וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.
אחרי מות קדושים אמור...?
וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.
פון וואס איך האב געהערט איז א חלק (דער עיקר?) פון דער מרידה געווען איבער אזוי גערופענע מאדערנקייטן ביים רביצן פור ר' חיים מאיר'ל. ר' מאטעלע האט טאקע געוווינט אין אמעריקע אבער ער האט מקרב געווען די מורדים על אפו וחמתו פון זיין פאטער.
באזונדער, איך מיין אז ער האט נאך געגעבן פאר זיין ברודער און זיך גערופן אפיציעל "וויזניץ מאנסי" א היפשע פאר יאר נאך ווערן רבי און זיך ציען קיין מאנסי.
ס'דא אין דיין תגובה אזויפיהל טעותים ועם-הארץ'ות אין מושגי ויז'ניץ, וואס איך ווייס נישט פון וואו אן-צו-הייבן, סאו, ווער וויל איהם איבערצייגן איבער די פאקטן? ת.ע.ב.
1)דו ביסט דער גרעסטער עם הארץ אין מושגי ויז'ניץ! די מרידה האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט ר׳ חיים מאירל און זיין רביצין נאר מיט ר׳ מוישעלעאון זיין רביצין. איך האב צוויי פעטערס פון די מורדים. איך בין אויפגעוואקסן מיט די פאליטיק. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך. נאך מעהר. רובא דרובא פון מורדים זענען געבליבן חסידים פון ר׳ חיים מאירל אויף אייביג. 2)ר׳ מאטעלע האט קיינעם נישט מקרב געוועהן פון די מורדים... 3)ר׳ מאטעלע האט זיך קיינמאל נישט גערופן וויזניץ-מאנסי. ער האט געוואלט זיך רופן מאנסי אליינס שוין אסאך יאהרן נאך זיין טאטע איז אוועק.זיינע חסידים האבן אים איבערגערעדט אז ס׳נישט קיין גיטע איינפאל היות סאיז דא גענוג און נאך מענטשען אין מאנסי וואס האבן גארנישט מיט וויזניץ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
געהערט נעכטן 2 מוראדיגע מעשות 1 אז א חסיד זיינער פון ארץ ישראל האט געהאט א פארבריק אין ווען די טעכנאליגע איז ארויס געקומען האט ער זיך נישט מיט געכאפט מיט די צייט איז ער געווארן א יורד פארן חתונה מאכן די ערשטע קינד איז ער ארויסגעקומען קיין ארה״ב צוזאם צושטעלן געלד, אבער א חסיד מאכט די ערשטע סטאפ ביים רבין אפנעמען שלום, האט עהם די רבי געפרעגט וויאזוי גייט עס מיט פרנסה האט ער עהם דערציילט זיין לאגע, די רבי האט נישט געטראכט קיין 2 אין עהם גלייך גיגעבן א סכום פון לערך $2000 אין די חסיד האט זיך אנגעהויבען באדאנקען האט עהם די רבי אזוי געזאגט ווארט א מינוט אין האט עהם געברענגט $10 טויזענט דאללער אין געזאגט דאס בארג איך דיר אז ווען דו וועסט האבן צוריק צו בייצאלן אין די חסיד איז אהיים געפארן רואיג, אין די מסחר איז געבליבן אזויווי פארדעם 2 יאר שפעטר פארן חתונה מאכן די נעקסטע קינד איז ער נאכמאל ארויסגעקומען קיין ארה״ב ביים אנקומען צום רבי זל האט ער עהם געפרעגט נא וויאזוי גייט עס די ביזנעס איז בעסער געווארן, די רבי האט שוין אליינס געזעהן וואס די מצב איז, ער האט ארויסגענומען $4000 אין עהם עס גיגעבן פאר א נדבה, אין עהם געזאגט די 10 וואס ער האט עהם געהאט גט דארף ער נישט בייצאלן אין דערביי צוגעלייגט אז ווען א מענטש צאלט עהם אפ א חוב גיבט ער נאכמאל מעשר דערויף.
די 2 מעשה, סאיז געווען א אינגערמאן וואס איז ליידער געווארן א אלמן פלוצלינג מיט 11 קינדער יתומים, נאך זיך אויפשטעלן שבעה איז ער ארוםגעגאנגען צו אסאך גרויסע רביס נעמען חיזוק, אין יעדער האט פראבירט דאס בעסטע וואס שייך, איינער האט אריינגעווארפן אפאר דאללער אין די צווייטער עצות, אין די דריטער חיזוק, ווען ער איז אנגעקומען צו רבינו ז״ל האט עהם די רבי געפרעגט די ערשטע זאך מטראגט אהן שידוכים ?!?! האט ער געזאגט אז ער איז נאך מוארדיג צובראכן אין ער קען נישט אויס הערן האט עהם די רבי געזאגט זיך ארום דרייען צובראכן קומט מען אין ערגץ נישט אהן, נאר מדארף זיכן א גוטע זאך איינער וואס זאל זיך אפ גיבן מיט די קינדער געטריי, אין פארגעסן פון די אלטע זאכן אין אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי, אין די רבי האט זיך אריינגעווארפן בלב ובנפש אין געהאלפן טרעפן א פאסיגע זאך, דאס מיינט נישט סתם א רבי נאר א פאסטוך געטריי צו זיינע שאף.
א הארציגע בריוו פון די בני ברק'ע וויזניצע רעביצן צו די טעכטער פון ר' מאטעלע ז"ל ווי זי דערמאנט די "זיסע צייטן" ווען זיי האבן זיך געדרייט אין מאנסי ביים פעטער.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
איך וויל פארציילן דא א באוואוסטע מעשה וואס כ'האב געהערט שוין אלץ קינד, און זייט דעמאלט שוין געהערט אפאר מאל.
ס'איז דא א רבי'שע משפחה אין וויזניץ וואס זייער זיידע איז נאך געווען דיין אין וויזניץ. זיי זענען אפאר ברודערס וואס וואוינען דא אין אמעריקע. אלע זענען חסידים פון ר' מאטעלע, און איינער פון זיי האט געוואוינט אין אר"י איז געווען א חסיד פון ר' מויש'לע. דער וואס האט געוואוינט אין אר"י איז אים ליידער א קינד דיאגנאזט געווארן מיט א שרעקליכע קענסער ל"ע און ער האט געדארפט לצורכי רפואה קומען קיין אמעריקע מיט דעם קינד. ער איז געקומען דא און זיך באזעצט אין מאנסי. פארשטייט זיך קיין פרוטה האט ער נישט געהאט. ער איז געווען א מו"ץ און א כולל אינגערמאן. מ'האט געדארפט האבן יעדע חודש א שיינע פאר אלפים אז ער זאל קענען לעבן און צאלן דירה-געלט און פאר אנדערע געברויכן. האט ר' מאטעלע אריינגערופן זיין שוואגער (וואס איז נישט קיין וויזניצער חסיד) און אים פארגעשלאגן אז מ'זאל אים געבן א חשבון וויפיל מ'דארף האבן חודש'ליך און ער וועט געבן פארן שוואגער יעדע חודש די גאנצע סכום, מיט איין תנאי אז ער זאל קיינמאל נישט אויסזאגן פון ווי די געלט קומט, און ער זאל קיינמאל נישט וויסן אז ס'קומט פון אים (לכאורה וויבאלד ער איז געווען א חסיד פון ר' מויש'לע האט ער נישט געוואלט אז ער זאל מיינען אז ער געט אים געלט מאיזה סיבה שיהי', ער זאל נישט מיינען ער זוכט אים אונטערצוקויפן וכדומה).
וכך הוה, זיין שוואגער פלעגט יעדע חודש באקומען פון ר' מאטעלע א ריזיגע סכום במשך א שיינע פאר יאר. דער איד האט אפאר מאל געזאגט פאר זיין שוואגער, איך פארשטיי נישט דעם ר' מאטעלע, איך גיי אריין צו אים מיט א קוויטל אפאר מאל א יאר, איך לערן יעצט אין זיין כולל, ער ווייסט גאנץ גוט אז איך האב א קראנקע קינד אין שטוב, אבער ער פרעגט מיך גארנישט, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג פון מיר, כ'קען עס נישט פארשטיין!... דער שוואגער האט גארנישט געענטפערט ווייל דער רבי האט נישט געלאזט פארציילן.
ויהי היום איין טאג איז די קינד נעבעך געשטארבן, און הערשט א לאנגע צייט נאך די קינד איז אוועק האט ער נאכאמאל זיך איינמאל אנגערופן צו זיין שוואגער אז ער האט קשיות אויף ר' מאטעלע. האט זיך זיין שוואגער נישט געקענט איינהאלטן מעהר און ער האט אים פארציילט די גאנצע מעשה פון ווי די אלע געלטער איז געקומען... היינט איז ער איינע פון די חשוב'ע דיינים אין די שטאט מאנסי ווי אויך א פייערדיגע חסיד פון ר' מאטעלע.
זיינע מדריגות אין גמ"ח האט ער זיך געלערנט פון זיין זיידן, זיין רבין דער "אהבת ישראל" און פון זיין רבין ר' יואליש פון סאטמאר.
איינער זאגט מיר א שטארקע געדאנק, פאר 30 יאר צוריק האט באבובע רב געהייסן א עכטע דזענטעלמען א איש השלום אן איידעלקייט פון א פערזאהן, די צוויי וויזניצע רבי׳ס האבן געהייסן שווערע מענטשן, זיך ארומגעקריגט צווישן זיך אין מיט אנדערע יעדן שני וחמישי, איינער ארויסגעווארפן סזוהן אויף די גאס
דער אנדערער זיך אריינגעמישט, וכו וכו.... מהאלט יעצט א דור שפעטער אין דער איש השלום האט אבערגעלאזט פול מיט שנאה ווי סאיז אן עקל אריינצוטרעטן אהין אין די צוויי וויזניצע שווערע מענטשן איז א מחי׳ צו זעהן ווי שיין זייערע קהלות פירן זיך אויף איינער מיטן אנדערן
די ממלא מקום פון אהבת ישראל איז גיוואן די דמשק אליעזר וואס איז גיווען רב אין שטאט ויז'ניץ, און דערנאך און ארה"ק האבן אלע חסידים גיווען זיינע מענטשן, די אמרי חיים איז גיווען רב אין ווילחוביץ אפי' ער איז גיווען עלטער פון דמשק. די דמשק איז אוועק נעסעך יונגערהייט פון די וועלט אן קיין קינדער, ערשט דעמאלס האט די אמרי חיים גיווארן די גרויסע ויז''ניצע רבי. ר' משה'לע איז גיווען ראש ישיבה און א"י אונטערן הנהגה פונעם דמשק, און אסאך קונה גיווען פון איהם.
איך אויך האט געשריבן: אבער ביז ער איז צוריק אנגעקומען קיין מארמאראש האט ער שוין פארשפילט צום אמרי חיים, ואת הנעשה אין להשיב.
ער וואלט ווען געקענט אריין גיין אין שטאט און אוועק נעמען די רבי'סטעווע פונעם אמרי חיים אבער ער האט נישט געוואלט מאכן קיין מחלוקת איז ער בכלל נישט אריין אין שטאט
איף פארשטיי נישט וואסס שטייט דא. די אמרי חיים האט דאך נישט גיווען רב אין וויז'ניץ, נאר גאר די דמשק, איז ווי איז שייך זיך צו קריגן מיטן אמרי חיים, אויב יא וואלט ער געקענט צונעמען די רבנות פונע'ם דמשק'ן.
געהערט א מעשה אז א חסיד האט אמאל געדארפט א ישועה אין ער האט פרובירט איינבעטן ביים רבי'ן ער זאל צוזאגן א ישועה. וועלנדיג ווייזן ווי ערנסט ער מיינט עס אין אז ער האט א שטארקע אמונה אז ס'דא ווי די ברכה זאל חל זיין האט ער געזאגט צום רבי'ן " איך גלייב באמונה שלימה אז די רבי האט די זעלבע כח ווי די בעל שם טוב אין קען צוזאגן א ישועה" פרעגט עם די רבי, יא די האלטס אזוי באמת? אין דער חסיד ענטפערט מיט א שטארקייט יא! זאגט עם די רבי " די האסט שוואכע השגות ווער די בעל שם טוב איז געווען".