ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין אבער נישט זיכער אז הרב שמואל האט געהאלטען טאקע אז זייער גוטס וועט זיין די ישועה.
די עצם זאך אז ער האט לוחם געווען אקעגן דאס צוריק געבן שטחים וואס די מדינה האט איינגענומען, דאס מיינט אז ער האט געזען מיט דעם כיבוש א גוטע זאך.
די עצם זאך אז ער האט געגעבן א הסכמה אויפן ספר 'אחרית כראשית' וואס איז מוכיח אז די ספר 'קול התור' איז נאמן און באגלייבט אויף וואס ער ברענגט בשיטת הגר"א אז די אתחלתא דגאולה דארף געשען בדרך הטבע און דערפאר האט ער געשוקט זיינע תלמידים קיין אר"י כדי די קיבוץ גלויות זאל געשען איידער משיח בן דוד וועט קומען, דאס מיינט אז ער האט געהאלטן אז די יעצטיגע מצב איז א מצב פון אתחלתא דגאולה און קיבוץ גלויות.
די עצם זאך אז ער האט גע'עסקן'ט בדרך הטבע ארויס צו טרייבן די אראבער פון אלט שטאט אין ירושלים, און ער איז געווען יושב ראש פון עמותת 'עטרה ליושנה', דאס מיינט אז ער האט געזען אין די טבעית'דיגע כיבוש אן ערך עליון.
און יותר מכל זה, אז מ'זעט ווי אלע זיינע תלמידים [נישט די וואס האבן זיך צוגעכאפט צו אים די לעצטע 6 יאר, און אויך נישט די תלמידים פון פונוביז'-מרקוביץ און פון גראדנא וואס האבן זיך צוגעטשעפעט צו אים נאר ווייל ס'האט זיך זיי געלוינט פאליטיש] ווי אלע זענען אזוי בשיטה און זאגן אזוי נאך בשמו, דאס איז נישט גענוג?!
און מ'דארף מציין זיין, א תלמיד זיינע האט מיר געזאגט, אז די לעצטע 6 יאר, אלע זיינע דרשות וואס נתי גרוסמן האט מפרסם געווען אין הפלס, ווען ס'איז געווען א שטיקל וואס האט נישט געשטימט מיט די שיטה פון הרב שך, האבן זיי עס צענזירט און אויסגעמעקט, מ'דארף קוקן אויף זיינע אלטע דרשות, ווי ער האלט און איין זאגן אז די נבואות פון התחלת הגאולה ווערן נתקיים אין די היינטיגע דור.