ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך לחיים ולברכה »

סקוקט אויס ווי דער עולם האט פארגעסן וואס א רבי מיינט,

א רבי ברויך זיין געטריי צו זיינע חסידים אין ברויך נישטו צו פירן די וועלט ווי מאנכע רבנים רעדן זיך איין,

זיין מעלה איז אז ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

berlbalaguleh האט געשריבן:גאנצל: אבער זיינע פסקי הלכות זענען געווען א טייל פון זיין פערזענליכקייט. אין פארגלייך צו אנדערע בעלי הוראה וועלכע האבן ארויסגעזאגט פסקים פאר די וועלט. אדער מ'האט זיי אזוי אנגענומען, לכה"פ.


יו מיס די פוינט עניוועי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרייוויליג האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] איך רעד נישט פון isolated מעשות, וואס איז זעלבסטפארשטענדליך אז עס זענען דא. יעדער חסידות האט אן עקסטערע אפטיילונג פון: "אפילו די ליטווישע, מזרחישע און מאדערענע אידן קומען צום רבי'ן". דאס געבט א בעסערע קאליר פאר די חסידות. מיין נקודה איז געווען איבער דעם כלל. אויב ביסטו נישט געווען פון די וויזניץ טייג האסטו דאס געשפירט. עס האט נישט געכאפט.

שבת אחים האט געברענגט א ראיה צו זיין זייט מיט א מעשה. די שאלה איז צו די קענסט אויך פרופען דיין פוינט מיט א משל אדער א מעשה.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פרייוויליג האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] איך רעד נישט פון isolated מעשות, וואס איז זעלבסטפארשטענדליך אז עס זענען דא. יעדער חסידות האט אן עקסטערע אפטיילונג פון: "אפילו די ליטווישע, מזרחישע און מאדערענע אידן קומען צום רבי'ן". דאס געבט א בעסערע קאליר פאר די חסידות. מיין נקודה איז געווען איבער דעם כלל. אויב ביסטו נישט געווען פון די וויזניץ טייג האסטו דאס געשפירט. עס האט נישט געכאפט.


כפארשטיי נישט וואס דו זאגסט. Isolated מעשיות? לייקענסט אז די לעצטע צוואנציג יאהר האבן מאסן ״פרעמדע מענטשען״ באלאגערט זיין הויז טאג טעגליך? יעדער וואס האט געדאווענט און זיך געדרייט אין וויזניץ ווייסט דאס! ק׳מאן!? טויזנטער מענטשען וואס האבן גארנישט געהאט מיט וויזניץ זענען געקומען צו אים מיט אלע מיני שאלות און פראבלעמען. דאס איז א פשוטע פאקט. קענסט שרייען אז אלע רבי׳ס און אלע חסידים טענהן אזוי. אבער ס׳פרעגט נאך אלץ נישט אפ די מציאות.

איך קען דיר נישט אנפאנגן צו פארציילן וויפל פרעמדע מענטשען וואס איך ווייס וואס האבן זיך געדרייט ביי אים. איך האב דיר געגעבן פול מיט משלים און איך קען דיר געבן נאך און נאך.

ווען איך בין אריין קיין באבוב, בעלזא, גור, האב איך אויך געפילט ווי א יון אין די סוכה. וואס האבן וויזניצער חסידים געהאט פון באבוב, בעלזא, גור???
גארנישט. כ׳פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא ארויסברענגן? אז דו האסט גארנישט געהאט מיט אים? איך האב אויך גארנישט געהאט מיט ר׳ נפתליטשע באבובער. נא!? וואס איז יעצט? ס׳מאכט אים עפעס ווייניגער? זיין צדקה וחסד ווערט יעצט פארמינערט? ווייל איך פערזענליך האט גארנישט געהאט מיט אים?

ר׳ מאטעלע איז אין די לעצטע צוואנציג יאר געוועהן ״א וועלטס רבי״ ממש! פון אלע זייטן האבן געשטראומט מענטשען צו אים.

ס׳שיינט ווי דו האסט עפעס א פערזענליכע אגענדא.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שבת אחים האט געשריבן:[left][/left]ס׳שיינט ווי דו האסט עפעס א פערזענליכע אגענדא.


בן אדם האט געשריבן:שבת אחים האט געברענגט א ראיה צו זיין זייט מיט א מעשה. די שאלה איז צו די קענסט אויך פרופען דיין פוינט מיט א משל אדער א מעשה.


לחיים ולברכה האט געשריבן:סקוקט אויס ווי דער עולם האט פארגעסן וואס א רבי מיינט,

א רבי ברויך זיין געטריי צו זיינע חסידים אין ברויך נישטו צו פירן די וועלט ווי מאנכע רבנים רעדן זיך איין,

זיין מעלה איז אז ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור


איך האב קיין שום אגענדע נישט, חלילה. כ'פארשטיי אז דו ביסט א פייערדיגע חסיד, און עס איז נאטורליך אז דו קענסט שווער רילעיטן צו דעם. (אוממעגליך פאר א חסיד צו זען זיין רבי'ן פון אינדרויסן) און איך וועל פראבירן איבער צו זאגן אין קורצן וואס כאב געזאגט.

עס איז נישט קיין חסרון אז רבי מאטעלע איז געווען "וויזיניצער רבי". עס איז פשוט די מציאות, איך האב דאס בלויז הינטערגעשטרייכט. עס איז דא אמאל א רבן של ישראל, א רבי מיט וואס יעדער אינדעטיפיצירט זיך, (דוגמאות ווייסט יעדער) און נאכדעם איז דא רבי פאר זיינע חסידים. עס איז נישט קיין חסרון, עס איז בלויז א מציאות. רבי מאטעלע וואלט געטון זאכן צו זיינע חסידים וואס ער וואלט נישט געטון צו אנדערע.

איך וויל נישט אריינגיין אין מעשות. ווייל אזוי גייט עס, א מעשה פאר א מעשה. מיט יעדער מעשה וואס איך וועל ברענגן וועט שבת אחים ברענגן צוויי. א מעשה איז שווער אפ צו ווענדן אדער ברענגן א ראי'. מיט איין קליינער טויש און די גאנצע מעשה איז אנדערש. דעריבער וועל איך בלייבן מיט מיין כללות'דיגער נקודה. כהאלט אז אסאך וועלן פארשטיין וואס איך מיין.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שבת אחים האט געשריבן:כ׳פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא ארויסברענגן? אז דו האסט גארנישט געהאט מיט אים? איך האב אויך גארנישט געהאט מיט ר׳ נפתליטשע באבובער. נא!? וואס איז יעצט? ס׳מאכט אים עפעס ווייניגער? זיין צדקה וחסד ווערט יעצט פארמינערט? ווייל איך פערזענליך האט גארנישט געהאט מיט אים?


פאר א סיבה האב איך געשריבן מיינע פאלגענדע ווערטער, אז דו זאלסט נישט פארדרייען מיינע ווערטער:

איך רעד נישט פון מהות גדולתו. זיינע חסידים האבן זיכער צו פארציילן מעשות, צדקות, עבודה. אן קיין קלער. רבי מאטעלע איז געוויס געווען א איש מורם מעם, אן ערליכע איד, א צדיק נשגב.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

פרייוויליג האט געשריבן:איך האב קיין שום אגענדע נישט, חלילה. כ'פארשטיי אז דו ביסט א פייערדיגע חסיד, און עס איז נאטורליך אז דו קענסט שווער רילעיטן צו דעם. (אוממעגליך פאר א חסיד צו זען זיין רבי'ן פון אינדרויסן) און איך וועל פראבירן איבער צו זאגן אין קורצן וואס כאב געזאגט.

עס איז נישט קיין חסרון אז רבי מאטעלע איז געווען "וויזיניצער רבי". עס איז פשוט די מציאות, איך האב דאס בלויז הינטערגעשטרייכט. עס איז דא אמאל א רבן של ישראל, א רבי מיט וואס יעדער אינדעטיפיצירט זיך, (דוגמאות ווייסט יעדער) און נאכדעם איז דא רבי פאר זיינע חסידים. עס איז נישט קיין חסרון, עס איז בלויז א מציאות. רבי מאטעלע וואלט געטון זאכן צו זיינע חסידים וואס ער וואלט נישט געטון צו אנדערע.

איך וויל נישט אריינגיין אין מעשות. ווייל אזוי גייט עס, א מעשה פאר א מעשה. מיט יעדער מעשה וואס איך וועל ברענגן וועט שבת אחים ברענגן צוויי. א מעשה איז שווער אפ צו ווענדן אדער ברענגן א ראי'. מיט איין קליינער טויש און די גאנצע מעשה איז אנדערש. דעריבער וועל איך בלייבן מיט מיין כללות'דיגער נקודה. כהאלט אז אסאך וועלן פארשטיין וואס איך מיין.


איך מיין זאלסט יא מער עלאבארירן איבער דיין "כלליות'דיגער נקודה", איך זעה נישט מיט וואס ויזניצע רבי ז"ל איז געווען מער רבי "בלויז פאר ויזניץ" ווי סיי וועלכע אנדערע רבי פאר זייער קרייז.

פארשטייט זיך אז אין די הויפן מיט וועמען עס איז פארגעקומען רייבערייען דורכאויס די יארן איז די בליק אביסל אנדערש, אבער אין די אלגעמיינע חסידישע וועלט?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך לחיים ולברכה »

שושן פורים האט געשריבן:איך מיין זאלסט יא מער עלאבארירן איבער דיין "כללות'דיגער נקודה", איך זעה נישט מיט וואס ויזניצע רבי ז"ל איז געווען מער רבי "בלויז פאר ויזניץ" ווי סיי וועלכע אנדערע רבי פאר זייער קרייז.

פארשטייט זיך אז אין די הויפן מיט וועמען עס איז פארגעקומען רייבערייען דורכאויס די יארן איז די בליק אביסל אנדערש, אבער אין די אלגעמיינע חסידישע וועלט?


אין וויזניץ איז יעדע זאך געגאנגען דורכן רבין, נישט געווען אזאך וואס מען זאל טון אין איינע פון די קהילות אדער מוסדות אנעם רבין,
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך פלוני »

לחיים ולברכה האט געשריבן:ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך לאקש »

זיינע ווערטער קעגן "דער בלאט"
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

שליחה דורך יהודי פשוט »

ס'דא א מעשה וואס מ'דערציילט, איך נעם נישט קיין אחריות אז ס'איז אמת אבער כ'האב עס געהערט פון גאנץ פארלעסליכע מקורות...

ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז געוועהן פארנומען מיט זיין מחאה אויפ'ן סקול דיסטריקט איז ער ארום געפארן צו אדמו"רים ורבנים זאמלען חתימות פאר א קול קורא, איינס פון די פלעצער ווי ער איז געגאנגען נעמען א חתימה איז געוועהן טאהש קודש.

אין טאהש האט מען געהערט אז וויזניצ'ער רבי קומט, האט מען אנגעגרייט ווי א געהעריגע רבי'שע באזוך מיט פירות וכדו'. ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז אנגעקומען אין שטוב פונעם הייליגן טאהש'ער רבי'ן זצ"ל האט ער תיכף אנגעהויבן מיט די נושא איבער וואס ער איז געקומען... אז מ'האט געמאכט א פובליק סקול און ס'ממש מינות וכפירה וכו' וכו' א גאנצן דרשה, ווען ער האט גע'ענדיגט האט איהם טאהש'ער רבי זצ"ל גע'פרעגט ווער איז עומד בראש פון דעם פובליק סקול? האט דער וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז די סאטמאר'ער רבי איז עומד בראש און ער איז שולדיג אין די גאנצע זאך, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט פארוואס וויל דער סאטמאר'ער רבי טוהן אזא גע'פערליכע זאך וואס איז ממש מינות וכפירה? האט וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער מאכט דערפון אסאך געלט, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט וויפיל געלט מאכט ער דערפון? האט איהם וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער ווייסט נישט פונקטלעך, מ'זאגט אז ער מאכט 12 מיליאן דאללער, האט דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל גע'ענפערט ווייסט איר וואס וויזניצ'ער רבי, איך נעם זיך אונטער 6 מיליאן, זאל מען צוטיילן די איבריגע 6 צווישן אלע אנדערע חותמים און מ'וועט געבן דאס געלט פאר'ן סאטמאר'ער רבי'ן אזוי וועט ער מער נישט האבן קיין סיבה צו וועלן מאכן דעם פובליק סקול.....
דער וויזניצ'ער רבי זצ"ל האט שנעל אפגעטראגן פון דארט...
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' מאטעלע איז געווען גענוג רייך, ער וואלט געקענט געבן מער ווי זעקס מליאן פאר דעם ארעמען ברך משה...
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך פלוני »

יהודי פשוט האט געשריבן:ס'דא א מעשה וואס מ'דערציילט, איך נעם נישט קיין אחריות אז ס'איז אמת אבער כ'האב עס געהערט פון גאנץ פארלעסליכע מקורות...

ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז געוועהן פארנומען מיט זיין מחאה אויפ'ן סקול דיסטריקט איז ער ארום געפארן צו אדמו"רים ורבנים זאמלען חתימות פאר א קול קורא, איינס פון די פלעצער ווי ער איז געגאנגען נעמען א חתימה איז געוועהן טאהש קודש.

אין טאהש האט מען געהערט אז וויזניצ'ער רבי קומט, האט מען אנגעגרייט ווי א געהעריגע רבי'שע באזוך מיט פירות וכדו'. ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז אנגעקומען אין שטוב פונעם הייליגן טאהש'ער רבי'ן זצ"ל האט ער תיכף אנגעהויבן מיט די נושא איבער וואס ער איז געקומען... אז מ'האט געמאכט א פובליק סקול און ס'ממש מינות וכפירה וכו' וכו' א גאנצן דרשה, ווען ער האט גע'ענדיגט האט איהם טאהש'ער רבי זצ"ל גע'פרעגט ווער איז עומד בראש פון דעם פובליק סקול? האט דער וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז די סאטמאר'ער רבי איז עומד בראש און ער איז שולדיג אין די גאנצע זאך, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט פארוואס וויל דער סאטמאר'ער רבי טוהן אזא גע'פערליכע זאך וואס איז ממש מינות וכפירה? האט וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער מאכט דערפון אסאך געלט, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט וויפיל געלט מאכט ער דערפון? האט איהם וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער ווייסט נישט פונקטלעך, מ'זאגט אז ער מאכט 12 מיליאן דאללער, האט דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל גע'ענפערט ווייסט איר וואס וויזניצ'ער רבי, איך נעם זיך אונטער 6 מיליאן, זאל מען צוטיילן די איבריגע 6 צווישן אלע אנדערע חותמים און מ'וועט געבן דאס געלט פאר'ן סאטמאר'ער רבי'ן אזוי וועט ער מער נישט האבן קיין סיבה צו וועלן מאכן דעם פובליק סקול.....
דער וויזניצ'ער רבי זצ"ל האט שנעל אפגעטראגן פון דארט...
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל

איך האב דאס געהערט אין טאש פון דעם גבאי - צוויי יאר צוריק.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך קען נישט גלייבן אז איך לייען דא אזעלכע שטותים. ר׳ מאטעלע איז אין זיין לעבן נישט געגעאנגען זאמעלן קיין שום חתימות פאר גארנישט! להד״ם! ער איז דאכצעך אפילו קיינמאל נישט געוועהן אין טאהשע שטעטל אין זיין לעבן. ער וואלט קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך. ער האט נאר געזאגט זיין מיינונג ותו לא.

הונדערט פראצענט שטותים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פלוני האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:ס'דא א מעשה וואס מ'דערציילט, איך נעם נישט קיין אחריות אז ס'איז אמת אבער כ'האב עס געהערט פון גאנץ פארלעסליכע מקורות...


איך האב דאס געהערט אין טאש פון דעם גבאי - צוויי יאר צוריק.


זאג די גבאי אז ער איז א ליגענער. אפשר קענסטו מיר געבן דעם נאמען פון דעם גבאין? איך האב א קאזין פון די נענסטע שטוב מענטשען פון טאהשער רבי פאר יאהרן לאנג איך גיי אים בלי״נ רופן און פרעגן. אפילו איך ווייס קלאר אז סאיז נישט אמת. דעס איז נישט געוועהן ר׳ מאטעלע׳ס כאראקטאר.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

יהודי פשוט האט געשריבן:ס'דא א מעשה וואס מ'דערציילט, איך נעם נישט קיין אחריות אז ס'איז אמת אבער כ'האב עס געהערט פון גאנץ פארלעסליכע מקורות...

ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז געוועהן פארנומען מיט זיין מחאה אויפ'ן סקול דיסטריקט איז ער ארום געפארן צו אדמו"רים ורבנים זאמלען חתימות פאר א קול קורא, איינס פון די פלעצער ווי ער איז געגאנגען נעמען א חתימה איז געוועהן טאהש קודש.

אין טאהש האט מען געהערט אז וויזניצ'ער רבי קומט, האט מען אנגעגרייט ווי א געהעריגע רבי'שע באזוך מיט פירות וכדו'. ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז אנגעקומען אין שטוב פונעם הייליגן טאהש'ער רבי'ן זצ"ל האט ער תיכף אנגעהויבן מיט די נושא איבער וואס ער איז געקומען... אז מ'האט געמאכט א פובליק סקול און ס'ממש מינות וכפירה וכו' וכו' א גאנצן דרשה, ווען ער האט גע'ענדיגט האט איהם טאהש'ער רבי זצ"ל גע'פרעגט ווער איז עומד בראש פון דעם פובליק סקול? האט דער וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז די סאטמאר'ער רבי איז עומד בראש און ער איז שולדיג אין די גאנצע זאך, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט פארוואס וויל דער סאטמאר'ער רבי טוהן אזא גע'פערליכע זאך וואס איז ממש מינות וכפירה? האט וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער מאכט דערפון אסאך געלט, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט וויפיל געלט מאכט ער דערפון? האט איהם וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער ווייסט נישט פונקטלעך, מ'זאגט אז ער מאכט 12 מיליאן דאללער, האט דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל גע'ענפערט ווייסט איר וואס וויזניצ'ער רבי, איך נעם זיך אונטער 6 מיליאן, זאל מען צוטיילן די איבריגע 6 צווישן אלע אנדערע חותמים און מ'וועט געבן דאס געלט פאר'ן סאטמאר'ער רבי'ן אזוי וועט ער מער נישט האבן קיין סיבה צו וועלן מאכן דעם פובליק סקול.....
דער וויזניצ'ער רבי זצ"ל האט שנעל אפגעטראגן פון דארט...
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל


נאנסענס סטארי, לדו״י
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די אומפארגינערס און שונאים זוכן מעשיות פון אינטער דער ערד! ארויסגעזויגן פון די פינגער! כהאב ענק געזאגט סאיז דא גענוג נאך אמתע מעשיות וואס מקען האבן טענות אויף אים. ווי למשל אלע זיינע פרומע שטיק און איבעריגע חומרות וואס ער האט ארויפגעווארפן אויף זיינע חסידים. עטץ דארפסט נישט אנקומען צו ״אויפגעמאכטע מעשיות״ סאיז דא גענוג אמתע טענות אויף אים, אבער פלוז!? נישט קיין קינדערישע טאהשע מעשיות.

פלאצן זאלן ענק אלע. ער איז געוועהן פאר אונז וויזניצער חסידים נישט נאר א רבי און א וועגווייזער נאר א טאטע און א זיידע און א ביזנעס קאנסאולטענט אינאיינעם. מיר האבן אים זייער ליעב געהאט. זיין ארגעניעלקייט אמתקייט און אויטענטישקייט איז געוועהן א גרויסע חידוש אין אונזערע צייטן...

אלע זיינע קינדער אינאיינעם קומען נישט צו צוזיין שפיץ פינגער פון די פוס...

קומסט אויף מיט בעסערע באבע מעשיות פלוז?!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:ר' מאטעלע איז געווען גענוג רייך, ער וואלט געקענט געבן מער ווי זעקס מליאן פאר דעם ארעמען ברך משה...


הלוואי. די 15 יאר ווען ער איז געוועהן רייך האט יעדער הנאה געהאט פון אים. ער האט געשיקט געלט פאר אלע פרעמדע מוסדות (סאטמאר, פאפא קלויזנבורג, באבוב, וכו׳) יעדע מאל ער האט חתונה געמאכט. און ווער סאיז געשטאנען נאנט האט געכאפט. ער פאר זיך אין צימער האט געקארגט אויף די לעקטער און קיינמאל נישט אויסגעגעבן קיין פעני פאר מותרות.

די לעצטע פאר יאהר האט ער קיין געלט נישט געהאט מעהר. וואס איז אריינגעקומען איז אסאך שנעלער ארויסגעגאנגען.
the demand was more than the supply
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

[tag]פרייוויליג[/tag]
איך האלט גראדע נישט פון אים בלינדערהייט. אסאך זאכן וואס ער האט געטוהן בין איך נישט געוועהן אזוי צופרידן פון אים. למשל די בילדער, די עירוב אין ב״פ. וכו׳ און זייער אסאך אנדערע זאכן וואס מיר קוקט עס אויס זייער עקסטרעים און איבריג. אבער באופן כללי איז די מענטש געוועהן א גרויסע מענטש. א געוואלדיגע פירער. א אמתע מענטש. א שארפער. געכאפט שנעל א עסק. געהאט אלע שטריכן צוזאמען ער איז געוועהן א ליבליכע און א שארפע מענטש צוזאמען. ער האט געדענקט יעדעם איינעם און אלע משפחה דיטעיליס און ער האט אינזין געהאט יעדעם איינעם. ער האט זיך געהאלטן צו זיינע פרינציפטען יהי׳ מה שיהי׳.

איך האב צוגעזעהן און געהערט פון אנדערע אזויפיל אויף אים און דאס איז מיין בילד! איך בין גראדע מעהר א חסיד פון ליבעראליזם און נישט זיין צו פארפרומט. ר׳ מאטעלע איז געוועהן צו שטארק פרום פאר מיר. אבער איך פארשטיי פארוואס מיין טאטע און מיין משפחה זענען פארכישופט געווארן פאר אים. ווען מ׳נעמט אלעס צוזאמען זיין שטרענגקייט און וויאזוי ער האט זיך אפ געגעבן מיט די מוסדות און די חסידים, די צדקה און גמ״ח וואס ער האט געטוהן. און מלייגט אלעס אריין אין חשבון די מעלות און די חסרונות. וועגט זיינע מעלות טויזנט מאל איבער די חסרונות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פרייוויליג האט געשריבן:די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.


אז ר׳ מאטעלע איז געגאנגען בעט טאהשע רבי אינטערצושרייבן אויף די פובליק סקול? שטותים! וואס הייסט ברייט באקאנט? איך האב עס די ערשטע מאל געהערט היינט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פרייוויליג האט געשריבן:די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.


זאג די ווילסט אויפקלערן אדער אפ-פרעגן א באקאווינער שמייליגער? דער פארזעניש גלויבט דאך אז זיין רבי מאטל האט געקענט אפשטעלן די זון ווי יושע בן נון אין גבעון. קוק זיינע געשרייבעכצער אויף א מענטש מיט וועלכע מאנכע פון אונז זענען אויפגעצויגן געווארן, און געדענקן אים נאך גוט, נישט בלויז צוליב די שעות צעטליך און די בילדער-שלאכט זיינע.

אז די וועסט אים פארציילן אז אהרן טייטלבוים האט געוואוינט מיט א נשג''ז אין די סאמע צענטער פון שטאט, וועט ער צוליב זיין פונסטערע האס צו אים, און זיין בלינדע גלייבונג אינעם רעבען גלויבן. ס'איז אויסשליסליך נישט מעגליך צו פארפירן א דיסקאסיע מיט א שמייליגער, עס איז נאך פילייכט פיל ארגער ווי פראבירן צו האבן א רעכטדענקיגער דעבאטע מיטן זקן השטיבל דער פערדן טרייבער.

לאז אים געמאכט..
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך לעפל. דו ביסט זיס. כהאב מיך געקוילערט פאר געלעכטער פון דיינע נאונסענס. כהאב דיך געלייקט ווייל מיין רבי דער אהבת ישראל זצ״ל האט געזאגט מען זאל אזוי לאנג ליעב האבן די שונאים ווילאנג זיי וועלן דיך פארשטיין און ווערן דיינע בעסטע פריינד.

איך האב עס געטוהן מיטן קאסובער אויך אפאר וואכן צוריק. כהאב אים געטראפן ביי א שמחה. ער איז פונקט ארויסגעקומען פון די קאר און איך האב אים אזוי באגענגעט אויג צו אויג. כהאב שנעל געטראכט וואס וואלט דער אהבת ישראל געטוהן אין אזא פאל? איך האב שנעל אויסגעשטרעקט מיין הענט און אים געזאגט ״שלום עליכם״ און ער געט מיר אזא קוק אן פאר א סעקונדע אן א דריי אוועק די קאפ און מורמלט צו זיין לינקע אקסל, אה.. וואס מאכט מען??? פרעג איך אים, די רבי געדענקט נאך ווער איך בין? זאגט ער, א שאלה!? אוואדי! (דו ביסט דאך שבת אחים וואס האקט אויף מיר אין ק״ש :lol:-נאה דאס איז נאר צוגעלייגט פאר א וויץ). און איך בין געגעאנגען ווייטער. קודם זעהט ער אז איך רעדט שוין מיט אים און איך גריס אים. די נעקסטע מאל וועל איך כאפן א קליינע שמועס מיט אים, און צוביסלעך וועט ער מיר אפשר באצאלן די שאדן וואס ער האט מיר אנגעמאכט. ווער ווייסט!?

מ׳דארף האלטן די שונאים נענטער פון די פריינד.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט