"דער בליץ" מדי חודש בחודשו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די גרעסטע? שלעכטע choice פון ווערטער. וואלט געדארפט שטיין די העכסטע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

די RFID ארטיקל איז גראדע זייער אינטערעסאנט און גוט באשריבן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

/
[NAMELESS]

Re: "דער בליץ" מדי חודש בחודשו

שליחה דורך [NAMELESS] »

IMG_20150323_155439.jpg
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך האב געליינט דעם שבת נאכמיטאג דער בליץ, זיי האבן געהאט א הערליכע ארטיקעל וועגן עליס איילענד, גראדע האבן זיי עס גאנץ שיין באשריבן, איך האלט אבער אז דע שטערן וואלט עס אסאך שענער באשריבן, עליס איילענד איז באקאנט אלטס א פלאץ ווי אסאך טרערן פון פרייד און פון צער זענען פארגאסן געווארן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז מקעירט נישט וואס מעשרייבט אין מטרענסלעיט פון ווי סלאזט זעך אן צולייגען אפילו א טראפ קאפ וואס מע שרייבט טרעפט מען זיך מיט גרובע מנובלות און שטותים און לאקשען און א שווערד פון פלייש
פוי דער חזיר
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוי האסטו מיר געמאכט לאכן.. :lol: :lol: :lol:
האסט ממשיך געווען דער זמן שמחתינו מן הקודש אל החול.

פאר ווער ס'ווייסט נישט: דער בליץ און דער טריביון ערשיינען דורך די זעלבע געניאלן. גאונים במלאכת הטראנסילאציע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: אבער דער שטערן /שפאקטיוו זענען חזיר טריפה. שוין נאך די שחיטה...און דער בליץ/טריביון זענען כשר...! אזא פנים האט עס ווען א פאר צודרייטע בעלי טשיוועס וועלכע ווערן משוגע פאר ליידיגיין וויללן צו העלפן פאר'ן באשעפער , כביכול פיהרן די וועלט. זיי ווילן אויפטון פאר אידישקייט.
איך אנטשולדיג מיך פאר די אנשטענדיגע בעלי תשובה, וועלכע זענען אמת'ע ערליכע אידן און זיי ווייסן אז זיי פארשטייען נאכנישט אלעס אין אידישקייט. און זיי רודער'ן נישט ארום...יישר כח...!
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

ראשעקאל האט געשריבן:אז מקעירט נישט וואס מעשרייבט אין מטרענסלעיט פון ווי סלאזט זעך אן צולייגען אפילו א טראפ קאפ וואס מע שרייבט טרעפט מען זיך מיט גרובע מנובלות און שטותים און לאקשען און א שווערד פון פלייש
פוי דער חזיר


[justify][שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אין אונזערע ראנגען! אזא בושה, אנבעליוועבל, ווער געדענקט ווען דער בליץ האט געמאלדן אז בפקודת הרבנים, "וועלן זיי מער נישט לייגן בילדער פון גוים"...

זיי האבן 'אריינגעשטעקט א שווערד' אין די הארץ פון חרדישע לייען מאטריאל, און מיט זייער נידריגקייט האבן זיי דאסמאל דיסטריביוטעד הייסע ניוול צו זייערע ליינער וועלכע קומען פון מכלומרשטע 'ערליכע אפגעהיטענע' שטובער, און זייענדיג די 'מערסט פאפולערע מאגאזין', וועלן טויזענטער אידישע קינדער פרעגן פון די עלטערן פשט, איבער א פלייש-שווערד וואס מען נוצט צו הייראטן... אופס! איך טרעף זיך שרייבן ניוול אינדרויסן פון מאחורי. דאסמאל איז עס טאקע א בליץ. ווי זענען די שטערן אויסקויפער דאסמאל? ווי זענען די שומרים קארטלעך?[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

ראשעקאל האט געשריבן:אז מקעירט נישט וואס מעשרייבט אין מטרענסלעיט פון ווי סלאזט זעך אן צולייגען אפילו א טראפ קאפ וואס מע שרייבט טרעפט מען זיך מיט גרובע מנובלות און שטותים און לאקשען און א שווערד פון פלייש
פוי דער חזיר

איר קוקט אויס צו זיין א געטרייע בליץ ליינער...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואלי וואלפסאן: וואו שטייט אז נאר די בליץ שרייבער און רעדאקציע מעגן שרייבן אמעראציש. די רעכט איז אפן פאר א יעדן איינעם. ברצונו מדקדק וברצונו מפשל... :roll:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מען האט שוין לאנג נישט געשריבן דא איבער דעם בליץ און די ליצנות פון זייערע געשרייבעריי. עס איז העכסט צייט פאר נאך א תגובה, לויט'ן פארלאנג פון דאקטאר...

פרעגטס מיר נישט פארוואס איך קויף עס נאך. דער אמת איז אז זיי האבן גאנץ אינטרעסאנטע ארטיקלען, פאר מיר און פאר די קינדער. קען זיין ס'געקאפיעט פון ערגעץ, כ'ווייס נישט. אבער עס איז אינטרעסאנט, פינטל.
עס איז ממש א שאד אז זיי נעמען נישט אויף קיין פראפעסיאנאלע שרייבערס אדער לכה"פ מגיהים בעפארן דעליווערן אזעלכע גראבע טעותים און מאדנע אויסדרוקן פאר די ליינער.

איך וועל נעמען איין דוגמא פון דעם חודש. גראדע גאר אן אינטרעסאנטע קאפיטל געשיכטע. עס איז אבער באשיינפערליך מערקבאר אז איינער - נישט משלנו - האט דאס פילייכט געשריבן. ווארום ער שרייבט אזויפיל מאל די אומגעווענליכע ווערטער, אזש מען קען פילייכט מיינען אז דאס האט געשריבן איימיצער פון אן אנדערן לאנד, נעמליך פון אוקריינא, נישט פון אמעריקע.

איך האב מיר גענומען דאס ביסל צייט וואס איך האב (נישט), עכט וויל איך עס טון יעדן חודש, אבער דאס מאל איז שוין געווארן נתמלא סאתם האב איך זיך איבערגעשטרענגט...

לייענט און האט הנאה.

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

המשך....

.
וירח ה' את ריח הניחוח
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: "דער בליץ" מדי חודש בחודשו

שליחה דורך מפוזרי »

באשיינפערליך איז דער פילייכט ליבהאבער ווירקליך יא אחד משלנו.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב אפגעשריבן גאנץ א לאנגע תגובה. קריטיקירנדיג דעם סטייל פון שרייבן פון .."בליץ"... אבער אין די לעצטע רגע האטציך עס אויף א וואונדערליכן אופן אפגעווישט. איז א סימן אז מן השמים וויל מען נישט אז איך זאלל עס שרייבן. וועלל איך עס טאקע נישט איבערשרייבן. אזוי ווי ביי איינעם פון די צדיקים מדורות הקודמים, (נישט אז איך בין איינער פון זיי) ווען ער האט אפגעשריבן א תשובה וואס איז קעיגן ר' אביש'ל פראנקפורטער זצ"ל. ביי די מעשה פון דעם גט מ'קליווע. און ס'איז דא 2 גירסאות וואס איז נאכדעים געשעהן. לויט איין גירסא. האטציך די פלעשל מיט טינט אויסגעגאסן אויף דעם בריעף. און אלעס איז פארווישט געווארן. לויט אנ'אנדערע גירסא האטציך די גאנצע פלעשל זאמד וואס מ'האט געניצט א ביסל כדי אויסצוטרוקענען די טינט, אויסגעגאסן אויף דעם בריוו. און אזוי ארום איז דער גאנצער בריוו פארווישט געווארן...!

ביי אזא צדיק ווי אני הקטן, בין. האביך אומווילנדיג געדריקט אויף דעם ..."ריטוירן".... קנעפל פאר איך האב עס געסעיווט... און ס'האטציך פארווישט. אויב שרייבן וואלט געווען א מצווה וואלט איך עס איבערגעשריבן נאך הונדערט מאל. אפילו מיט מסירות נפש. אבער וויבאלד. ס'איז דאך נאר , אין בעסטן פאל געווען א דבר הרשות האביך אנגענימען דעם אות מן השמים אז איך דארף נישט שרייבן קריטיק אויף א צווייטן איד...אבער איין זאך איז זיכער. א יישר כח פאר הרב שמעקעדיג שליט"א קומט זיך זיכער...ווייל ס'שטעכט מיר פשוט ווען איך ליין אן ארטיקל וואס איז געשריבן אויף אן אמעראצישן סטייל. אפילו דער תוכן קען זיין גאנץ אינטרעסאנט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס אמעראצית אליין וואלט נישט געווען אזא ליצנות ווי דאס וואס ער רעדט זיך איין אז מיט'ן באשיינפערליך פילייכט גיסן אזעלכע הויכבאשפריצטע ווערטער וועט עס אויסקוקן פראפעסיאנאל, וואס דאס אליינס מאכט עס אויסזען אומפראפעסיאנאל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ר' בערל, געדענקט דעם ליקוטי מוהר"ן: אם אתה מאמין שיכולים לקלקל תאמין שיכולים לתקן!

אין רוב בראוזערס, אפילו מען האט געדרוקט back, מיינט נאך נישט אז אלעס איז פארלוירן און געגאנגען צו די סטרא אחרא. מען קען פונקט אזוי דרוקן דעם forward קנעפל (די רעכטע עראו) און ע"פ רוב וועט די תגובה צוריק ערשיינען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: יישר כח גדול. ווען איך ווייס ווען. ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דאס איז געשעהן. אלץ אויף אן ענליכן אופן. האביך עס אנגענימען אלס אן אות מן השמים. ווייל צומאל איז די פארמעקטע תגובה געווען גאנץ שארף...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

במחילת כבודכם וועל איך צולייגן מיינע דריי צענט. אלץ קינד פלעג איך ליינען בקביעות דער שטערן און שפעטער דער שפאקטיוו כמעט (אפשר אינגאנצן) נישט אויסגעלאזט קיין איינס, איך פלעג ממש איינשלינגען די ווערטער, און איבערליינען און איבערליינען, ס'געווען פאר מיר ווי לופט צום אטעמען. איין טאג זעה איך אין געשעפט עפעס וואס זעט אויס ממש ווי דער שטערן פון אפאר יאר פריער, 'דער בליץ'. כ'אמיך אזוי געפרייט אז איך וועל שוין האבן נאך אינטערסאנטע זאכן צו ליינען. איך גיב אזא בליק אריין, ליין אפאר שורות און גלייך צוגעמאכט און מער קיינמאל נישט צוגערירט, ס'איז ממש ווי טאמבל סאס האט עס ארויסגעברענגט.
טאמבל סאס האט געשריבן:די בליץ איז א ליידיגע אויפגעבלאזענע אינהאלט, צעשפרייטע לאנגע נודינקע שפראך, און לעהרע תוכן דאס איז שוין אויסער די עקסטירמע משוגעת'ן פון לייגן בילדער פון קערפער אהנע קעפ, ריזיגע פיקטשערס און אויסגראבן פון אונטער די ערד פונקט די זאכן וואס זענען דאס ווינציגסטע אינטרעסאנט פארן מענטשליכן בריה


לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו זען די "מערסט פארשפרייטסטע אידישע אויסגאבע אויפן מארקעט". איך ווייס נישט פארוואס, אבער ס'איז מיר גלייך ארויפגעקומען די זכרונות פון מיינע קינדער יארן, ווען איך בין געשטאנען דארט אין סופערמארקעט און אריינגעבליקט אין 'דער בליץ'. עד שבא 'אדנירם' און ער האט פארשטיין געגעבן וואס דא גייט פאר.
אדנירם האט געשריבן:פאר ווער ס'ווייסט נישט: דער בליץ און דער טריביון ערשיינען דורך די זעלבע געניאלן. גאונים במלאכת הטראנסילאציע.
ישר כח שש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: ייש"כ פאר אזוי גוט מסביר זיין. איך האב שוין פון פריער געטענה'ט. ווען די מענטשן אין א רעדאקציע זענען עמי הארץ (אמעראצים) סיי אין אידישע היסטאריע. און סיי אין מילי דעלמא. און זיי שרייבן און רעדאגירן נישט וואס מ'דארף צו רעדאגירן, האט זייער אויסגאבע טאקע אזא פנים.

איך האב שוין עטליכע מאל געברענגט דעם עפיזאד פו די אזוי-גערופענע רעדאקטארן (נאך דעם לעגענדארן ידען און שרייבער, ר' סענדער דייטש ז"ל), די געשוואלענע עמי הארץ. וועלכע האבן זייער באגרעניצטע ידיעות סיי אין די השתלשלות פו די היסטאריע פון דעם אידישן פאלק. און כש"כ אין וועלטליכע ידיעות וואס דער עווריזזש נארמאלער אינטעליגענטער מענטש פארמאגט. וואס כאפן נישט די גראבע און הומאריסטישע טעותים וואס זיי מאכן. און אלס רעזולטאט זענען זיי ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט...איין אזא עפיזאד איז געווען ווען ס'איז געלאפן אין ..."דער איד" א סעריע פון דערציילונגען פון די גרויסקייט פון א געוויסן דר. יאנוש קארטשאק. א קינדער דאקטער וועלכער האט אויכעט ארגאניזירט א אידישע שולע אין דעם ווארשאווער געטא. אבער קיין שמע ישראל האט מען דארטן נישט געלערנט מיט די קינדער. אפילו ווען ס'איז שוין געליגן די חרב חדה אויפ'ן האלז פון די אידישע איינוואוינערס...אט דער דר. קארטשאק איז זייער שטארק פארהייליגט ביי די פרייע ציונים אין מדינת ישראל ר'איז א טייל פון זייער פרייע קולטור און היסטאריע. און דער איד האט עס נעבעך געברענגט וואך נאך וואך. מיט גרויסע שבחים אויף איהם. ביז עפעס א נארמאלער מענטש האט זיי אויפמערקזאם געמאכט. ס'איז פונקט אזוי ווי ס'וואלט געשטאנען אין א סאטמאר'ע צייטונג אז דער פרעמיער בן גוריון איז געווען זייער א וואוילער מענטש. און אויסגערעכנט זיינע שבחים...!

נאך אן עפיזאד וואו זייער עם הארצות האט ארויסגעשיינט... ביי די גויים איז דא א וועלט בארימטע פעינטינג פון זייער לעגענדע פון "דעם לעצטן סאפפער"...איבער יאשקע'ס אנפיהרן די סדר נאכט. און די רוימישע פאליציי איז איהם געקומען ארעסטירן. האט דער איד אין זייער פורים אויסגאבע געברענגט א קאפי פון יענע פעינטינג. און צוגעשריבן אונטער דעם ..."אידן זענען זיך משמח אום פורים"...הא הא הא...און אויף דעים איז שוין אריינגעקומען א סאך בריוון מיט פראטעסטן אויף דעים...ווייל כמעט א יעדער נארמאלער איד ווייסט וואס די פעינטינג מיינט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דולה ומשקה האט געשריבן:ער רעכנט אויס א רשימה קדישא וואס דער פראכט וואגען נעמט מיט זיך אויף זיין נסיעה, אבער אז דאס איז א געפילטערטע אידישע מאגאזין וואס איז מותר למהדרין צו ליינען, אויף וואס ארויף מיז ער אויס רעכענן אינציווישען דעם טעלעווישען?
ס'האט מי' ממש באנומען, כ'בין אדורך געפאלען נאך געקוקט מה טיבו, וואס איז דאס א טעלעווישען, ומשם ואלך ירד ירדתי וירד פלאים...רח"ל.
כ'האב מיר שנעל צוריק געכאפט, אפגעמאכט איהר מער נישט אריין צו נעמען אין שטוב.
דולה ומשקה: ס'הייסט דו ווייסט נישט וואס א טעלע(ר)ווישן איז. דאס איז איינס פון די גרעסטע סגולות פאר שלום בית. כמאמר הברך משה זצוק"ל. ווען א פארזארגטער יונגערמאן איז צוגעקומען צו איהם זונטיג אינדערפריה און ער האט געזאגט אז ער האט מורא פאר זיין שלום בית ווייל ער האט פארגעסן צוזאמצולייגן זיין טלית. האט איהם דער ברך משה בארואיגט און געזאגט. אז ס'איז דא נאך א סגולה פאר שלום בית. העלפן זיין ווייב אפווישן די טעלערס אום מוצאי שב"ק...!
פארשפארט