די פטירה פון וויזשניצער רבי'ן אין אן אלטעירנעטיוו יוניווערס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

די פטירה פון וויזשניצער רבי'ן אין אן אלטעירנעטיוו יוניווערס

שליחה דורך גדליה »

אין מאנסי איז די וואך נפטר געווארן הרה"ח הישיש הנגיד ר' מרדכי (מאטל) האגער ז"ל אין טיפן עלטער פון 95 יאר.
ר' מרדכי איז געווען אן אמת'ער פארצייטישער איד פון פריערדיגן דור. ער איז געבוירן געווארן בעפאר'ן קריג אין גרויסווארדיין צו זיין פאטער הרה"ח ר' חיים מאיר האגער ז"ל, פון די געהויבענע וויזניצער אידן, וועלכער האט זיך שפעטער אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל.
ר' מרדכי איז געווען א תלמיד פון סעקעלהידער רב און פון דער סאטמארער רב, זכר צדיקים לברכה. אויף דער עלטער פלעגט ער דערציילן פארשידענע עובדות וואס ער האט צוגעזען ביי זיינע רביים.
ר' מרדכי איז געווען באקאנט אלס א געווייקטער חסידישער איד, מען פלעגט אים רופן בלשון חיבה, ר' מאטל. אלע אידן אין מאנסי האט געוואוסט צו זאגן פון דעם פארצייטישן ר' מאטל. מענטשן דערציילן אז עלטערן פלעגן ווייזן מיט די פינגער פאר זייערע קינדער אויף דעם עלטערן ניינציג יעריגן איד מיט די ווייסע בארד, "זעסט? ר' מאטל איז אן אמת'ער ערליכער איד פון פריערדיגן דור."
ר' מאטל האט כל ימיו געדאוונט אין דער גרויסער וויזניצער בית המדרש אין מאנסי, וואו ער האט זיך קובע מקום געווען אויף א בכבוד'יגע פלאץ אויפ'ן אויבן אן, הארט נעבן דעם בעל תפילה. מען האט אים צוגעשטעלט א שיין באקוועמען בענקל צוליב זיין הויכע עלטער.
אין בית המדרש האט מען אפט געזען ר' מאטל פארברענגען, מאכן א לחיים, עסן א שטיקל קוגל, דערציילן סיפורי צדיקים און נאכזאגן חסידישע תורות. יונגעלייט און בחורים פלעגן זיך קלאמערן ארום אים כדי צו הערן וואס ער האט צו פארקויפן.
אייניקלעך געבן איבער אז דער זיידע ר' מאטל האט געהאט טעגליכע שיעורים פון עטליכע בלאט גמרא אויף וואס ער האט קיינמאל נישט מוותר געווען. מענטשן וואס האבן אים געקענט זאגן אז ר' מאטל איז געווען א ש"ס איד, ווי די פארצייטישע אידן וועלכע פלעגן לערנען ש"ס אויפ'ן סדר בבקיאות, איינמאל נאכ'ן צווייטן, אן צופיל אריינטראכטן אויב מען פארשטייט די גמרא. אויף דער עלטער פלעגט ר' מאטל הערן טעיפס אויף ש"ס פון דעם בארימטן מגיד שיעור הרה"ג ר' מיכל זילבער שליט"א.
ר' מאטל איז געקומען קיין וויליאמסבורג שוין א שיינע פאר יאר נאכ'ן קריג, אין וועלכן ער האט פארלוירן א גרויסן טייל פון זיינע קרובים, אריינגערעכנט פעטערס און קוזינען. זיין פאטער, ר' חיים מאיר, איז יא געבליבן לעבן.
עטליכע יאר נאכ'ן קומען קיין וויליאמסבורג האט ר' מאטל באשלאסן אז ער גלייכט נישט דעם שטאטישן לעבן, און ער האט זיך אריבערגעצויגן אינדרויסן פון שטאט, אין דעם דעמאלטדיגן שטעטלישן מאנסי. ר' מאטל האט מיטגעשלעפט מיט זיך עטליכע ידידים, און דאס האט שטארק צוגעגעבן צו דעם אנטוויקלונג פון דער היימישער ישוב אין מאנסי, וועלכע איז באשטאנען דעמאלט פון בלויז עטליכע הונדערט משפחות, און האט זיך שטארק צוברייטערט און צואוואקסן אין די לעצטע דרייסיג יאר.
אלס א פארצייטישער איד האט ר' מאטל געהאט פארשידענע קפידות און מנהגים וואס ער האט מיטגעברענגט פונדערהיים. ער האט זייער נישט געגליכן אז מען זאל כאפן בילדער. מענטשן פלעגן זיך אונטערשמייכלען ווי היינט פארמאגט שוין סייווי יעדער איינער א קאמערא ביי זיך אין טיש (ווי אויך וואטסעפפ און טעלעגראם און גוגל) אבער ביי ר' מאטל'ען איז נישט געווען קיין מעשיות. ער האט געוואוסט פונדערהיים אז מען שטעלט זיך נישט פאר קיין בילד, און ער האט נישט גורס געווען אז "אין אמעריקע קען מען נישט".
עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז ער פלעגט נישט גיין צו קיין חתונות און מסיבות אפילו פון נאנטע מענטשן אויב האט מען געכאפט בילדער דארט. מאנכע האבן עס אנגעקוקט אלס א גאווה און שחצנות, אבער די נאנטע מענטשן האבן פארשטאנען אז דאס קומט פון זיין תמימות און ערליכקייט, און נישט ח"ו פון גרויסהאלטערישקייט.
ר' מאטל איז געווען באקאנט מיט זיין פרומקייט און זיין עקשנות אנצוהאלטן די מסורה. מאנכע פלעגן אים באטראכטן אלס א שווער מענטש, אבער דאס איז אוודאי געקומען פון זיין עקשנות נאכצוגיין מיט דער זעלבער תמימות פון דער אלטער היים.
אלס יונגערמאן איז ר' מאטל אריין אין ריעל עסטעיט, וואו ער האט שטארק מצליח געווען. ער האט געשאפן שותפות'ער, אינוועסטירט אין בנינים, און עווענטועל איז ער געווארן א מיליאנער. עס איז נישט באקאנט אז ער זאל האבן געטיילט גרויסע סכומים צדקה, אבער קיין קארגער איז ער נישט געווען, און פאר די קינדער און אייניקלעך האט ער געטיילט מיט א ברייט הארץ.
ר' מאטל האט געהאט פארשידענע משפחה סכסוכים מיט א ברודער פון ארץ ישראל, וואס לויט פארלעסליכע מקורות איז עס נישט געווען ר' מאטל'ס שולד. משום כבוד המשפחה וועלן מיר נישט אריינגיין דערין, בפרט אז זיי האבן זיך שפעטער אויסגעגליכן אין די אכציגער יארן. אסאך משפחה און גוטע פריינט האבן זיך דעמאלט זייער געפרייט אז צוויי אכציג יעריגע ברידער, וועלכע האבן פארלוירן נאנטע משפחה קרובים ביים קריג, האבן ענדליך שלום געמאכט.
ר' מאטל האט איבערגעלאזט פערצן קינדער, אלע חשוב'ע בני תורה און ערליכע אידן, צווישן זיי איין זון וואס איז אוועק בחייו ל"ע.
ר' מאטל וועט געדענקט ווערן אלס א פארצייטישער איד מיט א תמימות'דיגע חן און אן עקשנות אנצוהאלטן די מסורה פון די פריערדיגע דורות און אלס איינער וואס האט איבערגעלאזט א גאר חשוב'ע ערליכע שטוב, וועלכע באשטייען פון די סמעטענע אין וויזניץ. אז מ'זאגט אויף א יונגערמאן אז ער איז א "האגער", אן אייניקל פון ר' מאטל, ווייסט מען גלייך אז דא האנדלט זיך פון א חשוב'ן יונגערמאן.
ר' מרדכי איז באגלייט געווארן צו זיין אייביגן רוה דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש, און מען האט אים באהאלטן אין וויזניצער בית החיים אין מאנסי.
זיינע קינדער זיצן שבעה ביז סוף וואך. מ'בעט דער עולם זאל אהינגיין דאווענען ווייל מ'דארף האבן א זעקס-זיבן מנינים.
יהא זכרו ברוך.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דיין יומער איז גאנץ פיין אבער האסט געקענט ארויסברענגן דיינע פונקטן אביסול מער בכבודי. אויך דארפסטי זיין אביסול מער מסודר.
אלענפאס, מאך דיך באקוועם און איך האף הנאה צו האבן פון דיינע געשרייבאכצער
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

?***
בד"ו, אויב שוין יא, פארוואס נישט אמנון ממאגענצא?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:?***
בד"ו, אויב שוין יא, פארוואס נישט אמנון ממאגענצא?


די *** איז א קאמענט אדער א קמפלימענט?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעון וואלף האט געשריבן:דיין יומער איז גאנץ פיין אבער האסט געקענט ארויסברענגן דיינע פונקטן אביסול מער בכבוד


א שטיקל בחינה פון וישקהו
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

אלטעירנעטיוו יוניווערס? :roll:
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה: ייש"כ. דו האסט אראפגעלייגט א הערליכן סיקור און באשרייבונג פון הרה"צ ר' מאטעלע מ'וויזשניץ זצ"ל...! דו האסט עס געטון נישט אלס חסיד אדער פארעהרער. נאר אלס זייטיגער, נייטראלער אבזערווירער. אויב דער עולם וואלט נישט געוואוסט אז דא רעדט זיך פון אן אדמו"ר. א רבי'ן פון טויזנטער חסידים וועלכע האבן זיך געקלאמערט צו איהם. און איבער די צענדליגער און אפשר הונדערטער פערזענליכע מעשי צדקה וחסד בין בגוף ובין בממון וואס ער האט אליינס געטון, וואלט מען געקענט מיינען אז דא רעדט זיך איבער עפעס א איד, בעל בת'ישער יונגערמאן. א בנש"ק. אבער א געריבענער סוחר און ביזנעסמאן וועלכער האט זיך נישט אויסגעצייכנט מיט צופיעל מעשי הצדקה. גאנץ וואויל. אבער נישט איינער וואס האט זיך פארדינט א לוויה מיט א באטייליגונג פון צענדליגער טויזנטער אידן אום ערב שבת קודש....!

אויך. דער וואנדער אז דו האסט נאך דערווייל נישט באקומען קיין איין לייק. וואלט מיר געווען א חידוש. מילא. ווען בערל בעל עגלה שרייבט עפעס א מאמר, פילטערן זיך אדורך קוים עפעס א צוויי צו דריי לייקס. פון תגובות רעדט מען דאך שוין נישט.און נאכדעים קומען אלערליי מבינים, דאקטוירים און ספעציאליסטן און זאגן מבינות פארוואס דער מצב איז דאס וואס עס איז.זה אומר בכה. וזה אומר בכה. אלע מיינען דאך גוט. אבער קושיא במקומה עומדת. איין ספעציאליסט האט געזאגט איבער א מאמר וואס בערל בעל עגלה האט געשריבן. איבער א וויכטיגן פרק אין אידישע היסטאריע. נעמליך דער גרויסער בילבול אויף די אידישע דאקטוירים אין רוסלאנד. דורך דעם דיקטאטאר און צורר היהודים דזשאסעף סטאלין, ימ"ש. און דעם וואונדערליכן וועג וויאזוי די אידן דארט אין יענע מדינה זענען געראטעוועט געווארן און האבן געהאט א ישועה דורך א נס אום פורים...! אבער דער מאמר האט נישט געברענגט קיין תגובות. און קוים עפעס א לייק. און ר'איז פארזינקען געווארן אין די לאגאריטמישע סיסטעם פון קאווע שטיבל. האט דער יחיד מומחה געזאגט. אז די סיבה פאר דעם נישט ארויסווייזן אינטערעסט פונ'ם עולם צו דעם מאמר איז געווען ווייל בב"ג האט געשריבן די העדליין פון דעם מאמר אויף ענגליש. וואס איז אייגנטליך דער נאמען פון דעם בוך וואס א אידישער פראפעסאר דאהי אין אמעריקע האט ארויסגעגעבן. גראדע אן אינטרעסאנטער נאמען. אבער וויבאלד בב"ג האט עס געשריבן האט עס שוין אויטאמאטיש נישט געצויגן קיין אינטערעסע. לעומת זה, ווען אן אנדער ניק למשל ווי בענדזשאמין פרענקלין געט א פ-רץ, (פארשטייצעך, סימבאליש גערעדט.) באקומט באלד א דאזן לייקס...!

איך האב שוין כמה פעמים געטראכט אויף צו הערן שרייבן דא. אדער בכל אופן ממעט זיין. און מאכן מיין אנוועזנהייט א ביסל מער זעלטן. ווייל איך האב ב"ה גענוג זאכן צו טון אין מיין לעבן. אבער דאך. כ'ווייס נישט. עפעס ציעט מיך אייביג צוריק צו קומען .צי סתם אלס נייגעריגקייט. צו קוקן וואס ס'טוט ציך אין קאווע שטיבל. אבער מיט דעם אלעם וואלט איך געוואלט דערגיין די אמת'ע סיבה פארוואס דאס איז דער מצב. צי ווייל...כ'ווייס נישט... אדרבה . ווען איינער קען אויפקומען מיט עפעס אן אמת'דיגע סיבה וועלכע איז עולה על הדעת, ביניך גרייט צו הערן. און מ'זאלל נישט מיינען אז איך רעד סתם אין די וועלט אריין. די גרויסע עקספערטן און ספעציאליסטן קענען עס גרינג פעסטשעללן. סיי מיט די אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט איבער גאר אינטרעסאנטע עניינים. און זיי אלע, אן אויסנאם זענען פריצייטיג אפגעשטארבן. מיט זייער ווייניג לייקס. און נאך ווייניגער תגובות אדער דיסקוסיעס...!

איי, וועט דער עולם פרעגן...מה עניין שמיטה אצל הר סיני. ווי קומט דא אריין בערל בעל עגלה'ס פערזענליכער פעקל און דאגות. און בויך קוועטשענישן. גערעכט. נאר איך האב מיך פשוט דערמאנט. זעהענדיג אזא לכאורה אויפריכטיגן מאמר פון גדליה. און ר'האט נאך (בשעת כתיבת הדברים) נישט באקומען קיין איין לייק...! איך האף ער האט א בעסער מזל ווי איך. און ער האט שוין באקומען כאטש א פאר לייקס...! א גוטע וואך...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 9 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:?***
בד"ו, אויב שוין יא, פארוואס נישט אמנון ממאגענצא?

רביה"ק זי"ע: דו האסט מיך געמאכט געפערליך שטארק לאכן. נישט אז איך פארשטיי אפילו איין ווארט פון וואס דו זאגסט. חוץ די ערשטע ראשי תיבות, פארשטייצעך...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אוי ווייי ר'בערל פון וועלכע אשכול רעדט איר? שיקט א לינק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאצקע ציקער: יעצט האסטו מיך געמאכט געפערליך שטארק לאכן...איך זאלל שיקן א לינק. צי ווייסטו דען נישט וואספארא עם הארץ איך בין אין ענייני טעכנאלאגיע. אבוש ולא אודה. איך ווייס נישט וויאזוי מ'מאכט אזא זאך....! אבער איך מיין אז אויב דו וועסט מאכן א סוירטש איבער די מאמרים וועלכע בערל בעל עגלה (פארשטייצעך אויף ענגליש) האט אויפגעמאכט, וועסטו זיך איבערצייגן אז איך זאג אמת. אין בין גארנישט מגזים. (או.קעי. מע-גא-זעם.)...לאל...!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ר'בערלען 23 לייקס פאר אן ארטיקל איז אזוי שלעכט??
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאצקע ציקער: ניין. אבער דו דערמאנסט מיך פון א זיסע מעשה. ס'איז אמאל געווען א איד אן עושר וואס האט גענימען אן איידעם א גרויסן תלמיד חכם. און דער שווער האט צוגעזאגט צו געבן קעסט פאר'ן איידעם. אבער ווען ס'איז געקומען למעשה האט דער קארגער עושר, דער שווער אנגעפיפן דעם איידעם. און ר'האט איהם גארנישט געגעבן. האט דער איידעם גערופן זייין שווער צו א דין תורה. ביי די דין תורה האטציך דער שווער אויפגעשטעלט און געפרעגט (רעטאריש) ביי זיין איידעם...פוטער ברויט איז גוט. סמייטע און קעז איז גוט. פעטע פלייש איז גוט ווארעמע יויך איז גוט...! האט איהם דער איידעם געענטפערט...אלעס איז גוט. אויב דער שווער גיט...! והנמשל מובן מאליו...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס איז דער היידזשעקען ביזנעס? גדליה האט געשריבען הערליך און גוט, ארויס געברענגט א געוואלדיגע נקודה וויאזוי אנצוקוקען א מענטש, און איינער טוט פאר זיך און נעמט זיך אליינס באשרייבען!

גדליה האט אונז געוויזען וויאזוי מ'דארף אפשיילען די אלע שיכטעס פון מאכט, געלט מיט פראפאגאנדא, און נאכדעם אנקוקען א איד אין זיין עלענדע זעלבסט. מוסדות מיט פארענטשעס, קלאמעריי מיט שטעטלעך אינדערהיים, די אלע זענען נישט קיין מעלות פון א מענטש'ן. זיין נאטור און וויאזוי ער באנוצט זיך דערמיט, די זיינען זיין אמת׳ער מעלות.

זייער גוט האסטו געטוהן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:?***
בד"ו, אויב שוין יא, פארוואס נישט אמנון ממאגענצא?

מיר ווייסען נאכנישט צו ער האט בכלל עגזיסטירט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: נו, דאס לאז איך שוין נישט צו. איך בין שטארק מוחה. צושטערן א לעגענדע פון הונדערטער יארן. וואס אונזערע רעבעס האבן פארציילט אין חדר. אונז האבן נישט געקענט שלאפן א פאר נעכט פון די נייט-מעירס. פון אפשניידן די צונג און די אלע אנדערע איברים...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז דער היידזשעקען ביזנעס? גדליה האט געשריבען הערליך און גוט, ארויס געברענגט א געוואלדיגע נקודה וויאזוי אנצוקוקען א מענטש, און איינער טוט פאר זיך און נעמט זיך אליינס באשרייבען!

גדליה האט אונז געוויזען וויאזוי מ׳דארף אפשיילען די אלע שיכטעס פון מאכט, געלט מיט פראפאגאנדא, און נאכדעם אנקוקען א איד אין זיין עלענדע זעלבסט. מוסדות מיט בארענטשעס, קלאמעריי מיט שטעטלעך אינדערהיים, די אלע זענען נישט קיין מעלות פון א מענטש׳ן. זיין נאטור און וויאזוי ער באנוצט זיך דערמיט, די זיינען זיין אמת׳ער מעלות.

זייער גוט האסטו געטוהן!

נישט ממש. גדליה'ס טענה איז אויך אז אין אן אלטערניטיוו יוניווערס וואלט ר' מאטעלע קיינמאל קיין מנהיג געווארן. דאס איז אמת, כאטש איך בין אויך מסכים מיט שמעון וואלף אז ער וואלט געקענט דאס ארויסברענגען אביסל מער בכבוד'יג.

דיין נקודה איז אינגאנצן עפעס אנדערש. דיין טענה גילט אפילו אין אונזער יוניווערס וואו ביי יוצאי מדינות אלו איז יא געווען א געלויפעכץ נאך בנש"ק'לעך און ממילא האט ר' מאטעלע באקומען אן עולם, דארף מען קענען מבחין צו זיין וויפיהל איז זיין אייגענע קרעדיט און וויפיהל נישט.

זייער שווער דאס צו שאצן, צו זאגן אז ער האט געזאגט מעכטיגע שיעורים און געצויגן צוהערער איז פאלש. ווידער צו זאגן ווי גדליה, אז צוליב זיין עלטער האט ער באקומען א שיינע בענקל ביי מזרח, איז אויך פאלש. ער האט למעשה זייער שיין באהאנדלט דעם ציבור וואס איז געקומען צו איהם, אויפגעשטעלט זיין קהילה מיט אירע מוסדות אליינס - נישט בירושה - פון אלף ביז תיו, און געווען זייער וועגווייזער געדולדיג און געטריי. די נקודות גייען אויך אריין אינעם כלל פון "זיין נאטור און וויאזוי ער באנוצט זיך דערמיט".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואלווי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:?***
בד"ו, אויב שוין יא, פארוואס נישט אמנון ממאגענצא?


די *** איז א קאמענט אדער א קמפלימענט?

מתחילה, האב איך נישט געכאפט וואס ער וויל דא. צי ער וויל קאטן די קרעפ, צי ער וויל איהם בארעדן. למעשה זעט מיר אויס, אז דער איז אנגעגעסן אויף ר׳ מאטעלע׳ן, צי ווייל ער איז אן ארוני, צי א מאנסי אלטגעזעסענער, צי א מענגעליסט, צי סתם איינער וואס קען נישט ליידן קיין לעבעדיגע רביס. האט ער זיך אנגעטון א מאנטל פון צדקות, און אנגעשטעלט א פנים כאילו ער איז דא צו קאטן די קרעפ, און אזוי בהבלעה האט ער אריינגעשטופט זיין גיפט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

berlbalaguleh האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:?***
בד"ו, אויב שוין יא, פארוואס נישט אמנון ממאגענצא?

רביה"ק זי"ע: דו האסט מיך געמאכט געפערליך שטארק לאכן. נישט אז איך פארשטיי אפילו איין ווארט פון וואס דו זאגסט. חוץ די ערשטע ראשי תיבות, פארשטייצעך...!

ווען דו וואלסט געקוקט די ׳שבאבניקים׳ שאו, און אינמיטן וואלסטו געזען אז ס׳קומט אריין אין שטיבל א ניק מיט׳ן נאמעו ׳גדליה׳, וואלסטו פארשטאנען. הה״ד ווער ס׳פארשטייט פארשטייט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: איך האב געקוקט יענע סעריע. און ס'איז יענער גדליה...יעצט כאפ איך. איך בין דאך אן אונגערישער. איך כאפ ערשט צוויי וואכן שפעטער...!
פארשפארט