שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטיילט)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אזוי ווי מיר האבן שוין געשריבן פון פריער, אז דער הויפט פון די נ.ק.וו.ד./ק.ג.ב. לאוורענטי בעריא, וועלכער האט מסתמא אריינגעלייגט סם אין די באליבטע געטראנק פון סטאלין, זיסע וויין פון זיין היימלאנד, גרוזיניע.און ער האט איבערגענומען די מאכט אין רוסלאנד, האט געחלומ'ט אז ער וועט מאריך ימים זיין על ממלכתו. דערווייל איז זיין אנידערפאל געקומען פון איינעם וואס ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער איז מסוגל אויף דעם. דער קלאון און קהל'ס נאר, ניקיטא כרושטשעוו. ער , מיט א שותף, מאלענקאוו האבן זיך אפגעשמועסט וויאזוי זיי וועללן ארייננארן דעם בעריא צו א מיטינג אין קרעמלין. וואו ס'איז שוין געווען אפגעשמועסט מיט 2 גרויסע גענעראללן אז צו א באשטימטע צייט, ווען מ'וועט זיי אריינרופן זאלן זיי אריינקומען און דערשיסן בעריא. ווען ער האטציך אראפגעבויגן ארויסצונעמען זיין גאן פון זיין בריעף קעיס האט ער צו זיין ערשטוינונג געזעהן אז דער גאן איז נישטא. מ'האט עס פון איהם אועק'געגנב'עט. אבער ווען ער האטציך אראפגעבויגן, האבן די 2 גענעראללן איהם פונקט דערשאסן. און כרושטשעוו האט איבערגענומען די מלוכה...!

און ווען ער האט איבערגענומען האט ער איינגעזעהן זייער א שווערן מצב וואס האט איהם זייער שטארק געשטערט. אמעריקע האט ---אלס אן ענטפער צו רוסלאנד'ס ווילדע אויפפיהרונג אין בערלין--- אריינגעלייגט גרויסע נוקלעארע מיסילס אין טערקיי. ביי די גרעניץ פון רוסלאנד. דאס האט איהם זייער שטארק געשטערט. און אוועקגענימען זיין מנוחה. ער האט געוואלט פארהאנדלען מיט אמעריקע וועגן ארויס ציען די מיסילס פון דארט. אבער די יו. עס. איז געווען אומבויגזאם...! צו זיין מזל האטציך אפגעשפיעלט די רעוואלוציע אין קובא, אין דעם יאר 1959. און דער יונגער פידעל קאסטרא וועלכער איז געווען א באהאלטענער קאמוניסט איז געקומען צו די מאכט. ער איז אבער געווען א גרויסער שנארער. ווייל נאכ'ן בארויבן די פאר רייכע מענטשן אין קובא איז ער געבליבן אן קיין געלט. און די גאנצע אינדוסטרי אין קובא איז געווען אפגעשטעלט. איז ער געקומען צו רוסלאנד בעטן הילף. וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו. כרושטשעוו האטציך צוגעכאפט צו די מציאה. ער האט איהם צוגעזאגט צו העלפן ביד רחבה. ער האט ממש אוועקגענימען די עסן פון די מויל פון זיינע אייגענע מענטשן און אלעס געשיקט קיין קובא. צו העלפן זיין נייעם גוטן פריינט פידעל קאסטרא. (בד.וו.. דער נאמען פידעל האט גארנישט צו טון מיט א פידל. ס'איז א נאמען פאר די גויים וועכע זענען געטריי פאר יאשקע. אזוי ווי אבדעל ביי די אראבערס. דאס מיינט עבד א-ל.) און בשכר זאת (אויסער די גאנצע צוקער פראדוקציע וואס רוסלאנד האט צוגענימען פון קובא) האט ער פארלאנגט אז ער זאלל איהם לאזן אויפשטעללן גרויסע מיסיל בעיסעס אין זיין לאנד. וועלכע זאללן זיין געציהלט דירעקט אויף אמעריקע. און ווען אלעס וועט שוין זיין פארטיג, וועט ער קומען צו אמעריקע און זאגן.אויב דו ווילסט אז איך זאלל אוועקנעמען מיינע מיסילס פון קובא, דאן זיי מוחל און נעם דו אוועק די מיסילס פון טערקיי...!

אבער אמעריקע האט געהאט אזעלכע עראפלאנען וועלכע די געוויינליכע ראדאר אינסטאלאציעס האבן נישט געקענט אויפכאפן ווייל זיי זענען געפלויגן זייער הויעך. זיי האבן געהייסן...יו.2...עראפלאנען. און די פלעינס האבן געכאפט פיקטשערס פון די גאנצע געגנט וואו זיי זענען אדורכגעפלויגן. וואס די סי איי. עי. און מיליטערישע עקספערטן האבן נאכדעים איבערגעקוקט. און זיי האבן באמערקט אז מ'מאכט עפס זייער גרויסע הכנות דארט אין קובא. מ'גראבט אויס גרויסע גריבער, וואס זעהען אויס ווי בעיסעס פאר גאר גרויסע מיסילס. און די מיליטערישע עקספערטן זענען געקומען צו די מסקנא אז רוסלאנד גרייט זיך אריינצוברענגען גרויסע מיסילס קיין קובא. האבן זיי באשלאסן צו אונטערזוכן די רוסישע שיפן וועלכע קומען אריין צו די אמעריקאנער וואסערן כדי צו ברענגען..."הילף".. פאר קובא. והך קאווע. ס'האטציך אויסגעשטעלט אז די שיפן וועלכע ברענגען ..."הילף"...פאר קובא, ברענגען אויכעט מיסילס. אונטער די זעק פון ווייטץ זענען גליגן מיסילס פאר וועלכע מ'קען אנטון נוקלעארע קעפ. דא האטציך דער פרעזידענט פון אמעריקע, דזשאן קענעדי אויפגערעגט. וחמתו בערה בו. ווייל ער האט געהאלטן אז דער כיטרער כרושטשעוו (פאניע גאנעוו) האלט איהם פאר א געספוילטן אמעריקאנער יונגל מיט וועמען מ'קען זיך ארומשפילן. און ער האט פארארדנט די אמעריקאנער נעיווי צו מאכן א בלאקאדע אויפ'ן ים. און דער רוסישער בער האטציך גענימען שרייען ווי דער קאזאק הנגזל. ס'הייסט, ער ברענגט הילף פאר די מענטשן אין קובא. און די שלעכטע אמעריקע לאזט נישט צו. האט איהם דער פרעזידענט געענטפערט. אז מ'וועט אדורכלאז די רוסישע שיפן וועלכע פארן קיין קובא מיט איין תנאי. אז אמעריקאנער אינספעקשאן טיעם'ס זאללן ארויפגיין אויף א יעדע שיף און אונטערזוכן אויב ס'איז דא נאר ווייטץ אדער מיסילס און אנדערע געווער אויך. צוערשט האט דער שטאלצער פארעך כרושטשעוו נישט געוואלט מסכים זיין צו דעם תנאי. און ער האט געהייסן פאר זיינע שיפן אז זיי זאללן ווייטער פארן. אבער אמעריקע איז געווען פונקט אזוי פארעקשנ'ט. און זיי האבן פארארדנט די נעיווי צו שיסן אויף א יעדע רוסישע שיף וועלכע פרובירט זיך אדורכצוברעכן. ווען די רוסישע שיפן זענען שוין אנגעקומען גאנץ נאנט. און די אמעריקאנער אפיצירן האבן זיי געווארנט נישט צו גיין ווייטער, האבן זיי זיך (בעל כורחם) אפגעשטעלט. און אנגעפרעגט אינסטרוקציעס פון מאסקווע, וואס צו טון ווייטער. און אמעריקע האט געשטעלט נאך א תנאי. אז רוסלאנד מוז ארויסנעמען אלע מיסילס וועלכע זענען שוין דארט... און דער אוקראינישער פויער, כרושטשאוו האטציך גע'עקשנ'ט און צוריק געסטראשעט אמעריקע, אז ער וועט אויס שיסן זיינע באליסטיק מיסילס קיין אמעריקע. און די גאנצע וועלט איז געווען זייער שטארק געשפאנט. מ'האט נישט געוואוסט מיט וואס דאס וועט זיך אויסלאזן. אבער אמעריקע האט באקומען פארלעסליכע אינטעלידזשענס רעפארטס אז די גרויסע, און שרעקעדיגע מיסילס מיט וואס רוסלאנד האט געסטראשעט אמעריקע זענען היפש צוריקגעשטאנען. און ווען מ'גרייט זיך זיי ארויסצושיקן, דארף מען 24 שעה פריער אנהייבן אריינצוגיסן דעם פיועל וואס זאלל זיי טרייבן. אזוי ארום האט אמעריקע געקענט פונקטליך וויסן ווען רוסלאנד וועט אנהייבן צו שיקן די מיסילס. און די אמעריקאנער באליסטיק מיסילס זענען געווען פארגעשריטן, אז מ'האט זיי מאמענטאל געקענט ארויסשיסן, ווייל זיי האבן געארבעט אויף גאר א מדערנע טעכנאלאגיע...! האט פרעזידענט קענעדי זיך אנגענימען מיט קוראזש און ר'האט געזאגט פאר דעם פויער כרושטשאוו אז אויב הייבט ער אן צו מאכן צוגרייטונגען צו שיקן באליסטיק מיסילס קיין אמעריקע, וועט ער שיקן די אמעריקאנער מיסילס קיין רוסלאנד...און דער טיפש און פויער האטציך געבויגן צו אמעריקע. און ר'האט מסכים געווען צו אלע תנאים וואס אמעריקע האט געשטעלט...!

המשך יבוא, אי"ה...!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

berlbalaguleh האט געשריבן:אונטער חכם: ייש"כ. דאס איז ממש די זעלבע וואס איך האב געזאגט אויבן אין דעם אשכול. און אין דעם אנדער'ן אשכול לידידנו התמים, ר' שבת אחים שליט"א. און הרב זילבער שליט"א קומט דאך פון דארט. איז עס אן ערשטהאנטיגע רעפארט. וואס איז ווערט מער פון טויזנט פעידזשעס אין א ביכל...!


הרב זילבער איז אויך איינע פון די צדיקים וואס האבן גע'פועל'ט די פגירה, ווי ער ברענגט אין זיין בוך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז אינטרעסאנט אז סיי דער ליובאוויטשער רבי, און סיי דער סטאלינער רבי האבן געזאגט בשעת קריאת המגילה אז דער רשע גייט האבן א מפלה אין די נאכט פון פורים. וכך הוה. דעם נעקסטן טאג האט מען איהם געטראפן אויפ'ן פלאהר ליגנדיג באוואוסטלאז אין זיין אייגענע השתנה. און זיין .."גוטער פריינט" לאוורענטי בעריא וועלכער האט איהם אייגנטליך פארסמ'ט, האט געזאגט פאר די ארומיגע.."וואס מאכט עטץ אן א פאניק. ער איז מיעד געווען און ער איז איינגעשלאפן. אבער ווען די אנדערע חברה האבן יא געוואלט רופן דאקטוירים האבן זיי געכאפט אז אלע גרויסע , אידישע דאקטוירים זענען ארעסטירט. זענען זייי געלאפן צו די תפיסה און געברענגט איינעם פון די גרויסע דאקטוירים. אבער ער האט געזאגט אז ס'איז שוין צו שפעט. מ'קען גארנישט טון. מ'האט איהם אריינגעפיהרט אין שפיטאל. און דארט האבן זיי ענדגילטיג פעסטגעשטעלט זיין פגירה...וליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך קלער אז קאמוניזם קען נאר ארבעטען טאמער יעדער אין לאנד, אן אויסנאם, איז א מעמבער דערפון. מ׳קען נישט לאזען דער זיך פיהרען קאמוניסטיש און דער נישט. דעריבער מוז עס גייען מיט א געוואלדיגע מאכט, וואס טוט לייכט קארופטירען.

ווער ס׳האט אוועק געלייגט סטאלין איז א נערישע שאלה. דאס איז פונקט ווי רובאשקין חלומ׳ן אז ער גייט פריי. נעוואדע חלומ׳ט ער אזוי. איך חלום פון געווינען דער לאטטערי, הגם אז איך קויף נישט קיין טיקעט. מ׳האט נאכאנאנד גערעדט פון סטאלין׳ס מפלה, וראה זה פלא אז ער האט נישט אייביג געלעבט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז נישט אזוי. ווייל סטאלין האט רעפרעזענטירט נאך א טיפערע דרגא פן רישעות. רשע בתוך רשע.. ווייל אפילו אין דעם קאמוניסטישן , רישעות'דיגן און אכזריות'דיגן סיסטעם האט ער נאך מוסיף געווען מער רישעות, רציחה און אכזריות. והא ראיה. זיין דירעקטער נאכפאלגער, בעריא, האט איינס פון די ערשטע זאכן נאך וואס ער איז געקומען צו די מאכט, באפרייט אלע ארעסטירטע דאקטוירים. און די רעגירונג האט זיך אפיציעל אנטשולדיגט פאר זיי. בלשונם. זיי זענען רעהאביליטירט געווארן. און ער האט געלאזט וויסן אין די מידיא אז די גאנצע זאך איז געווען נישט מער ווי א בילבול. ממילא האבן די אידן געהאט האפענונגען אז ס'קומט בעסערע צייטן. און די עיקר מלחמה איז געווען צווישן די פריצים. וואו זיי האבן זיך געשלאגן איבער די מאכט. די טעאריע איז, אז בעריא, כאטש ער איז געווען א גרויסער רוצח בזכות עצמו, וואלט צוגעלאזט מער דעמאקראטיע און פרייהייט. און אויב ער וואלט געבליבן ביי די מאכט, וואלט דאס פאלק פרייער אפגעאטעמט. און די אידן וואלטן זיכער געהאט א בעסער לעבן...!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p1185007
בא דער ליובאוויטשער רבי'ס פארבריינגען פורים ביינאכט תשי"ג
דער רבי האט דאמאלט דערציילט א מעשה אז עס איז געווען א צייט וואס דער רבי רש"ב האט געהייסען שטימען פאר א פארטיי אין רוסלאנד
{דאכטזאך עס איז געווען נאכן הארגנן דעם צאר פאר די קומוניסטין האבן איבערגענומען

דער חסיד ווייס פון גארניט דער רבי הייסט פאלגט מען, האט ער אנגעטאן א גארטל און געשטימט
נאכן שטימן האבן די גוים גערעט וועגן איינע פון די וואס האבן געלאפן- ער איז געווען א שונא ישראל
האבן זיי געזאגט הורה הורה
דער חסיד האט געמאכט מיט די הענט (ווי דער רבי מאכט אין בילד) און געזאט הוא רע הוא רע
און - דער רבי האט אויסגעפירט אז דער שונא ישראל איז א קורצע צייט נאכדעם געשטארבן

דער רבי האט דערציילט דער מעשה דריי מאל און געוויזען מיט די הענט יעדן מאל צו א אנדער ריכטונג פון שול

דערנאך האט דער רבי געזאגט א צווייטע מאמר חסידות
א דבר בלתי רגיל

יענע נאכט האט סטאלן געשטארבן.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך חלום פון געווינען דער לאטטערי, הגם אז איך קויף נישט קיין טיקעט.
מ׳האט נאכאנאנד גערעדט פון סטאלין׳ס מפלה, וראה זה פלא אז ער האט נישט אייביג געלעבט.


ליטוואק, ביסט א פיינע לץ. וראה מה שכתב [tag]cictim[/tag] כאן

ובדבר הלאטערי האב איך געהערט יענע וואך פון דער בדחן הרב משה טויסיג הי"ו
אז אמאליגע צייטן האט מען נאך געקענט האבן א הו"א אז קויפן די קארטל פון די לאטערי איז נישט קיין סתירה מיט ביטחון,
אבער היינטיגע צייטן איז דאס אן אפענע סתירה מיט ביטחון,
ווייל אז ס'איז דיר באשערט זאלסט פארלירן דער צוואנציגער וואס פעלט אויס צו דאס פאטשקענען אויפן לאטערי-טיקעט,
דער אויבערשטער האט גענוג אנדערע וועגן זאלסטו דערלייגן דער צוואציגער... :lol: :lol:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די מעשה האט פיהל מער פרטים. איך ברענג דא פון א חב"ד טלגרם טשאנעל, מלא משיחיסטישע נערישקייטען מיט אינטרעסאנטע מעשות און פארטיי שוואנצעריי ושאר ירקות.

(י"ח באדר) יתקיים משפטם של הרופאים, ושבוע לאחר מכן, בשנים עשר במארס (כ"ה באדר) תתבצע הוצאתם להורג. מיד לאחר מכן יוחל בביצוע תכנית הגירוש. שבועיים-שלושה לפני מועד הגירוש המתוכנן, כבר הוכנו בתחנות הרכבת של כל אחת מהערים הגדולות בברית-המועצות עשרות רכבות שהמתינו לקליטת היהודים ולהובלתם לסיביר. במקומות סגורים וסודיים בסיביר הקפואה הוקמו בזריזות מחנות ריכוז עם צריפים שנועדו לאכלס מאות אלפי יהודים.

כעבור שנים רבות התברר עוד כי המזימה לא הסתכמה בכך – לא סתם גירוש למחנות עבודה בסיביר, אלא שילוח למחנות השמדה כפי שהקימו הנאצים שנים ספורות קודם לכן!

אף שיהודי רוסיה לא חלמו באותה שעה באיזו צרה הם נתונים באמת, ואפילו לא חשבו עד כמה עליהם לחשוש לעתיד, הם סבלו לא-מעט צרות שהתחילו כבר לרחף על ראשם. ככל שהתקדם מועד "משפט הרופאים", יהודים ברחבי ברית-המועצות סבלו יותר ויותר מעלבונות וגידופים, מביזיונות וחרפות. הם הושפלו ונרדפו בכל מקום. ברחוב, במקום העבודה וגם בקרב השכנים. השנאה הגיעה לממדים כאלו שיהודים נמנעו מלצאת לרחוב. היו גם מקרים שזרקו יהודים מהאוטובוס תוך כדי נסיעה…

"משפט הרופאים" צבר תאוצה. התעמולה הארסית גברה מיום ליום. התחושה של יהודים רבים בכל העולם הייתה שכלל ישראל ברוסיה – בשלטונו העריץ של סטאלין – עומד לפני סכנה מוחשית נוראה. שום מוצא לא נראה באופק ויהודים בכל העולם שפכו שיחם ודמעתם לפני היושב במרומים.

ד

יום שלישי, י"ד באדר. חג הפורים תשי"ג. ניו-יורק.

קהל גדול נאסף במוצאי פורים להתוועד במחיצת הרבי. עשרות מהנוכחים בהתוועדות היו יהודים מרוסיה שרק לפני שנים מספר יצאו מאחורי מסך הברזל. חלקם 'ישבו' בעצמם תקופות ארוכות והרגישו את נחת זרועו של סטאלין על בשרם ממש. הם וחבריהם בוודאי לא יכלו שלא לחשוב על אחיהם הנתונים היום בצרה ובשביה ובסכנה נוראה מאחורי מסך הברזל.

ההתוועדות, כדרכו בקודש של הרבי, נמשכה שעות ארוכות. במהלך ההתוועדות אמר הרבי אחת-עשרה שיחות קודש. כדרכו בקודש, בתחילת ההתוועדות אמר מאמר חסידות עמוק מאוד המבוסס על הפסוק במגילת אסתר "ויהי אומן את הדסה". לאחר מכן המשיך באמירת שיחות בעניינא דיומא, כשבין לבין שרו ניגונים ואמרו 'לחיים' כנהוג.

שעות הלילה התקדמו במהירות. בשעה של לפנות בוקר, חוורו לפתע פני קודשו של הרבי ונעשו להבים מתוך דבקות מיוחדת. החסידים כבר זיהו כי מדובר באותה דבקות שלפני אמירת מאמר חסידות, דברי אלוקים חיים. כולם היו בהפתעה, שכן אף לא פעם נאמרו שני מאמרים בהתוועדות אחת.

אחרי דקות אחדות, בעוד הכול ממתינים למאמר ועל פניו הק' ניכרות היטב הרצינות והדבקות המיוחדת – פתח הרבי והפתיע בסיפור:

"בתקופת המהפכה ברוסיה לאחר מפלתו של הצאר, הורה כ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע לחסידים שישתתפו בבחירות שנערכו במדינה. לאור זאת, הגיע למקום שבו התקיימו הבחירות גם אחד החסידים שהיה מופשט לגמרי מהוויות העולם, ולא ידע כלל מה מתרחש במדינה. הוא הגיע בפשטות גמורה רק כדי לקיים את ההוראה של הרבי. מובן שהוא עשה זאת לאחר טבילה במקווה וחגירת אבנט, כראוי לקיום הוראה של הרבי. לאחר שעשה מה שצריך לעשות בשביל הבחירות, כפי שהורו לו חבריו – ראה אנשים עומדים ומכריזים "הו-רה", ועמד גם הוא והכריז "הו-רע, הו-רע, הו-רע"…

בספרו זאת, תיאר הרבי איך עשה בדיוק אותו חסיד – הוא עצם את עיניו, הרים את שתי ידיו יחד כלפי מעלה והכריז שלוש פעמים "הו-רה הו-רה, הו-רה". כשציבור החסידים שנכח בהתוועדות ראה את הרבי עוצם את עיניו הקדושות, מניף את שתי ידיו הקדושות יחד כלפי מעלה ומכריז כך שלוש פעמים "הו-רה, הו-רה, הו-רה" – לא הבינו החסידים מה קורה כאן…

אחרי שסיים הרבי לספר את הסיפור, הסתובב לימינו וסיפר שוב את כל הסיפור, כששוב הוא עוצם את עיניו הקדושות, מניף את שתי ידיו ביחד כלפי מעלה ומכריז שלוש פעמים "הו-רה, הו-רה, הו-רה"…

אחר כך הסתובב הרבי לצד שמאלו, ושוב סיפר את כל הסיפור, ושוב הראה בדיוק איך עשה החסיד. ושוב הסתובב הרבי לאחוריו, לעבר זקני החסידים שישבו שם, ושוב סיפר את הסיפור, ושוב הראה בדיוק איך עשה החסיד…

אלה היו המילים המפתיעות והמדהימות שהרבי השמיע, מתוך דבקות, כשפניו הק' יוקדות באש-קודש.

ציבור הנוכחים בהתוועדות היה נסער ונרגש, וכמובן – מופתע. אבל חסידים – שפיקחים הם – מיד הבינו שיש דברים בגו, והדברים שמימיים, נעלמים ונסתרים. ואז, מתוך התעוררות גדולה, קמו כולם על רגליהם והכריזו יחד בהתרגשות שלוש פעמים: "הו-רע, הו-רע, הו-רע"…

בין כה וכה השעין הרבי את ראשו הקדוש על גבי שתי ידיו על השולחן במשך דקות ארוכות, כשציבור החסידים נותר מופתע המום ולא קולט מה קורה פה. חלק מהחסידים ניגנו ניגונים, ואחרים שוחחו בתדהמה על המתרחש ברגעים אלה – קודם היה המחזה עם הסיפור המופלא, ומה קורה עכשיו?…

החסיד הרה"ח ר' יצחק גולדין ז"ל, חסיד קשיש יוצא רוסיה, פנה באותן דקות אל הרה"ח ר' מנחם מענדל שם טוב שעמד לידו ואמר לו:

"לי ברור שהרבי הורג עכשיו את סטאלין!"…

כעבור דקות ארוכות הרים הרבי הרים את ראשו, והחל באמירת המאמר השני באותה התוועדות מבוסס על הפסוק במגילת אסתר "על כן קראו לימים האלה פורים על שם הפור".

לאחר ההתוועדות דיברו החסידים ביניהם על הפלא שבאמירת המאמר השני, ובייחוד על הסיפור שקדם למאמר, וכולם הבינו שבוודאי הדבר קשור באירוע חשוב ברוסיה – אך יותר מכך איש לא ידע.

ה

באותן שעות ישב החסיד הרה"ח ר' אהרן חזן בביתו שבמוסקבה יחד עם עוד כעשרים וחמישה יהודים.

עצם הסעודה הייתה בגדר איסור מוחלט. האווירה ברחוב המוסקבאי הייתה לוהטת כנגד היהודים. אף על פי כן החליט הרב חזן שלא להישבר, והוא, רעייתו ילדיו וכמה אורחים התאספו לסעודת פורים.

מצב הרוח בסעודה היה קודר מאוד. השמשות בחלונות הבית היו שבורות; הן נופצו לילה קודם לכן על ידי השכן הגוי. במקום לשמוח בשמחת פורים, דיברו המסובים על צרותיהם של יהודים בעבר, מעין אלה שהם עדים להן באותה שעה. הרב חזן עצמו נשא דברי עידוד וביטחון.

כשסיים את דבריו, קמו לפתע מהשולחן שניים מהילדים הקטנים, שמו יד על כתף והחלו לרקוד ולשיר! עובדה זו הפליאה את הנוכחים ורוממה את רוחם. אחד מהמסובים לא התאפק ואמר בהתרגשות:

"אם ילדים קטנים רוקדים ושרים – סימן הוא לנס גדול שיקרה לנו"…

ו

4 במארס 1953. י"ז אדר תשי"ג. מוסקבה.

קריין הרדיו הסובייטי פותח את מהדורת החדשות בקול עצוב ומספר כי סטאלין חלה בצורה חמורה ואיבד את הכרתו. הודעה רשמית זו על מחלתו של סטאלין הייתה דבר בלתי רגיל בברית המועצות, שכן תמיד נמנעו מלהודיע על מחלתם של אישי הצמרת. ציבור התושבים כבר הרגיש כי סטאלין מת, וגרסת הרדיו נועדה להכין את אזרחי המדינה לקראת המאורע כדי למנוע זעזוע במדינה. אולם הידיעה טרם אומתה לחלוטין.

חלף יום נוסף, ורק אז יצאה הודעה רשמית מסודרת כי הצורר סטאלין, ימח שמו מת מיתה חטופה. ברדיו הממלכתי של ברית-המועצות הודיעו בדרמטיות: "לפני יומיים [התאריך היהודי: מוצאי פורים בזמן ההתוועדות אצל הרבי] חלה סטאלין בצורה חמורה ואיבד את הכרתו ולמחרת בבוקר הוא מת.

מה גרם למותו הפתאומי של סטאלין? כמו כל דבר בימים ההם, הכול היה לוטה בערפל, וכך עד היום הזה. היו שסיפרו כי לקה בשבץ ורק לאחר שלושה ימים של גסיסה – מת. יש מספרים כי הוא מת בתוך התקפת טירוף, אחת מאלו שהיו תוקפות אותו בשנותיו האחרונות, ויש אומרים כי רצה לירות בחברי ממשלתו והם הקדימו רפואה למכה וחיסלו את מי שרצה לחסלם.

בעיתון האנגלי "לונדון כרוניקל" סופר מפי אדם שהיה קרוב מאוד לסטאלין ומיד לאחר מותו של סטאלין ערק לאנגליה, כי סטאלין קרא באותו לילה לווארושילוב, מי שהחזיק בתפקיד הרשמי של "נשיא ברית המועצות" ומסר לידו פתק שבו הופיעה הגזירה שכל יהודי ברית-המועצות יוגלו ויישלחו לבירוביג'אן, ושם יהרגו את כולם!… מטרתו של סטאלין הייתה, רחמנא ליצלן, להשלים את זממו של הצורר הנאצי ימח שמו. ווארושילוב קיבל את הפתק מידי סטאלין, קרא את הכתוב בו ואז זרק בעצבנות את הפתק לעבר פניו של סטאלין. לחוצפה כזו לא הסכין סטאלין מעודו, ומרוב כעס ותדהמה לקה במקום בהתקף לב ואחר כך מת!

היו שגרסו כי סטאלין לא מת מהתקף לב אלא מזריקת-רעל שהוזרקה לו בהוראת ראש הק.ג.ב. בירייה, בעקבות החשש של בכירי המימשל הרוסי שגירוש היהודים יגרום למלחמת עולם שלישית והם חששו מניצחון של ארה"ב שימוטט את רוסיה לחלוטין.

שלא כהמן בשעתו – הרי שמוסקבה לא צהלה ושמחה. אולם יהודי רוסיה נשמו לרווחה. הם לא יכלו לתאר לעצמם סיום מוצלח ומופלא יותר לעלילת הרופאים…

בן-לילה התהפכו היוצרות: ההנהגה החדשה של ברית המועצות הוקיעה את כל מעשי הזוועה של סטאלין ובהם 'משפט הרופאים'. כעבור זמן קצר הנחתה הממשלה החדשה את העיתון 'פראוודה' לפרסם כי כל הסיפור על פרשת הריגול לא היה אלא עלילה שביים סטאלין עצמו. העצורים שוחררו והסיפור נגמר.

בעקבות מותו של השליט העריץ, השתנה המצב ברוסיה בצורה משמעותית מאוד, אסירים 'פוליטיים' רבים שוחררו, ובהם חסידים רבים שהוגלו למחנות סיביר הרחוקים. כך תמה תקופה נוראה בחיי יהודי רוסיה.

ז

הרבי, כדרכו בקודש, מעולם לא הסביר את פשר אותם מאורעות שמימיים שחולל בהתוועדות פורים תשי"ג. מעין "אישור" לכך ניתן רק כעבור ארבעים שנה, כאשר אותו מאמר דא"ח מופלא הודפס והוגה מחדש על ידי הרבי. הרבי גם הגיה את ה'פתח דבר' לקונטרס ובכך אישר את הכתוב בו:

"לקראת ימי הפורים הבאים עלינו לטובה, הננו מוציאים לאור את המאמר דיבור המתחיל 'על כן קראו לימים האלה פורים', שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א בהתוועדות פורים תשי"ג, המאמר השני שנאמר בהתוועדות דפורים בשנה ההיא, שאמירתו הייתה קשורה, כנראה, עם המאורעות שאירעו בתקופה ההיא עד למפלתו של המושל דמדינה ההיא שהיה צורר ישראל, כפי שהבינו בשעתו מהסיפור שסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א – כהקדמה ובסמיכות לאמירת מאמר זה – ע"דהוראת כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע בתקופת המהפיכה לאחרי מפלתו של הקיסר".

העיתוי המופלא למותו של סטאלין – בחג הפורים, יום מפלת צורר היהודים הראשון – הדגיש עוד יותר את העובדה שכמו בימים ההם, כך בזמן הזה נס גדול נעשה ליהודים בברית-המועצות וגרורותיה.


אבער קודם דארפסטו וויסען וויפיהל מאל ער האט דערמאנט די ענין פאר דעם אין מאמרים און שיחות.

זאגען חסידות צוויי מאל אין איין פארברענגען איז נישט קיין הימעל איבערקערעניש.

#מינות-וכפירה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאגען חסידות צוויי מאל אין איין פארברענגען איז נישט קיין הימעל איבערקערעניש.

איך ווייס ניט וויפהל איהר קענט זיך אויס אין ליובאוויטשע מושגים צו פארשטיין די חילוק פון "אחד-עשר-שיחות-קודש-שנאמרו-באותו-מעמד" צום "שהרי-אף-פעם-לא-נאמרו-שני-מאמרים-בהתוועדות-אחת"
די מאמרים איז (פון די) איינציגסטע רעבישע זאכן אין ליובאוויטש משא"כ שיחות וואס איז אויכעט א זאך וואס נאר די רביים האבן געזאגט אבער דאך איז דאס נישט ווי דעם.

שיחות האט ער געקענט זאגן עטליכע. מאמרים ניט.

אבער וואס קען א מתנגד פארשטיין... :roll: :twisted: :lol:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: מיט דעם ביניך מסכים מיט דיר אז ס'איז נישט מער ווי חסיד'ישע הייפ (..."קרעפ"..כלשונך.)...!

ווייל בעריא, וועלכער האט אריינגעגאסן די ווארפארין סם אין סטאלינ'ס געטראנק. דאס האט איהם אוועקגעלייגט. נישט דעם רעבינ'ס מאכן מיט די הענט אויף אלע זייטן. שוין . מילא. חסידים זאללן זיי גלייבן. איך פארגין זיי עס...! אבער דער חידוש איז דא אז די רבי האט געוואוסט אז עפעס שפיעלט זיך אפ גרויסע זאכן אין רוסלאנד...די זעלבע איז אז דער סטאלינער רבי זצ"ל האט אויך דערמאנט דעם רשע. און זיינע גזירות אויף אידן. און אז ער וועט האבן א מפלה אין די נאכט פון פורים...!

אויך איז נישט אמת אז אין די קאנצענטרעישן קעמפס וואס סטאלין, ימ"ש האט געבויעט פאר די אידן איז געווען אן אופן פון הרג'נען זיי. אזוי ווי ביי די נאציס. נאר זיי וואלטן פשוט אויסגעגאנגען פאר הונגער און קעלט...! '...!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

פורים ביינאכט אין סטאלינער של אויף ראדני סטריט, איז געווען א פייערדיגע טאנץ און די שמחה איז געווען אויסער געווענטליך, אפאר יאר שפעטער ווען די סטאלינער רבי זצ"ל איז ארויס געפארען פון ארץ ישראל נאך א לענגערע באזוך, זענען די חסידים געקומען באגלייטען צום פארט מיט פייערדיגע טענץ, האט זיך די רבי אנגערופען מיט אזא טאנץ האבן מיר אוועקגעלייגט סטאלן
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

cictim האט געשריבן:פורים ביינאכט אין סטאלינער של אויף ראדני סטריט, איז געווען א פייערדיגע טאנץ און די שמחה איז געווען אויסער געווענטליך, אפאר יאר שפעטער ווען די סטאלינער רבי זצ"ל איז ארויס געפארען פון ארץ ישראל נאך א לענגערע באזוך, זענען די חסידים געקומען באגלייטען צום פארט מיט פייערדיגע טענץ, האט זיך די רבי אנגערופען מיט אזא טאנץ האבן מיר אוועקגעלייגט סטאלן


ברוך שמסר עולמו לשומרים. מיט אזא געלונגענע פאלק קען שוין די באשעפער ריטייערען.

מיט א טאנץ אוועק געלייגט סטאלין, מיט מצות אין אויווען אוועקגעלייגט ניפאליאן, מיט בונדלעך אוועקגעלייגט ציונים, געטוישט די בענדל אין בעלז געשמד'ט א איד אין פאריז...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:פורים ביינאכט אין סטאלינער של אויף ראדני סטריט, איז געווען א פייערדיגע טאנץ און די שמחה איז געווען אויסער געווענטליך, אפאר יאר שפעטער ווען די סטאלינער רבי זצ"ל איז ארויס געפארען פון ארץ ישראל נאך א לענגערע באזוך, זענען די חסידים געקומען באגלייטען צום פארט מיט פייערדיגע טענץ, האט זיך די רבי אנגערופען מיט אזא טאנץ האבן מיר אוועקגעלייגט סטאלן


ברוך שמסר עולמו לשומרים. מיט אזא געלונגענע פאלק קען שוין די באשעפער ריטייערען.

מיט א טאנץ אוועק געלייגט סטאלין, מיט מצות אין אויווען אוועקגעלייגט ניפאליאן, מיט בונדלעך אוועקגעלייגט ציונים, געטוישט די בענדל אין בעלז געשמד'ט א איד אין פאריז...

וואלווי: אז הרב מנשה פיליפ האט אוועקגעהרג'עט ציונים מיט עסן בונדלעך ווייס איך נישט. אבער די פענצטערס פון די ארומיגע שכנים'ס הייזער האט ער זיכער אויסגעשאסן. מוצאי שבת קודש, ווען ער איז געזיצן הכנות און באמבארדירט די געגנט...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שבת אחים האט געשריבן:די בעסטע לענדער אויף די וועלט זענען ליבעראלע סאושליסט-געשטימטע לענדער.

לויט us news איז די שווייץ די בעסטע לאנד, און ס'איז פון די מערסט קאפיטאליסטישע לענדער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הלוואי וואלט אמעריקע געוועהן אזא קעפטיליסטישע לאנד ווי שווייץ...
שווייץ איז נישט ממש א קעפטיליסטישע לאנד אפילו דו האסט געטראפן עפעס א לינק וואס פרעגט ״איז שווייץ א סאושליסטישע לאנד?״
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שבת אחים האט געשריבן:הלוואי וואלט אמעריקע געוועהן אזא קעפטיליסטישע לאנד ווי שווייץ...
גם אני מצטרף.
שבת אחים האט געשריבן:שווייץ איז נישט ממש א קעפטיליסטישע לאנד
איך האף אז דו פארשטייסט אז איך וועל ענדערש אויסהערן וואס א שווייצער זאגט איבער דעם ווי אן אמעריקאנער.
שבת אחים האט געשריבן:אפילו דו האסט געטראפן עפעס א לינק וואס פרעגט ״איז שווייץ א סאושליסטישע לאנד?״

און מענטשן פון די שווייץ ענטפערן דארט אז ס'איז זייער קאפיטאליסטיש.

"Switzerland is currently probably THE most capitalist country on the planet - more so than the US"

"in Europe Switzerland is regarded as the leading bastion of laissez-faire capitalism"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:הלוואי וואלט אמעריקע געוועהן אזא קעפטיליסטישע לאנד ווי שווייץ...
שווייץ איז נישט ממש א קעפטיליסטישע לאנד אפילו דו האסט געטראפן עפעס א לינק וואס פרעגט ״איז שווייץ א סאושליסטישע לאנד?״

און מענטשן פון די שווייץ ענטפערן דארט אז ס'איז זייער קאפיליסטיש.


ביטע ברענג א וויקפידיע בלאט פאר א מקור! נישט עפעס יעדער באשרייבונג אויף די אינטערנעט...

שווייץ קען זיי קעפטיליסטיש געשטימט מיט געוויסע זאכן. אבער זיי זענען געמישט און שטארק גענויגט צו סאושליזים. אלע זייערע געזעצן נעמען זיי אין באטראכט די ארימע און די המון עם. מקען דארט נישט אינטערקויפן קיין פאליטשאונס, די קארפערשאונס האבן נישט קיין מאכט אזויווי דא וכו׳ וכו׳

דרך אגב לויט די ערשטע לינק וואס דו האסט געברענגט איז א ליסט פון די בעסטע לענדער זענען כמעט אלע לינקע סאושליסטישע לענדער א שטייגער ווי קאנאדא, דייטשלאנד, שוועדן, אסטראליע.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שבת אחים האט געשריבן:ביטע ברענג א וויקפידיע בלאט פאר א מקור! נישט עפעס יעדער באשרייבונג אויף די אינטערנעט...
quora איז ביי מיר זייער פארלעסליך.

שבת אחים האט געשריבן:דרך אגב לויט די ערשטע לינק וואס דו האסט געברענגט איז א ליסט פון די בעסטע לענדער זענען כמעט אלע לינקע סאושליסטישע לענדער א שטייגער ווי קאנאדא, דייטשלאנד, שוועדן, אסטראליע.
קאנאדע און דייטשלאנד זענען זיכער מער סאציאליסטיש ווי אמעריקע, לגבי די איבעריגע ווייס איך נישט. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען, אז ס'נישט סאציאליזם קעגן קאפיטליזם, והא ראיה אז די צוויי בעסטע לענדער זענען איינס זייער סאציאליסטיש און איינס זייער קאפיטאליסטיש. און צווייטנס, אויב ס'איז דא איין לאנד וואס מ'וואלט געדארפט נאכמאכן, איז עס א קאפיטאליסטישע לאנד, נישט קיין סאציאליסטישע לאנד. און ווי מער איך ליין איבער די שווייצע מהלך, אלץ מער ווער איך אנציקט פון זיי, איך מיין אז ס'איז ווערד צו פראבירן דא אין אמעריקע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי

שליחה דורך אונטער חכם »

איך זעה אז שבת איז שוין אויך מסכים אז דער עיקר פראבלעם אין אמעריקע איז די קארופציע נישט קאפיטאליזם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:הלוואי וואלט אמעריקע געוועהן אזא קעפטיליסטישע לאנד ווי שווייץ...
גם אני מצטרף.
שבת אחים האט געשריבן:שווייץ איז נישט ממש א קעפטיליסטישע לאנד
איך האף אז דו פארשטייסט אז איך וועל ענדערש אויסהערן וואס א שווייצער זאגט איבער דעם ווי אן אמעריקאנער.
שבת אחים האט געשריבן:אפילו דו האסט געטראפן עפעס א לינק וואס פרעגט ״איז שווייץ א סאושליסטישע לאנד?״

און מענטשן פון די שווייץ ענטפערן דארט אז ס'איז זייער קאפיטאליסטיש.

"Switzerland is currently probably THE most capitalist country on the planet - more so than the US"

"in Europe Switzerland is regarded as the leading bastion of laissez-faire capitalism"

But you don't have a GM or Ford or Chrysler corporation. Or GE. Or any other economic giant like we have in the US...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט