berlbalaguleh האט געשריבן:בן פרצי: אבער פאפנהיים (אפשר דער אייציגסטער דארט וואס האט א ביסל שכל.) נוצט דעם נאמען פון די פרענטשייז צו מאכן געלט...!
אין אר"י -אנדערש ווי אין אמעריקא- פלעגט נישט זיין מער ווי 2 היימישע הכשרים אמאל, אין ירושלים פלעגט זיין די עדה, און אין בני ברק איז געווען הרב לנדאו'ס הכשר.
משא"כ אין אמעריקא, יעדער רב וואס האט געקענט הלכות כשרות, האט געגעבן א הכשר, אזויווי איינער וואס קען מראות איז פוסק הלכות אין הלכות יו"ד, און איינער וואס קען חו"מ פסק'נט אין דיני ממונות. ווי לדוגמה, ווען 'קדם' האט געזוכט א בעל מכשיר איז ער צוגעגאנגען צו צעלימער רב בעטן צו ער קען אים געבן א הכשר, אפילו צעלימער רב האט קיינמאל פאר דעם נישט געגעבן א הכשר.
ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען צו עפענען נייע הכשרים אין אר"י (ווי דו האסט דערמאנט אז דער בעלזער רב איז געווען די ערשטע נחשון מיטן הכשר 'מחזיקי', און בעקבותיו 'שארית', 'רובין', 'אגודה' און נאך), האט די עדה ארויסגעגאנגן מיט א שווערע קאמפיין צו ארויסלאזן שמועות אויף די אנדערע הכשרים, אז אלעס איז גארנישט ווערד און דער איז מקיל און דאס און יענער איז מקיל אין דעם, א חלק פון זייערע טענות איז געווען הוילע שטותים וואס לא דובים ולא יער, און א חלק פון זייער טענות איז טאקע געווען אמת, אבער זאכן וואס איז נישט קיין הלכה'דיגע פראבלעמן, נאר איינער וואס קען נישט קיין הלכות קען מען דרייען א קאפ. די עולם גולם וואס איז געווען צוגעוואוינט צו עסן נאר עדה מיט לנדאו, האבן זיך נישט געזיכט קיין צרות, די עולם איז נישט אזוי בקי אין פרטי הכשרות און ווייסן נישט וואס איז באמת א פראבלעם און וואס נישט, צו יש דברים בגו צו נישט, ממילא די רגע וואס איז געווארן א נושא יא צו ניין, האט די עולם זיך נישט געזוכט קיין פראבלעמן.
ממילא גאר א גרויסע חלק פון די היימישע ציבור עסט בעיקר נאר די צוויי הכשרים.
שפעטער איז די כשרות זייערע געווען זייער שווער עקאנאמיש/כלכלי, דעמאלץ איז פאפענהיים אריין אין די בילד און ער האט עס איבערגענומען, און האט עס געמאכט פאר א פריוואטען ביזנעס זיינע, ער האט איבערגענומען א 'ברענד נעים' כשרות, ער האט גלייך אנגעפאנגען אויף א גוטע פאנדעישן, ממילא גייט אים גוט די ביזנעס. און ועל הכל, האט ער א גאנצע טים/צוות וואס זייער תפקיד איז, ארום צו גיין פון איין פעקטארי צום צווייטן, פון איין קאמפעני צום אנדערן, און משכנע זיין אריבער צו גיין צו זייער הכשר, ווייל זיי האבן די מערסטע קונים. זיי ארבעטן טאג טעגליך שווער מיט הארעוואניע, זיי באקומען גוטבאצאלט, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדער פאר חידושים גייען אריבער נאך קאמפעני'ס צו די הכשר פון די עדה (ווי למשל 'טרה' איז לעצטענס אריבער צו זיי).
לעומת דעם, אין די רעסטאראנטען און טעיק-אוטס ווערט די עדה שוואכער און שוואכער, די הכשר פון הרב רובין האט איבערגענומען די גאנצע מארקעט אין ירושלים, ס'איז כמעט נישט דא צו טרעפן קיין סאך מקומות מיט עדה הכשר, [און אין אנדערע שטעט האט עדה קיינמאל נישט געהאט קיין רעסטעראונטס].
איינער פון די עיקר חילוקים פון די הכשר פון עדה און אלע אנדערע הכשרים איז, אז אלע הכשרים נעמן א וועידש/משכורת חודיש'לעך, ס'דא א געוואוסע אמאונט/סכום וויפיל די פעקטארי דארף געבן יעדע חודש פאר די הכשר פאר זייער ארבעט, לעומת דעם די עדה באקומט באצאלט פראצענטליך, וויפיל סחורה ס'פארקויפט זיך מיט זייער הכשר, אזויפיל באקומען זיי באצאלט, ד"ה זיי ווערן א 'שותף' מיט די פעקטערי. (מ'דארף דן זיין פארוואס ס'איז נישט קיין פראבלעם פון נוגע בדבר, די גאנצע געדאנק פארוואס מ'דארף א הכשר און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף די בעה"ב אליינס, [אזויווי מ'דארף נישט קיין הכשר אויף יעדע זאך וואס די בני בית באקט אין די היים], איז היות די בעה"ב איז א נוגע בדבר, ווייל ער פארדינט פון דעם וואס ס'פארקויפט זיך, און ער האט א הפסד פון דעם וואס ס'פארקויפט זיך נישט, ממילא ווייס איך נישט וויפיל מ'טוט אויף מיט א הכשר וואס ווערט א שותף אין די ביזנעס. אבער דאס איז א נושא פאר זיך).