ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק: דו מאכסט נאר א ווערטל. ווייל ר' יוסף חיים זאנענפעלד איז קיינמאל קיין ציוני נישט געווען. ער איז נישט געווען פון די עקסטרעמיסטישע לוחמי אקעיגן זיי. ער האט געהאט אנדערע דאגות. וויאזוי צו פיהרן די קהילה. ער האטציך נישט אריינגעלייגט זיין קאפ אין די שטותים. אבער ער האט יא געטון פארשידענע פעולות און השתדלות וועלכע זענען געווען אקעיגן די נאציאנאלע אינטערעסן פון די ציוניס'טישע פיהרערס. למשל. ער האט פארהאנדלט מיט'ן קעניג אבדוללא פון ירדן אז ער זאלל אפגעבן א שטח פון לאנד פאר די ערליכע אידן וואו זיי זאללן קענען אויפבויען הייזער און מאכן אן ערליכן ישוב. אן קיין שום פאליטישע אספיראציעס. און דער האט שוין געהאלטן ביים פארווירקליכט ווערן. אבער צויליעב די פאליטישע און נאציאנאלע אספיראציעס פון די ציוניס'טישע פיהרערס איז עס נישט צושטאנד געקומען...!

ר' יוסף חיים אליינס איז געווען א גרויסע ציוני נישט ווייניגער ווי ר' שמואל'ן. ר' יוסף חיים'ן האט נאר געשטערט אז די פרייע חברה קומען זיך אן און זענען זיך משתלט אויף די פרומע, האט ער געוואלט מאכן אן אייגענע געגנד וואו די פרייע חברה זאלן נישט קענען האבן קיין שליטה. איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע פרשה פון דאקטער דהן ווייל כ'אב געהערט סתירות'דיגע מעשיות איבער דעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: ייש"כ פאר ברענגען די שיינע מעשה. נאר דאס ווייזט נישט אז ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל איז געווען א ציוני. נאר א קלוגער נארמאלער ערליכער איד. וועלכער האט ליעב געהאט א יעדן ערליכן איד באשר הוא שם. אפילו די נישט ערליכע האט ער אויכעט נישט פיינט געהאט או געשאלטן. ער האט נאר נישט געקענט ליידן זייער שטערן די ערליכע אידן צו לעבן ווי ערליכע אידן במנוחה.

אונז זעמיר שוין געווארן (ליידער) אזוי פארדרייט און פאררוקט דורך די פאלשע מסלפים ומנהיגים, אז ביי אונז הייסט שנאה צו א צווייטן איד ערליכקייט, קדושה און קנאות. און אביסל נארמאלקייט. און אהבת ישראל צו א צווייטן איד הייסט זיין א ציוני. אונז לעבן מיר עכט אין די עיקבתא דמשיחא. ווען מ'זאגט אויף טהור, טמא. און אויף טמא, טהור. אויף מותר, אסור. און אויף אסור , מותר...ווען א גדול בתורה וביראת שמים. אן ערליכער איד וועלכער האטציך מסגף געווען כל ימי חייו. ווערט נפטר. גייען משוגעים און וואנזיניגע חברה (מיט ווייסע בערד און גראבע בייכער) מאכן לחיים'ס און רקידה'לעך. און זאגן אויף איהם ימח שמו. און דאס הייסט אידישקייט...איך וועלל דא נוצן אן אויסדרוק וואס מיין פעיוואריט פיגור הרב סענדער דער דייטש (י"א דויטש) פלעגט אייביג ליעב האבן צו זאגן און שרייבן...."אנן יתמי דיתמי"... אונז זעמיר אזוי פאריתומ'ט און פארארעמט געווארן פון אמת'ע עכטע מנהיגים. שיין זעהמיר אויס אז ..."הרב"... ישראל מ. סופר איז אונזער מנהיג און הוגה דיעות. און ווען אן ערליכער איד, וועלכער האט עוסק געווען אין השגחות אין די ווייטע מדינה אינדיע איז אויפ'ן וועג אהיים זיך אפגעשטעלט אין א אידישע אכסניא און ביהמ"ד צו דערכאפן דאס הארץ און לערנען א בלאט גמרא. און ער איז ל"ע אומגעקומען דורך פארשאלטענע רוצחים שונאי ישראל. און א רב, רבי און מנהיג העדה האט איהם מספיד געווען אז ער איז אומגעקומען אין א מקום קדוש. שרייען די אנשי בליעל אשר בתוכנו. אז א ביהמ"ד פון חב"ד איז נישט קיין מקום קדוש. און דער מנהיג איז נתפס לציונות ווייל ער האט אנגערופן דעם ביהמ"ד א מקום קדוש. אדער ווען די פאלעסטינער אראבישע רוצחים, ימ"ש האבן דערהארג'עט עטליכע ישיבה בחורים אין ירושלים עיר הקודש האבן די פארדרייטע אנשי בליעל זיך געפרייט...!

נ.ב.: צו הרב שמעון וואלף שליט"א און און אלע אנדערע יפי נפש. יא. איך פארוואנדל א יעדע אישו אין מיין אגענדא. צו שרייען אקעיגן הרב ישראל מ. סופר און הרב סענדער דער דייטש/דויטש. איך האב מיך אבער נישט געקענט איינהאלטן. ווייל ס'קאכט אין מיר אזוי ווי דאס בלוט פון זכריה הנביא. ווילאנג ס'זענען דא אזעלכע פארדרייטע און פאררוקטע ברואים. און זיי זענען די אנשים חשובים. אן עולם הפוך. עליונים למטה. ותחתונים למעלה...! העוו עי נייס דעי...!
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

berlbalaguleh האט געשריבן:אונז זעמיר שוין געווארן (ליידער) אזוי פארדרייט און פאררוקט דורך די פאלשע מסלפים ומנהיגים, אז ביי אונז הייסט שנאה צו א צווייטן איד ערליכקייט, קדושה און קנאות.
און אביסל נארמאלקייט. און אהבת ישראל צו א צווייטן איד הייסט זיין א ציוני.
אונז לעבן מיר עכט אין די עיקבתא דמשיחא. ווען מ'זאגט אויף טהור, טמא. און אויף טמא, טהור. אויף מותר, אסור. און אויף אסור , מותר...
ווען א גדול בתורה וביראת שמים. אן ערליכער איד וועלכער האטציך מסגף געווען כל ימי חייו. ווערט נפטר.
גייען משוגעים און וואנזיניגע חברה (מיט ווייסע בערד און גראבע בייכער) מאכן לחיים'ס און רקידה'לעך. און זאגן אויף איהם ימח שמו. און דאס הייסט אידישקייט...
איך וועלל דא נוצן אן אויסדרוק וואס מיין פעיוואריט פיגור הרב סענדער דער דייטש (י"א דויטש) פלעגט אייביג ליעב האבן צו זאגן און שרייבן...."אנן יתמי דיתמי"...
אונז זעמיר אזוי פאריתומ'ט און פארארעמט געווארן פון אמת'ע עכטע מנהיגים.
שיין זעהמיר אויס אז ..."הרב"... ישראל מ. סופר איז אונזער מנהיג און הוגה דיעות.
און ווען אן ערליכער איד, וועלכער האט עוסק געווען אין השגחות אין די ווייטע מדינה אינדיע איז אויפ'ן וועג אהיים זיך אפגעשטעלט אין א אידישע אכסניא און ביהמ"ד צו דערכאפן דאס הארץ און לערנען א בלאט גמרא.
און ער איז ל"ע אומגעקומען דורך פארשאלטענע רוצחים שונאי ישראל. און א רב, רבי און מנהיג העדה האט איהם מספיד געווען אז ער איז אומגעקומען אין א מקום קדוש.
שרייען די אנשי בליעל אשר בתוכנו. אז א ביהמ"ד פון חב"ד איז נישט קיין מקום קדוש. און דער מנהיג איז נתפס לציונות ווייל ער האט אנגערופן דעם ביהמ"ד א מקום קדוש.
אדער ווען די פאלעסטינער אראבישע רוצחים, ימ"ש האבן דערהארג'עט עטליכע ישיבה בחורים אין ירושלים עיר הקודש האבן די פארדרייטע אנשי בליעל זיך געפרייט...!

פארגאנגענע שבת זכור האב איך געהערט אז יענע יאהר האט איינער פון די חסידים אינעם סאקמערער ביהמ"ד אין ירושלים (רח' יואל) בעת עריכת הקידושא-רבא לרגל שבת זכור
האט יענער געפרעגט דער רב (ה"ה הרח"צ ברז"ל ט"ב) "נו, וועמען דארף מען טאקע אינזין'ן-האבן ביי אט דעם מחיית עמלק ימ"ש,"
האט דער רב (וואס האט שוין גענומען אפאר גלעזליך לחיים) געגעבן א שמייכל און געזאגט: "וועמען נישט..."

אן אנדערע גירסא האב איך געהערט אז א יוד האט געפרעגט זיין רב אז מחמת הספק ווער איז דער עמלק שבדורינו
האט ער אינזין'ן געהאט גאנץ כלל ישראל, און יעצט איז ער מסופק אויב ער האט יוצא געוועהן... :lol:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: ייש"כ. נאר דער וואס האט געפרעגט דעם רב אויב ער האט יוצא געווען האט געמוזט זיין א סאטמאר'ער בריסקער. דאס איז גאר א געפערליכע קאמבינאציע. ב"ה דער אייבישטער האט נישט באשאפן א סאך אזאלכע ברואים...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: ייש"כ פאר ברענגען די שיינע מעשה. נאר דאס ווייזט נישט אז ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל איז געווען א ציוני.

וואס מיינט א ציוני לויט אייך? ווען זיי זאגן אויף איינעם אז ער איז א ציוני מיינען זיי דאס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

signout האט געשריבן:http://www.obudget.org/#entity/580043784/2017/main

אפיציעל הייסט עס אז זיי נעמען נישט קיין געלט פון איזבל'ס טיש?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך אונטער חכם »

לענ"ד איז די גאנצע סיבה פאר וואס עס האט געקענט זיין אזא עצרת הספד אין עטרת אברהם נאר געווען די דרשות פון מהר"א.

פאר פינעף יאר צוריק איז נאך געווען זייער אומבאקוועם פאר די זאליס זיך ארויסצושטעלן פאר אים, און מען האט קיינמאל נישט גערעדט בשבחו פערזענליך מען האט נאר גערעדט פון די מערכה.

אבער נאך יעדע דרשה וואס מהר"א האט געזאגט קעגן די 'פלג' איז ער געווארן גרעסער און גרעסער ביי די זאליס ביז מען איז אנגעקומען צום נעכטיגן עצרת הספד ווי אלע קנאים זענען געקומען מיטן זעלבן לשם יחוד ווי זיי גיין צו א פראטעסט אין מאנהעטן, אדער צו אן עצרת נגד חיטוטי שכבי אין ראדני.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אדער אן עצרת קעגן גיין צו בחירות, אדער ווי זיי פארטיילן לאטקעס אין בית שמש...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

טעות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום איש חזון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

עמעזאן האט געשריבן:אין אנדערע נייעס איז היינט נתייסד געווארן א נייע מועצת גדולי התורה אין ירושלים בביתו נאוה קודש ווי עס איז אויפגענומען געווארן 12 רבנים בראשות הגאון ר' ברוך שאול דויטש הגאון ר' עזריאל אוירבאך און א דריטע גאון שכחתי שמו

*שמואל, כצ''ל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

וואס איז טאקע פשט אז מ'האלט שוין נאך די שבעה, ביי מהרז'ל האט מען שוין געמאכט א הספד ווי מ'האט אים צוגעגליכן ממש ווי א שותף צום סאטמאר רבין ז'ל (ע''פ מאיר שניצלער ביים הספד) מ'האט שוין אפילו געהערט די הערליכע השקפה פין לעיקוואד וואס די פראבלעם פין גיוס איז, אבער פין די עדה החרדית אליין איז נישטו קיין הספד.., ביי די לוי' זענען אלע הספדים (חוץ פין די ראב''ד) געווען אין עיוורית מ'האט אינגאנצען געגבן 1 הספד פאר די עדה (נאכדערצו פארן ראב''ד..), וואס גייט פאר?
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

signout האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז מ'האלט שוין נאך די שבעה, ביי מהרז'ל האט מען שוין געמאכט א הספד ווי מ'האט אים צוגעגליכן ממש ווי א שותף צום סאטמאר רבין ז'ל (ע''פ מאיר שניצלער ביים הספד) מ'האט שוין אפילו געהערט די הערליכע השקפה פין לעיקוואד וואס די פראבלעם פין גיוס איז, אבער פין די עדה החרדית אליין איז נישטו קיין הספד.., ביי די לוי' זענען אלע הספדים (חוץ פין די ראב''ד) געווען אין עיוורית מ'האט אינגאנצען געגבן 1 הספד פאר די עדה (נאכדערצו פארן ראב''ד..), וואס גייט פאר?

דו מיינסט עס ערענסט?!
דו מיינסט באמת אז ר' שמואל האט געהאט עפעס א שייכות מיט די קנאים פון מאה שערים?
די אמעריקאנע וויליאמסבורגע יודן קען מען דרייען א קאפ, אבער אין אר"י ווייסט דען נישט יעדער אז ר' שמואל מיט די עדה זענען תרתי דסתרי?
אויף דעם האט מען דאך געמיינט - הרוצה לשקר ירחיק עדותו!

אגב, דו מיינסט אז די עדה האט בכלל עפעס א חשיבות בעיני כלל ישראל אין אר"י? איינער קוקט זיי בכלל אהן? זיי אלע שעמן זיך אויף דעם וואס זיי האבן געדארפט גיין צו כמה וכמה הפגנות צוזמען מיט די קנאים, זיי האבן עס געטוהן פשוט מחוסר ברירה ווייל ס'האט זיי געפעלט פלייש (און אויך געלט...)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן פרצי: נו, רעד נישט אזוי אויפ'ן ..."בית דין הגדול"...איי, זיי זענען שוין אן אפגעדינטע ארגאניזאציע. ס'איז שוין עבר עליהם הכלח. יא. די השגחות דיפארטמענט איז נאך א מאני מעיקינג ביזנעס. ס'ברענגט נאך אריין א פאר מיליאן דאללער א יאר פאר די וואס זיצן נעבן די שיסל.

מילא ווילאנג בעלזא איז נאך געווען מיט די עדה. און זיי האבן גענומען פון זייער שחיטה. איז דער בד"ץ נאך עפעס געווען. אבער די יושב ראש'ניק'עס האבן דאך ארויסגעוויזן א גרינגשצונג צו בעלזא. האט דער רררב מחליט געווען צו גיין מאכן שבת פאר זיך אליינס. ווייל זיי האבן די נאמבערס. זיכער אין ירושלים. דאס האט ארופגעברענגט דעם גרימצארן ביי די עדה און זייערע שותפים די סאטמאר'ע קהילה אין ניו יארק.

ווער געדענקט דען נישט (ווער ס'געדענקט, געדענקט.) וואס ס'האטציך אפגעטון דא אין ניו יארק רבתי בשנת תשמ"א...ואכמ"ל...!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

האט איינער פון די מספידים אדער תלמידים פון הרב אויערבאך דערמאנט וועגן דעם אז רבי שמואל האט תשובה געטאן ? איז ערגעץ ביי זייער לאגער ארויסגעברענגט געווארן אפס קצהו פון וואס מ'האט גערעדט דא אין עטרת אברהם ?

א מין ביליגע לעצנות די גאנצע זאך דא אין ווילי רעדט מען פון אויערבאך עפעס וואס בי זיי אליין רעדט מען נישט דערפון......... א מין טיפקייט פון ביליגקייט
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

berlbalaguleh האט געשריבן:בן פרצי: נו, רעד נישט אזוי אויפ'ן ..."בית דין הגדול"...איי, זיי זענען שוין אן אפגעדינטע ארגאניזאציע. ס'איז שוין עבר עליהם הכלח. יא. די השגחות דיפארטמענט איז נאך א מאני מעיקינג ביזנעס. ס'ברענגט נאך אריין א פאר מיליאן דאללער א יאר פאר די וואס זיצן נעבן די שיסל.

מילא ווילאנג בעלזא איז נאך געווען מיט די עדה. און זיי האבן גענומען פון זייער שחיטה. איז דער בד"ץ נאך עפעס געווען. אבער די יושב ראש'ניק'עס האבן דאך ארויסגעוויזן א גרינגשצונג צו בעלזא. האט דער רררב מחליט געווען צו גיין מאכן שבת פאר זיך אליינס. ווייל זיי האבן די נאמבערס. זיכער אין ירושלים. דאס האט ארופגעברענגט דעם גרימצארן ביי די עדה און זייערע שותפים די סאטמאר'ע קהילה אין ניו יארק.

ווער געדענקט דען נישט (ווער ס'געדענקט, געדענקט.) וואס ס'האטציך אפגעטון דא אין ניו יארק רבתי בשנת תשמ"א...ואכמ"ל...!


יודעי דבר זאגן, אז די עדה-החרדית האט שוין געדארפט צוזאם-קראכן אין די מ' יאהרן
זיי האבן געהאט אינערליכע קריגעריין ווער ס'וועט זיין בעה"ב.
דער מנחת-יצחק איז שוין געוועהן עלטער און ר'-משה-אריה איז געוועהן מעהר אזא צדיק'ל (הגם ער איז געוועהן א גרויסע ת"ח) און ר'-ישראל-משה-דושינסקי כבודו במקומו מונח אבער...

ס'האט שוין אויסגעזעהן ווי א בהמה נאכן מניח זיין פאר'ן שחט'ן...

געקומען דער בעלזער און האט געגעבן א שטופ און א פאראייניג-שאפט צווישן סאטמאר און די עדה"ח לפלגותיהם פאר נאך דרייסיג יאהר.
בערך תשע"א האט זיך דאס געענדיגט
און אן קיין שטופ פון אינדרויסן נאר מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו...

יהא זכרה של העדה-החרדית צרור בצרור החיים
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

berlbalaguleh האט געשריבן:בן פרצי: נו, רעד נישט אזוי אויפ'ן ..."בית דין הגדול"...איי, זיי זענען שוין אן אפגעדינטע ארגאניזאציע. ס'איז שוין עבר עליהם הכלח. יא. די השגחות דיפארטמענט איז נאך א מאני מעיקינג ביזנעס. ס'ברענגט נאך אריין א פאר מיליאן דאללער א יאר פאר די וואס זיצן נעבן די שיסל.

למיטב ידיעתי האט די השגחה דיפארטמענט קיין סאך שייכות נישט מיט די עדה, ס'איז א פריוואטע ביזנעס פון פאפענהיים. דאכט זיך מיר אז די קיצונים דארט האבן שוין אן אייגענעם הכשר אויב איך האב נישט קיין טעות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן פרצי: אבער פאפנהיים (אפשר דער אייציגסטער דארט וואס האט א ביסל שכל.) נוצט דעם נאמען פון די פרענטשייז צו מאכן געלט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת:...אמן...!
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

berlbalaguleh האט געשריבן:בן פרצי: אבער פאפנהיים (אפשר דער אייציגסטער דארט וואס האט א ביסל שכל.) נוצט דעם נאמען פון די פרענטשייז צו מאכן געלט...!

אין אר"י -אנדערש ווי אין אמעריקא- פלעגט נישט זיין מער ווי 2 היימישע הכשרים אמאל, אין ירושלים פלעגט זיין די עדה, און אין בני ברק איז געווען הרב לנדאו'ס הכשר.

משא"כ אין אמעריקא, יעדער רב וואס האט געקענט הלכות כשרות, האט געגעבן א הכשר, אזויווי איינער וואס קען מראות איז פוסק הלכות אין הלכות יו"ד, און איינער וואס קען חו"מ פסק'נט אין דיני ממונות. ווי לדוגמה, ווען 'קדם' האט געזוכט א בעל מכשיר איז ער צוגעגאנגען צו צעלימער רב בעטן צו ער קען אים געבן א הכשר, אפילו צעלימער רב האט קיינמאל פאר דעם נישט געגעבן א הכשר.

ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען צו עפענען נייע הכשרים אין אר"י (ווי דו האסט דערמאנט אז דער בעלזער רב איז געווען די ערשטע נחשון מיטן הכשר 'מחזיקי', און בעקבותיו 'שארית', 'רובין', 'אגודה' און נאך), האט די עדה ארויסגעגאנגן מיט א שווערע קאמפיין צו ארויסלאזן שמועות אויף די אנדערע הכשרים, אז אלעס איז גארנישט ווערד און דער איז מקיל און דאס און יענער איז מקיל אין דעם, א חלק פון זייערע טענות איז געווען הוילע שטותים וואס לא דובים ולא יער, און א חלק פון זייער טענות איז טאקע געווען אמת, אבער זאכן וואס איז נישט קיין הלכה'דיגע פראבלעמן, נאר איינער וואס קען נישט קיין הלכות קען מען דרייען א קאפ. די עולם גולם וואס איז געווען צוגעוואוינט צו עסן נאר עדה מיט לנדאו, האבן זיך נישט געזיכט קיין צרות, די עולם איז נישט אזוי בקי אין פרטי הכשרות און ווייסן נישט וואס איז באמת א פראבלעם און וואס נישט, צו יש דברים בגו צו נישט, ממילא די רגע וואס איז געווארן א נושא יא צו ניין, האט די עולם זיך נישט געזוכט קיין פראבלעמן.

ממילא גאר א גרויסע חלק פון די היימישע ציבור עסט בעיקר נאר די צוויי הכשרים.

שפעטער איז די כשרות זייערע געווען זייער שווער עקאנאמיש/כלכלי, דעמאלץ איז פאפענהיים אריין אין די בילד און ער האט עס איבערגענומען, און האט עס געמאכט פאר א פריוואטען ביזנעס זיינע, ער האט איבערגענומען א 'ברענד נעים' כשרות, ער האט גלייך אנגעפאנגען אויף א גוטע פאנדעישן, ממילא גייט אים גוט די ביזנעס. און ועל הכל, האט ער א גאנצע טים/צוות וואס זייער תפקיד איז, ארום צו גיין פון איין פעקטארי צום צווייטן, פון איין קאמפעני צום אנדערן, און משכנע זיין אריבער צו גיין צו זייער הכשר, ווייל זיי האבן די מערסטע קונים. זיי ארבעטן טאג טעגליך שווער מיט הארעוואניע, זיי באקומען גוטבאצאלט, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדער פאר חידושים גייען אריבער נאך קאמפעני'ס צו די הכשר פון די עדה (ווי למשל 'טרה' איז לעצטענס אריבער צו זיי).

לעומת דעם, אין די רעסטאראנטען און טעיק-אוטס ווערט די עדה שוואכער און שוואכער, די הכשר פון הרב רובין האט איבערגענומען די גאנצע מארקעט אין ירושלים, ס'איז כמעט נישט דא צו טרעפן קיין סאך מקומות מיט עדה הכשר, [און אין אנדערע שטעט האט עדה קיינמאל נישט געהאט קיין רעסטעראונטס].

איינער פון די עיקר חילוקים פון די הכשר פון עדה און אלע אנדערע הכשרים איז, אז אלע הכשרים נעמן א וועידש/משכורת חודיש'לעך, ס'דא א געוואוסע אמאונט/סכום וויפיל די פעקטארי דארף געבן יעדע חודש פאר די הכשר פאר זייער ארבעט, לעומת דעם די עדה באקומט באצאלט פראצענטליך, וויפיל סחורה ס'פארקויפט זיך מיט זייער הכשר, אזויפיל באקומען זיי באצאלט, ד"ה זיי ווערן א 'שותף' מיט די פעקטערי. (מ'דארף דן זיין פארוואס ס'איז נישט קיין פראבלעם פון נוגע בדבר, די גאנצע געדאנק פארוואס מ'דארף א הכשר און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף די בעה"ב אליינס, [אזויווי מ'דארף נישט קיין הכשר אויף יעדע זאך וואס די בני בית באקט אין די היים], איז היות די בעה"ב איז א נוגע בדבר, ווייל ער פארדינט פון דעם וואס ס'פארקויפט זיך, און ער האט א הפסד פון דעם וואס ס'פארקויפט זיך נישט, ממילא ווייס איך נישט וויפיל מ'טוט אויף מיט א הכשר וואס ווערט א שותף אין די ביזנעס. אבער דאס איז א נושא פאר זיך).
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

להגיד שבחו של שמואל ששינה...

שליחה דורך נקודת-אמת »

ווער ס'קען אהער ברענגען די משא המרכזי פון כ"ק מהרז"ל מסאקמער שליט"א

ביים עצרת מספד אין 'עטרת-אברהם' פארגאנגענע זונטאג שעעל"ט

תבוא עליו ברכה
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: מהרז"ל שליט"א האט ממילא נאר געזאגט וואס מ'האט איהם פארגעשריבן. נאך א מזל אז די עצרת איז פארגעקומען אין מיטן די וואך און נישט אום שבת קודש. אזוי איז גרינגער צו ליינען פונ'ם סקריפט. הגם מ'מעג אום שב"ק אויך ליינען פון צעטל. אבער ביי שלוש סעודות איז דאך טונקל אין ביהמ"ד.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך אונטער חכם »

בן פרצי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז מ'האלט שוין נאך די שבעה, ביי מהרז'ל האט מען שוין געמאכט א הספד ווי מ'האט אים צוגעגליכן ממש ווי א שותף צום סאטמאר רבין ז'ל (ע''פ מאיר שניצלער ביים הספד) מ'האט שוין אפילו געהערט די הערליכע השקפה פין לעיקוואד וואס די פראבלעם פין גיוס איז, אבער פין די עדה החרדית אליין איז נישטו קיין הספד.., ביי די לוי' זענען אלע הספדים (חוץ פין די ראב''ד) געווען אין עיוורית מ'האט אינגאנצען געגבן 1 הספד פאר די עדה (נאכדערצו פארן ראב''ד..), וואס גייט פאר?

דו מיינסט עס ערענסט?!
דו מיינסט באמת אז ר' שמואל האט געהאט עפעס א שייכות מיט די קנאים פון מאה שערים?
די אמעריקאנע וויליאמסבורגע יודן קען מען דרייען א קאפ, אבער אין אר"י ווייסט דען נישט יעדער אז ר' שמואל מיט די עדה זענען תרתי דסתרי?
אויף דעם האט מען דאך געמיינט - הרוצה לשקר ירחיק עדותו!

אגב, דו מיינסט אז די עדה האט בכלל עפעס א חשיבות בעיני כלל ישראל אין אר"י? איינער קוקט זיי בכלל אהן? זיי אלע שעמן זיך אויף דעם וואס זיי האבן געדארפט גיין צו כמה וכמה הפגנות צוזמען מיט די קנאים, זיי האבן עס געטוהן פשוט מחוסר ברירה ווייל ס'האט זיי געפעלט פלייש (און אויך געלט...)

וואס הייסט א תרתי דסתרי? מען האט דאך פריער געברענגט דא א צעטל ווי אפילו ביי זיין טאטנס לווי' האבן זיי ארויסגעגעבן א ביטול מלאכה?

איך מיין אז עס איז פונקט פארקערט, ביי די עדה החרדית האט מען קיינמאל נישט אראפגעקוקט די גדולים פון אנדערן לאגער, און זיי האבן עס נאר אנגעקוקט ווי חילוקי דעות אינעם אופן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די ציונים, ממילא אז ר' שמואל האט אנגעהויבן צו גיין אויפן זעלבן וועג האבן זיי געקענט גיין מיט אים צוזאמען , משא"כ אין סאטמאר ווי די אנדערע צד איז אפגעפרעגט.
פארשפארט