ביקש גדליה לעקור את הפסח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
ביקש גדליה לעקור את הפסח
יעדע יאנטעף האט פארשידענע שיינע חלקים, פארשידענע נישט אזעלכע שיינע חלקים, אבער איבער אלעם איז עס א שיינע עקספיריענס. שבועות איז מען אויף א גאנצע נאכט, אבער מ'פארברענגט שיין מיט חברים, מ'לערנט א שטיקל גמרא. און צופרי באקומט מען באצאלט טשיז קעיק. ראש השנה דאוונט מען, טאקע באורינג אבער מ'קען זיך מיטברענגען א ספר און באהאלטן אונטער'ן טלית. נאכדעם אהיימגיין עסן א געשמאקע סעודה, אכלו משמנים ושתו ממתקים, און מ'שפירט נאך גוט מ'האט אויסגעבעטן א גוט יאר, כי חדוות ה' היא מעוזכם. קומט א סוכות קען מען טאקע פרירן פאר קעלט אמאל, אבער ס'איז שיין, מ'לאזט זיך וואוילגיין. מ'טרונקט א געשמאקע קאבערנעי, מ'צעזינגט זיך צמאה לך נפשי, מ'קאנעקט אביסל מיט נעיטשור, און ביינאכט קען מען מאכן א לעבן ווייל אזוי מוז מען נישט שלאפן אין סוכה. אזוי ווייטער און ווייטער, יעדן יום טוב כסדרו.
קומט אבער פסח, איז דאס א שרעקליכע דורכפאל. קודם האט מען געמאכט דעם ביטערן טעות, מ'האט געמאכט א שותפות מיט די פרויען. די מענער האבן באקומען דעם פסח די פרויען האבן געקריגן דעם ערב פסח. דאס איז שוין געווען א שרעקליכע טעות, ווייל יעדער וואלט געדארפט פארשטיין אז פסח קען נאר זיין אכט טעג, אבער ערב פסח קען דאך בעצם זיין א גאנץ יאר. אזוי האבן זיי צוביסלעך אנגעהויבן אויסציען דעם ערב פסח, מ'הייבט אלס אן פסח'דיג מאכן פריער און פריער. ביז אין שנת תשצ"ח וועט שוין טאקע זיך אנהייבן ערב פסח פון ראש חודש אייר, און מ'וועט נישט טארן טרעטן מיט שיך אנגעהויבן פון שבועות.
עוד וואלט מען דאך געדארפט ארויסלערנען א קל וחומר, מה דאך שמאטעס קאנען זיי נישט זען וואס איז רויט און וואס איז געל, איז דאך א קל וחומר אז דעם חילוק צווישן חמץ און שטויב איז בכלל נישט עקזיסטירנד. איך האב טאקע אפגעמאכט מיט מיין ווייב אז פון היינט און ווייטער גייט מען אויפהענגען אויף די פסח'דיגע שטיבער: "שוין אויסגערייניגט אויף ספרינג, ביטע נישט אריינברענגען קיין שמוץ". וועמען פאפן זיי דא? דעם באשעפער מיינען זיי נאך. און אז די מענער ווילן נישט מיטטאנצן מיט די או סי די און ווערן דער קאדעפענדענט שותף האט מען נאך טענות.
שוין, דאס איז אלעס ערב פסח. קומט פסח און דא הייבט זיך ערשט אן די גוטע צייטן. די וויץ פון לא תבשל גדי בחלב אמו קען זיך פארשטעקן קעגן וואס האט זיך אפגעשפילט ביי כל מחמצת לא תאכלו, מ'דארף בעטן די היהודים באים חברה דאס אויסצושפילן.
אידן: וואס מיינט מחמצת?
משה: זויערטייג. עפעס וואס מאכט טייג זאל יערן.
- באנדלעך?
- באנדלעך יערט נישט.
- גוט, זאל זיין באנדלעך נישט. וואס נאך? רייז?
- וואס איז דער פראבלעם? רייז יערט נישט. א מפור'שע גמרא ס'איז סתם זיעה.
- אך, רייז אויך נישט. אוודאי רייז קעיק רעכנט דאס אויך אריין, ווארום קעיק איז דאך סתם אזוי אסור, ווער רעדט נאך מיט רייז. וואס איז מיט טאמאטען?
- טאמאטעס איז א גרינצייג, א ירק. דאס איז א נאטורליכע זאך (גראדע א פרוכט, האסט געוואוסט?). מ'דארף עס אפילו נישט שיילן!
- אך! טאמאטעס אויך נישט!
- קאווע? מילך? יאגורטן?
- נו, אוודאי מעג מען. דאס זענען דאך לעבנסוויכטיגע פראדוקטן.
- אך! כ'קען נישט דורכמאכן איין טאג אן קאווע! ווער רעדט נאך אכט לאנגע טעג. אוי, באשעפער. שוין זאל זיין אזוי. אבער כשר לפסח קוקיס מעג מען יא?
- איין רגע, ווילסט וויסן אויב כשר לפסח קוקיס איז כשר אויף פסח, און קלערסט נישט אז דו האסט א רגע צוריק געענטפערט די שאלה.
- געוואלד! מען לאזט אונז גארנישט איבער - וואס איז מיט אומגעיוירענע ברויט?
- פון דעם שמועסן מיר דאך. ברויט וואס איז נישט געשטאנען ליידיג אכצן מינוט מעג מען עסן. נישט ווי יעדע וואך ווען מ'ווארט ביז די חלה שפרינגט ארויס פון די בעקעלעך פאר'ן אריינלייגן אין אויוון.
- אוי געוואלד, זאגסט אז מ'וועט דארפן מאלן אליין די ווייץ און נישט מעגן ארויסלאזן די טייג פון האנט און מ'וועט מוזן שרייען אויף יעדן און צושמעטערן די נעבעכדיגע טייג מיט אייזערנע רעדלעך ס'זאל חלילה נישט זיין ווייכער ווי א שטיין.
- כ'האב נישט דאס געזאגט, אבער קענסט טון וואס דו ווילסט.
- האלא, משה! וואס טו מיר? וואס גייט מען עסן פסח????
דא ווערט משה בייז.
- גיי פרעג דיין טאטן וואס צו עסן! נעמט ער זיך שרייען מיט באנומענע קולות.
- געוואלד! פסח מעג מען נאר עסן וואס דער טאטע האט געגעסן! רבותי! עטס הערטס?! אונזערע טאטעס האבן דאך אלע געגעסן טריפות אין מצרים! מיר טארן גארנישט עסן!
עניוועי, דער ביטערער דורכפאל פון די מאכלי פסח איז שוין ברייט באקאנט און מ'דארף דאס נישט דורכשמועסן. אבער ווען דאס שטעלט זיך אפ ביי דעם, מילא. אבער פסח האט משום איזה סיבה געפינען א געשמאק מקום פאר אלע נערוון ליידנדע. ממש ס'איז זייער גן עדן דער יום טוב. פלוצים ווערט זייער או סי די פון א גאנץ יאר א ברייטער יום זה מכובד. כ'ווייס נישט פונקטליך וואספארא טיטל צו שענקען פאר דעם ערפינדער פון דעם "שיילן מעסער" אבער ער איז זיכער געווען א נערוון קראנקער סאדיסט. און פאר גאט'ס סעיק, די ריזיגע ניסלעך שאלאכץ. הפנים אז ס'איז געווען נתקטנו הביצים איז געווארן נתגדלו האגוזים. סתם ניס איז נישט כשר. מ'טינקט עס דאך אין סעווען לעיער קעיק, ווי אלע משגיחים זענען שוין מעיד. אז ס'איז ארומגענומען מיט א מויער פון אן אינטש דיקיגע שאלעכץ וואס מ'שיילט אפ מיט'ן ספעציעלן פסח'דיגן ניס קראכער אויפ'ן פסח'דיגן פינף לעיערדיגן טישטוך על גבי דעם פסח'דיגן טיש קען מען אפשר קלערן אז מ'איז געראטעוועט געווארן פון א משהו.
רבותי! גענוג געווען! איך געב אריין א פעטיציע צו גאט ער זאל קענסלען דעם פסח. ס'שטייט דאך שוין קלאר אז אלע מועדים גייען בטל ווערן ווען משיח קומט. וועט קיינעם נישט שאטן אז פסח וועט אביסל פריער בטל ווערן. בכלל, אכתי עבדי פרעה אנן, נישטא קיין זכר פון חירות דא, זייטס מיר אלע מוחל. איך בין מוותר אויף אלע פשט'לעך ווי אזוי דער חירות שיילט זיך דווקא ארויס אין דעם שאלעכץ מעסער, טאקע אין די געשרייען און נערוועזיקייטן פון פסח, אטא דא איז די חירות.
האלא, איך בין עס מוחל. כ'דארף נישט דעם חירות. אראפ מיט'ן פסח. איך שטעל אויס א נוסח וואס מיר גייען זאגן בעז"ה ערב פסח ביים פארברענען דעם חמץ.
רבונו של עולם, דו ווייסט איך בין אויף דיין זייט, כ'האב דיך ליב. דו האסט אונז געגעבן א הערליכע יום טוב פסח. מיר האבן געמאכט דערפון א תל. האסט אונז געהייסן עסן געשמאקע ווייכע ברויטלעך מיט געבראטענע סטעיק און זויערע פיקל אין די זייט. מיר האבן געמאכט א ביטערן זעקס שעה'דיגן סדר אנגעפילט מיט זאלץ וואסער און חרוסת. דער עולם רעדט זיך איין אז זי טוען נאך דיין רצון. גענוג געווען. לאז זיי נישט פארשוועכן דיין הייליגן נאמען. מיר גייען עוקר זיין דעם גאנצן יום טוב, הכל בכל מכל. נישטא קיין פסח מער. די וועלט איז נישט ראוי פאר אזא הייליגן יום טוב. נעם עס צוריק מיט דיר אויבן אין הימל. כ'ווייס דו האסט געמיינט גוט, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. א גרויסן יישר כח.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
רבינו גדליה במחכת"ה
ס'טאקע דא עניינים וואס מ'קען נישט פארשטיין די הסבר החומרה.
און ס'אפשר דא עניינים וואס קומען טאקע פון איבעריגע או.סי.די.
אבער רוב יידישע פסח'דיגע מנהגים האבן אין-זיך גאר קלאהרע הסברים פארוואס און ווי-אזוי זענען זיי געגרונדערט געווארן.
טאקע ביי א טייל פון זיי, די הסברים עגזעסטירן שוין נישט היינטיגע צייטן.
אבער דאס וואס דו פארשטייסט נישט די מנהג פון קטניות מאכט דאס נאך נישט פאר או.סי.די.
א מעשה האב איך געהערט וועגן א יידעלע אין פלעטבוש מעדת הספרדים וואס האט זיך גרויס געהאלטן ביי זיין חבר אז ער האט וואס צו עסן פסח, וואו למשל עסן טשאלנט.
האט ער זיך גרויס געהאלטן אז אויסער מעהל קוגעל איז זיין טשאלנט ממש דאס זעלבע ווי א גאנץ יאהר, און ער האט מודה געוועהן אז ער האט אויך אריינגעלייגט גערשטליך... רח"ל.
וועגן ברויט וואס איז געמאכט פון נישט בלויז מעהל מיט וואסער אין נאר פשוט נישט געשטאנען 18 מינוט איז נישט חמץ, איז לכאורה אדער א טעות אדער אן-עם-הארצות במחכת"ה.
שאלעכטס פון פרוכט און וועדזשטעבל (היינטיגע צייטן נאכמעהר ווי אמאל) קענען זיין פארשמירט מיט נישט פסח'דיגע זאכן.
און דער מנהג פון זיך נישט מישן, נישט מיט יענעם און נישט מיט'ן פעקטארי'ס איז אויך פארשטענדליך הגם א גאנץ יאהר פארלאזטמען זיך (ביי א יחיד) אויף חזקת כשרות, אדער (ביי א פעקטארי) אויף א רב,
פסח וואס א יעדער פארשטייט און ס'ווערט געברענגט אין שו"ע אן עניין פון "אין בדלין הימנו" איז דא אמקום צו מחמיר זיין מעהר וואו א גאנץ יאהר.
ס'טאקע פארהאן משוגע'נע זאכן וואס זייערע גאנצע מקור איז עפעס א פארנערוונטע באבע, אבער ס'איז א זעלטענע טייל פון די מנהגים.

הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: ביקש גדליה לעקור את הפסח
חברה, רואיג.
גדליה האט געשריבן אין שמייכל.
און ווי יעדער וויץ, האט עס א קערנדל אמת.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
רבי גדלי' זייטס נישט ברוגז, איר זענט אינגאנצן נישט גערעכט. ס'איז פילייכט נישטא נאך אזא יום טוב וואס מ'עסט אזוי גוט ווי אין דער יו''ט פון פרייהייט:
נעמליך, איטליכע יאר ווען מ'זאג מער טאקע דעם זכר למקדש כהלל, פליסן זיך די הייסע טרערען אראפ פון די אויגן, ווען מיר שטעלן זיך פאר דעם בילד ווי דער הייליגער תנא הלל האט געגעסן דעם שווארמע מיט אזא סארט דביקות וועלכע מיר האבן גאר קיין השגה נישט.
אבער אין די ווירקליכקייט איז אז מ'פארמאגט פאמיליע ווארצלן אין פרעסערישע מאדיארן הונגערט מען שוין גארנישט אונטער...
אינעם אויסטערלישן אנגעצויגענעם ערב פסח טאג, דער טאג וואס די אומשולדיגע קליינע קינדער ווערן נאכאנאנד באהאגעלט מיט שווערע קלעפ. פארזוכט מען א שיסל פרישע הייסע גריווען מיט אייער צוויבל, און ווי אויך געדינצטע לעבערלעך אונטערגעשלאגן מיט צוויבל שטעקלעך. און מער צום זמן צו שארט מען זיך אזוי צוביסליך צו צום שיסל הייסע כרעמזליך געפרעגעלט אין פרישע שמאלץ. וועלכע ווערן באלד פארפעסט על קדושת שמו יתברך.
דאן ביים הייליגן סדר די פעטע געשמאקע קארפן פיש מיט די פארגליווערטע קאטשאניו וועלכע שאקלט זיך מיט אזא לעבעדיקייט, און די שמייכלדיגע פעטע עופות יוך געמאכט פון פליגליך און גערגלעך און ביינער, וועלכע מאכט גאר שוויצן ביים זיפן. און ווער רעדט נאך פון די פיינע פאפריקאש פלייש מיט א הייסע כרעמזעל פארשוואנקן מיט א גלעזעל זויער בארשט און א שיסל אוגערקעס טאשלאמאדע באנאזאם... דאן די פיינע נאטירליכע עפל קאמפאט....
אטו כי רוכלא להיחשב וליזיל.
מיין פונקט אין קורצן איז: ס'איז שוין איינמאל דא וואס צו עסן. ס'ווענט זיך בלויז אינעם ווייב... די וואס אטעמען מיט סושי און פיצא א גאנץ יאר הונגערן טאקע פסח. אדער די דאזיגע וועלכע ווערן סערווירט שבת אונדערפרי נאכן פייערדיגן נשמת, מיט א טשולענט געקאכט אין שמן אנשטאט אין בלויזע וואסער, דארפן זיך באלד נאך פסח קופן א נייעם געוואנט....

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
נקודת-אמת, קענסט נאכאמאל מסביר זיין דאס 'נישט מישן' ביזנעס. מיט לא בדילי מיניה האט עס? קענסט פונקטליך מסביר זיין פארוואס מיט זיך אליינס איז נישט דא קיין פראבלעם פון 'לא בדילי מיניה', נאר מיט יענעם?
קטניות איז אסור מטעם נדר טאקע. אבער פארגלעזטע וועדזשטעבלס קען מען היינט נאך פארשן מער ווי פארצייטענס, און אן א חשש חמץ קען מען עסן בשמחה רבה. די הלכה אסר'ט גארנישט וואס מ'קען מברר זיין, נאר ווען מ'האט נישט מברר געווען. געטרוקענטע פרוכט מעג מען עסן, טאמער עס האט א הכשר. פארוואס נישט קנאבל? איינער האט איין פוסק וואס זאגט אז חששות עקזיסטירן אפילו ווען זיי עקזיסטירן נישט?
נאר למעשה קלער איך אז א חלק פון די חירות איז פון עסן. מ'איז אזוי באגרעניצט, צוליב דער קולטור, אז מ'קען נישט נאכלויפן די טעלער א גאנצע צייט. מ'קען נישט אויסוויילען א טעיק-אוט און זיך אנשטאפן ווי א גאנז איידער מ'קומט אהיים צו א וועטשערע, וואס איז א הכנה צום וואכנאכט וואס קומט באלד. דער מאגן האט א חירות, און מ'קען לעבן רואיג.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך אויך האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט ווערן א קאטאליק?
פארוואס שפרינגסטו ביז'ן פויפסט? ער קען ווערן א פשוטע איד. דאכצעך מיר אז אין אלע דורות האבן אידן נישט געהאט די אלע משוגעתן, און אויך היינטיגע צייטן עקזיסטירן נישט די זאכן ביי רוב אידן. ער האט נישט קיין פראבלעם מיט אידישקייט, ער האט א פראבלעם מיט חרדיזם. אז מ'רעדט שוין יא, איך בין נישט אזוי זיכער אז די פויפסט'ס וועג פון לעבן איז ווייניגער ענליך צו משה רבינו ווי דיינס איז. די קאטאליקן לייגן אן זייערע שטותים אויף אידישקייט, און די חרדים לייגן אן זייערע שטותים אויף אידישקייט. same thing.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך אויך האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט ווערן א קאטאליק?
איך אויך: די קאטאליקן האבן אןנ'אנדער פראבלעים. זיי טארן נישט עסן קיין פלייש אום ערב שב"ק. לזכר וואס זייער גאט האט געליטן ייסורים אום פרייטאג...!
אויך, אום לענט , וואס פאלט אויס ארבעים יום קודם פסחא/איסטער, דארפן זיי אנהייבן תשובה צו טון. און נישט נאכגעבן קיין שום תאוות. אויסער הרג'נען אידן, ח"ו. דאס האט דער גלח מתיר געווען...! פארשטייצעך נאכ'ן ארומהאצקענ'ען אום פעטן דינסטאג/מארדי גרא(ס)...!
ס'אי דא נאך זאכן. די גלח'טעס לאזן נישט די שיקסעס גיין מיט שווארצע לאק שיך... ווייל מ'זעהט ...!
איך מיין אז ס'איז שוין בעסער צו בלייבן א איד...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ביקש גדליה לעקור את הפסח
דער איסור בשר איז שוין געגאנגען צו די פלאץ ווי די איסור שמן עכו"ם איז געפלויגען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
איך אויך האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט ווערן א קאטאליק?
כ'דארף מיך שמד'ן? פארוואס? ווייל כ'וויל עסן טאמעיטעס פסח?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעקור את הפסח מיינט עסן טאמעיטאס?
איינער דארף זיך אונטערזוכן, אדער איך אדער דו...
איך פארשטיי ס'איז אין שמייכל, דאך פאסט עס נישט.
ווי קאך לעפל שרייבט, און איך האב עס שוין געשריבן מערערע מאל אין שטיבל, קען מען פסח פיין עסן. און איך שרייב דאס טראץ וואס איך מיש זיך נישט און עס בלויז היימיש.
מצדי קען פסח גערן זיין אויך 2 וואכן. אין בין נישט פאר'חלש'ט פאר פיצא מיט בעגלס.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
עטס הערטס אויף מיט די שטיק? א בפירוש'ע רמבם אז די וואס נעמען א מנהג און מאכן פון דעם א דאורייתא זענען עובר אויף בל תוסיף. מיין טאטע האט עובר געווען טויזנט מאל בל תוסיף יעדן פסח און ער הייסט א שיינער איד. איך וויל מאכן איין לא תגרעו און מ'באפאלט מיך. מוטב שיעקרו פסח אחד משיעקרו כל בני בית.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נקודת-אמת, קענסט נאכאמאל מסביר זיין דאס 'נישט מישן' ביזנעס. מיט לא בדילי מיניה האט עס?
קענסט פונקטליך מסביר זיין פארוואס מיט זיך אליינס איז נישט דא קיין פראבלעם פון 'לא בדילי מיניה', נאר מיט יענעם?
אין הכי טאקע, אז מטעם 'לא בדילי מיני'' דארף מען אכטונג געבן סיי פון זיך און סיי פון יענעם און במילא קומט א מקום צו אט די חומרות.
שמעתי שאחד מצדיקי ווארקי וואס מצד אחד זענען זיי ידוע בחומרותיהם בפסח כר' בונם'ל אטוואצקער זי"ע ועוד
און מצד שני מצד אהבת ישראל וחזקת כשרות האבן זיי ניט קעקענט האבן א חשש אויף יענעם'ס פראדוקטן,
האט ער מסביר געוועהן אז מחמת חששות הפסח איז דא אמקום צו מחמיר זיין אין עסן פראדוקטן פון איין קאך,
ד.ה. אז אויב האט איהר קובע געוועהן אייער אייגענעם קאך מיט'ס נישט אייער עלטערנ'ס קאך אדער אייערע קידער'ס קאך,
וכן אויב עסט איהר ביי אייער שווער זאלט איהר נישט עסן ביי אייער טאטע און להיפך, והקיל בדברים שנתבשלו קודם החג שאין לחשוש באיזה מטבח נתבשלו.
און איך האב נישט גערעדט בלויז פון זיך מישן מיט'ן שוואגער / ברודער / שכן / עלטערן,
נאר בעיקר פון פראדוקטן וואס קומען פון פעקטאריס וואס א יעדער פארשטייט אז ס'איז א קולא זיך צו פארלאזן אויף זיי. והחולק יחלוק...
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קטניות איז אסור מטעם נדר טאקע.
אבער פארגלעזטע וועדזשטעבלס קען מען היינט נאך פארשן מער ווי פארצייטענס, און אן א חשש חמץ קען מען עסן בשמחה רבה.
די הלכה אסר'ט גארנישט וואס מ'קען מברר זיין, נאר ווען מ'האט נישט מברר געווען. געטרוקענטע פרוכט מעג מען עסן, טאמער עס האט א הכשר.
פארוואס נישט קנאבל? איינער האט איין פוסק וואס זאגט אז חששות עקזיסטירן אפילו ווען זיי עקזיסטירן נישט?
וועגן קטניות האב איך מסביר געוועהן די נקודה וואס האט צוגעברענגט צום נדר.
וכבר מלתי אמורה, דאיברא איכא מנהגים אשר יסודתם בהררי אררט ואין בהם משום מנהג המקום ואין עניין לשומרם.
אבער פון דעם קען מען נישט זיך לערנען אויף אלע מנהגי פסח אז מ'דארף דאס נישט האלטן.
וואס באדייט דאס ווארט חשש ביי דיר. אויב איז דאס אן עניין פון נערוון אדער פון א ספק אדער גאר עוררין,
נערוון קען מען פטור ווערן מיט פילן,
א ספק קען-מען אויכעט צו מאהל פושט זיין,
עוררין אויף א כשרות פון א זאך קען מען אפ-שטיהלן נאר מיט א שטארקע יסוד אז מ'ווייסט פונקטליך וואס איז געוועהן דער פראבלעם און ס'עגזיסטירט נישט מעהר אזא פראבלעם...
מידי דאיכא חששא הייסט דאס ניט אז מ'האט געפוילט נאר אז ס'פארט פארהאן א חשש.
ואולי בערל-בעלֶגולֶה יאיר עינינו בחקר שפת הקודש והעברית בפירושו של חשש...
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאר למעשה קלער איך אז א חלק פון די חירות איז פון עסן. מ'איז אזוי באגרעניצט, צוליב דער קולטור, אז מ'קען נישט נאכלויפן די טעלער א גאנצע צייט. מ'קען נישט אויסוויילען א טעיק-אוט און זיך אנשטאפן ווי א גאנז איידער מ'קומט אהיים צו א וועטשערע, וואס איז א הכנה צום וואכנאכט וואס קומט באלד. דער מאגן האט א חירות, און מ'קען לעבן רואיג.
אויף די צווי שורות האסטו באקומען מיין לייק.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ביקש גדליה לעקור את הפסח
א חשש חמץ מיינט אז מ׳האט א סבה אריין צו לייגען חמץ.
למשל, וואסער קען מען געהעריג טרינקען.
געטרוקענטע פרוכט, אמאל לייגט מען מעהל דאס צו מאכען בעסער, דעריבער איז מען חושש דאס נישט צו עסען ווילאנג מ׳ווייסט נישט. אזוי שטייט אין רמ"א. און אפ"ה אחרון של פסח מעג מען יא עסען. מיט א הכשר, קען מען א גאנץ פסח עסען.
ווען מ׳האט נישט געהאט קיין רעפידזשערעישען, האט מען געדארפט ווייקען פיש אין אלקוהול, וואס איז צומאל געווען חמץ׳דיג. דעריבער האט מען געהאט א סבה חושד צו זיין אז פיש איז חמץ. דאס נישט עסען פיש פסח צוליעב די זיידענ׳ס פראבלעם, אדער נאר עסען א.ג. לעבעדיגע פיש צוליעב דעם, און נישט זיך פארלאזען כאטש אויף א הכשר, האט נישט קיין מקור.
אז מ׳פלעגט מזלף זיין אוגערקעס צו קנאבעל מיט ביר, מיינט עס נישט אז די זאכען זענען אסור לדורות. דאס האט נישט קיין שום מקור אין פוסקים, פארקערט, זיי דערמאנען נאר אז מ׳דארף מברר זיין.
בד"וו, נישט נאר אונגארישער האבען די קרענק. איך האב א יעקישע חבר וואס עסט נישט קיין טשיקען פסח, נאר בשר בהמה. ווייל אמאל האבען טשיקענס געגעסען חמץ, און מ׳האט געטראפען גאנצע שטיקלעך ווייץ אין די פעטס. איי, מיר עסען נישט די פעטס, און אונזער טשיקענ׳ס עסען נישט חמץ נאר קטניות? טאטע באבעס זיידע, די תשובה צו אלעם.
אונזער ספרדישע ברידער האבען נישט אזעלכע דאגות. מ׳באקוקט די רייז פאר פסח אויפצוזוכען חמץ. נאכ׳ן זוכען, עסט מען געהעריג. א פאר יאר צוריק האט מען אנגעהויבען צו פארקויפען באקוקטע רייז, אונטער די השגחה פון די סטאר קיי, און מ׳האט געאטעמט רואיג, פון איין דזשאב איז מען שוין פטור. מיין ספרדישע חבר מאכט פסח פאר זיין קינדער, איינקלאך און אוהר אייניקלאך, און זיין ווייב האט שטארק הנאה געהאט פון די עול אראפ פון קאפ. נישט אנדערש ווי אונז אשכנזים וואס פלעגען באקוקען סאלאט שעות ארוכות, און פלוצלונג אטעמען מיר רואיג א דאנק בודק, עלי קטיף, און פאזיטיוו.
דער שבת האט מיר איינער געזאגט אז זיין זיידע האט נישט געגעסען פיצה אום פסח. האב איך איהם געזאגט אז חנוכה האט ער אויך נישט געגעסען קיין פיצה. דער ׳מסורה׳ גילט דעמאלס אויך.
און צום שלוס, איך האב געהערט די שבת אז הרב אברהם יהושע איז געווען מיט הרב גדליה נדל זצ"ל ביי א סעודה, און ר׳ גדליה האט גארנישט געגעסען. רא"י האט איהם געפרעגט וואס זענען זיין חששות. האט ער געזאגט "היינט איז אלסדינג בעסער ווי פארצייטענס. בעסערע שוחטים, בעסערע חלפים, בעסערע בודקים, בעסערע תרו"מ. נאר איין זאך, אויף נישט צו עסען דארף מען נישט קיין סבה. דאס אליינס אז מ׳עסט זיך נישט אן אז אליינס א תכלית" ודפח"ח, ותלי"ת שכונתי למקצת דבריו הקדושים. זי"ע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
למשל, וואסער קען מען געהעריג טרינקען.
געטרוקענטע פרוכט, אמאל לייגט מען מעהל דאס צו מאכען בעסער, דעריבער איז מען חושש דאס נישט צו עסען ווילאנג מ׳ווייסט נישט. אזוי שטייט אין רמ"א. און אפ"ה אחרון של פסח מעג מען יא עסען. מיט א הכשר, קען מען א גאנץ פסח עסען.
ווען מ׳האט נישט געהאט קיין רעפידזשערעישען, האט מען געדארפט ווייקען פיש אין אלקוהול, וואס איז צומאל געווען חמץ׳דיג. דעריבער האט מען געהאט א סבה חושד צו זיין אז פיש איז חמץ. דאס נישט עסען פיש פסח צוליעב די זיידענ׳ס פראבלעם, אדער נאר עסען א.ג. לעבעדיגע פיש צוליעב דעם, און נישט זיך פארלאזען כאטש אויף א הכשר, האט נישט קיין מקור.
אז מ׳פלעגט מזלף זיין אוגערקעס צו קנאבעל מיט ביר, מיינט עס נישט אז די זאכען זענען אסור לדורות. דאס האט נישט קיין שום מקור אין פוסקים, פארקערט, זיי דערמאנען נאר אז מ׳דארף מברר זיין.
בד"וו, נישט נאר אונגארישער האבען די קרענק. איך האב א יעקישע חבר וואס עסט נישט קיין טשיקען פסח, נאר בשר בהמה. ווייל אמאל האבען טשיקענס געגעסען חמץ, און מ׳האט געטראפען גאנצע שטיקלעך ווייץ אין די פעטס. איי, מיר עסען נישט די פעטס, און אונזער טשיקענ׳ס עסען נישט חמץ נאר קטניות? טאטע באבעס זיידע, די תשובה צו אלעם.
אונזער ספרדישע ברידער האבען נישט אזעלכע דאגות. מ׳באקוקט די רייז פאר פסח אויפצוזוכען חמץ. נאכ׳ן זוכען, עסט מען געהעריג. א פאר יאר צוריק האט מען אנגעהויבען צו פארקויפען באקוקטע רייז, אונטער די השגחה פון די סטאר קיי, און מ׳האט געאטעמט רואיג, פון איין דזשאב איז מען שוין פטור. מיין ספרדישע חבר מאכט פסח פאר זיין קינדער, איינקלאך און אוהר אייניקלאך, און זיין ווייב האט שטארק הנאה געהאט פון די עול אראפ פון קאפ. נישט אנדערש ווי אונז אשכנזים וואס פלעגען באקוקען סאלאט שעות ארוכות, און פלוצלונג אטעמען מיר רואיג א דאנק בודק, עלי קטיף, און פאזיטיוו.
דער שבת האט מיר איינער געזאגט אז זיין זיידע האט נישט געגעסען פיצה אום פסח. האב איך איהם געזאגט אז חנוכה האט ער אויך נישט געגעסען קיין פיצה. דער ׳מסורה׳ גילט דעמאלס אויך.
און צום שלוס, איך האב געהערט די שבת אז הרב אברהם יהושע איז געווען מיט הרב גדליה נדל זצ"ל ביי א סעודה, און ר׳ גדליה האט גארנישט געגעסען. רא"י האט איהם געפרעגט וואס זענען זיין חששות. האט ער געזאגט "היינט איז אלסדינג בעסער ווי פארצייטענס. בעסערע שוחטים, בעסערע חלפים, בעסערע בודקים, בעסערע תרו"מ. נאר איין זאך, אויף נישט צו עסען דארף מען נישט קיין סבה. דאס אליינס אז מ׳עסט זיך נישט אן אז אליינס א תכלית" ודפח"ח, ותלי"ת שכונתי למקצת דבריו הקדושים. זי"ע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:לעקור את הפסח מיינט עסן טאמעיטאס?
איינער דארף זיך אונטערזוכן, אדער איך אדער דו...
איך פארשטיי ס'איז אין שמייכל, דאך פאסט עס נישט.
ווי קאך לעפל שרייבט, און איך האב עס שוין געשריבן מערערע מאל אין שטיבל, קען מען פסח פיין עסן. און איך שרייב דאס טראץ וואס איך מיש זיך נישט און עס בלויז היימיש.
מצדי קען פסח גערן זיין אויך 2 וואכן. אין בין נישט פאר'חלש'ט פאר פיצא מיט בעגלס.
אויב מ'קען פיין עסן אן טאמאטעס אויך, און לויט מאנכע קען מען עסן פיין טאקע ווייל מ'עסט נישט קיין טאמאטעס, טא פארוואס זאל מען נישט פארזעצן די פסח עבודה זרה אגאנץ יאר אויך?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 81
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
נקודת-אמת האט געשריבן:א מעשה האב איך געהערט וועגן א יידעלע אין פלעטבוש מעדת הספרדים וואס האט זיך גרויס געהאלטן ביי זיין חבר אז ער האט וואס צו עסן פסח, וואו למשל עסן טשאלנט.
האט ער זיך גרויס געהאלטן אז אויסער מעהל קוגעל איז זיין טשאלנט ממש דאס זעלבע ווי א גאנץ יאהר, און ער האט מודה געוועהן אז ער האט אויך אריינגעלייגט גערשטליך... רח"ל.
WOW וואט עי הסבר
יענעמס אמעראצעס מאכט נאך נישט א סיבה צו באשאפן חמרות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א חשש חמץ מיינט אז מ׳האט א סבה אריין צו לייגען חמץ.
למשל, וואסער קען מען געהעריג טרינקען.
געטרוקענטע פרוכט, אמאל לייגט מען מעהל דאס צו מאכען בעסער, דעריבער איז מען חושש דאס נישט צו עסען ווילאנג מ׳ווייסט נישט. אזוי שטייט אין רמ"א. און אפ"ה אחרון של פסח מעג מען יא עסען. מיט א הכשר, קען מען א גאנץ פסח עסען.
ווען מ׳האט נישט געהאט קיין רעפידזשערעישען, האט מען געדארפט ווייקען פיש אין אלקוהול, וואס איז צומאל געווען חמץ׳דיג. דעריבער האט מען געהאט א סבה חושד צו זיין אז פיש איז חמץ. דאס נישט עסען פיש פסח צוליעב די זיידענ׳ס פראבלעם, אדער נאר עסען א.ג. לעבעדיגע פיש צוליעב דעם, און נישט זיך פארלאזען כאטש אויף א הכשר, האט נישט קיין מקור.
אז מ׳פלעגט מזלף זיין אוגערקעס צו קנאבעל מיט ביר, מיינט עס נישט אז די זאכען זענען אסור לדורות. דאס האט נישט קיין שום מקור אין פוסקים, פארקערט, זיי דערמאנען נאר אז מ׳דארף מברר זיין.
בד"וו, נישט נאר אונגארישער האבען די קרענק. איך האב א יעקישע חבר וואס עסט נישט קיין טשיקען פסח, נאר בשר בהמה. ווייל אמאל האבען טשיקענס געגעסען חמץ, און מ׳האט געטראפען גאנצע שטיקלעך ווייץ אין די פעטס. איי, מיר עסען נישט די פעטס, און אונזער טשיקענ׳ס עסען נישט חמץ נאר קטניות? טאטע באבעס זיידע, די תשובה צו אלעם.
אונזער ספרדישע ברידער האבען נישט אזעלכע דאגות. מ׳באקוקט די רייז פאר פסח אויפצוזוכען חמץ. נאכ׳ן זוכען, עסט מען געהעריג. א פאר יאר צוריק האט מען אנגעהויבען צו פארקויפען באקוקטע רייז, אונטער די השגחה פון די סטאר קיי, און מ׳האט געאטעמט רואיג, פון איין דזשאב איז מען שוין פטור. מיין ספרדישע חבר מאכט פסח פאר זיין קינדער, איינקלאך און אוהר אייניקלאך, און זיין ווייב האט שטארק הנאה געהאט פון די עול אראפ פון קאפ. נישט אנדערש ווי אונז אשכנזים וואס פלעגען באקוקען סאלאט שעות ארוכות, און פלוצלונג אטעמען מיר רואיג א דאנק בודק, עלי קטיף, און פאזיטיוו.
דער שבת האט מיר איינער געזאגט אז זיין זיידע האט נישט געגעסען פיצה אום פסח. האב איך איהם געזאגט אז חנוכה האט ער אויך נישט געגעסען קיין פיצה. דער ׳מסורה׳ גילט דעמאלס אויך.
און צום שלוס, איך האב געהערט די שבת אז הרב אברהם יהושע איז געווען מיט הרב גדליה נדל זצ"ל ביי א סעודה, און ר׳ גדליה האט גארנישט געגעסען. רא"י האט איהם געפרעגט וואס זענען זיין חששות. האט ער געזאגט "היינט איז אלסדינג בעסער ווי פארצייטענס. בעסערע שוחטים, בעסערע חלפים, בעסערע בודקים, בעסערע תרו"מ. נאר איין זאך, אויף נישט צו עסען דארף מען נישט קיין סבה. דאס אליינס אז מ׳עסט זיך נישט אן אז אליינס א תכלית" ודפח"ח, ותלי"ת שכונתי למקצת דבריו הקדושים. זי"ע.
א מיליאן לייקים
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:
מצדי קען פסח גערן זיין אויך 2 וואכן. אין בין נישט פאר'חלש'ט פאר פיצא מיט בעגלס.
איך ווייס נישט פון וואו איר קומט אבער ביי מיר אין שטוב איז פסח לכל הפחות צוויי וואכן, רוב מאל 3-4. חדשים פאר פסח הענגט שוין דראמאטישע סיינס וואו חמץ איז פארבאטן.