ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רעב עמעזאן. איך האב בטעות נישט געקאפיט די גאנצע תגובה. מיינע אויגן זענען מיר געוועהן נאס ווען איך האב געענדיגט ליינען די ארטיקל... ער איז אייזן. איך פארשטיי וואס ער זאגט. ער רעדט צו מיין הארץ. כ'האב עס געשיקט פאר מיין טאטע און מאמע און מיינע געשוויסטער צו ליינען.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

חלק פון די געזאגטע צוואה
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יארמער רב'ס זוהן
https://tlgur.com/d/j8QbwNwG
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

חלק פון די דעקונג
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך פלוני »

דערווייל איז נאר ר' דוד מווישניץ לאנדאן מוכתר?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מיט די פטירה פון הרה"צ רבי מאטעלע זצ"ל קען מען ריכטיג זאגן אז וויזניץ האט פארלוירן א רבי'ן. אנדערש ווי אנדערע רביס במידתו איז רבי מאטעלע געווען א קאנפארמאטי פאר וויזניץ, אדער איז וויזניץ געווען א קאנפארמאטי פאר רבי מאטעלע. רבי מאטעלע איז געווען פאר וויזניץ און וויזניץ איז געווען פאר רבי מאטעלע.

רבי מאטעלע, וויפיל דרויסענע אידן ער זאל נאר האבן געזען אדער אויפגענומען לאורך ימי חייו, האט עס/ער נישט אפעלירט צום המון און די המון האט נישט אפעלירט צו אים.

איך רעד נישט פון מהות גדולתו. זיינע חסידים האבן זיכער צו פארציילן מעשות, צדקות, עבודה. אן קיין קלער. רבי מאטעלע איז געוויס געווען א איש מורם מעם, אן ערליכע איד, א צדיק נשגב. אבער ער טיילט מיט אן אינטערסאנטע פלאץ אין היסטאריע: רבן של כל בני וויזניץ.

אז איר וועט באטראכטן די ווארשיינדליכע פלייץ פון הערכות, ביכער, ספרים, וואס וועט אינגיכן מאכן די וועג לאור עולם, וועט איר דאס זיכער אויפפאסן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פרייוויליג. א שטיקל פוינט האסטו. אבער אנשטאט שרייבן אז ער איז געוועהן א רבי פאר ״בית וויזניץ״ איז מעהר אויפריכטיג צושרייבן אז ווער ״סהאט געהאט א קשר מיט אים״ האט שטארק דערלייגט. גענוג און נאך נישט קיין וויזניצע אידן האבן געהאט גאר נאנטע באציאונגען מיט אים. די בעה״ב פון די היימישע קאמפעני ״דגים״ הייסט הרה״ח ר׳ שמואל סטעפאנסקי שליט״א ער איז א פייערדיגע סקלעני חסיד. קיינמאל נישט געלערנט אין וויזניץ. זיין איינציגסטע שייכות צו וויזניץ איז, אז ער איז א איידעם געווארן ביי העלפגאט פון ב״פ וואס זענען וויזניצע חסידים. און ער פלעגט פון צייט צו צייט קומען צו ר׳ מאטעלע. ער האט עפעס א גמ״ח אין אר״י ווי ער העלפט ארויס עניי ירושלים פאר פסח און פאר יעדע יום טוב. און ער פלעגט געבן פאר אלע מאנסי-וווזניצער חסידים דארט. מיט אפאר יאהר צוריק האט ער געהאט א שווערע הארץ אטאקע און ער איז נישט געוועהן באזוך פאר אפאר חדשים (כמיין זעקס ביז אכט חדשים) ער איז געוועהן אין א קאומא. מ׳האט מזכיר געוועהן ביי ר׳ מאטעלע זצ״ל און די גאנצע זעקס חדשים, האט ר׳ מאטעלע נאך שחרית גערופן יעדן איינציגען טאג זיין איידעם פרעגן וואס ער מאכט. יעדן איינציגען טאג! איין טאג האט די רבי פארגעסן און ער האט גערופן עלעף אזייגער ביינאכט און זיך אנטשולדיגט פארוואס ער רופט אזוי שפעט... ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און מהאט פארציילט פאר ר׳ שמואל וואס איז דא פארגעגאנגען. האט ער געזאגט איך גיי נישט אהיים פון דא פאר מ׳נעמט מיך צו ר׳ מאטעלע. מהאט אים געפירט מיט א בעט אריין צום רבין. ווען די רבי האט אים געזעהן האט ער אויסגפלאצט אין א געוויין פון פרייד. און ער האט פארברענגט מיט אים פאר פערציג מינוט אין זיין צימער.

די מעשה האט מיר ר׳ שמואל דער בעל המעשה פארציילט גלייך נאך סאיז געשעהן (מיט אכט יאר צוריק בערך) איך שרייב נאך ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט.

סאיז נישט נאר געוועהן ווויזניצע חסידים. ווער סהאט געהאט שייכות מיט אים. איך קען דיר פארציילן אן א שיעור מעשיות פון פרעמדע וואס האבן הנאה געהאט פון אים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרייוויליג האט געשריבן:מיט די פטירה פון הרה"צ רבי מאטעלע זצ"ל קען מען ריכטיג זאגן אז וויזניץ האט פארלוירן א רבי'ן. אנדערש ווי אנדערע רביס במידתו איז רבי מאטעלע געווען א קאנפארמאטי פאר וויזניץ, אדער איז וויזניץ געווען א קאנפארמאטי פאר רבי מאטעלע. רבי מאטעלע איז געווען פאר וויזניץ און וויזניץ איז געווען פאר רבי מאטעלע.

רבי מאטעלע, וויפיל דרויסענע אידן ער זאל נאר האבן געזען אדער אויפגענומען לאורך ימי חייו, האט עס/ער נישט אפעלירט צום המון און די המון האט נישט אפעלירט צו אים.

איך רעד נישט פון מהות גדולתו. זיינע חסידים האבן זיכער צו פארציילן מעשות, צדקות, עבודה. אן קיין קלער. רבי מאטעלע איז געוויס געווען א איש מורם מעם, אן ערליכע איד, א צדיק נשגב. אבער ער טיילט מיט אן אינטערסאנטע פלאץ אין היסטאריע: רבן של כל בני וויזניץ.

אז איר וועט באטראכן די ווארשיינדליכע פלייץ פון הערכות, ביכער, ספרים, וואס וועט אינגיכן מאכן די וועג לאור עולם, וועט איר דאס זיכער אויפפאסן.

שעות צעטלעך יוכיח.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מיינסט אודאי צו זאגן אז פילע וויזניצע חסידים האבן אים נישט געברענגט קיין שעות צעטלעך, ווידער הונדערטער פרעמדע פלעגן אים ברענגען שעות צעטלעך ווי למשל הנגידים הרב ווייס, הורדענקער רבי מיט זיין ברודער (אפשר זיי נאך אזויפיל יאהרן זיך דרייען ביי ר' מאטעלע זענען שוין היינט פאררעכנט אלץ וויזניצע חסידים, אבער מלכתחילה האבן זיי באלאנגט צו סאטמאר) גענוג און נאך פרעמדע וואס איך ווייס האבן געהאט גאר נאנטע שייכות מיט אים. אין פאקט, טויזנטער פרעמדע מענטשן בלי גוזמא זענען געזיצן טאג און נאכט אויף זיין קאפ. ספעציעל די לעצטע 10-15 יאר זיכער. יעדן טאג האט מען געקענט זעהן פול מיט פרעמדע אידן מיט אלע מיני היטן אפילו ליטווישע און מאדערענע קומען לייגן תפילין ביי אים אדער מאכן א ברית, ליינס פון פרעמדע מענטשען וואס זענען אריין צו אים טעגליך פאר עצות און הדרכות. די לעצטע צוואנציג יאר איז ער געוועהן "א וועלטס רבי", נישט נאר פאר וויזניץ. פאר ווער ס'האט זיך געדרייט ארום אים. דער עסקן ר' אייזיק שניצלער ע"ה (מיכאל'ס ברודער) איז עפעס געוועהן א וויזניצער? אויסדריקליך נישט! ער איז געווארן א וויזניצער. וואס כ'מיין צוזאגן איז, מ'האט נישט געדארפט שטאמען פון וויזניץ צו דשוינען די קלאב. ווער ס'האט געוואלט האבן שייכות מיט אים, האט געקענט ווערן זייער נאנט מיט אים, אפגעזעהן זיין אפשטאם. פול מיט משפחות אין מאנסי וואס איך קען דיר יעצט אויסרעכענען וואס האבן גארנישט געהאט צו טוהן מיט וויזניץ זענען געווארן וויזניצער. למשל די פעפערקארן משפחה זענען בעלזע זיי האבן געוואוינט אין די בראשית יאהרן אין מאנסי און דריי ברודערס זענען געווארן וויזניצער. די קעניג משפחה (ר' שלמה קעניג פון די אנפירער פון "כתר ווילעדש") זיי זענען בכלל נישט געוועהן קיין חסידים, און אלע זייערע דריי ברודער זענען געווארן וויזניצע וואוינענדיג אין מאנסי. ס'איז דא זייער אסאך אזעלכע.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

א. איז דאס אויטענטיש? ווי איז דאס מפורסם געווארן?
ב. האט די הנהלת הקהילה אין די פארגאנגענהייט אויך ארויסגעגעבן אזוינע צעטלעך (א שטייגער ווי טאשע רבי)?
ג. וואס איז בכלל פשט פון ארויסגעבן אזוינע מודעות?
ד. האט א פשט ארויסצוברענגן דא זיין מלחמה קעגן טעכנאלאגיע? איך קלער אז דאס וואלט געפאסט אלץ א טיטל פאר רב ראבינאוויטש אבער ר' מאטעלע איז געווען סאך סאך מער ווי דעם.
ה. לענ"ד איז די טיטל "הגאון הצדיק" עפעס וואס מ'שרייבט אויף יעדע בנשקל ביי דיפאולט. טאמער האבן זיי א פראבלעם צו שרייבן הגה"ק איז בעסער עס אינגאנצן אויסצולאזן, ס'זענען דא דארט גענוג אנדערע טיטלן.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

שליחה דורך אונטער חכם »

לכאורה איז פשט אז וויבאלד מען שרייבט גודר גדר ועומד בפרץ מוז מען באווארענען אז מען מיינט נישט דא די "פראפעשאנעל" מחאות נאר דווקא די מערכה קעגן טעכנעלאגיע.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רעדענדיג פון פרעמדע.
א אינטערסאנטע עפיזאד וואס ווארפט אביסל ליכט אויף זיין כאראקטאר. און וואספארא גוטע פאנדרעיזער ער איז געוועהן.

פארציילט מיר א חבר מיינער א וויזניצער, זיין פעטער איז א סאטמארער און איינע פון די גרעסטע נגידים אין מאנסי ער הייסט קליין, דאכצעך ר' אברהם דוד. ער האנדעלט מיט דזשולערי אדער דימאנטן. בקיצור ער איז א איידעם ביי די וויזניצער גוטליב משפחה. דער הרב קליין, אפילו ער איז געוועהן א פרעמדער, פלעגט גאר אפט קומען צו ר' מאטעלע מיט א קוויטל. איינמאל פאר ער האט חתונה געמאכט איז ער אריין צו ר' מאטעלע מיט א קוויטל, און פאר א פדיון פלעגט ער געבן געווענליך אכצן אדער צוואנציג אלפים. דער רבי נעמט די קוויטל, קוקט אויפן טשעק, כאפט א שמועס מיט אים און וואונטש אן די כלה מיט די גאנצע מעשה. פאר'ן ארויסגיין זאגט אים ר' מאטעלע אז ער נעמט צאם געלט פאר אידן נצרכים, און אז ער האט יעצט אפאר וויכטיגע צוועקן. ער נעמט ארויס דאס טשעק ביכל און שרייבט נאך א טשעק פון 25 אלפים און ער גיבט עס פאר'ן רבי'ן. די רבי נעמט די טשעק, קוקט אויפן טשעק און רופט זיך אן "דיין שוואגער ישעי' יחזקאל האט געגעבן אסאך מער" (מיינענדיג זיין וויזניצע שוואגער הרה"ח הנגיד ר' ישעי יחזקאל גוטליעב פון די אינשורענס, מראשי קהילה און פון די נאנטסטע מענטשן צום רבי'ן...!). ער האט אים נישט געענטפערט. העי רבי, ישעי יחזקאל איז דיין מענטש, ווייקט זיך דא טאג און נאכט און איז א וויזניצער און איך בין נאר א איידעם ביי א וויזניצער, נאר בלית ברירה מיטן גרעסטן יראת הכבוד געשריבן א דריטע טשעק פארן רבי'ן. שטייצעך, ער האט געוואוסט פונקטליך וועם מ'קען מעלקן. ער האט גאנץ גוט געקענט די מלאכה, ער וואלט עס נישט געטוהן צו סתם איינעם. די נגידים האבן גאנץ גוט געוואוסט וואס ער טוט מיט די אלע געלטער. ער האט ארויסגעהאלפן אסאך אסאך מענטשן. צדקה וחסד טאג און נאכט. ער האט געהאט אסאך משפחות אויף זיין קאפ, אויסער זיין פארצווייגטע משפחה מיט הונדרעטער אייניקלעך. ער האט געטראגן א גרויסע לאסט. און ער האט געהאט א פונקטליכע חשבון אויף אלעס ביז צו די פעני כידוע.

מיין טאטע פארציילט מיר איז ער איז געווען מיט אים אסאך יארן צוריק אין טאראנטא און ס'איז געוועהן דארט אזא מסיבה ביי איינעם אינדערהיים לטובת די ישיבה, דער רבי איז דארט געזיצן, און פאר יעדע מענטש וואס איז אריינגעקומען איז ער צוגעגאנגען און געזאגט "נישט די גאנצע געלט גייט פאר די מוסדות, א דריטל נעם איך אראפ פאר מיר פערזענליך..." א אינטערסאנטע טיפ מענטש. זייער א אויפריכטיגע אמת'ע מענטש געווען. ס'איז נישטא נאך אזעלכע. מ'מאכט שוין נישט אזעלכע תמימות'דיגע מענטשן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך וויל נישט פארצימעסן די אשכול. אפשר זאל מען עפענען א אנדערע אשכול אין ׳צימעס׳ וועגן די כאאס ביי ר׳ מאטעלעס לוי׳. איך האב געזעהן די קליפ ווי ר׳ אהרן מסאטמאר. שטייט פארענט פונעם שוהל. און די וויזניצער שמש הרב האפמאן שרייט עס איז נישטא קיין פלאץ, גייטס ארויס פון דא! און מ׳נעמט זיך שטופן דארט. סקוקט אויס ווי מ׳לאזט אים דוקא נישט אריין. אויב יא איז עס א חרפה און בושה פאר וויזניץ. ממש א חוצפה און עזות. איך בין בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ אהרן. אבער ער איז א רבי פון צענדליגער טויזנטער אידן. און איז געוועהן זיין נאנטע קרוב. ער איז א איידעם אין וויזניץ. א שאנדע!

קיינער פון וויזניץ האט מיך נאך דערווייל נישט מסביר געוועהן וואס דארט איז פארגעקומען. ר׳ משה לייבלער פון די גרויסע וויזניצע שוויצערס איז דארט געוועהן און סקוקט אויס ווי ער טרייבט זיי אוועק. ער איז א באוויסטע שונא פאר ר׳ אהרן פון יאהרן לאנג.

די ווידעא אויף יוטוב:
https://youtu.be/7pKmN5smMy8
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

R’ Zalman Leib Teitelbaum arriving to Viznitz Monsey funeral
https://www.youtube.com/watch?v=JdnGLjk8CQw
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך לחיים ולברכה »

שבת אחים האט געשריבן:איך וויל נישט פארצימעסן די אשכול. אפשר זאל מען עפענען א אנדערע אשכול אין ׳צימעס׳ וועגן די כאאס ביי ר׳ מאטעלעס לוי׳. איך האב געזעהן די קליפ ווי ר׳ אהרן מסאטמאר. שטייט פארענט פונעם שוהל. און די וויזניצער שמש הרב האפמאן שרייט עס איז נישטא קיין פלאץ, גייטס ארויס פון דא! און מ׳נעמט זיך שטופן דארט. סקוקט אויס ווי מ׳לאזט אים דוקא נישט אריין. אויב יא איז עס א חרפה און בושה פאר וויזניץ. ממש א חוצפה און עזות. איך בין בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ אהרן. אבער ער איז א רבי פון צענדליגער טויזנטער אידן. און איז געוועהן זיין נאנטע קרוב. ער איז א איידעם אין וויזניץ. א שאנדע!

קיינער פון וויזניץ האט מיך נאך דערווייל נישט מסביר געוועהן וואס דארט איז פארגעקומען. ר׳ משה לייבלער פון די גרויסע וויזניצע שוויצערס איז דארט געוועהן און סקוקט אויס ווי ער טרייבט זיי אוועק. ער איז א באוויסטע שונא פאר ר׳ אהרן פון יאהרן לאנג.

די ווידעא אויף יוטוב:
https://youtu.be/7pKmN5smMy8


אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט צווישן די צוויי ברידערס, איינער קומט אן אין זיינע ארומיגע נעמען זיך שטופן יעדעם צו מאכן פלאץ, די צווייטער שטייען רואיג אין ווארטן אז עס זאל ווערן אביסל פלאץ,
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך לחיים ולברכה »

מען זעט ווער עס איז די ריכטיגע סאטמארע רבי, ווי באקאנט איז סאטמאר אלס געווען שטופן שלאגן אין שטויסן.... :D :D :D
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[tag]שבת אחים[/tag] איך רעד נישט פון isolated מעשות, וואס איז זעלבסטפארשטענדליך אז עס זענען דא. יעדער חסידות האט אן עקסטערע אפטיילונג פון: "אפילו די ליטווישע, מזרחישע און מאדערענע אידן קומען צום רבי'ן". דאס געבט א בעסערע קאליר פאר די חסידות. מיין נקודה איז געווען איבער דעם כלל. אויב ביסטו נישט געווען פון די וויזניץ טייג האסטו דאס געשפירט. עס האט נישט געכאפט.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די פוינט איז פשוט איינער וואס איז געווען א חסיד אדער איינער וואס איז געווען א רעגעלמעסיגע אנהענגער האט ער אסאך געהאלפען און אפשר מער ווי סתם א רבי לויט ווי די חסידים לייגן עס אראפ האט ער ממש געקענט באגלייטן א איד אין א מצב טריט און שריט איינער האט מיר דאס ארויסגעברענגט לגבי שידוכים

אבער מיט אנדערע האט ער גארנישט געהאט קיצור די וועלט האט גארנישט געהאט פון אים און נישט מיט אים ניט קיין חסרון נאר די פוינט דערפון
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאנצל: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. (נאר מיט דעם אז ער האטציך געקענט אריינלייגן אין איינעם'ס מצב. אפילו יענער איז נישט געווען דייקא פון זיינע חסידים. אבער יענער מענטש האט פארשטייצעך געדארפט קומען צו איהם. ער איז נישט ארומגעגאנגען זוכן און פרובירן מתקן צו זיי די וועלט. למשל, ער האט ארויסגעגעבן פארשידענע פסקי הלכה, וואס א טייל פיהר איך מיך אנצוהאלטן. אבער ער האט דאס פאקטיש נאר ארויסגעגעבן פאר זיינע תלמידים וחסידים. (און איך בין נישט איינער פון זיי.). איינס פון זיינע פסקים להלכה ולמעשה איז, אז ביי חתונות טאר מען נישט עסן די דיזוירט. נאר מיט א ברכת שהכל. ממילא האט ער געמאכט א תקנה אין אלע וויזשניצע זאללן. אז מ'סערווירט נישט די דיזוירט נאר נאכ'ן בענטשן. ווייל מענטשן ווייסן נישט אדער וויללן נישט וויסן אז מ'דארף מאכן א ברכה. כאטש מ'האטציך געוואשן צו ברויט...!

נאך האט ער געזאגט, אז ווער ס'ווואוינט אין ברוקלין און פארט קיין מאנסי דארף נישט זאגן תפילת הדרך. האלט איך, אז ער האט דאס נאר געזאגט פאר זיינע תלמידים וחסידים. ווייל זיי פאהרן בקביעות צו זייער רעבי'ן. משא"כ א פשוט'ער איד (נישט פון ליפא'ס פשוט'ע אידן) דארף יא צו זאגן תפילת הדרך...!

אויך מיט די זמני כניסת ומוצאי שב"ק האלט איך אנדערש. און ער האט דאס טאקע נישט געזאגט פאר א יעדן. נאר פאר זיינע מענטשן. אונז האלטן מיר ..."72"...!

איי, ער האטציך געמישט ביי די סקול דיסטריקט אין מאנרוי. איז טאקע א קשיא. אבער ער האט געהאלטן אז ער דארף מוחה צו זיין . והדברים ידועים. ואכמ"ל. ואני... און איך, בערל בעל עגלה האלט אז ער האט (במחכת"ה) נישט געוואוסט אלע פאקטן אין זיין שיקול הדעת מוחה צו זיין. מכמה טעמים...! נאר וואס מ'איז איהם געקומען פארציילן...!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

אויב פארט מען בקביעות איז די וועג ווייניגער מסוכן?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך האב דען גערעדט פון זיינע הלכות און הוראות איך רעד פון אים אליין אלס פערזאן קוק איבער @פרייוויליגס תגובה ער שרייבט דאס בעסער ארויס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאנצל: אבער זיינע פסקי הלכות זענען געווען א טייל פון זיין פערזענליכקייט. אין פארגלייך צו אנדערע בעלי הוראה וועלכע האבן ארויסגעזאגט פסקים פאר די וועלט. אדער מ'האט זיי אזוי אנגענומען, לכה"פ.
פארשפארט