שבת אחים האט געשריבן:כבין פריער ארויף צו מיין טאטען אין שטוב כבעט אים די נומבער פון מיין קאזין אין טאהש. ער געט מיר די נומבער און פרעגט מיר וואס גייט פאר. פארצייל איך אז איך טענה מיך מיט איינעם צי סאיז אמת אז די רבי האט געבעטן טאהשער רבי אינטערשרייבן וועגן די פובליק סקול. ער טראכט פאר א סעקונדע און רופט זיך אן קיינמאל נישט!!! ער האט קיינמאל גארנישט פארלאנגט פון אנדערע רבנים!
און ער פרעגט מיר נאכדעם. כמעג דיר פרעגן א פערזענליכע שאלה? וועסטוך נישט באליידיגן? זאג נאר פרעגט ער, ווי אלט ביסטו?. דו האסט נישט וואס צוטוהן מיט די צייט? דארפסט נישט קיינעם פראופן גארנישט. איך זאג דיר אז די מעשה איז הוילע שטותים. איז ער דאך נישט מעהר וואו גערעכט.
דיין טאטע איז הונדערט פראצענט גערעכט, אבער די מעשה איז נאכנישט אפגעפרעגט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארוואס האט מען טאקע נישט געקענט געבן געלט, אז מ'זאל נישט דארפן נוצן די כסף מפוקפקות? ר' מאטעלע האט דאך געהאט די וועלטס געלט. אפשר איז מוחה זיין געווען גרינגער
קוקט מיר אויס אז די וויזניצע בכל מקומות מושבותיהם, איה"נ מ'איז טאקע פארווייטאגט מיט די פטירה פון רבי'ן אבער פון די אנדערע זייט איז וזרח השמש יעדער מיט זיין נייע רבי און מ'גרייט זיך פאר א גרויסע שבת מיט פארענטשעס און די גאנצע פלאץ. און א געוויסע זין האבן די וויזניצע קהילות באקומען א תקומה מיט א לאקאלע רבי. חוץ פון מאנסי וואס האט טאקע באקומען א נייע רבי אבער זיי האבן דאך אייביג געהאט די רבי דארט און די חלל שפירט זיך דארט סאך מער.
שבת אחים: יעצט האביך א הנאה פון דיר. דו האסט מיך געמאכט געפערליך שטארק לאכן. אין דיין (ווערטערליכן) געפעכט מיט דעם איש תשבי האסטו ארויסגעוויזן דיינע סימני טהרה. דו קאנסט גוט שעלטן ווי איינער פון די חשוב'ע יוצאי מארמאראש. ס'א חילוק צו פון אויבער ווישעווע אדער אונטער ווישעווע. אבי מאר מאראש...יעצט רעד איך צו א היימישן...אשרי לך ואשרי חלקך...!...
איך קום פון א חשוב'ע וויזניצע משפחה. איך בין אלע יארן געווען א וויזניץ מאנסי חסיד. איך וואוין אין בארא פארק, און נאך די פטירה פון רבי'ן איז דער בארא פארקער רב געווארן רבי ביי אונז אין שטאט. איך בין אבער מער נוטה צום רבי'ן פון וויליאמסבורג. איך בין א וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג בארא פארקער חסיד.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה האט געשריבן:איך קום פון א חשוב'ע וויזניצע משפחה. איך בין אלע יארן געווען א וויזניץ מאנסי חסיד. איך וואוין אין בארא פארק, און נאך די פטירה פון רבי'ן איז דער בארא פארקער רב געווארן רבי ביי אונז אין שטאט. איך בין אבער מער נוטה צום רבי'ן פון וויליאמסבורג. איך בין א וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג בארא פארקער חסיד.
ר׳ יעקב יוסף איז א פיינער איד. נישט אזוי?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.
אחרי מות קדושים אמור...?
וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.
פון וואס איך האב געהערט איז א חלק (דער עיקר?) פון דער מרידה געווען איבער אזוי גערופענע מאדערנקייטן ביים רביצן פור ר' חיים מאיר'ל. ר' מאטעלע האט טאקע געוווינט אין אמעריקע אבער ער האט מקרב געווען די מורדים על אפו וחמתו פון זיין פאטער.
באזונדער, איך מיין אז ער האט נאך געגעבן פאר זיין ברודער און זיך גערופן אפיציעל "וויזניץ מאנסי" א היפשע פאר יאר נאך ווערן רבי און זיך ציען קיין מאנסי.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.
אחרי מות קדושים אמור...?
וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.
פון וואס איך האב געהערט איז א חלק (דער עיקר?) פון דער מרידה געווען איבער אזוי גערופענע מאדערנקייטן ביים רביצן פור ר' חיים מאיר'ל. ר' מאטעלע האט טאקע געוווינט אין אמעריקע אבער ער האט מקרב געווען די מורדים על אפו וחמתו פון זיין פאטער.
באזונדער, איך מיין אז ער האט נאך געגעבן פאר זיין ברודער און זיך גערופן אפיציעל "וויזניץ מאנסי" א היפשע פאר יאר נאך ווערן רבי און זיך ציען קיין מאנסי.
ס'דא אין דיין תגובה אזויפיהל טעותים ועם-הארץ'ות אין מושגי ויז'ניץ, וואס איך ווייס נישט פון וואו אן-צו-הייבן, סאו, ווער וויל איהם איבערצייגן איבער די פאקטן? ת.ע.ב.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.