ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
דו דארפסט נישט מאכן קיין שום דיעלס מיט מיר איך גיי פרעגן מיין קאזין און אים נאכדעם פרעגן צו איך קען שרייבן זיין נאמען. איך גלייב נישט די מעשה. איך גלייב בכלל נישט אז ר׳ מאטעלע וואלט אין זיין לעבן געגעאנגען בעטן אנדערע רבנים אינטערצושרייבן אויף עפעס. אפשר אפשר זיין זוהן ר׳ ישראל. גלייב איך אויך נישט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
שבת אחים האט געשריבן:דו דארפסט נישט מאכן קיין שום דיעלס מיט מיר איך גיי פרעגן מיין קאזין און אים נאכדעם פרעגן צו איך קען שרייבן זיין נאמען. איך גלייב נישט די מעשה. איך גלייב בכלל נישט אז ר׳ מאטעלע וואלט אין זיין לעבן געגעאנגען בעטן אנדערע רבנים אינטערצושרייבן אויף עפעס. אפשר אפשר זיין זוהן ר׳ ישראל. גלייב איך אויך נישט.
כ'מיין אז דו קומט נישט אריין קיין אמונה בכלל. ס'דא עטליכע וואס ווייסן די געשיכטע. אלזא מאך ריסערדזש
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
פלוני האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:דו דארפסט נישט מאכן קיין שום דיעלס מיט מיר איך גיי פרעגן מיין קאזין און אים נאכדעם פרעגן צו איך קען שרייבן זיין נאמען. איך גלייב נישט די מעשה. איך גלייב בכלל נישט אז ר׳ מאטעלע וואלט אין זיין לעבן געגעאנגען בעטן אנדערע רבנים אינטערצושרייבן אויף עפעס. אפשר אפשר זיין זוהן ר׳ ישראל. גלייב איך אויך נישט.
כ'מיין אז דו קומט נישט אריין קיין אמונה בכלל. ס'דא עטליכע וואס ווייסן די געשיכטע. אלזא מאך ריסערדזש
עטליכע? ווער? זאגסט דאך נישט קיין איין נאמען. די אמונה איז געבעיסט אויף זיין כאראקטאר. אזויווי זאלסט מיר זאגן אז ר׳ מאטעלע איז געגאנגען צו וויקטאריע סיקרעט אין מאנהעטן שאפינג. וועל איך דיר גלייך זאגן. שטותים!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
- האט שוין געלייקט: 381 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.
אז ר׳ מאטעלע איז געגאנגען בעט טאהשע רבי אינטערצושרייבן אויף די פובליק סקול? שטותים! וואס הייסט ברייט באקאנט? איך האב עס די ערשטע מאל געהערט היינט.
גיי צוריק שלאפן.
האסט עם אפגעפרעגט
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאך לעפל: דו מאכסט מיך געפערליך שטארק לאכן. איך האב אייביג געוואוסט אז דו ביסט א דר*ק מישער, א בענקל שטיפער (ראדני שטיפער) א בעסקיסע פיצער און אן אויפקלויבער פון די צואה פון אן אקס. אבער אז דו ביסט אן אינטעלעקטואל, וועלכער פרובירט, אדער האט די ערמעגליכונג צו פיהרן אן אינטעלעקטואלע דעבאטע, אויך. דעיס האביך שוין ניקס געוויסט...יו מאוראן... טעיק עי לאנג וואלק אן עי שארט פיער...ענד סענד מיי ריגארדס טו דהע פישיעס...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
שבת טענה'ט אז ר' מאטעלע איז קיינמאל נישט געווען אין טאש, ויש ליישב, אז דאמאלס איז טאשער רבי געוועהן אין דאהי, כ'דענק אז ער איז געקומען צו פארען באותו פרק.
אבער דער דרייסטקייט פין ר' מאטעלע איז ווינדערליך, נישט מורא געהאט פין דער גרויסער סאטמערער מאשין, הגם ער איז נישט געוועהן אליין, ווייל ר' אברהם לייטנער און קאשויער רב האבן אויך געמאכט גערודער.
דער גרעסטער פראבלעם פין ברך איז געוועהן דעמאלטס, אז זיין אייגענע עולם האט געלאכט פין אים אין די פויסטען.
ר' מאטעלע האט געהאט א נאמען פאר א פרומער בחור, וואס לערנט גמרא אגאנצען טאג (די ליצים האבן צוגעלייגט אז ער פארשטייט ווי א ....) און אויב מוחה ווי א בחור (אהן שכל), און רעגט זיך ווי א בחור.
כ'בין נייגעריג צו וויסן מער וואס שבת אחים זאגט אויך אז ער האט געדרייט זיין עולם מיט פרומעניש צופיל, למשל וואס?

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
די קינדערישע געמויזאכץ און די תגובות פון די אלע טראללס דא מאכט מיך ברעכן. למשל אישתישבי (אדער וואטעווער ער הייסט).
די ליצים וואס זאגן אז ער האט נישט פארשטאנען קיין לערנען. האבן קיינמאל נישט קענענגלערנט אדער פארהערט ר׳ מאטעלע. ער איז געוועהן א גאון עצום ווער סהאט גערעדט מיט אים אין לערנען ווייסט דאס גאנץ גיט. ער האט ביי די דרייסיג יאר שוין געהאט הוראה אויף ד׳ חלקי שו״ע. נאך א מלחמה ווען מאיז געלויפן פון איין פלאץ צום צווייטן.
אקעי מ׳דארף מאכן א עקסטערע פלאץ פאר אלע טראללס וואס האבן ליעב זיך צו ווייקן אין די ״ברוינע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״ זאלן אויך הנאה האבן. איך האב גענוג געהאט מיט די שטותים.
די ליצים וואס זאגן אז ער האט נישט פארשטאנען קיין לערנען. האבן קיינמאל נישט קענענגלערנט אדער פארהערט ר׳ מאטעלע. ער איז געוועהן א גאון עצום ווער סהאט גערעדט מיט אים אין לערנען ווייסט דאס גאנץ גיט. ער האט ביי די דרייסיג יאר שוין געהאט הוראה אויף ד׳ חלקי שו״ע. נאך א מלחמה ווען מאיז געלויפן פון איין פלאץ צום צווייטן.
אקעי מ׳דארף מאכן א עקסטערע פלאץ פאר אלע טראללס וואס האבן ליעב זיך צו ווייקן אין די ״ברוינע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״ זאלן אויך הנאה האבן. איך האב גענוג געהאט מיט די שטותים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
עמעזאן האט געשריבן:@פרייוויליג
וואלט געווען א גלייכע זאך איר שרייבט צו אין קליין צו וועלכע חסידות איר באלאנגט אזוי וואלט מען גרינגער געלעזט אייער רייד...
אפשר זאגסטו יא דוגמאות פון א רבן של ישראל די לעצטע 25 יאר איך קען באמת נישט כאפן וואס דו מיינסט. איך האף אז דו מיינסט נישט טאשע רבי אדער האדמו"ר מסקולעני...
לדוגמה האדמו"ר הרה"ק מסטמר. און יא, טאהשער רבי/ סקולען / האבן געהאט א גרעסערע הערצה און אפיל צום אלגעמיינעם וועלט.
איך בין פערטיג מיט דעם שמועס. די ביליגע אטאקעס פון ניקים איינער אויפן צווייטן ברענגט מיך גרויס איבל.
הצלחה.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?? וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז געוועהן אן ערליכער איד... און ער איז געגאנגען זאמלען חתימות קעגן א זאך וואס ער האט געהאלטן איז מינות וכפירה, מאידך גיסא דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל האט געהאט אן אנדערע מהלך און ער האט איהם גע'ענפערט כדרכו, וואס איז די פראבלעם מיט דער מעשה?? פארוואס מוז מען דא ניצן אזא עקלדיגע שפראך איינער קעגן צווייטן???
איך האב גראדע געשריבן אנהייב פון די מעשה אז איך קען נישט גאראנטירן אז ס'איז אמת... אבער איך ווייס יא פון אן אנדערן פלאץ ווי דער וויזניצ'ער רבי זצ"ל האט זיך געמישט אין אן ענין וואס האט גארנישט געהאט מיט איהם, און ער האט גע'סטראשעט א געוויסע רבי אז ער גייט ארויס גיין קעגן איהם אויב ער גייט איהם נישט פאלגן

איך בין א נער און איך גלייב!!!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
כבין פריער ארויף צו מיין טאטען אין שטוב כבעט אים די נומבער פון מיין קאזין אין טאהש. ער געט מיר די נומבער און פרעגט מיר וואס גייט פאר. פארצייל איך אז איך טענה מיך מיט איינעם צי סאיז אמת אז די רבי האט געבעטן טאהשער רבי אינטערשרייבן וועגן די פובליק סקול. ער טראכט פאר א סעקונדע און רופט זיך אן קיינמאל נישט!!! ער האט קיינמאל גארנישט פארלאנגט פון אנדערע רבנים!
און ער פרעגט מיר נאכדעם. כמעג דיר פרעגן א פערזענליכע שאלה? וועסטוך נישט באליידיגן? זאג נאר פרעגט ער, ווי אלט ביסטו?. דו האסט נישט וואס צוטוהן מיט די צייט? דארפסט נישט קיינעם פראופן גארנישט. איך זאג דיר אז די מעשה איז הוילע שטותים.
איז ער דאך נישט מעהר וואו גערעכט.
איך פרעג אים נא!? וויאזוי פילסטוך אן דעם רבין? זאגט ער וואס הייסט? אונז האבן דאך דא א גרויסן רבין ר׳ יצחק יוחנן!. ס׳קומט דא א גרויסע שבת-די ערשטע טיש. מרישט שוין איין די ביהמ״ד מיט פארענטשעס. אונז קענען קוים ווארטן.
פלוצלינג שיינט ער אזוי אויף און רופט זיך אן מיט גרויס שמחה ווען די אויגן גלאנצן אים אזוי ״האסט געהערט אז איינע פון די נייע גבאים פון ר׳ יצחק יוחנן איז דאך... מיין אייניקל״ (מיין נעפיו).
סאו פרעג איך אים, ביסט נישט צוטראגן אז די רבי איז אוועק? זאגט ער, זיכער בין איך צוטראגן. אבער לאמיר דיר פארציילן א מעשה. סאיז געוועהן א איד אין אר״י וואס האט געהאט א שטוב מיט עלעף קינדער און זיין ווייב איז ל״ע אוועק פלוצלינג. נאך די שבעה איז דער איד געוועהן צושאסן אויף שברי שברים און נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטוהן און זיך עצה צוגעבן האט ער מחליט געוועהן ארומצוגיין צו אלע רבנים אויף די וועלט און פרעגן וואס טוט מען דא מיט א שטוב מיט קינדער אן קיין מאמע? ער איז אריין פון איין רבי צום צווייטן און פארציילט די מעשה. און יעדער האט אים געטרייסט און אסאך האבן מיטגעוויינט מיט אים, אבער קיין פראקטישע עצה איז נישט געוועהן. ער איז אריין צו ר׳ מאטעלע און אים פארציילט די מעשה אז זיין ווייב איז אוועק און ער איז צוטרייסלט אויף שברי שברים און ער ווייסט נישט וואס צוטוהן. פרעגט אים ר׳ מאטעלע: מ׳טראגט דיר שוין אן שידוכים? זאגט ער ניין! זאג די רבי דארפסט פארגעסן וואס איז געוועהן און גיי זיך א נייע שידוך וואס זאל דיר העלפן מיט די קינדער שטאטס זיצן אין וויינען אויפן אלטן.
פירט מיין טאטע אויס. די רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מ׳דארף אנעמען די גזירה, פארגעסן פונעם אלטען און אנהייבן פונדאסניי זוכן א ״נייע שידוך״... און דאס טוה איך יעצט. ״איך האב געטראפן א נייע שידוך״. קיינער לעבט נישט אויף אייביג.

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 6:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: דו מאכסט מיך געפערליך שטארק לאכן. איך האב אייביג געוואוסט אז דו ביסט א דר*ק מישער, א בענקל שטיפער (ראדני שטיפער) א בעסקיסע פיצער און אן אויפקלויבער פון די צואה פון אן אקס. אבער אז דו ביסט אן אינטעלעקטואל, וועלכער פרובירט, אדער האט די ערמעגליכונג צו פיהרן אן אינטעלעקטואלע דעבאטע, אויך. דעיס האביך שוין ניקס געוויסט...יו מאוראן... טעיק עי לאנג וואלק אן עי שארט פיער...ענד סענד מיי ריגארדס טו דהע פישיעס...!
אוי, זיסער יעזעס......
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.
אחרי מות קדושים אמור...?
וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
שבת אחים האט געשריבן:די קינדערישע געמויזאכץ און די תגובות פון די אלע טראללס דא מאכט מיך ברעכן. למשל אישתישבי (אדער וואטעווער ער הייסט).
......
אקעי מ׳דארף מאכן א עקסטערע פלאץ פאר אלע טראללס וואס האבן ליעב זיך צו ווייקן אין די ״ברוינע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״ זאלן אויך הנאה האבן. איך האב גענוג געהאט מיט די שטותים.
אויסער וואס די ביסט א שטיק ליבעראלע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], ביסטו א פולקאמע נארסאסיסטישע געבעקס.
ווען איינער זאגט עפעס קעגען דיין אפגאט, זאל עס זיין דיין אינדיאנער צו דער וויזניצער ווערט מען א טראל.
ביסט דיך ווערט דיין וועלט פין פוסטע עגמת נפש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!