ווייטאל (Vital) קרעדיט קארד.

אלעס איבער האנדל וואנדל
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

ווייטאל (Vital) קרעדיט קארד.

שליחה דורך החוקר »

לעצטענס איז ארויפגעקומען אויף די מאפע, ווייטאל (Vital) קרעדיט קארד. מען באקומט, מען שיקט, עס איז דא א פיבער צו שערן (נישט די האר). וואס איז דאס, מה טיבו?

אויפן ערשטן בליק, ווען מען געט א קוק אויף די ווייטאל קרעדיט קארד, קוקט עס אויס ווי א פשוטע מלמ (מולטי לעוועל מארקעטינג). אז מען פארשטייט אבער גוט וויאזוי עס ארבייט, קען מען זעהן געוויסע חילוקים, וואס לשיטתי, מאכט עס זאל ווערט זיין.

וויאזוי ארבייט א געווענדליכע מלמ? בדרך כלל ווען מען וויל אויפסיינען דארף מען עפעס אריינצאלן, צו דורך מעמבערשיפ, צו דורך קויפן פראדוקטן. סיי וויאזוי דארף מען באצאלן אריינצוגיין, און די חשבון איז אז מען וועט אריינשלעפן אנדערע וואס באצאלן, און אזוי וואקסט מען. נאכן אריינגיין שטעלט זיך ארויס, אז עס איז סאך שווערער ווי מען מיינט, אריינצושלעפן נאך מענטשן אונטער זיך איז נישט אזוי גרינג. נאכדערצו אז מען זאגט יענעם, אז כדי צריקצומאכן די ערשטע אינוועסטמענט, מוז ער משוגע מאכן אנדערע אריינצוגיין אונטער אים.

דאס איז ווי רוב מענטשן פאלן אדורך. און די חשבון פון די קאמפאני איז טאקע דאס, אז די אלע וואס גייען נישט וויייטער, האבן אריינגעצאלט אבער נעמען גארנישט ארויס.
------

וואס איז ווייטאל אנדערש?

ראשית עס קאסט נישט גארנישט אויפצוסיינען. נישט היינט, נישט מארגן, נישט איבער'ס יאר, גארנישט.
ווייטאל איז א פשוטע קרעדיט קארד ווי אלע אנדערע, די קעש בעק דארט איז וואו עס מאכט א חילוק.

איז לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט. ווייטאל האט צוויי בענעפיטן, קעש בעק און קעש ריווארדס. קעש בעק איז 1% אויף אלעם וואס מען קויפט, פונקט ווי א געווענדליכע קארטל. קעש ריווארדס איז געוואנדן אין וויפיל מענטשן מען האט אונטער זיך.

די סכום פון קעש ריווארדס איז אנגעוואנדן אין דיין סקאור. אסאך שיקן ארום זייער לינק, און זיי סיינען אויף אנדערע דורך זייער לינק. זיי האבן הנאה צו זעען ווי זייער סקאור גייט ארויף הויך און מיינען אז זיי גייען מאכן גרויס געלט. עס איז אבער נישט אזוי פשוט. די סקאור ארבייט אזוי, פאר יעדן מענטש דירעקט אונטער זיך באקומט מען פיר פוינטס. פאר יעדן צווייטן לעוועל מענטש איז צוויי פוינטס, און פארן דריטן לעוועל איז איין פוינט פער מענטש.

יעדן חודש גייט ווייטאל געבן 2% קעש בעק, אבער אנשטאט עס געבן גראד ווי א געווענדליכע קארד מיט 2% קעש בעק, גייט עס ווערן צוטיילט. 1% באקומט יעדער לויט וויפיל מען האט געסווייפט, די אנדערע 1% גייט אריין אין א קעש ריווארד שיסל און ווערט צוטיילט לויט די פוינטס. דהיינו, זיי גייען אויסרעכענען וויפיל איז די ס"ה פוינטס פון אלע מעמבערס, און מען צוטיילט די סכום וואס ליגט אין שיסל פאר יעדן פוינט גלייך. אין אנדערע ווערטער, יעדע פוינט גייט זיין ווערט א געוויסע סכום, געוואנדן אין די חודש, און וויפיל פוינטס די האסט, אזויפיל מאל דעם סכום באקומט מען.

ב, אויב זאלן אלע מעמבערס אינאיינעם סווייפן דעם חודש א מיליאן דאלאר, איז 1% פון דעם 10 טויזענט דאלער. לאמיר זאגן אז די ס"ה פוינטס פון יעדן איינעם איז 20 טויזענט, איז די ווערד פון יעדן פוינט 50 צענט.

וואס איז די קעטש? כדי צו זיין בארעכטיגט צו באקומען קעש ריווארדס דארף מען סווייפן כאטש $250, און כדי צו קענען רעכענען א פוינט מוז יענער האבן געסווייפט כאטש $1. דאס הייסט אז מען גייט נאר פארדינען אויב ניצט מען דעם קארטל פאר $250, און אויך נאר אויף די פוינטס אונטער זיך פון די וואס האבן פאקטיש גענוצט זייער קארטל.

איז לדוגמא אויב איינער האט אונטער זיך 5 מענטשן און די 5 האבן צוזאמען נאך 8 צווייטע לעוועל, איז עס ס"ה 36 פוינטס. אויב פון די האבן 2 ערשטע לעוועל און 6 צווייטע לעוועל גענוצט זייער קארטל פאר כאטש $1, גייט נאר ווערן גערעכנט 20 פוינטס אויף וואס מען קען פארדינען קעש ריווארדס.

דריקט דא צו אויפסיינען.


פאר פראגן און הערות זייט מגיב.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

שו"ת בעניני חיוני כרטיס אשראי.

איך האב 23 אימעיל אדרעסן, קען איך שיקן א לינק צו מיר אליין שנעל צו וואקסן?
א חוץ אויב דו האסט 23 סאשעל סעקיוריטי #'ס גייסטו גארנישט פארדינען.

מיין חבר זאגט מיר אז ער האט שוין ארומגעשיקט זיין לינק צו 37 מענטשן, און אויף די וועבזייטל שטייט אז ער גייט פארדינען $209 חודש'ליך, עד סוף כל הדורות. איז עס טאקע ממש אזוי גרינג?
ניין, זאג אים אז ער גייט נישט מאכן קיין פעני. א חוץ טאמער ער מאכט זיכער אז די אלע גייען פאקטיש אפלייען און ניצן די קארטל. די אלע נאמבערס איז נאר זיין 'פאטענציעל'.

אקעי, איז טאמער מאך איך זיכער אז די אלע זאלן פאקטיש אפלייען, באקום איך חודש'ליך $209 אין באנק?

ניין, דו מוזט ניצן דיין קארטל פאר כאטש $250 א חודש כדי צו באקומען דאס געלט. און די סכום וואס די באקומסט איז געוואנדן אין וויפיל אונטער דיר ניצן כאטש איין דאלאר.

אהא, איז טאמער ניץ איך נאר צוויי הונדערט דאלער איז עס גארנישט ווערד?

דאס האב איך נישט געזאגט, פאר $200 באקומסטו 1% ($2) קעש בעק ווי א יעדע פשוטע קרעדיט קארד.

איינער האט מיר געשיקט א לינק און ער מאכט מיר משוגע איך זאל אויפסיינען, איך פלאן נישט צו שיקן די לינק ווייטער און משוגע מאכן אנדערע, פארוואס זאל איך אויפסיינען?
אויב איז דיר די קרעדיט קארד אליינס אינטערסאנט, טוה אים א טובה, סיין-אויף האסט נישט וואס צו דערלייגן.

אויב סיין איך אויף יעצט גייט עס אפעקטירן מיין קרעדיט?

ניין, די סיינסט אויף צו באקומען א לינק צו קענען שערן.

איז דא א יערליכע אפצאל?
ניין, עס איז אומזינסט.

אקעי איך האב אויפגעסיינט, דארף איך נאך עפעס טוהן? ווען קומט אן מיין קארד?

ווען די קארד גייט פאקטיש זיין אוועלעיבל, סוף יאר למספרם, גייסטו דארפן אפלייען פונקט ווי פאר א געהעריגע קרעדיט קארד.

איך האב שוין איין קארטל איך האב מורא אז מיט צוסאך קרעדיט וועל איך ספענדן מער וויפיל איך פארדין, זאל איך עס נעמען?

פארוואס האסטו אפילו איין קרעדיט קארד?

איך האב פיינט צו האבן מער ווי איין-צוויי קרעדיט קארד'ס, זאל איך דאס נעמען?

ניין, עס איז דא בעסערע קארטלעך אויף די מארקעט.

איך האב שוין אונטער מיר 85 מענטשן, אבער איך כאפ יעצט אז מיין קרעדיט איז אנגעזעצט (לאמיר נישט יעצט רעדן עס איז א פארווייטאגטע נושא), האב איך אלעס דערלייגט?

נישט געזארגט, מען גייט קענען שיקן די פוינטס וואס מען האט פארדינט צו פאמיליע און גוטע פריינט (עס גייט אויספעלן, זע קןמענדיגע שאלה) אויב די ווערסט צוריקגעוויזן.

אקעי געב ארויס דעם אמת, וואס איז די חסרון? וואו קען איך דערלייגן?
כ'על מודה זיין, חוץ חברים וואס וועלן זיך אפשאקלן פון דיר, און משפחה וואס וועלן מיסטעריעז פארשוואונדן ווערן פון דיינע שמחות; חוץ פון דעם, איז נישטא וואס צו דערלייגן.

אחרי ככלות הכל, נאכן פרעגן די פיר קשיות, אויב ביסטו אינטערעסירט אין דעם, זיי מוחל ניץ מיין לינק אויפצוסיינען. פארוואס מיין לינק? זאג דעם אמת, האט דיר עס איינער אזוי שיין צונימען און מסביר געווען.

דריקט דא צו אויפסיינען.
פאטעיטא טשיפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פאטעיטא טשיפ »

נעה!!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

נעקסטע יאר אין פורים אפטיילונג פין קול מבשר, נאך די קראך פין ביטקאון, וועט ער אפשר רעדן ווי דער אינגערמאן אינוועסטירט אין ווייטאל..
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט