וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אויב ביז יעצט איז עס געווען א לאזונג, איז עס יעצט א פאקט, ראובן שרייבט ביי יעדן וועקער 'עס איז נאך אזאנס נישט געווען' אבער קוקט נאר אויפן דעקל, עס איז קיין לאזונג, עס איז א פאקט,

א דאנק [tag]אבטולמוס[/tag] [tag]פיקאסא[/tag] וכל החבריא.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נורא נוראות! אלע אינאיינעם צוזאמען. פון וויזניצער רבי׳ן ביז הרב מאיר שיללער. פון שמואל ווידער ביז הרב שמואל אויערבאך.

א ריזיגען דאנק פאר אלע ארבעטארערס, וואס ביודעי ובמכירי קאמינא אז מ׳לייגט אריין שעות ע"ג שעות פון ארבעט און פלאג, שלא ע"מ לקבל פרס.

מיר גייען שוין איינקויפען, וממני יראו וכן יעשו.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

יאפ, דער הרב מאיר שילער שליט''א האט עס געמאכט. אוי גייט עס מאכן א רעש. איך קען נישט ווארטן צו שלינגן יעדעס ווארט פון איהם.
יישר כח פאר די אלע וואס האבן געהאט א שייכות מיט דעם [tag]אבטולמוס[/tag] [tag]דער גאלדענער אדלער[/tag] ועוד וואס איך ווייס נישט..
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!

שליחה דורך נעגעל וואסער »

קוקט אויס געוואלדיג! שוין באשטעלט, און שטיי ביים טוהר פאר די פאסט.
קיינמאל נישט געהערט פון הרב שילער, לויט די שעות וואס איז אריין אין דעם מסתמא האט ער וואס צו פארקויפן, אבער ביז דאן קוקט ער מיר אויס ווי די סקווירא רבי אליין..
דער ארטיקל אויף ווידער קוקט אויס ווי א פעטן ביינדל, וועקער סטייל.
א ריזיגע דאנק פאר אלע וואס האבן אריינגעלייגט כחות!

א כשרן און פרייליכן פסח.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

קוקט אויס מאסיוו, אשאד נאר אז עס קומט נישט קאלירט, וועלכע אויסגאבע קומט דען נישט אין קאלער היינט צוטאגס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נורא נוראות! אלע אינאיינעם צוזאמען. פון וויזניצער רבי׳ן ביז הרב מאיר שיללער. פון שמואל ווידער ביז הרב שמואל אויערבאך.

א ריזיגען דאנק פאר אלע ארבעטארערס, וואס ביודעי ובמכירי קאמינא אז מ׳לייגט אריין שעות ע"ג שעות פון ארבעט און פלאג, שלא ע"מ לקבל פרס.

מיר גייען שוין איינקויפען, וממני יראו וכן יעשו

ליטוואק פון בודאפעסט: דו זאגסט מיט א לשון פון.."יראו"... מ'דארף מעירעה האבן. דו דערמאנסט מיך א מעשה וואס די גרויסע צדיקת ה'..."רבנית"... חיה מושקא שניאורסאן, ע"ה , נאכדעם וואס זי האט מחליט געווען אז איהר מאן איז שוין גענוג פעימאוס. און ס'לוינט זיך איהר צו רופן ..."ליובאוויטשער רביצן". האט מען זי געפרעגט אז מ'זעהט אז איהר מאן דער אדמו"ר, אין די עשרת ימי תשובה איז זייער שטארק בלאס, און א פחד ליגט אויסגעדרוקט אויף זיין פנים. האט זי געענטפערט אז זי זעהט אויך איז איהר מאן האט מעירעה. אבער זי וועיסט נישט פון וואס איהר מאן האט מעירעה...!"...!

ביי אונז חסידים פלעגט מען זאגן..."ממנו/י ילמדו וכן יעשו"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נעגעל וואסער האט געשריבן:קוקט אויס געוואלדיג! שוין באשטעלט, און שטיי ביים טוהר פאר די פאסט.
קיינמאל נישט געהערט פון הרב שילער, לויט די שעות וואס איז אריין אין דעם מסתמא האט ער וואס צו פארקויפן, אבער ביז דאן קוקט ער מיר אויס ווי די סקווירא רבי אליין..
דער ארטיקל אויף ווידער קוקט אויס ווי א פעטן ביינדל, וועקער סטייל.
א ריזיגע דאנק פאר אלע וואס האבן אריינגעלייגט כחות!

א כשרן און פרייליכן פסח.

נעגל וואסער: איך קען איהם יא. שטארק נייגעריג וואס ער זאגט דארט אין דעם אינטערוויו. כ'וועלל בלי"נ זיין פו די זריזים מקדימין...ביים ניוססטענד אויף 49 סטר. און 13'טע עוו...!
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag][/tag]העי שטופ דיך נישט אריין! איך בין געשטאנען דא פאר דיר, איך שטיי שוין דא פון אכטע צופרי... עס קוקט אויס ווי בלעק פריידעי אין וואלמארט ס'שטייען דא בחורים, אינגעלייט, בנשא"ס, זיידעס, און אפי' באס דרייווערס אלע וווארטן צו כאפן א וועקער ביים ניוז סטענד. אה דא שטייט א בענעשעק מיט א שווארצע שאפינג זעקל מיט פונקטליכע טשעינדזש אין האנט גרייט אריין צו וויקלען א וועקער און היידא...

עס קוקט אויס רייך און מאסיוו! בפרט דער אינטערוויו מיט הרב מאיר שיללער רייצט מיר שטייטזעך אן דאס מערסטע.
שכח [tag]אבטולמוס[/tag], [tag]פיקאסא[/tag], ספאנסער, שרייבער און רעאדאגירער.

#זמן_חרותינו_תש"18
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער געוואגטער יונגל: איך האב נישט געוואוסט אז דו רעדסט צו מיר. ליהוי ידוע לך, אז איך בין נאכאלץ א שטיקל איזראעלי. און דאס איז מיר געבליבן פון איזראעליש'קייט. אז איך בין א מומחה מיך אריינצושטיפן אין א ליין. אמאל מיט א (פאלשן) שמייכל. און אמאל מיט א שטופ אין פלייצע. אדער געבן א טרעט אויף די הינער אויגן. אשר על כן ווארן איך דיך אז דו זאלסט דיך נישט אנהייבן מיט מיר...האסט געהערט... איך וועל צו גיין רעדן צום אינדיאנער גוי וואס איז בקי אין אלע אידישע צייטונגען, זשורנאלן און מאגאזינען ווי א גרויסער ת"ח (איך זאג נישט וואס די ראשי תיבות מיינט)...און הער אויף צו האקן אין טשייניק...! א גוטן טאג...!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אה, נישט געוואוסט אז איך שרייב אין די יעצטיגע אויסגאבע. נייס טו מיעט מי. שילער, דאס איז שוין יא. א דאנק די עוסקים במלאכה.

נקודת-אמת האט געשריבן:אבאוט הילל בן שחר
:lol: :lol: :lol:

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%97%D7%A8
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שבתי בראדער = [tag]שבת אחים[/tag]. גאר גוט!
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך זעה עס איז טייער געווארן לכבוד פסח, הגם נישט אזויפיל ווי דער חילוק פון חלה ביז מצות...
פון וואס איך ווייס שוין איז דער המשך מיינע איבער ירידת הדורות, דער ארטיקל פון הרב אלבוים איבער חירות, און דער ארטיקל פון ידידי הרב יוסף מילר איבער ר' שמואל אוירבאך, אלע גאר שטארקע ערנסטע מאמרים וואס איך קען ממליץ זיין צו קויפען צוליב זיי. יעצט זעה איך אז עס איז נאך דא נאך שטארקע מאמרים ווי דער פון מיסטער שילער און אנדערע, וואס מאכן מיר נייגעריק..
שוין געארדערט איינס.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער וועקער האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך זעה עס איז טייער געווארן לכבוד פסח, הגם נישט אזויפיל ווי דער חילוק פון חלה ביז מצות...

א דאלאר טייערער צוליב דער פארגרעסערטער אויסגאבע (200 זייטן אנשטאט די געווענליכע 174), כמנהג פון די היימישע אויסגאבעס.

נא.. פסח מישט מען זיך נישט, דו ווייסט נישט..?
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

א גרויסן יישר כח פאר דעם נייעם וועקער אויסגאבע. איך האב שוין לאנג געוואלט קענען לערנען דעם קאלירדיגן דמות פון רב שיללער, יעצט וועל איך דאס ענדליך קענען טון. אויך די אנדערע ארטיקלען זעען אויס צו זיין נישקשהדיג. מיין וועקער איז שוין אויפ'ן וועג.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

שוין באשטעלט אין יעצט קען מען צוגיין מיט א רואיגקייט צום יו"ט.
איך וועל אפילו נישט פרובירן ארויסצוברענגען יעצט מיין התרגשות נאר פון זעהן דעם דעקל ווייל איך וועל נישט קענען ענדיגן!
יישר כח ראובן אין אלע אנדערע עוסקים במלאכת הקודש!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן ישי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע

שליחה דורך קפה נמס »

בתי' קאלמאן - בת קול :P
Cute !
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!

שליחה דורך מפוזרי »

זעט אויס הערליך, כ'קען קוים ווארטן פאר מיינס.

כ'באמערק אז צוויי קביעות'דיגע קאלומס פעלן.

מושי'ס ווינקל
יצחק וואלד

א וועקער אן א מעשה פון יצחק וואלד איז ממש א "תרתי דסתרי" [emoji22]
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אהא הייסט אז י. פאלקסמאן = chosen people@
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך או אינו »

אבי גערעדט האט געשריבן:קוקט אויס מאסיוו, אשאד נאר אז עס קומט נישט קאלירט, וועלכע אויסגאבע קומט דען נישט אין קאלער היינט צוטאגס

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו. און די סיבה איז ווייל איר האט זיך נאכנישט דערוועקט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Wow wow wow
שוין לאנג געהערט פון ר' מאיר שילער, קען קוים ווארטן צו ליינען. און שטייצעך שמואל ווידער זעהט אויך אויס מורא'דיג אינטערסאנט

אבי גערעדט האט געשריבן:קוקט אויס מאסיוו, אשאד נאר אז עס קומט נישט קאלירט, וועלכע אויסגאבע קומט דען נישט אין קאלער היינט צוטאגס

מעלות איז נישט קאלירט. אז מ'האט וואס צו פארקויפן דארף מען נישט קיין קאלארס.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

חתם סופר האט געשריבן:מעלות איז נישט קאלירט. אז מ'האט וואס צו פארקויפן דארף מען נישט קיין קאלערס.

אמת אמת, אבער עס איז נישט אזא קלארע פרינט, די בילדער זענען נישט זייער קלאר, ווען מען זעט שיינע קלארע בילדער ליינט זיך גאנץ אנדערש
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

מפוזרי האט געשריבן:זעט אויס הערליך, כ'קען קוים ווארטן פאר מיינס.

כ'באמערק אז צוויי קביעות'דיגע קאלומס פעלן.

מושי'ס ווינקל
יצחק וואלד

א וועקער אן א מעשה פון יצחק וואלד איז ממש א "תרתי דסתרי" [emoji22]

געהאט די זעלבע מחשבה, אבער נאכן זעהן ווי [tag]יצחק וואלד[/tag] האט באקומען א יישר כח פון ראובן איז דא האפענונג אז עס איז יא דא נאר מען האט עס אויסגעלאזט און די אינהאלט.
נאך איינעם גיי איך מיסען נאכאמאל וואס איך האב געהאט א גרױסע האפענונג אז ער וועט ערשיינען איז [tag]פליקער[/tag] :shock:
פארשפארט