אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
פארשפארט
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

מענין לענין האב עך זעך לעצטענס אנגעשטויסן אין א מודזיצער ניגון "הבט משמים וראה"
דא איז דא א קליפ ווי מ'הערט דעם מודזיצער רבי רבי שאול ידידי' זצ"ל אליין דאס זינגען

https://www.youtube.com/watch?v=Fc117ylPhgI

מערקט אז די צווייטע תנועה (ביי 10 סעקונדעס) אויף "הבט משמים וראה" איז די גאנצע פראכט און שיינקייט פון דער בארימטער פסח ניגון "קרב קרב יום אשר הוא לא יום" פון רבי יצחק אונגאר
הגם ס'איז א הייליגע מקור, אבער זיכער פריער פון אונגאר. און אוודאי איז די קרעדיט פאר אונגאר וואס האט געמאכט אזא יצירת מופת, אבער מידי געבארגטע קנייטש לא יצא
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אברך משי האט געשריבן:מענין לענין האב עך זעך לעצטענס אנגעשטויסן אין א מודזיצער ניגון "הבט משמים וראה"
דא איז דא א קליפ ווי מ'הערט דעם מודזיצער רבי רבי שאול ידידי' זצ"ל אליין דאס זינגען

https://www.youtube.com/watch?v=Fc117ylPhgI

מערקט אז די צווייטע תנועה (ביי 10 סעקונדעס) אויף "הבט משמים וראה" איז די גאנצע פראכט און שיינקייט פון דער בארימטער פסח ניגון "קרב קרב יום אשר הוא לא יום" פון רבי יצחק אונגאר
הגם ס'איז א הייליגע מקור, אבער זיכער פריער פון אונגאר. און אוודאי איז די קרעדיט פאר אונגאר וואס האט געמאכט אזא יצירת מופת, אבער מידי געבארגטע קנייטש לא יצא


אינטערסאנטע באמערקונג, אבער שוואכע בארגעריי, ולידי געבארגטע קנייטש לא נכנס ואינו צריך לצאת, כמעט וואס ס'איז נישט יתכן זאל נישט געשען אזעלעכע זאכען בי מלחינים אז צווי זאלען האבען אליינס אויף געקומען מיט א דריי סעקונדיגע דריידל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

געפילטע פיש האט געשריבן:הערענדיג Abie ראטטענבערג'ס לב ונפש אלבום לעצטענס, די הויכע פאל פון חסל סידור פסח איז גענוי די זעלבע ווי די הויכע פאל פון שומרי מצוותיה. כ'שטעל מיך פאר אז ראטענבערג'ס איז עלטער ווי בעלז, די טאן זינגט ער שוין אויף די ערשטע אלבום פונעם Journeys סעריע. נישט ממש א גוישע מקור, אבער אויך א פיינע גניבה.


איך האב געהערט פון א בעל מנגן אז חסל סידור פסח איז פארפאסט געווארן דורך איינער פון די אלטע מגידים, ר' שלום שוואדראן אדער ר' יעקב גאלינסק. עס איז אן אלטע ניגון.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

עס ווערט אויך געזינגען אויף די שפיל על נהרות בבל דורך אייזיק האניג - ברוך בן נריה, וואס דאכט זיך איז שוין אויך דרייסיג יאר אלט.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך mevakesh »

עס באלאנגט נישט אין דעם אשכול אבער איך ווייס נישט ווי יא לייג איך עס דא
א זינגער אברהם שמואל ווידער האט ארויסגעגעבן א סידי מיט צוזאמגענומענע טאנץ ניגונים
אויפן דעקל שטייט אלע ניגונים און וועמענס דאס איז
אבער אויב חלילה די מחברים גייען נישט ממש מיט א שטאפענע היט פארגעסט מען ווער עס האט געמאכט דעם ניגון
בילד

Sent from my XT1060 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אברך משי האט געשריבן:מענין לענין האב עך זעך לעצטענס אנגעשטויסן אין א מודזיצער ניגון "הבט משמים וראה"
דא איז דא א קליפ ווי מ'הערט דעם מודזיצער רבי רבי שאול ידידי' זצ"ל אליין דאס זינגען

https://www.youtube.com/watch?v=Fc117ylPhgI

מערקט אז די צווייטע תנועה (ביי 10 סעקונדעס) אויף "הבט משמים וראה" איז די גאנצע פראכט און שיינקייט פון דער בארימטער פסח ניגון "קרב קרב יום אשר הוא לא יום" פון רבי יצחק אונגאר
הגם ס'איז א הייליגע מקור, אבער זיכער פריער פון אונגאר. און אוודאי איז די קרעדיט פאר אונגאר וואס האט געמאכט אזא יצירת מופת, אבער מידי געבארגטע קנייטש לא יצא

וועלכע קרב יום איז דאס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אליעזר מארקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אליעזר מארקס »

mevakesh האט געשריבן:
אויפן דעקל שטייט אלע ניגונים און וועמענס דאס איז
אבער אויב חלילה די מחברים גייען נישט ממש מיט א שטאפענע היט פארגעסט מען ווער עס האט געמאכט דעם ניגון
בילד

Sent from my XT1060 using Tapatalk

אייזען!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

mevakesh האט געשריבן:עס באלאנגט נישט אין דעם אשכול אבער איך ווייס נישט ווי יא לייג איך עס דא
Sent from my XT1060 using Tapatalk


דא וואלט לכאורה געווען די ריכטיגע פלאץ:

viewtopic.php?f=24&t=180&hilit=אכשר+דרא
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך אונטער חכם »

אידישע מידיא האט געשריבן:די נייע סיריע #מקור_פון_אידישע_מוזיק דורך אידישע מידיא, וועט אויסלייגן די מקור הראשון פון א.ג. אידישע מוזיק.

עס שטעלט זיך ארויס, אז א גרויסע טייל פון די היימישע אידישע מוזיק, אריינגערעכנט א.ג. ווארעמע חסיד'ישע ניגונים, זענען גענומען געווארן אזוי-ווי-עס-שטייט-און-גייט (as is), אדער אביסל ארומגעפיצט פון א גוי'אישע ליד. פאר מיר שמועסן אויס די דעטאלן וואס ווערן בארירט מיט דעם, וועלן מיר ערשט זיך באציען צו די צוויי הויפט זארגן.

עס זענען פארהאן צוויי סארטן פאליטיק אין די אידישע מוזיק אינדוסטריע:
1️⃣ איינס איז דאס קאפירן מוזיק אומבאצאלט, אויף וואס די ארטיסטן פארפירן אז עס איז מיט אומרעכט און אומאיינשטימונג מיט די אידישע הלכה.
2️⃣ די צווייטע איז די א.ג. פאר'גוי'אישקייט פון אונזער מוזיק.

יעצט לאמיר זעהן וויאזוי די צוויי טעמעס האבן באציאונגען מיט גוי'אישע מוזיק.

1️⃣ קאפירטע מוזיק

דאס נעמען גוי'אישע לידער, ווערט געטוהן אהן דערלויבעניש און אהן קרעדיט, און אונז ווערן גאר איינגערעדט אז עס איז ארגינאל, פון הרב פלוני קאמפאזיטאר. מיר ווילן נישט נעמען א שטעלונג איבער די רעכט אדער הלכה פון קאפירן יענעמ'ס האראוואניע, אפילו אויב דער ארטיסט האט עס גע'גנב'ט פון א צווייטן. מיר ווילן נאר בארירן די עטישע פארלאנג פון די זינגערס וואס פארפירן אז עס איז נישט "עטיש". אז מער רעדט פון עטישקייט, דארף עס גיין ביידע וועגן, אז נישט איז עס היפאקריטיש.

2️⃣ פאר'גוי'אישטע מוזיק

ווען עס שטעלט זיך ארויס אז אור-אלטע אידישע לידער זענען גענומען געווארן פון גוי'אישע ארטיסטן און פאלק'ס-לידער, פרעגט יעדער, פארוואס האקט מען אויף געוויסע זינגער אדער ניגונים, ווען אנדערע ווערן גע'כשר'ט כאטש וואס ביידע קומען בערך פון די זעלבע פלאץ?

די לידער וואס מיר וועלן דא ארויסשטעלן מיט זייערע ריכטיגע מקורות, זענען נישט עפעס אזעלכע וואס האט אייביג געהייסן "שוואכערע סחורה", נאר גאר פון די סמעטענע נשמה נגינום, איבער וואס גאנצע קהילות ברעטשענען ביי פרייטיג-צונאכטס טישן, און איבער וועלכע מאנכע מבינים האבן גאזאגט אז אט דאס הייסט א ריכטיגע ווארעמע ניגון מיט א קראנטע מקור.

געוויסע מקורות האבן שוין ארויסגערינען א וויילע צוריק, און זענען פארענטפערט געווארן מיט האלב-פארטאזירטע תירוצים (און גאנצע בלאפעריי...) איינס אז די גוי האט עס גאר גענומען פונעם איד, און צווייטענס אז דאס געטוהן דורך א געוויסע גדול וואס האט עס אויסגעלויטערט און ארויסגענומען די גוי'אישע טיילן. דאס ווערט געזאגן אהן קיין מקור איבער די צירוץ, אדער בכלל אז א ניגון דארף ע"פ הלכה אדער ע"פ השקפה ווערן געלויטערט.

מען קען - און מען דארף - אריינגיין טיפערס אין די טיפעניש פון די קאמפיין קעגן די קונסט פון מוזיק, און איבער די ברייטערע טעמע פון מאניפולירן אלע אידן צו פירן א לעבנסשטייגער צו די געשמאק פון עטליכע ענגע מיינונגען, אבער פאר די צוועעק צו קענען אנהייבן די שווערע עקספאוזור ארבעט, וועלן מיר זיך שטעלן דא, און צוריקקומען שפעטער און עס מער אויסשמועסן.

מיר פארמאגן א הויפן פון כמעט 100 לידער וואס מיר האבן שוין פעסטגעשטעלט זייער גוי'אישע מקור, אבער מיר זיכען וואס מער. דעפאר, אויב איר ווייסט פון א ביישפיל, ביטע שיקט עס אריין צו @YiddisheNewsBot, און לאזט אונז וויסן אויב איר ווילט באקומען קרעדיט
.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[justify]
יאנקל האט געשריבן:אידן, אידן, קומט אהיים... (מרדכי ווערדיגער)
http://www.youtube.com/watch?v=7i9ozy73 ... re=related
(פרויען)


סתם פארוואס נישט.
ס׳קען זיין מהאט שוין אמאל באהאנדעלט דאס דא.

די באקאנטע MBD ניגון ״אידן, אידן, קומט אהיים״ איז שוין היינט באוואוסט אז איר מקור איז פון א דייטשע ניגון, געשפילט דורך א דייטשע בענד.
כ׳פלעג זיך וואונדערן פארוואס, און וויאזוי, האט פונקט די ניגון פון אלע דייטשע ניגונים, געמאכט דעם וועג אריין צום היימישען עולם דורך ווערדיגער׳ס האלדז?
די תירוץ איז Eurovision Song Contest[/justify].
Eurovision איז אן אינטערנאציאנאלער און אויך די גרעסטע מוזיק קאנטעסט אויפן גלאוב. ס׳איז די מערסט געוואטשע TV שאו נאך ספארטס.
בעסעקלי ארבייט עס בערך אזוי,יעדע לאנד שטעלט ארויס א קאנדידאט, און אלע לענדער קענען וואוט׳ען פאר א ארטיסט, און דער וואס האט די מערסטע וואוטס איז דער געוואונער.
אין 1979 איז דער קאנטעסט פארגעקומען אין ישראל, און דער געוואונער איז גראדע געווען דער ישראל׳ישער קאנדידאט.
אבער מה שנוגע לעניננו, יענער יאר איז דער קאנדידאט פון דייטשלאנד געווען א פאפ בענד מיטן נאמען גינגיס חאן.
זיי האבן געשפילט זייערס א ניגון מיט די זעלבע טייטל ווי זייער בענד Dschinghis Khan
פון דעם פרעפארמענס זענען זיי געווארן זייער פאפולער איבער די וועלט.
Dschinghis Khan איז א ניגון וואס איז ביי באזירט אויפן נאמען פון דעם מאנגאלישען פירער Genghis Khan, און דינט אויך ווי א לויב ליד פאר דעם פירער. די מאנגאלישער אימפעריע איז געווען פון די גרעסטע אימפריעס אין די וועלט. גראדע דער פירער Genghis איז געווען באקאנט מיט זיין טאלערענס צו אלע אנדערע רעליגיעס.
ס׳איז יתכן אז די פאקט אז די ניגון איז געווארן אויפגעשפילט אויף א ישראלישע פלאטפארמע איז די סיבה.

דא האט איר די ווערטער איבערגעטייטש פון דויטש:

They rode races with the steppe wind, thousand man
And one rode ahead that all followed blindly, Genghis Khan
The hooves of their horses rushed through the sand
They carried fear and terror through every land
And neither lightning nor thunder held them up

Geng-, Geng-, Genghis Khan
Hey, riders - Ho, riders - Hey, riders - On and on!
Geng-, Geng-, Genghis Khan
Up, brothers! - Swill, brothers! - Scuffle, brothers! - Again and again!
Send for vodka
Because we're Mongols
And the devil gets us soon enough!

Geng-, Geng-, Genghis Khan
Hey, riders - Ho, riders - Hey, riders - On and on!
Geng-, Geng-, Genghis Khan
Hey, men - Ho, men - Dance, men - Like always!
And one hears him laugh
Always laughing louder
And he empties the tankard in one swig

And every woman that he liked, he took into his tent
It's said that there wasn't a woman in the world who didn't love him
He fathered seven children in one night
And merely laughed at his enemies
Because no one could resist his power

Geng-, Geng-, Genghis Khan
Hey, riders - Ho, riders - Hey, riders - On and on!
Geng-, Geng-, Genghis Khan
Up, brothers! - Swill, brothers! - Scuffle, brothers! - Again and again!
Send for vodka
Because we're Mongols
And the devil gets us soon enough!

Geng-, Geng-, Genghis Khan
Hey, riders - Ho, riders - Hey, riders - On and on!
Geng-, Geng-, Genghis Khan
Hey, men - Ho, men - Dance, men - Like always!
And one hears him laugh
Always laughing louder
And he empties the tankard in one swig




נאכן שרייבן און מאכן די ריסערטש, האביך געזעהן שכבר קדמני אסף, והוא רחום וכו׳.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

די גרופע האט נאך א פאפולערע ניגון, אויפן זעלבע 70ער יארן שניט: מאסקעווע. דאכט זיך זיי האבן געמאכט דעם ניגון לכבוד זייער'ס א באזוך אין רוסלאנד.

https://youtu.be/NvS351QKFV4
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ייש''כ [tag]אחד העם[/tag] פאר די לינק צו אסף. די ערשטע העברעאישע פארודיע איז מצחיק לאללה, און די פאליטישע קאמעדי פון לאטמא איז אויך נישט אוועקצומאכן. אינטרעסאנט אז פונקט ביי די גירסה פון יואלי ראטה כאפט ער בכלל נישט דעם פוינט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

צלפחד האט געשריבן:די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...

https://youtu.be/OceaHqks3HA

די ניגון זינגט מען שבת ביינאכט סוף טיש.

אין די יונגע יארן נאך אלץ רב אין וויליאמסבורג ווען זיין טאטע די אמרי חיים האט נאך געלעבט. איז די הייליגע קדושת מרדכי זי"ע געפארן מיט א גרופע חסידים אויף מקומות הקדושים. איין מאל טיף אינמיטן נאכט אין רומעניא, אפשר אין וויזניץ גאר, הערן זיי ווי ס'באמבערט אוועק אט די ניגון. זיי וואונדערן זיך, "ווער זינגט אזא הייליגע וויזניצע ניגון דא אינמיטן נאכט?". זיי גייען נאך די קול פון די מוזיק, און זיי קומען אן צו א באר. זיי עפענען די טיר, און זיי זעען דארט ווי די רומענישע שיכורים טאנצן דארט צו די הייליגע וויזניצע ניגון. (געהערט פון וועלוול שמעלצער)

בכלל אין וויזניץ איז דא אסאך גויאישע ניגונים. ס'דא נאך א ניגון א מארטש וואס מ'זינגט אויך סוף טיש, וואס איז אויך במקור א גויאישע, די באקאנטע 'השבת נועם הנשמות'. און נאך. רוב וואס איך ווייס זענען אן ווערטער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

עס גלוסט זיך גיין צום טיש.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

כ'ווייס נישט וועלכע נייע טעיפ כ'האב יעצט געהערט אין ספרים געשעפט, ער האט תנועות פון 'וואט עי וואנדערפול ווארלד'.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CWzrABouyeE[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועלכע נייע טעיפ כ'האב יעצט געהערט אין ספרים געשעפט, ער האט תנועות פון 'וואט עי וואנדערפול ווארלד'.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CWzrABouyeE[/youtube]


רעדענדיג פון דעם ניגון.
דער ניגון איז א טרויעריגע הספד אויף מענטשהייט און וועלט.
[NAMELESS]

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך [NAMELESS] »

אחד העם האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועלכע נייע טעיפ כ'האב יעצט געהערט אין ספרים געשעפט, ער האט תנועות פון 'וואט עי וואנדערפול ווארלד'.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CWzrABouyeE[/youtube]


רעדענדיג פון דעם ניגון.
דער ניגון איז א טרויעריגע הספד אויף מענטשהייט און וועלט.
גראדע ביי מיר אין קאפ שפילט עס ווען איך שטיי אויף פרי, אין א גוטע געמוט, ווען די וועטער איז געשמאק, און איך טרינק מיין קאווע אויפ'ן פארטש.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בגלל אבות - ויזניץ
https://youtu.be/2XZlQ548ofM

[tag]שבת אחים[/tag]

אזהרה: מוזיק.
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך דאכצעכמער »

פארוואס קען איך בשום אופן נישט טרעפן די אנגעבליכע "נאפויליאן'ס מארש" וואס ווערט געזינגן דורך ליובאוויטש אלס די מארש וואס דער אלטע רבי האט געהערט ווען נאפויליאן איז אריבער זיין שטאט ליאדי
ווייסט איינער פארוואס ווען איך זיך נאפויליאנס מארש קומט ארויף אלעס אבער נישט דאס
אדרבה לא ראינו אינו ראי' אויב איינער קען מיר עס ברענגן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס איז מיט די אנדערע מארש וואס די חב"דסקע זענען מייחס צו נאפאליאן?

הער עס דא די צווייטע ניגון. הייבט זיך אן ביי 4:30.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ריכטיג האט געשריבן:בגלל אבות - ויזניץ
https://youtu.be/2XZlQ548ofM

[tag]שבת אחים[/tag]

אזהרה: מוזיק.


חאטש האט עס עפעס א רבי'שע מקור...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:בגלל אבות - ויזניץ
https://youtu.be/2XZlQ548ofM

[tag]שבת אחים[/tag]

אזהרה: מוזיק.


איך הער נישט די וויזניצער ניגון? בגלל אבות וויזניץ איז א אנדערע טאן. נישט אזוי?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'מיין אז די ניגון האב איך געהערט אין בויאן, די וויזניצע גייט אויף אן ענליכן מהלך, אבער ס'איז אינגאנצן אן אנדערן ניגון.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט