רוב מענטשנ'ס) מיינונג...! די הערה איז נאר געווען איבער די אויפגעדרינגענע גרינגשעצונג און חוזק פון דעם בעל המאמר איבער די גרויסקייט פון א תנא. כאילו ער וואלט געווען עפעס א משולח פון ארץ ישראל וואס איז געקומען קיין אמעריקע מאכן געלט. אבער די צד השוה פון די אלע כוללים. אויך פון קופת העיר, איז, אז ס'איז איין שטיק שווינדל. דאס איז א ..."פאוולאוו'יאן"... טריק. כאילו. ווי גלייך אז אויב מ'זעהט דעם תמימות'דיגן איד הרה"ג ר' חיים קנייבסקי אריינלייגן געלט אין די פושקע פון קופת העיר, וועט דאס שוין אויך אריינגעבן א חשק אריינצולייגן געלט אין אט די פושקע...! אויך. כולל שומרי החומות האט די זעלבע פיקטשער אין זייערע לוחות ווי.."אידן לערנען משניות"...די זעלבע אידן וועלכע זענען שוין פופציג יאר בגן עדן העליון. לערנען נאכאלץ משניות אויף זייערע פיקטשערס...! די זעלבע איז כולל חיבת ירושלים. וואס עפעס א וואוילער יונגערמאן, א בנש"ק און זיין טאטע ע"ה האבן געצויגן שיין חיונה פון דעם...! איך געדענק נאך ווען זיין טאטע ע"ה איז נאך געגאנגען אן א בארד. און האטציך לכבודו פון די ביזנעס געלאזט וואקסן א לאנגע בארד. און אנגעטון א שטריימל און בעקיטשע מיט סטראקעס (אלס בנש"ק)... מדי דברי. אז מ'רעדט שוין איז הוא הדין מיט ..."חסד לאברהם"... וואס א פאר אידעלעך דאהי אין אמעריקע האבן ב"ה שיין פרנסה פון דעים. זיי קומען אריין אין אפיס ארום 11-11:30 פארמיטאג צו זיצן ביי זייערע דעסקס און געפילטער'טעג (דורך טעג) קאמפיוטערס. און טרינקען קאווע. אויך די אזויגערופענע ביקור חולים, איז א פאוני ארגאניזאציע. וועלכע שעמען זיך נישט נאך היינט אפילו צו גיין אין גרויסע בתי מדרשים צו קאלעקטן געלט. אפשר זענען זיי אמאל יא געווען אן אמת'ע ארגאניזאציע וועלכע האבן געהאלפן אידן. אבער היינט זענען זיי א פוסטע ליידיגע ארגאניזאציע. איך פאהר אדורך זייער בילדינג צענדליגע מאל א טאג. און איך זעה קיינמאל נישט קיין יוצא ונכנס. אויסער די עקזעקיוטיווס וועלכע גייען און קומען פון עסן לאנטש...!

משא"כ. די ארגאניזאציע משביע איז יא אן אמת'דיגע ארגאניזאציע וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך א יחיד. זיי געבן צו עסן פאר עניי עמך בדרך כבוד. און די העכסטע קוואליטי.

ס'איז מעגליך אז די אלע אויבנדערמאנטע ארגאניזאציעס און כוללים (אויסער קופת העיר) זענען אין אנהייב יא געווען אמת'דיג דא צו העלפן די ארעמעלייט די נצרכים. נאר מיט די צייט איז דאס געווארן קארופטירט. וואלט כדאי געווען ווען ס'וואלט אויפגעשטאנען א וועד וועלכער זאלל האבן אן איבערזיכט און פינאנציעלע קאנטראלל איבער די אלע תרפ"ט ארגאניזאציעס. צו זעהן אויב זיי זענען אמת' דיג און נוצליך. און אויב נישט, זאלל מען זיי פארמאכן...!
פארשפארט