ווער וועט "אים" באשרייבן? - אפהאנדלונג אויף פראפעסאר היילמאן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

ווער וועט "אים" באשרייבן? - אפהאנדלונג אויף פראפעסאר היילמאן

שליחה דורך יהודה מאשקאוויטש »

אינעם וועקער נומער צען האב איך געשריבן א געגן ארטיקל, אויפן אינטערוויו וואס איציק בלימאן האט אפגעהאלטן מיט פראפעסאר שמואל היילמאן.


ווער עס איז באקאנט מיט די שרייבווערק פון היילמאן, און האט זיך שוין באגעגענט מיט זיינע אומצאליגע גראבע אמעראצישע טעותים און נישטיגע אבזערוואציעס, האט געוויס געפונען א שטיקל נחמה פורתא אין מיין ארטיקל איבער היילמאן, וואס אין זיין אינטערוויו צום וועקער נומער ניין האט ער זיך היבש ביליג געמאכט.

לייענענדיג זיינע ענטפערס צו בלימאן, איז מיר די בלוט ארויף אין פנים, ווי א הויכגעשעצטער פראפעסאר קען נישט דולדן קיין שום אפאזיציע, און דאס גאווה רינט אים איבער די גבולים. מיין ארטיקל -געשריבן היבש שארף און בייסיג, אונטערן איינדרוק פון זיין אינטערוויו- האט אייגנטליך געמאכט היבש סדר מיט דעם פארשוין, מיט זיינע אגענדעס, מיט זיין פארש-קוואליטעט, און מיט זיין אומבא'טעמ'טע אינטערוויו.


אויב עס איז איינעם נאך פארבליבן פראגעס איבער דעם מענטש, אדער איבער מיין ארטיקל, יהא זה המקום דאס אדורכצוטון בדיבוק חברים.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איז פארהאן ערגעץ וואו איך קען ליינען דעם בוך אנליין בחינם?
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

אפשר קענסטו ארויף לייגען דיין ארטיקל?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יהודה מאשקאוויטש (שליט"א): אין רעאקציע צו דיין ארטיקל ווילל איך נאר צוגעבן אז איך בין שוין פון לאנג צוריק געווארן נעגאטיוו באאיינדרוקט פון דעם אזוי גערופענעם שטאלצן פארעך, ..."סעמיועל היילמאן"... וועלכער רופט זיך ..."פראפעסאר" און איז למעשה א געשוואלענער עם הארץ אין דעם סאבדזשעקט וואס ער טרויט זיך צו רעדן...! אויסער דיין ארטיקל, און דעם אינטערוויו, האביך געהאט די זכיה צו הערן דעם ..."פראפעסאר"... (די יעקעס האבן געהאט א גוטן צו-נאמען פאר אזא פארשוין, מלשון פרשנדתא..."ברויט-פרעסער"...אט דאס איז ער.) געבן אן אינטערוויו אויף א ווידעא מיט'ן נאמען...Hasidim. A life apart"...האט ער דארט געלאזט הערן זיין ..."גאונות". וואס איז א געמיש פון גראבע עם הארצות און שנאה און פאראורטייל צו אלעס וואס רופט זיך חסידות...!
ער, דער בהמה און אומ-מענטש רעדט איבער חסידים כאילו זיי וואלטן געווען עפעס חיות אין א זאא...! אויסער ווי ער ווייזט ארויס אז ער הייבט נישט אן צו וויסן איבער דעם חסידי'שן לעבנסשטייגער, בחייכון וביומכון צו זאגן...!

ער אליין, אין זיין לעבן הייסט אן ארטאקסישער ..."איד"...אבער ס'זעהט נישט אויס אז ער האטציך ווען אמאל געדרייט צווישן חסידים. איך האב שוין פון לאנג צוריק מגדיר געווען זיין שרייבן איבער חסידים און חסידות פונקט אזוי ווי א שרייבער אין א טראפישע מדינה ווי בראזיל, זאלל ארויסגעבן א בוך איבער די ווייסע בערן ביים נארטה פאול...!
פארשפארט