אמעריקאנער אויסערן מיניסטער געשיקט לופטערן דורכן פרעזידענט.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אמעריקאנער אויסערן מיניסטער געשיקט לופטערן דורכן פרעזידענט.

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואשינגטאן הבירה - פארט אצינד אויף רעדער, ווארום דער פרעזידענט יר''ה וועלכער איז ברייט באקאנט מיט זיין קאנטערווערסיאלע שריט, האט אצינד אין א פרעצעדענטלאזע שריט אויפגעזאגט זיין אויסערן מיניסטער רעקס טיללערסאָן וועלכער האט ביז היינט אינדערפרי געדינט אלס דער העכסטער אמעריקאנער דיפלאמאט אין לאנד.

די גענויע אורזאכן פונעם באשלוס פונעם פרעזידענט זענען ווארשיינליך נישט אזוי באקאנט פארן אלגעמיינעם פובליקום. ווארום דאס איז זיכער אז באטיטלן זיין געוועזענער קאמאנדיר און טשיף אלס א מאראן, האט באשיינפערליך געשפילט אלס מערקערווערדיגער פאקטאר, וועלכע האט פול צוגעגעבן צו די ענדגילטיגע דעזיציע פונעם פרעזידענט אים צו שיקן לופטערן, און ווארפן צו די הינט. אפגעזען פונעם פאקט אז דער פרעזידענט איז טאקע ווירקליך א מאראן.

דער פרעזידענט יר''ה האט ווי דער שטייגער גייט אין וואשינגטאן, גאר שטארק אויסגערימט טיללערסאָן איבער זיינע אנגעבליכע גראנדיעזע אויפטוען אויפן פאלטישען פראנט. אבער פאר די וואס ווייסן עטוואס ווי אזוי וואשינגטאן ארבייט ווירקליך, פארשטייען גאר גוט אז דאס איז בלויז פוסטע רייד, וועלעכע פארמאגן נישט די מינדעסטע צוזאמהאנג מיטן ווירקליכן ריאליטעט.

דער פרעזידענט האט גלייכצייטיג באשטימט זיין געשוואוירענעם גוטען פריינד, וועלכע זעט זיך שטענדיג מיט אים אויג צו אויג, מייק פּאָמפּעאָ, דער געוועזנער דירעקטאר פון די צענטעראלע שפיאנזש אגענטור אלס דער נאכפאלגער פון טיללערסאָן.

מאנכע אין וואשינגטאן האבן זיך געהויבן די ברעמען מיט שטוינונג' איבער די מאדנע דעציזיע פון שטעלן א באקאנטען ארכי שפיאן וועלכע האט אנטייל גענומען אין פולע געהיימע טינקעלע אקטיוועטעטן' אלס הויפט אמעריקאנער דיפלאמעט, וועמענס הויפט ציל דארף פילייכט זיין צו פארמערן פרידן און סטאבילעט איבער דער וועלט, וואס דאס איז אקוראט דאס פארקעטע פון שפיאנאזש. נאר וואס דען? אויף קיין מאראן איז קיין קישות נישט פארהאן. אלזא אן עפאכע פון דיפלומאטיע אונטערגעשלאגן מיט שפיאנאזש אינטריגעס זעט זיך אצינד אויפן האריזאנט. ג-ט בענטש אמעריקע.

אלס דער דירעקטער פון די צענטעראלע שפיאנזש אגענטור האט דער וואנזיגער פרעזידענט יר''ה באשטומט די געהיימע און מיסטיריעזע פרוי זשינא העספעל, וועלכע איז ברייט באוויסט אין די קארידארן פון די געהיימע שפיאנאזש וועלט אלס א ברוטאלע שלעגער וועלכע האט נישט קיין פארגלייך. זי האט דעם אַבו זובייַדאַה דער באוויסטער על קעידה פס-קיצווע'ניק פארוואנדלדט פאר א ווירקליכער שתום העין אין א געהיימע שווארצע סי. איי.עי. טורמע אין טיילאנד. אבער אז מ'דערלעבט דערלעבט מען זי איז היינט צוטאגס דער הויכגעשעצטער דירעקטאר פון די עהרנפולע סי.איי.עי.

ג-ט בענטש אמעריקע... די לאנד וואס איז ליב... פון די בערג... ביז די טאלן... ביז די אקאנען באדעקט מיט שוים....
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

ער שאקירט... אבער נאך וואו.
די שאלה שטעלט זיך נאר, פאזיטיוו אדער חלילה פארקערט.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אמעריקאנער אויסערן מיניסטער געשיקט לופטערן דורכן פרעזידע

שליחה דורך אונטער חכם »

איז עס טאקע א מאדנע זאך צו שטעלן די די ען איי דירעקטאר אלס אויסערן מיניסטער?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

,

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב שוין לאנג באמערקט די ענליכקייט צווישען טראמפ און zaphod beeblebrox, אבער אין דער וועלט איז דער צושטעל גאר שוואך. זוך אויף גוגל וועסטו טרעפען געציילטע פלעצער ווי מ׳האט דאס אנגעמערקט.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

טראמפ איז טאקע אן אידיאט. די אנאפלוימענט ראטע וועט זיך זעכער הייבן נאך א חודש וואס ער פייערט יעדן טאג א צווייטן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אידיאט איז דעפינירט אלס איינער מיט נידעריגע אינטעליגענץ. טראמפ'ס אינטעליגענץ איז עטוואס העכער ווי א אלגעמיינער אידיאט.

איך וואלט געזאגט אז ער איז גוט משוגע. אבער ליידער האבן מיר זיך דערקייקעלט צו א מצב וואו נאר אזא משוגענער איז אונזער ישועה.

די גאנצע טאָרמויל אין א זייט. די רעזולטאטן זיינע זענען דערווייל שטארק אויף יעדע פראנט. זייט ער איז אין מאכט איז דאס לעבן קוואליטעט פון כמעט יעדן בירגער ארויף. אין ב'נוגע די לעבעדיקייט אינעם ווייסן הויז פון דעם האב איך ספעציעל הנאה. יעדעס מאל ס'דא א נייע טוויסט, נעם איך עס אויף מיט א שמייכל. ווילאנג די רעזולטאטן זיינע זענען אויף ארויף איז די טאָרמויל נאר א פּלאָס. לדעתּי.

מ'קען זיך שטארק אפלערנען פון זיין ענערגיע און אנטשלאסנקייט.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

גראדע איז רעקס טילערסן שוין לאנג באצייכנט געווארן אלס א גאר שוואכע סעקרעטאַר אף סטעיט אויף ביידע זייטן פונעם פאליטישע ספעקטרום, און דער פראבלעם באמת איז אז טראמפ האט איהם גענומען לכתחילה,
דער איינציגסטער סיבה פארוואס די מידיא איז עטוואס סימפאטיש צו איהם איז ווייל ער האט געהייסען א מאדערעט און געצויגען טראמפ עטוואס צום סענטער, אבער באמת האט ער כמעט נישט קיין אויפטוען אויף זיין נאמען, און דער גאנצע דעפארטמענט איז געווען גאר שוואך אונטער איהם,
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

לדעתי איז ער זייער פיין געוועזן. אנגעבליך איז ער נישט געווען אויפן זעלבע ליניע מיטן פרעזידענט אויף גאר וויכטיגע אנגעלעגנהייטן און דעריבער איז זייער שווער געווען פאר זיי צו ארבייטן צוזאמען.

ס'וואונדערט נאר פארוואס די פרעזידענט האט איהם געפאַרטיגט אזוי אומקלאסיש.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

איז דא איינער וועמען ער האט געפארטיגט קלאסיש?

נאו סאטש טינג מיט טראמפ
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

.
וירח ה' את ריח הניחוח
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

שליחה דורך אונטער חכם »

כלבאשבוע האט געשריבן:איז דא איינער וועמען ער האט געפארטיגט קלאסיש?

נאו סאטש טינג מיט טראמפ

ער וואלט אים כאיש געקענט לאזן רעזיגנירן, ער האט אים נישט געדארפט ווארפן ווי א הונט.
די סיבה איז אבער לכאורה פשוט ווייל ער האט גערופן דעם סטעיבל דזשיניעס "מאראן" ( עולם הפוך ראיתי ביינונז רייסט מען זיך אויף דעם נאמען) האט ער יעצט געהאט זיין נקמה אין אים.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:אידיאט איז דעפינירט אלס איינער מיט נידעריגע אינטעליגענץ. טראמפ'ס אינטעליגענץ איז עטוואס העכער ווי א אלגעמיינער אידיאט.

איך וואלט געזאגט אז ער איז גוט משוגע. אבער ליידער האבן מיר זיך דערקייקעלט צו א מצב וואו נאר אזא משוגענער איז אונזער ישועה.

די גאנצע טאָרמויל אין א זייט. די רעזולטאטן זיינע זענען דערווייל שטארק אויף יעדע פראנט. זייט ער איז אין מאכט איז דאס לעבן קוואליטעט פון כמעט יעדן בירגער ארויף. אין ב'נוגע די לעבעדיקייט אינעם ווייסן הויז פון דעם האב איך ספעציעל הנאה. יעדעס מאל ס'דא א נייע טוויסט, נעם איך עס אויף מיט א שמייכל. ווילאנג די רעזולטאטן זיינע זענען אויף ארויף איז די טאָרמויל נאר א פּלאָס. לדעתּי.

מ'קען זיך שטארק אפלערנען פון זיין ענערגיע און אנטשלאסנקייט.


דהיינו? אבי גערעדט! אבי געשאסן! מ'קען זיך מעהר לערנען פון פוטינ'ס ענערגיע, ער איז צעהן מאל קלוגער און ראפינירט. ווי אויך ווער ס'וויל זיך לערנען פון א דיקטעטאר זאל קוקן אויף די ענגערגיע פון 'היטלערס רעדעס', פאר דעם זענען געפאלן מעהר ווי 33 פראצענט פון דייטשלאנד! נישט ווי טראמפ ווי א נאר א חלק פון איין פארטיי אין אמעריקע שטיצט אים, נאר די גאנצע לאנד ממש. כמעט אלע גרויסע חכמים און פראפעסארס זענען געפאלן פאר זיינע רשעות.

מורא'דיג!

אקעי, ער איז נישט קיין היטלער דערווייל. ער איז דערווייל נאר א קליינע דיקטאטור, טאקע ווייל די לינקע און די נארמאלע מענטשן שטייען אים אין וועג און לאזן אים נישט אויספירן אלע זיינע רשעות. איז ער למעשה טאקע נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי היטלער. אבער יעדער נארמאלע מענטש וועט שוין היינט מודה זיין אז ער איז א טאטאלער משוגענער, א דורכפאל, און זיכער די ערגסטע פרעזידענט אין היסטאריע. חוץ א קליינע מינאריטעט פון ראסיסטן און הארטנעקיגע קריסטן וואס לעבן אין די פאקס-ניוז באבל, און חסידים.

פאר מיר איז ער למעשה זייער גוט, ווייל ער לייגט די רעפובליקאנער פארטיי אין דער ערד אריין. קוק ווי שטארק "טראמפ'ס קאנדידאט" האט געוואונען היינט נאכט אין פענסעלוועניע אין א גאר א שטארקע רעפובליקאנער דיסטריקט ווי זיי געווינען געווענליך מיט 20 פראצענט, דערווייל האט די דעמקראט א קליינע אויבערהאנט. אין די לעצטע יאר האבן די דעמאקראטן אריבערגעדרייט פופציג בענקלעך אין סטעיטס ווי ס'זענען געוועהן רעפובליקאנער ביז יעצט.

טראמפ ברענגט גוט ארויס וואס די רעכטע זענען. ער איז א 'גוטע טראל'. ביי די מיד-טורם עלעקשאנס ערווארטן די דעמאקראטן גרויסע זיגן. און ביי די נעקסטע פרעזידענטס עלעקשאן האפט מען אז א פראגרעסיוו וועט געוואונען. טראמפ האט געדארפט אריינקומען כדי די נארמאלע מענטשן זאלן זיך אויפוועקן און כאפן וואס דא טוט זיך.

ענערגיע? מיי פוט... אפשר כאאס רופסטו אן ענערגיע.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

בּיג דיעל, מיט אזעלכע דעמאקראטן ווי דער היינטיגער געווינער קענסטו פארלאזן דיין פארטיי.

א קאנדידאט וואס איז
פּרא לייף
פּרא קויל
פּרא געווער
פּרא טאריףף'ס
אנטי נאנסי פאלאוסי
............
מיט אזעלכע דעמאקראטן פריי איך זיך אויך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: און דו רעדסט דיר טאקע איין אז ווען א ..."פראגרעסיוו"...וועט אריינקומען, וועסטו אלס איד (דו קענסט דאס קיינמאל נישט פארגעסן) עפעס פארדינען פון דעם. ווען דו וועסט מיטטאנצן און זיך פרייען מיט די לינקע פארשוינען וועלכע יובל'ן אז זייער'ס א..."מענטש"...איז אריינגעקומען, וועסטו דיך גאר שנעלל אויסטשוכען פון דיין סאציאליסטישן חלום. ווייל די נייע קאמעראדן וועללן דיר געבן אזא שטויס אין (פראווערביאלן) חלק אחוריים אז דו וועסט פליען ווייט, ווייט פון זייער פארטי...! דו דארפסט אייביג געדענקען אז כאטש דו ביסט א סאציאליסט,קאמוניסט, פאשיסט,נאציאנאליסט. ביסטו א איד, זשיד, יעוורעי,זשידאו,העוורעא,יאהוד, יעהודי,זשואיף,דזשו באי,קייק,האנקי, וכל שום וחניכא דאית ליה. ווייל דו ביסט נישט דער ערשטער (און האפנטליך דער לעצטער) אידעאליסט וואס האטציך אוועקגעגעבן פאר פרעמדע אידעאלן. און ביום זעם, האט איהם גארנישט געהאלפן...! אידן זענען שוין געווען קאמוניסטן,סאציאליסטן, פאשיסטן און נאציאנאליסטן...און קעמפער פאר סאציאלע און ציווילע רעכטן פאר אונטערדריקטע מינאריטעטן. און וואס איז דער שכר?!. די צוריקבאצאלדונג פאר די אלע זאכן. בעת פקוד זענען זיי געווען די ערשטע וועם מ'האט פארניכטעט. איך וועל נישט אויסרעכענן וואס די אידישע אפשטאמיגע האבן אלץ בייגעשטייערט פאר'ן קאמוניזם. און וויפיהל קרבנות זיי האבן געברענגט. איז היינט דא א זכר פון זייערע ביישטייערונגען...?! אויסער אין דעם נעגאטיוון זין. אז די גויים בלעימען דאס קאמוניזם אויף די אידן. און דאהי אין אמעריקע. וויפיהל האבן אידן מקריב געווען אויף אלע פראנטן. סיי לעגאלע און סיי פיזישע און סיי פינאנציעלע פאר'ן וואוילזיין פון די דאן אונטערדריקטע שווארצע באפעלקערונג. און וואס איז דער שכר פאר דעם אלעם...?! די גרעסטע שונאי ישראל און וויסטע אנטיסעמיטן און רוצחים זענען דא ביי די שווארצע באפעלקערונג. פון וועלכע גרופ קומט פארראקהאן,ימ"ש. אדער אל שארפטאן. אדער סינטהיא מק.קינני. וועלכע אלע פון זיי מאכן יד אחת מיט זייער גרעסטע שונאים די גרעסטע ראסיסטן און פאשיסטן און נאציס, אקעיגן די אידן. די כבשה אחת בין שבעים זאבים...! דו. און א סאך נארישע אידן. פון דעם אנדער'ן זייט פון ספעקטרום האבן פארגעסן. אדער מאכן זיך פארגעסן פון אט די רעאליטעט. ס'שטייט קלאר אין די תורה..."הן עם לבדד ישכון,ובגויים לא יתחשב"...! ס'וועט ענק, נארישע אידעלעך פון ביידע זייטן פון ספעקטרום גארנישט העלפן. נישט די איזראעלי דיפלאמאטן. און נישט די נארישע סאטמאר'ע אידעלעך פון נטרונא. און נישט אזעלכע סאיצאליסטישע, אידעאלסטישע אידעלעך ווי דו.

די איזראעלי דיפלאמאטן רעדן זיך איין אז אויב זיי וועללן פיהרן א שטארקן דיפלאמאטישן און אויפקלערונגס קאמפיין מסביר צו זיין זייער זייט וועט די שנאה פון די פיינשמעקערס. די אייראפעישע רעגירונגס פיהרערס פארשווינדן. און ס'איז איראניש אז די נאאיווע (אדער בייזוויליגע) סאטמאר'ע אידעלעך פון נטרונא טענה'ן די זעלבע זאך. אז אויב זיי וועללן אנגיין מיט א שטארקן אויפקלערונגס קאמפיין מסביר צו זיין אז אידן און ציונים זענען צוויי אנדערע זאכן. און אז ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים. דאמאלס וועט דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל פארשווינדן ווערן. זיי ווייסן אבער נישט (וואס זיי וואלטן יא געדארפט צו וויסן.) אז די שונאי ישראל און אנטיסעמיטן האבן פיינט א יעדן איד. אלס איד. צו ער גייט ר"ת גאטשעס און נעמט קייינמאל נישט קיין שויער אדער פוצט אויס די ציין. אדער איז ער גאר א ציוני. אן איזראעלי. זיי האבן זיי אייניג פיינט. און ווען זיי האבן די געלעגנהייט וועללן זיי (ח"ו) הרג'נען דעם וויליאמסבורגער מיט דעם ציוני מיט די זעלבע רציחה, היל"ת... און אויך די סאציאליסטן. דער שווארצער מערדער, לימעריק נעלסאן, ימ"ש ווען ער האט דערשטאכן יאנקל רויזנבוים, הי"ד אין קרוינהייטס האט ער נישט געשריגן ..."שטעכט'ס דעם ליובאוויטשער ציוני"...ער האט געשריגן ..."שטעכט'ס דעם איד"... און ס'איז איהם נישט קיין חילוק אויב יענער גייט ר"ת גאטשעס אדער הייסט נתניהו אדער יאיר לפיד...!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רבי בערל כאטש אין אלגעמיין טרעטן מיר דיינע קאמענטארן אויף די געהירן, (פאר מער עיין כאן: viewtopic.php?f=48&t=12166) האב איך אצינד יא ווירקליך גאר שטארק הנאה געהאט, און כ'האב אפילו אפיר געזוכט דעם פארזשארעוועטן לייק קנעפל, און עס אראפ געקוועשט מיט פול ליבע.....

דעם פונקט וואס בערל ברענגט ארויס איז ווירקליך וואהר. איז פילייכט נאך פול מער...

אין אייראפע פאר די קריג זענען די ארטיגע אידן טאקע אין אלגעמיין געווען ווירקליכע אידילאגיעסטן. זיי האבן פארמאגט זייער מיינונג אין פאליטיק, געזעלשאפט, און עקאנאמיע אד''ג. אידן זענען געווען אנגעשלאסן אין אלערליי פארטייען, און זיך געשלאגן מיט לייב און לעבן פאר אידילאגיע. כאטש ס'האט זיי גארנישט באשטייערט ווען ג-ט האט געשיקט אויף זיי זיין גרומצארן....ווי אונזער זקן ר' בערל דער פערדן טרייבער האט טאקע ערווענט.

אבער היינט צו טאגס זענען כמעט נישט פארהאן קיין היימישע אידן וועלכע פארמאגן זעלבסט-אידילאגיע. מחשבה און אידאליגיע איז מען פילייכט בלויז יוצא בשליחות. דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אז בלויז עטליכע פון א.ג. עסקנים זענען מוצא דעם גאנצן ציבור מיטן טראכטן, זיי שאפן דעם טאן, געוואנדען אין די פינאנציעלע בעניפיטן פון וועלכע זיי וועלן געניסן. און דער עולם ( לייען-קעלבלך) דארפן בלויז אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים לש''ש. וואס מיינען דאך זיכער די וואוילזיין פונעם כלל.

דער אלגעמיינער ציבור קוקט בלויז ארויס אז דער פוד סטעמפס קארטל זאל זיך אנפילן אנהייב מאנאט, און די רעשט אינטערסירט זיי אן הויקער.

ס'זאל זיך נישט דאכטן פאר קיינעם, אז די רייסערישע יונגעלייט מיט די ריזיגע סמארט-פאנס, און באקליידעט מיט קורצע ווינטער מאנטלן און זיסע פראפעסארישע ברילן פארמאגן ווירקליך אידילאגיע אדער א מיינונג אין די פאליטישע אנגעלעגנהייטן, א פייג. די אלע זאפטיגע קאָנסערוואַטיווע קאמענטארן וועלכע פלוסן נאכאנאנד פון זייער שיינע מיילער באדייט זילטש. זיי זאגן דאס בלויז נאך ביי די קופקעס ווי פערדן, צו שאפן אן איינדרוק ביי די צוהערער אז זיי פארשטייען, און ווייסן, און פארמאגן א זעלבסט-מיינונג דערפאר זענען זיי ווירקליך רייסערס.
א נעכטיגען טאג זייי קענען ניטאמאל זייער נאמען רעכט אראפשרייבן, זייער איינציגסטע זארג אין לעבן איז בלויז אז דער טשעק פון הערשל שרייבער זאל זיין עטוואס מער פון 7 מאות. און אז דער פוד- סטעמפס קארטל זאל זיך אנפולן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ר' בערל איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, ווי אויך האב איך גאנץ ווייניג נערווען צו טייפן. בקיצור נמרץ וואס איך וויל דיר זאגן איז:

1) דו ביסט סטאק אין די אלטע ערא ווען סאושאעליזם איז געוועהן א מיאוסע ווארט. ווען איך שרייב סאושעליזם הערסטו "סיביר", "סטאלין"...

2) דיינע world views און דיינע מאראלן זענען געבעיסט אויף "מעשיות" און "אינצידענטן", נישט אויף קיין פאקטן...
וויבאלד די שווארצע האבן זיך געשלאגן מיט די אידן פאר אפאר טעג צוואנציג יאר צוריק אין קראונהייטס, בארעכטיגסטו צו פיינט האבן "אלע שווארצע" היינטיגע טעג.

3) איך קוק דיך אן פונקט ווי אלע אנטיסעמיטן וואס האבן פיינט די אידן וועגן דעס און יענץ. דו ביסט גארנישט אנדערש פון זיי.
ס'איז קינדעריש... מורא'דיג קינדעריש... ס'האט נישט אונטער דעם קיין שום חכמה... גארנישט...

4) אין מיינע אויגן איז ראסיזם פונקט ווי אלע נארישע פרימיטיווע קאנפליקטן אין נאטור.... פרימיטיווע חי'שע אינסטינקטן, פונקט ווי בהמות און חיות וואס טראכטן נישט. פונקט ווי דער נארישער הונט וואס וויל הרג'ענען דעם קאץ ווייל ער איז אנדערש פון אים, און די קאץ וואס שלאגט זיך מיט די מייז, די צוויי ברודער וואס הערן זיך נישט אויף ארומצוקריגן פאר שטותים טאג און נאכט. און אלע אנדערע נארישע מענטשען אויף די וועלט וואס האבן נאכנישט געכאפט אז אונז זענען אלע געקנויטן פון די זעלבע טייג, מיר זענען נאר געטאוסט און צוגעברענט געווארן אביסל אנדערש...

5) עפעס מורמלסטו דארט וועגן א שטויס אין טאכעס. איך ווייס נישט פונקטליך וואס איר רעדט.
איך דארף נישט קיין שום פאזיציע אין א פארטיי. און זיי קענען מיך ארויסווארפן אדער אריינווארפן. איך וועל נאכאלץ זיין א דעמאקראט מיט די שטויס אין טאכעס אינאיינעם, פשוט ווייל זיי זענען מאראליש אויסגעהאלטן און זיי זארגן זיך פאר די עוורידזש-אמעריקאנער און נישט פאר די עליטס, און ווייל זיי שטיצן פאליסי געבעיסט אויף סייענס און נישט רעליגיע, און מישן נישט אריין זייערע רעליגיעזע אידעאלאגיעס אין די גאווערמענט.

6) אפילו איר האלט זיך קלוג, פארשטייט איר נישט די בעסיקס פון מאראלן. אפילו ווען יענער טוט א עוולה דארף מען עס נאכטוהן???
וואס האט די אליארטע ארמיי געטוהן מיט די נאציס נאכן קריג? מ'האט זיי פארברענט אין א אויווען ווי אין אוישוויץ אדער מ'האט זיי געברענגט צו א מענטשליכע משפט? אפילו לאמיר זאגן אז איינער האט דיך פיינט, דארפסטו ווייזן פאר יענעם "איך בין העכער פון דעם"! איך האב נישט פיינט קיין מענטשן לויט זייערע אפשטאם! דעס איז שוין געזאגט געווארן ווען זיי האבן אונז טאקע פיינט - איך האלט נישט אזוי. איך רעד אפילו לשיטתך.

איין טאג וועל איך אפשר מעהר מאריך זיין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך לעפל: איך האב דיר געגעבן א לייק. כאטש דו האסט דיך צולאזט אויף מיר אין דעם אנדער'ן אשכול. ווייל דו זאגסט דברי אמת. אפשר מיין לשון און עטליכע אויסדרוקן וואס איך נוץ קענען גיין אויף די נערוון פאר א פאר מענטשן. .(און איך ווייס וועלכע טייפ מענטשן). אבער די נקודה איז אז ס'טוט מיר פשוט שטארק וויי אז א טייל מענטשן זענען אזוי נאאיוו און זיי וויללן זיך נישט לערנען פון די טראגישע היסטאריע וואס האט באטראפן דאס אידישע פאלק. למשל פאר די 2'טע וועלט מלחמה זענען געווען א סאך פרייע אידן וועלכע האבן באשולדיגט די ערליכע און חסידישע אידן אין אלע צרות. דערווייל איז געווען פונקט דער היפוך. אבער עכ"פ אזוי האבן זיי זיך איינגערעדט. אז אויב די ערליכע אידן וועללן זיך מאדערניזירן אדער ח"ו אינגאצן אפלאז אידישקייט וועללן די גוים אויפהערן פיינט צו האבן אידן. ביי די מלחמה האבן זיי זיך איבערצייגט0 אין זייער פאטאלן טעות. ווען די נאציס ימ"ש מיט זייערע גוי'אישע שכנים האבן אריינגעלייגט דעם ערליכסטן חסידיש'סטן איד צוזאמען מיט דעם פרייען ציוני. אדער אפילו א משומד, רח"ל אין דעם זעלבן געטא. און גאז קאמער, רח"ל.

מיין טענה צו די ארגאניזאציע ..."נטרונה"...איז. אז כאטש זייערע דרשות זענען גאנץ שיין. אבער דעם תכלית וואס זיי זאגן אז זיי וויללן דערגרייכן . טוען זיי נישט דערגרייכן. ווייל אלע זייערע הסברים און פראפאגאנדע האט נאכנישט געראטעוועט דאס לעבן פון איין איינציגן איד. ווייל מיר דארפן געדענקען אז די שנאה און רציחה פון די גויים איז נישט געטריבן דורך לאגיק. ווי די גמ' זאגט שוין..."למה נקרא שמה סיני...?! שמשם ירדה שנאה לעולם (על ישראל). אויך. האט שוין רבן שמעון בר יוחאי פון לאנג געזאגט (עיין רש"י פ' וישלח) .."הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב"...! ס'איז דא א שיין ווארט אויף דעים. ואכמ"ל.
די זעלבע טענה איז אויף די דיפלאמאטן פון די איזראעלי רעגירונג. זיי רעדן זיך איין אז די שנאה פון די גויים צו אידן. נישט ציונים. דאס איז נאר א תירוץ. נעמט זיך פון דעם אז זיי זענען נישט גענוג גוט מסביר זייער פאזיציע. טיפשים ווואס עטץ זענטץ. עטץ קענטץ מסביר זיין פון היינט ביז מארגן. וואס דארף מען מער מסביר זיין ווי אז זיי באשיסן די אידישע יישובים טעגליך מיט ראקעטן. און בחסדי השי"ת זענען נישט דא קיין מאסן קרבנות, ח"ו. אבער ווען מ'ענטפערט זיי צוריק, זענען דא טויזנט און איין תירוצים אז די אידן זענען נישט גערעכט. (די ראקעטס, מעסערס און קוילן ווייסן נישט מבחין צו זיין בין דם לדם. צווישן אן ערליכן איד און א ציוני. זיי הרגנ'ען פונקט אזוי ח"ו דעם גרעסטן קנאי אין מאה שערים ווי דעם פרייעסטן איד אין תל אביב...!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

כ'האב מיר בעיקר צולאזט צוליב דאס וואס די האסט www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=12154 דא געטאן.

און דעם לייק קענסטו גערן צוריק נעמען. כ'קען קען מיר ב''ה באגיין אן דעם אויך...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלס א שטיקל הוספה צו מיין פריערדיגע תגובה: איך האב מיר לעצטנס איינגעהאנדלט דעם בוך ..."מיין קאמף" געשריבן דורך דעם צורר היהודים, היטלער, ימש"ו. מכח איזה סיבה שהיא. ומעשה שהיה כך היה. איך האב געהערט א טעיפ פון איינעם פו די פילע מחזירי תשובה פון די ארגאניזאציע..."הידברות".. אין ארץ ישראל, א זאך וואס קלינגט אומגלויבליך און איך האלט אז ס'איז נישט אמת. אבער דאך. כ'האב מיך געוואלט איבערצייגן. האביך געקויפט דעם בוך. דער רב האט געזאגט אז היטלער, ימ"ש שרייבט אין זיין בוך אז ער האט נישט געוואלט טשעפען די ערליכע אידן. און ער האט גארנישט אקעיגן זיי. ווייל זיי גייען זיך זייער וועג. און היטן אפ די תורה. און זיי מישן זיך נישט אין לעבן פון די גויים. אבער די פרייע און רעפארמער קריכן אריין פאר די גויים אין זייער לעבן. זיי זענען איבעראל דא. ביי מיוזיק. אין ד אוניווערזיטעטן און די געריכטן. דאס קלינגט אומגלויבליך. ווייל אונז זעה מיר במציאות אז די נאציס ימ"ש האבן געהרג'עט אלע אידן אן אויסנאם. בכל אופן. ווען איך וועל טרעפן דעם סטעיטמענט דארט אין בוך, וועל איך עס בלי"נ אוועקווארפן. ווייל בעצם אויסער די שנאה צו אידן וואס דער רשע פרעדיגט דארטן, איז עס זייער א באורינג בוק. אבער בתוך הדברים, וואס איך האב געליינט דארטן. שרייבט ער אזוי...אז ער האט טענות צו די טשוירטש אין עסטרייך. אז כאטש זיי האבן דערקלערט אז זיי האבן א שטארקע שנאה אויף אידן. אבער ער געט זיי א פסק. ער זאגט אז דאס איז גארנישט. פארוואס..? ווייל אויב א איד וועטציך שמד'ן, וועט דאך בטל ווערן די שנאה צו איהם. משא"כ. די ראסיסטישע שנאה וואס ער האט צו די אידן דאס איז די ריכטיגע שנאה וואס האט א קיום...עטץ פארשטייטץ דאס פשט'ל...!

נאכאמאל. דער מיאוס'ער און עקלהאפטיגער בוך איז אפילו נישט געשריבן מיט א שרייבערישן טאלאנט. ס'איז מורא'דיג באוווורינג....!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך_לעפל האט געשריבן:כ'האב מיר בעיקר צולאזט צוליב דאס וואס די האסט www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=12154 דא געטאן.

און דעם לייק קענסטו גערן צוריק נעמען. כ'קען קען מיר ב''ה באגיין אן דעם אויך...

קאך לעפל: דו דארפסט דיך נישט פארענטפערן. כאטש דו האסט געגאסן קיתונות של שופכין אויף מיר. גייט מיין לעבן בחסדי השי"ת ווייטער אן על מי מנוחות. נאר איך זעה פשוט נישט וואס איך האב אזוי שלעכט געזאגט דארט. איך האב חוזק געמאכט פון שרה נתניהו און בנימן נתניהו. אפשר הייסט דיין מאמע, שרה. בעט איך דיך איבער...אדהערווייז זעה איך נישט על מה חרה אפך. אבער בכל אופן זיי מיר געזינט. ווייל נישט אזוי ווי דו האסט געזאגט אז דער בעל עגלה איז געבליבן אן ארבעט. איך האב ב"ה גאר א חשוב'ע און הייליגע ארבעט . צו פיהרן די תינוקות של בית רבן צום חדר און אהיים פון חדר. זיי מיר געזונט...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רבש"ע... ער בויעט גאנצע בנינים אויף וואס דער און יענער האט געזאגט...

ר' בערל דערמאנט מיך פון צוויי קליינע קינדער אין חדר וואס האבן זיך געטשעפט טאג און נאכט. און פון דעם מאכט ער א גאנצער קוגל און דאס ווערט שטעקן אין זיין קאפ אלץ רעאליטעט אין די וועלט. ער האט מיך נעכטן געשטויסן אלזא גיי איך אים נעקסטע וואך אנגיסן מיט וואסער. און אז ער גייט מיך צוריק טשעפענען גיי איך אנרייסן זיין ברודער די ביינער. יא ווייל ער איז אויך שולדיג. און אלע קינדער וואס האבן געלאכט זענען אויך שולדיג. פון היינט אן ווייטער גיי איך זיי אלע פיינט האבן.

אנגעבלאזנע מעשיות! שטותים מיט הבלים!
די אנטיסעמיטן האבן אסאך מעהר מעשיות צו פארקויפן אויף די אידן.

אינטערסאנט אויף טראמפ, דער גרעסטע אנרייצער פון אנטיסעמיטיזם אין די היינטיגע ערא, האסטו נישט קיין שום פראבלעם!? נאר מיט מעשה'לעך פון קראונהייטס פאר צוואנציג יאר צוריק - דארט ביסטו שטעקן געבליבן?

אלעס קוקט ער אן מיט די זעלבע שמוציגע גלעזער!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:בּיג דיעל, מיט אזעלכע דעמאקראטן ווי דער היינטיגער געווינער קענסטו פארלאזן דיין פארטיי.

א קאנדידאט וואס איז
פּרא לייף
פּרא קויל
פּרא געווער
פּרא טאריףף'ס
אנטי נאנסי פאלאוסי
............
מיט אזעלכע דעמאקראטן פריי איך זיך אויך.


אבי גערעדט. דו הערסט האלבע ווערטער און דו טאנצסט שוין קדוש.

למשל דיין ערשטע קלעים אז ער איז פרא לייף.
ער איז פרא לייף אין זיין פערזענליכע אפיניאן אלץ קריסט. אבער מישט עס נישט אריין אין פובליק פאליסי. אט דאס איז דעמאקראסי...

What’s true is that Lamb, like many Roman Catholic Democrats, describes himself as “personally opposed to abortion.”

But like many pro-choice Democratic Party politicians, he frames that as a religious issue rather than a public policy one, just as a Jewish politician might keep kosher in his personal life without proposing to make shellfish illegal.

https://www.google.com/amp/s/www.vox.co ... n-abortion
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אמעריקאנער אויסערן מיניסטער געשיקט לופטערן דורכן פרעזידע

שליחה דורך אונטער חכם »

קורקלענד האט געשריבן:בּיג דיעל, מיט אזעלכע דעמאקראטן ווי דער היינטיגער געווינער קענסטו פארלאזן דיין פארטיי.

א קאנדידאט וואס איז
פּרא לייף
פּרא קויל
פּרא געווער
פּרא טאריףף'ס
אנטי נאנסי פאלאוסי
............
מיט אזעלכע דעמאקראטן פריי איך זיך אויך.

פרא טאריף איז אויך א רעפובליקאנער זאך?
פארשפארט