ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בן פרצי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:בן פרצי: אבער פאפנהיים (אפשר דער אייציגסטער דארט וואס האט א ביסל שכל.) נוצט דעם נאמען פון די פרענטשייז צו מאכן געלט...!

אין אר"י -אנדערש ווי אין אמעריקא- פלעגט נישט זיין מער ווי 2 היימישע הכשרים אמאל, אין ירושלים פלעגט זיין די עדה, און אין בני ברק איז געווען הרב לנדאו'ס הכשר.

משא"כ אין אמעריקא, יעדער רב וואס האט געקענט הלכות כשרות, האט געגעבן א הכשר, אזויווי איינער וואס קען מראות איז פוסק הלכות אין הלכות יו"ד, און איינער וואס קען חו"מ פסק'נט אין דיני ממונות. ווי לדוגמה, ווען 'קדם' האט געזוכט א בעל מכשיר איז ער צוגעגאנגען צו צעלימער רב בעטן צו ער קען אים געבן א הכשר, אפילו צעלימער רב האט קיינמאל פאר דעם נישט געגעבן א הכשר.

ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען צו עפענען נייע הכשרים אין אר"י (ווי דו האסט דערמאנט אז דער בעלזער רב איז געווען די ערשטע נחשון מיטן הכשר 'מחזיקי', און בעקבותיו 'שארית', 'רובין', 'אגודה' און נאך), האט די עדה ארויסגעגאנגן מיט א שווערע קאמפיין צו ארויסלאזן שמועות אויף די אנדערע הכשרים, אז אלעס איז גארנישט ווערד און דער איז מקיל און דאס און יענער איז מקיל אין דעם, א חלק פון זייערע טענות איז געווען הוילע שטותים וואס לא דובים ולא יער, און א חלק פון זייער טענות איז טאקע געווען אמת, אבער זאכן וואס איז נישט קיין הלכה'דיגע פראבלעמן, נאר איינער וואס קען נישט קיין הלכות קען מען דרייען א קאפ. די עולם גולם וואס איז געווען צוגעוואוינט צו עסן נאר עדה מיט לנדאו, האבן זיך נישט געזיכט קיין צרות, די עולם איז נישט אזוי בקי אין פרטי הכשרות און ווייסן נישט וואס איז באמת א פראבלעם און וואס נישט, צו יש דברים בגו צו נישט, ממילא די רגע וואס איז געווארן א נושא יא צו ניין, האט די עולם זיך נישט געזוכט קיין פראבלעמן.

ממילא גאר א גרויסע חלק פון די היימישע ציבור עסט בעיקר נאר די צוויי הכשרים.

שפעטער איז די כשרות זייערע געווען זייער שווער עקאנאמיש/כלכלי, דעמאלץ איז פאפענהיים אריין אין די בילד און ער האט עס איבערגענומען, און האט עס געמאכט פאר א פריוואטען ביזנעס זיינע, ער האט איבערגענומען א 'ברענד נעים' כשרות, ער האט גלייך אנגעפאנגען אויף א גוטע פאנדעישן, ממילא גייט אים גוט די ביזנעס. און ועל הכל, האט ער א גאנצע טים/צוות וואס זייער תפקיד איז, ארום צו גיין פון איין פעקטארי צום צווייטן, פון איין קאמפעני צום אנדערן, און משכנע זיין אריבער צו גיין צו זייער הכשר, ווייל זיי האבן די מערסטע קונים. זיי ארבעטן טאג טעגליך שווער מיט הארעוואניע, זיי באקומען גוטבאצאלט, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדער פאר חידושים גייען אריבער נאך קאמפעני'ס צו די הכשר פון די עדה (ווי למשל 'טרה' איז לעצטענס אריבער צו זיי).

לעומת דעם, אין די רעסטאראנטען און טעיק-אוטס ווערט די עדה שוואכער און שוואכער, די הכשר פון הרב רובין האט איבערגענומען די גאנצע מארקעט אין ירושלים, ס'איז כמעט נישט דא צו טרעפן קיין סאך מקומות מיט עדה הכשר, [און אין אנדערע שטעט האט עדה קיינמאל נישט געהאט קיין רעסטעראונטס].

איינער פון די עיקר חילוקים פון די הכשר פון עדה און אלע אנדערע הכשרים איז, אז אלע הכשרים נעמן א וועידש/משכורת חודיש'לעך, ס'דא א געוואוסע אמאונט/סכום וויפיל די פעקטארי דארף געבן יעדע חודש פאר די הכשר פאר זייער ארבעט, לעומת דעם די עדה באקומט באצאלט פראצענטליך, וויפיל סחורה ס'פארקויפט זיך מיט זייער הכשר, אזויפיל באקומען זיי באצאלט, ד"ה זיי ווערן א 'שותף' מיט די פעקטערי. (מ'דארף דן זיין פארוואס ס'איז נישט קיין פראבלעם פון נוגע בדבר, די גאנצע געדאנק פארוואס מ'דארף א הכשר און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף די בעה"ב אליינס, [אזויווי מ'דארף נישט קיין הכשר אויף יעדע זאך וואס די בני בית באקט אין די היים], איז היות די בעה"ב איז א נוגע בדבר, ווייל ער פארדינט פון דעם וואס ס'פארקויפט זיך, און ער האט א הפסד פון דעם וואס ס'פארקויפט זיך נישט, ממילא ווייס איך נישט וויפיל מ'טוט אויף מיט א הכשר וואס ווערט א שותף אין די ביזנעס. אבער דאס איז א נושא פאר זיך).

קוקט אויס די ביסט נישט צו באקאנט אין היסטאריע. די הכשר פון ביד"ץ אגודת ישראל גייט שוין אן סאך פאר בעלז האט געחלומ'ט פון גיבן הכשרים. לדוגמה, די טרה מילך פראדוקטן וואס זענען לעצטענס אריבער צו עדה"ח האט געהאט אגו"י הכשר פאר 60 יאר. אזוי אויך דיין משל פון קדם מיט די צעהלימע רב, ווייסטי נישט אז צעהלימע רב האט שוין דעמאלטס געהאט געגעבן הכשרים אויף פלייש און חלב ישראל. ועל הכלל כלו יצא אז דיינע 'פאקטן' צריך בדיקה אחריהם.

לגבי רעסטוראנטן ביסטי גערעכט אז זייער ווייניג האבן די הכשר פון די עדה. כ'האב אמאל געהערט אז די סיבה איז ווייל זיי פארלאנגן אז ס'טאר נישט אריינקומען אין געשעפט קיין שום פראדוקט, אפילו געבאטעלטע משקאות, וואס האט נישט זייער הכשר. אזוי אויך האבן זיי געוויסע תקנת וואס האט נישט קיין שייכות מיט כשרות ווי למשל אז מ'טאר נישט זיין אפן צו שפעט. דאס אלעס מאכט אז ס'זאל זיך נישט לוינען פאר רעסטוראנטן צו האבן זייער השגחה. גראדע רב לנדוי אין ב"ב האט אויך ענדליכע תקנות אבער ער האט סאך א שטערקערע כח דארט ווי די עדה האט אין ירושלים ווייל ער איז פאררעכענט אלץ שטאטס רב און א צווייטער וואס גיט דארט א הכשר ווערט עס פאררעכענט ווי א פגיעה בכבודו. שארית איז אפיציעל צוקריגט מיט אים, גיבן זיי דארט השגחת אן קיין פראבלעם. משא"כ די עדה איז בלויז איין קהילה אין ירושלים צווישן אסאך אנדערע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: איך האלט אז דו ביסט גערעכט מיט רוב זאכן וואס דו זאגסט. ספעציעל איבער דעם פאקט אז דער צעהלימער רב זצ"ל האט שוין געגעבן, און ער איז געווען אפשר דער ערשטער היימישער רב וואס האט געגעבן זיין השגחה אויף חלב ישראל. אזוי אויך ביי כשר למהדרין פלייש. און א סאך אנדערע הכשרים וואו ער איז געווען דער פיאנער. און נחשון. מ'זאלל נישט מיינען אז ס'איז איהם אזוי גרינג אנגעקומען. ווייל ער האט געהאט א סאך אפאזיציע . א טייל פון סוחרים. וועלכע האבן מורא געהאט. כ'ווייס נישט פון וואס. און א גרויסן חלק פון די פרייע גרופס ווי די סאציאליסן בראש. מיט זייער שופר. דער ..."פארווערטס"... וועלכע האבן מיט זייער רישעות'דיגע ליצנות געשפעט פון דעם צעהלימער רב און דעם קאנסעפט פון חלב ישראל. זיי האבן געברענגט א קארטון (כ'האב עס אליינס געזעהן. א קאפי דערפון ) ווי א קוה טובל'ט זיך אין מקווה...!

נאר אין דיין לעצטן פאראגראף איז אריינגעפאללן א טעות הדפוס. ווען דו רעדסט איבער הרב לאנדוי שרייבסטו אז ער איז רב אין ב"פ. דו מיינסט אוודאי צו זאגן ב"ב. ווייל אין בארא פארק איז נישט דא קיין רב לאנדוי וואס געט הכשרים. און ער איז נישט דער מרא דאתרא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך זעה אז דער טעות הדפוס/טייפא איז שוין פארראכטן. מ'וועט נאך באלד זאגן (_דער וואס זאגט. אז איך דארף נייע גלעזער...!)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געזען ערגעץ אז ביים אייכמאן משפט, האט הרב שמואל אביסל מיטגעהאלטן, אדער אויפ'ן ראדיא אדער האט ער דארט באזוכט. הערנדיג די עדות פון אייכמאן ימ"ש זעלבסט, האט ער פלוצלונג געכאפט אז ער פארשטייט זיין דייטש צוליב איר ענליכקייט צו אידיש. דעמאלס איז איהם גענצליך אוועק די חשיבות פאר אידיש, הגם אז פון שטוב און ישיבה וכו' איז דאס געווען זיין ערשטע שפראך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: לפי זה טארן מיר נישט לערנען קיין חומש, גמרא אדער משניות. און אפילו דאווענען אויכעט נישט. ווייל די ציונים האבן גערעדט און וועללן ווייטער, אי"ה רעדן די שפראך. מהאי טעמא טאקע לערנען אונז ערליכע אידן נישט קיין שולחן ערוך ווייל דער מגן אברהם איז אויפ'ן זעלבן בלאט ווי דער מגן דויד/ט"ז, רח"ל מהאי דעתא. משניות לערנען מיר אויכעט נישט ווייל דער (פארשאלטענער) מזרחי'סט און קוק'ניק קהתי האט געמאכט א פירוש אויף משניות. און איך מיין אז איך האב ערגעץ געזעהן אין די תפארת ישראל משניות אויף עטליכע פעידזשעס דאס ווארט, ..."ציונים"...רח"ל מהאי דעתא. און חומש לערנען מיר ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני אויכעט נישט. דו ווייסט וואס ס'שטייט אין חומש. אז די אייבישטער האט צוגעזאגט צו געבן ארץ ישראל פאר די אידן. און דאס איז דאך קעיגן די תורה. אזוי ווי אונז ערליכע אידן טענה'ן. איז דאך נאר געבליבן דאס איינע סידור'ל. דו ווייסט וואס דארט שטייט... איך וויל עס אפילו נישט ארויסזאגן..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים. און איך האב אליינס געהערט פון הרב ווייס פון די נטורי חרתא (יא. ר' שמעון וואלף) אז די אידן טארן נישט האבן קיין אייגענע מדינה. ווייל ס'באלאנגט פאר די פאלעסטינער באפעלקערונג. און די אידן /קוזארן זאללן צוריקגיין קיין אוישוויץ...!

אשר על כן טוען אונז ערליכע אידן גארנישט פון די אויבנדערמאנטע זאכן. און ווען מ'קומט אין שול שמועסט מען איבער וועלכע בעיסבאלל טיעם האט אריינגעבאכעט אין די צווייטע. צו די יענקיס אין די מעטס אדער גאר אין די קליוולענד אינדיענס. אדער די דזשעטס האבן באזיגט די דזשייענטס. אדער גאר די פעיטריאטס. מיט זייער וועלט בארימטן קווארטערבעק.נו, כ'האב שוין פארגעסן וויאזוי ער הייסט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: איך האלט אז דו ביסט גערעכט מיט רוב זאכן וואס דו זאגסט. ספעציעל איבער דעם פאקט אז דער צעהלימער רב זצ"ל האט שוין געגעבן, און ער איז געווען אפשר דער ערשטער היימישער רב וואס האט געגעבן זיין השגחה אויף חלב ישראל. אזוי אויך ביי כשר למהדרין פלייש. און א סאך אנדערע הכשרים וואו ער איז געווען דער פיאנער. און נחשון. מ'זאלל נישט מיינען אז ס'איז איהם אזוי גרינג אנגעקומען. ווייל ער האט געהאט א סאך אפאזיציע . א טייל פון סוחרים. וועלכע האבן מורא געהאט. כ'ווייס נישט פון וואס. און א גרויסן חלק פון די פרייע גרופס ווי די סאציאליסן בראש. מיט זייער שופר. דער ..."פארווערטס"... וועלכע האבן מיט זייער רישעות'דיגע ליצנות געשפעט פון דעם צעהלימער רב און דעם קאנסעפט פון חלב ישראל. זיי האבן געברענגט א קארטון (כ'האב עס אליינס געזעהן. א קאפי דערפון ) ווי א קוה טובל'ט זיך אין מקווה...!

נאר אין דיין לעצטן פאראגראף איז אריינגעפאללן א טעות הדפוס. ווען דו רעדסט איבער הרב לאנדוי שרייבסטו אז ער איז רב אין ב"פ. דו מיינסט אוודאי צו זאגן ב"ב. ווייל אין בארא פארק איז נישט דא קיין רב לאנדוי וואס געט הכשרים. און ער איז נישט דער מרא דאתרא...!

בקשר מיט דעם קארטון וואס שפעט אפ פון צעהלימער רב און פון די גאנצע איידיע פון חלב ישראל. אריגינאל איז דער קארטון געלאפן אין די שפעטע פערציג'ער יארן. זיכער פאר מיין צייט. נאר עפעס אין א געוויסן מאמענט האבן זיי באקומען א געפיהל פון חרטה און תשובה. און זיי האבן אראפגעברענגט אזוי ווי א ..."וידוי" אויף זייערע מעשים טובים. אזוי ווי אראנזשירן (לפי הודאתם עצמם) בעלער/באללן/טענץ אום יום כיפור. און אויכעט דאס אפשפעטן פון חלב ישראל. דאמאלס האבן זיי געברענגט דעם אויבנדערמאנטן קארטון. זאגנדיג אז זיי זענען נישט אזוי ווי זייערע עלטערן וועלכע האבן אפגעשפעט פון אידישקייט. נאר זיי האבן כמו תשובה געטון...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:
נאר אין דיין לעצטן פאראגראף איז אריינגעפאללן א טעות הדפוס. ווען דו רעדסט איבער הרב לאנדוי שרייבסטו אז ער איז רב אין ב"פ. דו מיינסט אוודאי צו זאגן ב"ב. ווייל אין בארא פארק איז נישט דא קיין רב לאנדוי וואס געט הכשרים. און ער איז נישט דער מרא דאתרא...!


אוי וויי, זיידי האט פארגעסן אנטון די ברילן, יא די וואס הענגט אויפ'ן שפוץ נאז און בטעות געזעהן ב"פ אנשטאטס ב"ב

נעע, זשאסט קידינג. איך האב עס פארראכטן נאך בעפאר דיין תגובה האט געפאוסט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: ווען איך קען געב איך דיר 10 לייקס...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א בחור אין מעלות התורה פלעגט לערנען אין בעט ספרים פון ר' נחמן ברסלבער און פון חב"ד. א צווייטע בחור אין צימער האט קנאי'וועט און אוועקגענומען די ספרים און נאר מסכים געווען צוריקצוגעבן טאמער ר' שמואל הייסט איהם.

דער בחור איז געגאנגען צום ראש ישיבה זי"ע, האט ער געזאגט מיט א לאך "אין דיינע יארן האב איך אויך געדינט יעדער ......... ..... שבעולם"...
פארשטייט זיך ער האט געהייסן צוריקגעבן די ספרים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך אונטער חכם »

נו , מאך אונז נישט אזוי נייגעריג , וואס מיינען די פינטעלעך?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אונטער חכם: וואס העיסט...?! וואידע זארעה...!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך אונטער חכם »

berlbalaguleh האט געשריבן:אונטער חכם: וואס העיסט...?! וואידע זארעה...!

עס איז מיר שוער געווען צו גלייבן אז עס איז טאקע דאס.

ער האט טאקע געהאט אזא שארפע שפראך?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כוונת קדשו איז נישט אז חסידות איז עבו"ז, נאר אז ער איז אויך אנגעקומען צו זיין אמת דורך אדורך לערנען אלע אנדערע מהלכים. נאר ער האט גענוצט א מליצה פון יתרו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

לא הניח עבודה זרה שלא עבדה

שליחה דורך נקודת-אמת »

דאכט זיך מיר אז זיין טאטע גאון ישראל הגרשז"א זצ"ל האט זיך אזוי אויסגעדרוקט אויף עם.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער העדה וועגען הרב שמואל באשרייבט זיין יחוס און זיין שווער׳ס משפחה. זיי שרייבען זיין שווער׳ס קינדער; הרב יצחק הכהן פקשר, ר׳ דוד הכהן פקשר, ר׳ אהרן הכהן פקשר, און די איידעמע׳ס, ר׳ אהרן גדליה מרקוביץ אוןר׳ יהושע לייב לוי.

אינטרעסאנט אז איין איידעם האט געפעלט אין די רשימה. אפשר האבען זיי פונקט נישט געהערט פון איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז אבער אינטרעסאנט צו וויסן אויב די העדה דערציילט אויך איבער זיין טאטנ'ס קירבות צו הרב קוק זצ"ל...! אדער זיי פארציילן א מעשה אז ער איז געווען פון די גרעסטע קנאים שוין זיבן דורות...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

berlbalaguleh האט געשריבן:אדער זיי פארציילן א מעשה אז ער איז געווען פון די גרעסטע קנאים שוין זיבן דורות...!

וואס הייסט? ער איז דאך געווען גאר נאנט מיט'ן רבי סעסעלייני נאך אין די שווייץ...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס הייסט? ער איז דאך געווען גאר נאנט מיט'ן רבי סעסעלייני נאך אין די שווייץ...
ווער? הרב קוק, הרב שלמה זלמן אויערבאך אדער מנחם פרוש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ער. בילד
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: אבער אויב איינער האט אן אגענדא קען ער דאך נישט פארציילן דעם אמת. א האלבן אמת, יא. די אנדערע העלפט באהאלט מען. נאר די רבי זי"ע (דער עכטער) איז אויכעט נישט געווען דאס וואס די היינטיגע זאגן. ווייל ס'איז דא א באקאנטע מעשה. א ספרדי'שער איד וואס זיין זון האט געלערנט אין די סאטמאר'ע ישיבה איז אמאל געקומען באזוכן זיין זון. און און ער איז אויך אריין צום סאטמאר'ע רבי'ן זי"ע מיט זיין יונגל/בחור'ל. און דער טאטע האטציך שטארק געמוטשעט צו רעדן אידיש. האט איהם די רבי זי"ע געזאגט אז ער זאלל ווייטער רעדן ..."לשון הקודש"...מיט זיין זוהן. ווייל דאס איז זייער מסורה. די היינטיגע וויללן פארדרייען א קאפ כאילו די רבי איז געווען אן עקסטרעמיסט. ער האט נאר לוחם געווען אקעיגן די מהרסי הדת בכל כוחות נפשו. אבער קיין עקסטרעמיסט איז ער נישט געווען. נאר אלעס בטוב טעם ודעת...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'אב סתם געטריבן ליצנות, דער בחור דארט איז הרב שטיינמאן זי"ע. כ'בין געווען זיכער אז יעדער וועט כאפן די ליצנות ווייל ס'איז זייער א באקאנטע בילד.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: איך האב געוואוסט אז ס'מוז זיין הרב שטיינמאן. אבער לכאורה האט עס נישט געשטימט. ווייל הרב שטטיינמאן זצ"ל איז געווען א קליין , צובראכן אידעלע. און דא זעהט ער אויס גאנץ א הויכער (לפי ערך). ס'מוז זיין אז אויף די עלטער איז ער געווארן איינגעצויגן...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

טאקע אינטערעסאנט. אויף די בילד זעט ער אויך נישט אויס אזוי נידריג. עמיר ווארטן אויפ'ן 'חסיד פון וויליאמסבורג' זאל קומען אונז ערקלערן פשט.בילד
גע'גנב'ט פון חיים שאולזאהן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט