יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

שליחה דורך או אינו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פיין און וואויל, אבער דאס איז נישט די חשיבות פון א מענטש. און מיטהאלטען טעגליך ווען דער רבי האט געגענעצט איז א שוואנצעריי פון פארטייען וואס האבען פארשאפען נייע מושגים פון ביטול צום פארטיי אלס א חלק פון די רעליגיע, א זאך וואס אפיציעל איז נישט קיין סאטמארע מחלה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
חשיבות פין א מענטש איז לפי מעשיו אויך! לאו דוקא זיין מהות. אין אז ער האט דאס ערלעדיגט איז הכבוד שלו
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

קאך_לעפל האט געשריבן:קול נהי ויללה נשמע, ס'לאזט זיך ווירקליך נישט געלייבן אז ר' שמואל איז מער נישטא. שמואל איננו כי לקח אותו אלהים... או מה היה לנו... שמואל איז א ריכטיגע אבידה שאין לה תמורתה לעולם.

פאר די יונגערע פון אונז, וועלעכע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה קענען צו לערנען דעם גרויסן הייליגן ליכטיקייט, וועלכע האט פארשיינט אונזער פינסטערער דור פון נאכן קריג, ביז ס'איז ליידער פארווירקליכט געווארן דעם חשכו המאורות אין יענעם שווארצן טאג פון כ''ו אב תשל''ט, האט ר' שמואל ווירקליך געדינט פאר א גייסט פון אינספיראציע.

ר' שמואל האט געאטמט מיט סאטמאר זיינע גאנצע וועזן און שטרעבן איז געווען בלויז סאטמאר, דער כבוד פון בית סאטמאר איז אלעמאל געשטאנען פאר זיינע אויגן. ער האט שטענדיג געשטרעבט צו הייבן דעם כבוד פון סאטמאר, נישט בלויז אין די איינגעצוימטע גרעניצן פון אלט-וויליאמסבורג, נאך אויך איבער די אינדרויסנדיגער פרעמדער וועלט. אבער דאס איז פילייכט נישט געווען אויפן חשבן פון פשרה-לאזע אידישקייט פאר וועלכע ר' שמואל איז זיין גאנץ לעבן געגאנגן אין פייער אריין.

ר' שמואל האט מיט דעם ווארשיינליך נאכגעפאלגט די לעגענדע פונעם אומפארגעסליכן לעגענדארן סאטמארער ראש הקהל און שריפטשטעלער הרה''ח ר' סענדר דייטש ע''ה, מיט וועם ר' שמואל איז געווען גאר נאנט באפריינדעט און באליבט, די דאזיגע צוויי האבן אין אלגעמיין פארמאגט די זעלבע וויזיע.

נעמליך, ס'איז פארהאן אזעלעכע וואס ארבייטן טאקע צו הייבן די אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט, אבער דורך מינימוזירן דעם פייערדיגער קאמף קעגן די ציוניסטן מיט זייערע פרומע נאכשלעפער. האפנדיג א דאס וועט פארגרעסען און פארשענערן דעם אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט. ר' שמואל האט אבער זיך אויסטערליש שארף ארויסגעשטעלט קעגן די דאזיגע. און ער האט באוויזן אראפצושטעלן א קעגנזייטיגע סטראטעגיע וועלכע האט געלויטעט צו הייבן די אנזען פון סאטמאר אין די וועלט דורך פאזעטיווע אויפטוען, א שטייגער ווי חתונה תקנות, חבורות ללימוד התורה, מעשה צדקה וחסד אד''ג. און אין די זעלבע צייט גלייכצייטיג אנצוהאלטן די פייערדיגע מלחמה קעגן אלעס וואס מדינת ישראל שטעלט מיט זיך פאר, אפגעזען פון אויסטערלישע שוועריקייטן מיט וועלכע דאס איז א טייל מאל געווען פארבינדן.

ר' שמואל האט דאס געטאן בלויז צו הייבן די כבוד און די אנזען פון בית סאטמאר. ער האט גארנישט געמיינט זיך, ער האט קיינמאל נישט געזוכט זיך אויפצובויען א נאמען אלס אן אויפטוער אד''ג, א שטייגער ווי געוויסע כלל טוער גלייכן צו טאן. דערפאר האט ער קיינמאל נישט אפיציעל גענומען קיין שום קרעדיט אויף עפעס א גוטע זאך וועלכע ער האט אויפגעטאן. און מאנכע האבן טאקע נישט געהאט די מינדעסטע אהנונג איבער זיינע גראנדיעזע אויפטוהן ביז נאך דעם וואס ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה אין יענעם ביטערן שושן פורים פארטאגס.

דאס איז וואשיינליך דער אורזאך וואס האט אים ערמעגליכט בייצוקומען די אלע פיילן און קוילן וועלכע זענען נאכאנאנד געקומען צו פליען אין זיין ריכטונג פון אינערווייניג און פון דרויסן. ווארום ער האט קיינמאל נישט געמיינט זיך. נאר זיין גאנצע שטרעבן און וועזן איז געווען געווידמעט אויף בלויז צו הייבן די די כבוד פון סאטמאר איבער די וועלט. אפגעזען פון די אויסטערלישע שוועריקייטן וועלכע זענען אים נאכאנאנד געשטאנען אין וועג.

דאס האט זיך פילייכט צום מערסט ארויסגעשטעלט אין די שווערע ביטערע צייטן ווען די בייזע ווינטן פון סאטמאר החדש האבן אנגעהויבן בושעווען. ר' שמואל האט זיך דאן ארויסגעשטעלט ווי א פייערדיגע לייב, און אנגעוואנדן יענע סארט מיטל וואס ס'איז בלויז געשטאנען אין זיין דיספאזיציע, וואס מער צו מינימוזירן די שווערע שאדן.

ר' שמואל האט געפירט א פייערדיגע קריג מיט די דאזיגע מחבלי כרמים. א קריג וועלכע האט אריינגענומען אין זיך, טאט און ראט פאר די עסקנים אויף די שלאכט פעלדער. צו זאל עס זיין אין בארא פארק, בני ברק, ירושלים איבעראל זענען די עסקנים געשטאנען אין שטענדיגע-פארבינונג מיט ר' שמואל, וועלכע האט גענוי אנגעוויזן ווי אזוי זיך צו פירן, אז זאל נתקדש ווערן שם שמים.

ר' שמואל האט גלייכצייט איינגעשפאנט זיין רייכער-פעדער און רעדנערישע טאלאנטן, און ווי אויך זיין ג-ט-געבענטשטער הומאריסטישער נאטור, אפצושלאגן דעם גרויזאמער פיינט וועלכע האט זיך בייזוויליג פארמאסטן צו פארניכטען אלעס וואס רבינו הק' זי''ע האט געבויעט מיט בלוט און שווייס. אפגעזען פון דעם וואס ער איז אין רזולטאט פארוואנדלט געווארן אלס א פולשטענדיגע ציל ברעט פונעם בייזווילגען פיינט. ער זיך גאנץ קנאפע דערשראקן און איז ווייטער אנגעגאנגן מיטן אומבויגזאמער קאמף ביז צו זיין לעצטען טאג.

ר' שמואל אל תירא ואל תחת כי השם עמך, צדק לפניך יהלך... זאלן די אלע זכותים דיר ביישטיין דארט אויפן עולם האמת.

זאל דיין ליכטיגער געדעקעניש אונז אלעמאל פארבלייבן אויף די געדאנקן.

ת.נ.צ.ב.ה.


;) איך בין נישט מצליח צו פארשטיין צו מ'רעדט פון ר' שמואל ווידער צו פון ר' שמואל אויערבאך, זצ"ל. :twisted: :lol:
אבער עכ"פ יהא זכרם ברוך
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: לויט די סימנים מיינט ער דעם נארוואס פארשטארבענעם עדיטאר פון בלאט. ר' שמואל ווידער, ע"ה. ווען ער וואלט נישט געווען אזא גרויסער לץ וואלט איך נתפעל געווארן פון זיין שיינעם הספד. אבער...איך לאז איבער די מסקנא פאר א יעדן איינעם...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »



ישר כח גבאים פאר'ן עלימינירן יענע אשכול
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

אם בן וואלט אלטס מענטשהייט אויך געווען ראטזאם די זלזול אויף הגה"ק משארמאש זי"ע וועק צו נעמען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הערר ימים יעדאבעירי: זי מיינען וואדע צו שרייבען...אים קעין...אבער זי האבעו געשריבען ...אים בעין...ביטע פאססען זי צו נויע אויגען גלאזען...מיט פיהלע דאנק. אונד לאססען גריעסען אונד קיססען...1
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ר' אברהם יושע ווערצבערגער ז''ל, 68. משמש קיט''ל מהר''א קרית יואל. בן ר' יחזקאל שמש הי''ד
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

געווען נישט געזונט?
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ברוך דיין האמת!
הרב קלונימוס קלמן גולדשמידט ז"ל
געווען א באוויסטע ברעסלאווע משפיע אין איז אין די לעצטע יארן געווען זייער נישט געזונט אין אלע האבן אויפגעגעבן אויף עם, אבער ער איז ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אין אייביג מחזק געווען אנדערע, מ'האט געזעהן גרויסע ניסים מיט זיין געזונט אסאך מאל.
ער האט זיך אסאך אינטערוויאט אין די צייטונגען אין ער פלעגט אלץ זאגן אז ער לאכט דעם מלאך המות אין פנים!
יהא זכרו ברוך.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

לאחר כשלוש שנים של מאבק במחלת הסרטן, הלך לעולמו המשפיע הרה"צ רבי קלמן גולדשמיט זצ"ל, מבכירי משפיעי חסידות ברסלב לאחר שהתמוטט בביתו. לאחר גילוי המחלה פעל על מנת לעודד את עם ישראל להיות בשמחה ובאחדות
המשפיע הרב קלונימוס קלמן גולדשמידט הלך היום לעולמו לאחר שהתמוטט בביתו. כוחות ההצלה שהוזעקו אל הבית בשכונת הר נוף בירושלים, ביצעו בו פעולות החייאה אך הוא השיב את נשמתו לבוראה.

הרב קלמן גולדשמידט חיזק רבים כאשר בעת שנודע לו המחלה, החליט לא להתייאש אלא לצחוק על המחלה. "ה' מחנך אותי, אוהב אותי, אוהב אותי מאוד, קרוב אלי, כל לילה יש לנו שיח, לא בשמיים – לא בעבר לים, פה, בבטן, כל לילה יש לי שיחה אתו", אמר בסרטון שפרסם אז.

בתקופת חג החנוכה האחרון, בנוסף למחלה, התברר כי גם הכליות בגופו הפסיקו לעבוד. בעקבות מצבו הקשה, קיבלו על עצמם אלפים רבים בעם ישראל לומר ברכת 'אשר יצר' בכוונה גדולה ובנס גלוי שוחרר מבית החולים.


כאשר שוחרר בחג הפסח מבית החולים אמר: "לפני עשרה ימים הייתי מת כאן. ועכשיו, עשרה ימים, אני הולך לעשות פסח בבית, זה לא מובן מאליו, רבינו הקדוש רבי נחמן מברסלב, הרב'ה שלי, לימד אותי, שעם ישראל באחדות זה דבר שאי אפשר לעמוד בפניו, ואני רוצה שתמיד, תמיד עם ישראל, יהיה מאוחד. אהבת ישראל, אהבת ה', אהבת התורה. כח האהבה כובש הכל".

ת.נ.צ.ב.ה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן ישי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

זיין נס חנוכה דאס יאר
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/259519
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

טאנצט מיט זיינע לעצטע כוחות אין די סוכה מיט אברהם פריד
https://youtu.be/AGKhDNEo0g8
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

הרב גולדשמידט צוחק למלאך המוות: "לא רוצה למות, יש לי עוד הרבה מה להספיק"
https://www.hidabroot.org/article/228938
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ברוך דיין האמת
הגה"צ הרב שלמה זלמן כ"ץ אבד"ק תולדות אהרן וויליאמסבורג.
א ברודער פון יבלחט"א אדמו"ר מוויען שליט"א און אבד"ר סעדרעהעלל.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

בן ישי האט געשריבן:ברוך דיין האמת
הגה"צ הרב שלמה זלמן כ"ץ אבד"ק תולדות אהרן וויליאמסבורג.
א ברודער פון יבלחט"א אדמו"ר מוויען שליט"א און אבד"ר סעדרעהעלל.

לוי' 10:30 ביי ביהמ"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שוין גאר א לאנגע צייט נישט געזונט געווען, נישט געווען ביי זיך נעבעך.

יהא זכרו ברוך, זצ"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ברוך דיין האמת.

ר' משה קיזעלניק משמש בביהמ"ד וויזניץ מאנסי, בעל הבית פון די גראסערי אין ביהמ"ד, איז פלוצלונג אוועק דעם שבת נאכן כאפן א הארץ אטאקע אין די שטאט גיבערס ווי ער איז געווען לכבוד די אויפריף פון א אייניקל
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן ישי: בד"ה...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן ישי האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

ר' משה קיזעלניק משמש בביהמ"ד וויזניץ מאנסי, בעל הבית פון די גראסערי אין ביהמ"ד, איז פלוצלונג אוועק דעם שבת נאכן כאפן א הארץ אטאקע אין די שטאט גיבערס ווי ער איז געווען לכבוד די אויפריף פון א אייניקל


ער איז געוועהן די ראש חברא קדישא דקהל תורת חיים וויזניץ. א געשמאקע לעבעדיגע אידל. וויואלע מענטש געוועהן. יהי זכרו ברוך.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: זו זעהסט. דו שרייבסט אזעלכע שיינע זאכן און שבחים און גרויסע זאכן אויף די העיליגע רעבעס משושולת וויזניץ. יעצט פארוואס פארגינסטו נישט ווען אן אנדערע רבי'שע גזע מאכט א כינוס אדער א שבת מיט זייערע אייגענע חסידים. דו טרעפסט ק"ן טעמים פארוואס דער רעבא טויג נישט. און פארוואס דער כינוס אדער דער שבת התוועדות פעהלט נישט אויס. און שטערט דיך...ביטע, פארגין פאר יענעם אויך...! ייש"כ...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קודם כל, ווי קומט עס אריין דא?

צווייטענס, האב איך דיר שוין מיליאן מאל געזאגט איך שרייב פונקט אזוי נעגעטיוו אויף וויזניץ ווי אויף אלע אנדערע "artificial רבנים". נאר פון די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער בין איך א חסיד-פון וויזניץ אינדערהיים-אין מארמארש ווייל איך האב שטודירט זייער היסטאריע און געהערט אזויפיל ערשט-האנטיגע מעשיות. זיי זענען געוועהן באמת פיינע, וואוילע, קלוגע, ערליכע מענטשען וואס מ'זעהט היינט נישט ביי קיינעם... (אדרבה אויב ס'איז יא דא אזא רבי ווי דער אהבת ישראל, ביטע לאז מיך וויסן ווער).

איך האב גענוג און נאך געשריבן נעגאטיוו אויף ר' מויש'לע, און געוויסע זאכן אויף ר' מאטעלע, און אויף זייערע קינדער. דו קלויבסט זיך אויס נאר די גוטס וואס איך שרייב.

רוב היינטיגע רבנים פון די גרויסע אימפעריעס זענען פשוט'ע לצים, גנבים, שווינדלער, און באנדיטן. קיין אמת, קיין חסד, קיין מענטשליכקייט, האבן זיי נישט... יא די וויזניצער אויך. איך וועל עס אזוי לאנג זאגן/שרייבן ביז ס'וועט אפשר אריינגיין אין ענקער קאפ. זיי זענען נישט ווערט די טיטל.

דריטענס, איך האב נישט אוועק געמאכט קיין שום כינוס. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר האבן.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

נצחו אראלים את המצוקים: בד"ה הגה"צ רבי אברהם צבי בעק זצוק"ל גאב"ד מעלבורן באוסטרליה
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אדונינו האט געשריבן:נצחו אראלים את המצוקים: בד"ה הגה"צ רבי אברהם צבי בעק זצוק"ל גאב"ד מעלבורן באוסטרליה

בד"ה, ער האט געוויסט ביים קומען אויף א"י זיין שווערע מצב ?
פארשפארט