רוב היינטיגע ווילדקייט קומט פון נסתר. ווען אלע תנאים וואלטן עוסק געווען אין דעם וואלט געווען אין הלכה כר"ש ווי ביי נגלה
ווי יונג חתונת, גרויסע משפחות, כולל, מוסדות, צדקות וכו
דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
שומרי שבת
berlbalaguleh האט געשריבן:שטאפענע קאפעלוטש: זייער גוט ארויסגעברענגט.
איבער דעם ריח פון שומר שבת קענמען זיך נאך דינגען. אבער ס'איז דאך דא דער באקאנטער מאמר..."על טעם וריח אין להתוכח"...
נאר אז ס'איז נישטא נאך אזא ביהמ"ד ווי שומרי שבת אין אמעריקע זיכער נישט.
נאר איך מיין אז אין די גאנצע וועלט אויך נישט. איך בין נישט געווען לעצטנס אין ארץ ישראל ווייס איך נישט וואס דער געשמאק פון ..."איצקוביץ"...איז.
אבער ווען איך קום אריין אין ביהמ"ד שומרי שבת ווער איך באצויבערט פון די פילע מניינים
און די אלע אידישע שלעפערס וועלכע דרייען זיך דארט ארום. און זיי געפונען דארט זייער היים. איך האב עס אמאל מגדיר געווען אלס די אידישע יונייטעד נעישאנס. עפעס א מין סוג של קיבוץ גליות.
די נקודה וואס שומרי שבת איז מעהר ווי אלע אנדערע שטיבלעך אין די וועלט איז מחמת די פלאץ איז גאר קליין לעומת די כמות פון מניינים וואס ווערן געפירט דארט.
זכרון משה אין ירושלים און איצקוביץ אין בני-ברק זענען היבש גרעסער אין שטח, און דער חידוש פון שומרי-שבת אז אין אזא קליין שטח האט מען געמאכט אזא מאכטפולע שטיבלעך.
און לכאורה די הצלחה דערפון איז די ציהל וואס די מייסדים האבן געהאט אז אין זייערע שוהל זאל מען נישט פאהרן צו די ארבעט שב"ק נאכן דאווענען
און כדי דאס זיכער צו מאכן האט מען געדאוונט שפעט און לאנג אז מ'האט געענדיגט דאווענען נאך 11:30 און דאן איז מען שוין ניט געפאהרן ווייל ס'איז געוועהן צו שפעט אריין צו פאהרן
און בזכות שמירת שב"ק האט דער ביהמ"ד זוכה געוועהן צו אזא הצלחה, ע"פ דרך הטבע איז נישטא קיין הסבר פארוואס ס'זאל אזוי מצליח זיין.
צו באטאנען די פעולות פון די גבאי ר' הילל סיי אין צו שטעלן פאר די משולחים און אנדערע קשי-יום צו עסן דארטן אונטן,
און ווער רעדט נאך פון די היטשע'ס וואס ער ערלעדיגט קיין מאנסי לעייקוואד און אפי' מיאמי און ק. טאהש...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נקודת אמת: און דער גבאי ראשון ר' משה מעצגער, הי"ו. וועלכער איז אן אייניקל פון איינעם פון די מייסדים פון דעם ביהמ"ד. ער איז אין א בחינה א צדיק נסתר. ביטע לאכטס נישט. ס'איז נישט קיין הגזמה. ראשית כל, איז ער א איד א גרויסער תלמיד חכם. ער האט 2 זוהן וועלכע האבן .."סמיכה"...! ער אליינס איז פון פאך אן אקאונטענט (רואה חשבון). ער האט אויך א ביזנעס. א פוירניטשור געשעפט. אבער ער לאזט אלעס אפ. און זיין גאנץ חיות איז פון אנפיהרן די מניינים. און בכלל מענעדזשן דעם פלאץ. ס'איז ביי איהם בכלל נישט קיין פחיתות הכבוד ארויס צושלעפן זעק מיט גארביטש. און די געוואלדיגע חסד וואס גייט ארויס פון דארט. ווען איך בין געווען אין .."יאר"... און כ'האב געדאוונט פאר'ן עמוד מיט א פריה מנין, פלעג איך איהם זעהן אריינקומען אין ביהמ"ד פארטאגס מיט פארבלאטיגטע שיך. ווייל ער ארבעט אויכעט אין חסד של אמת פון ר' מענדל ראזנבערג הי"ו. און זיי געבן זיך אפ מיט באגראבן מתי מצוה...!