ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נקודת-אמת האט געשריבן:
וחלופיהן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.

אחרי מות קדושים אמור...?


וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.


פון וואס איך האב געהערט איז א חלק (דער עיקר?) פון דער מרידה געווען איבער אזוי גערופענע מאדערנקייטן ביים רביצן פור ר' חיים מאיר'ל. ר' מאטעלע האט טאקע געוווינט אין אמעריקע אבער ער האט מקרב געווען די מורדים על אפו וחמתו פון זיין פאטער.

באזונדער, איך מיין אז ער האט נאך געגעבן פאר זיין ברודער און זיך גערופן אפיציעל "וויזניץ מאנסי" א היפשע פאר יאר נאך ווערן רבי און זיך ציען קיין מאנסי.

ס'דא אין דיין תגובה אזויפיהל טעותים ועם-הארץ'ות אין מושגי ויז'ניץ, וואס איך ווייס נישט פון וואו אן-צו-הייבן,
סאו,
ווער וויל איהם איבערצייגן איבער די פאקטן?
ת.ע.ב.


1)דו ביסט דער גרעסטער עם הארץ אין מושגי ויז'ניץ! די מרידה האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט ר׳ חיים מאירל און זיין רביצין נאר מיט ר׳ מוישעלע און זיין רביצין. איך האב צוויי פעטערס פון די מורדים. איך בין אויפגעוואקסן מיט די פאליטיק. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך.
נאך מעהר. רובא דרובא פון מורדים זענען געבליבן חסידים פון ר׳ חיים מאירל אויף אייביג.
2)ר׳ מאטעלע האט קיינעם נישט מקרב געוועהן פון די מורדים...
3)ר׳ מאטעלע האט זיך קיינמאל נישט גערופן וויזניץ-מאנסי. ער האט געוואלט זיך רופן מאנסי אליינס שוין אסאך יאהרן נאך זיין טאטע איז אוועק.זיינע חסידים האבן אים איבערגערעדט אז ס׳נישט קיין גיטע איינפאל היות סאיז דא גענוג און נאך מענטשען אין מאנסי וואס האבן גארנישט מיט וויזניץ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

בן ישי האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א ווישיווע רב, ווערט ער אויך רבי יעצט? בעצם איז ער דאך פאר די אלע נייע רבי'ס...זיין זיידע איז געווען די אמרי חיים'ס עלטסטע זוהן.

לכאו' מיינסטו די 'אהבת ישראל'.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

זיין זיידע איז געוועהן ווישעווער רב און איז געוועהן די ׳עלטסטער׳ זוהן פונעם ׳אהבת ישראל׳ און מיט דעם אלעמען האבן וויזניצער חסידים אים נישט אויפגענומען אלץ ׳וויזניצער רבי״ פארוואס זאל מען זיין איר אייניקל יא מאכן פאר וויזניצער רבי?. ער בלייבט ווישעווער רבי. און ר׳ חיים מאירל׳ס אייניקלעך בלייבן וויזניצער רבי׳ס. ער קען זיך רופן ווישעווע-וויזניץ אזויווי דער סערטער רופט זיך סערט-ויז'ניץ. ר׳ חיים מאירל איז געוועהן די טאטענס ממלא מקום.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

שליחה דורך מפוזרי »

איינער אויף אייוועלט האט פונקט געהערט צוויי מעשיות:
שטייגען האט געשריבן:

תגובה זונטאג מארטש 25, 2018 11:18 am

געהערט נעכטן 2 מוראדיגע מעשות 
1 אז א חסיד זיינער פון ארץ ישראל האט געהאט א פארבריק אין ווען די טעכנאליגע איז ארויס געקומען האט ער זיך נישט מיט געכאפט מיט די צייט איז ער געווארן א יורד 
פארן חתונה מאכן די ערשטע קינד איז ער ארויסגעקומען קיין ארה״ב צוזאם צושטעלן געלד, אבער א חסיד מאכט די ערשטע סטאפ ביים רבין אפנעמען שלום, האט עהם די רבי געפרעגט וויאזוי גייט עס מיט פרנסה האט ער עהם דערציילט זיין לאגע, די רבי האט נישט געטראכט קיין 2 אין עהם גלייך גיגעבן א סכום פון לערך $2000 אין די חסיד האט זיך אנגעהויבען באדאנקען האט עהם די רבי אזוי געזאגט ווארט א מינוט אין האט עהם געברענגט $10 טויזענט דאללער אין געזאגט דאס בארג איך דיר אז ווען דו וועסט האבן צוריק צו בייצאלן 
אין די חסיד איז אהיים געפארן רואיג, אין די מסחר איז געבליבן אזויווי פארדעם
2 יאר שפעטר פארן חתונה מאכן די נעקסטע קינד איז ער נאכמאל ארויסגעקומען קיין ארה״ב ביים אנקומען צום רבי זל האט ער עהם געפרעגט נא וויאזוי גייט עס די ביזנעס איז בעסער געווארן, די רבי האט שוין אליינס געזעהן וואס די מצב איז, ער האט ארויסגענומען $4000 אין עהם עס גיגעבן פאר א נדבה, אין עהם געזאגט די 10 וואס ער האט עהם געהאט גט דארף ער נישט בייצאלן אין דערביי צוגעלייגט אז ווען א מענטש צאלט עהם אפ א חוב גיבט ער נאכמאל מעשר דערויף.

די 2 מעשה,
סאיז געווען א אינגערמאן וואס איז ליידער געווארן א אלמן פלוצלינג מיט 11 קינדער יתומים, 
נאך זיך אויפשטעלן שבעה איז ער ארוםגעגאנגען צו אסאך גרויסע רביס נעמען חיזוק, אין יעדער האט פראבירט דאס בעסטע וואס שייך, איינער האט אריינגעווארפן אפאר דאללער אין די צווייטער עצות, אין די דריטער חיזוק, 
ווען ער איז אנגעקומען צו רבינו ז״ל האט עהם די רבי געפרעגט די ערשטע זאך מטראגט אהן שידוכים ?!?! האט ער געזאגט אז ער איז נאך מוארדיג צובראכן אין ער קען נישט אויס הערן 
האט עהם די רבי געזאגט זיך ארום דרייען צובראכן קומט מען אין ערגץ נישט אהן, נאר מדארף זיכן א גוטע זאך איינער וואס זאל זיך אפ גיבן מיט די קינדער געטריי, אין פארגעסן פון די אלטע זאכן אין אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי, אין די רבי האט זיך אריינגעווארפן בלב ובנפש אין געהאלפן טרעפן א פאסיגע זאך,
דאס מיינט נישט סתם א רבי נאר א פאסטוך געטריי צו זיינע שאף.


דא איז די מקור פון די צוויי מעשיות:

viewtopic.php?p=397880#p397880

viewtopic.php?p=398166#p398166

פארשטייט זיך אז די מעשיות זענען שוין געווארן צוגעפוצט און פארשענערט. בזמנינו איז מען משקר במילתא דעבידי לגלויי.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

א הארציגע בריוו פון די בני ברק'ע וויזניצע רעביצן צו די טעכטער פון ר' מאטעלע ז"ל ווי זי דערמאנט די "זיסע צייטן" ווען זיי האבן זיך געדרייט אין מאנסי ביים פעטער.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך הגיון »

סוויכטיג צו דערמאנען עס זאל פארבלייבן לדורות אז א גרויסע ריזיגע פארציע קרעדיט פון ר' ישראל וויזניצער ב"ב קיום און התעלות איז צו פארדאנקן טאהשער רבי. דורכאויס די איבער 20 יאר ווען ר' ישראל איז געווען נע ונד, געזיצן אויף די שטיגן פון בעדפארד גארדענס, צובראכן ווי א שבר כלי, האט ער באקומען הויפענעס חיזוק פון איין איד, דער טאשער רבי. טאשער רבי האט אים געגעבן א מיאנטיק מיט געלט, און טייל צייכענען צו אז ער האט גאר געשתדלט אז דער פאטער זאל אים צוריק נעמען. דענק איך נאך ווען כאב דארט געלערנט ווי טאשער רבי פלעגט אים צוזאגן אז דער טאטע וועט אים צוריק נעמען.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

לאמיר לאזן די אשכול בלויז איבער ר' מאטעלע ז"ל, און נישט פארפארן. ס'דא אן אשכול איבער ר' ישראל'טשע www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=309796#p309796
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך וויל פארציילן דא א באוואוסטע מעשה וואס כ'האב געהערט שוין אלץ קינד, און זייט דעמאלט שוין געהערט אפאר מאל.

ס'איז דא א רבי'שע משפחה אין וויזניץ וואס זייער זיידע איז נאך געווען דיין אין וויזניץ. זיי זענען אפאר ברודערס וואס וואוינען דא אין אמעריקע. אלע זענען חסידים פון ר' מאטעלע, און איינער פון זיי האט געוואוינט אין אר"י איז געווען א חסיד פון ר' מויש'לע. דער וואס האט געוואוינט אין אר"י איז אים ליידער א קינד דיאגנאזט געווארן מיט א שרעקליכע קענסער ל"ע און ער האט געדארפט לצורכי רפואה קומען קיין אמעריקע מיט דעם קינד. ער איז געקומען דא און זיך באזעצט אין מאנסי. פארשטייט זיך קיין פרוטה האט ער נישט געהאט. ער איז געווען א מו"ץ און א כולל אינגערמאן. מ'האט געדארפט האבן יעדע חודש א שיינע פאר אלפים אז ער זאל קענען לעבן און צאלן דירה-געלט און פאר אנדערע געברויכן. האט ר' מאטעלע אריינגערופן זיין שוואגער (וואס איז נישט קיין וויזניצער חסיד) און אים פארגעשלאגן אז מ'זאל אים געבן א חשבון וויפיל מ'דארף האבן חודש'ליך און ער וועט געבן פארן שוואגער יעדע חודש די גאנצע סכום, מיט איין תנאי אז ער זאל קיינמאל נישט אויסזאגן פון ווי די געלט קומט, און ער זאל קיינמאל נישט וויסן אז ס'קומט פון אים (לכאורה וויבאלד ער איז געווען א חסיד פון ר' מויש'לע האט ער נישט געוואלט אז ער זאל מיינען אז ער געט אים געלט מאיזה סיבה שיהי', ער זאל נישט מיינען ער זוכט אים אונטערצוקויפן וכדומה).

וכך הוה, זיין שוואגער פלעגט יעדע חודש באקומען פון ר' מאטעלע א ריזיגע סכום במשך א שיינע פאר יאר. דער איד האט אפאר מאל געזאגט פאר זיין שוואגער, איך פארשטיי נישט דעם ר' מאטעלע, איך גיי אריין צו אים מיט א קוויטל אפאר מאל א יאר, איך לערן יעצט אין זיין כולל, ער ווייסט גאנץ גוט אז איך האב א קראנקע קינד אין שטוב, אבער ער פרעגט מיך גארנישט, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג פון מיר, כ'קען עס נישט פארשטיין!... דער שוואגער האט גארנישט געענטפערט ווייל דער רבי האט נישט געלאזט פארציילן.

ויהי היום איין טאג איז די קינד נעבעך געשטארבן, און הערשט א לאנגע צייט נאך די קינד איז אוועק האט ער נאכאמאל זיך איינמאל אנגערופן צו זיין שוואגער אז ער האט קשיות אויף ר' מאטעלע. האט זיך זיין שוואגער נישט געקענט איינהאלטן מעהר און ער האט אים פארציילט די גאנצע מעשה פון ווי די אלע געלטער איז געקומען... היינט איז ער איינע פון די חשוב'ע דיינים אין די שטאט מאנסי ווי אויך א פייערדיגע חסיד פון ר' מאטעלע.

זיינע מדריגות אין גמ"ח האט ער זיך געלערנט פון זיין זיידן, זיין רבין דער "אהבת ישראל" און פון זיין רבין ר' יואליש פון סאטמאר.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הגיון האט געשריבן:סוויכטיג צו דערמאנען עס זאל פארבלייבן לדורות אז א גרויסע ריזיגע פארציע קרעדיט פון ר' ישראל וויזניצער ב"ב קיום און התעלות איז צו פארדאנקן טאהשער רבי. דורכאויס די איבער 20 יאר ווען ר' ישראל איז געווען נע ונד, געזיצן אויף די שטיגן פון בעדפארד גארדענס, צובראכן ווי א שבר כלי, האט ער באקומען הויפענעס חיזוק פון איין איד, דער טאשער רבי. טאשער רבי האט אים געגעבן א מיאנטיק מיט געלט, און טייל צייכענען צו אז ער האט גאר געשתדלט אז דער פאטער זאל אים צוריק נעמען. דענק איך נאך ווען כאב דארט געלערנט ווי טאשער רבי פלעגט אים צוזאגן אז דער טאטע וועט אים צוריק נעמען.


ער האט זיך אויך געדרייט זייער אסאך אין מאנסי וויזניץ. אן מאנסי וויזניץ וואלט ער ממש געשטארבן. ווער מיינסטו האט אים געשטיצט און אויסגעהאלטן זיינע קינדער? ווער האט חתונה געמאכט זיינע קינדער. פרעג דיך נאך וועסטו הערן. ר׳ מאטעלע מיט זיינע חסידים האבן אים די מערסטע געשטיצט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

‏איינער זאגט מיר א שטארקע געדאנק, פאר 30 יאר צוריק האט באבובע רב געהייסן א עכטע דזענטעלמען א איש השלום אן איידעלקייט פון א פערזאהן, די צוויי וויזניצע רבי׳ס האבן געהייסן שווערע מענטשן, זיך ארומגעקריגט צווישן זיך אין מיט אנדערע יעדן שני וחמישי, איינער ארויסגעווארפן סזוהן אויף די גאס

‏דער אנדערער זיך אריינגעמישט, וכו וכו.... מהאלט יעצט א דור שפעטער אין דער איש השלום האט אבערגעלאזט פול מיט שנאה ווי סאיז אן עקל אריינצוטרעטן אהין אין די צוויי וויזניצע שווערע מענטשן איז א מחי׳ צו זעהן ווי שיין זייערע קהלות פירן זיך אויף איינער מיטן אנדערן

https://twitter.com/hasidic_1/status/97 ... 69315?s=21
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: ייש"כ. אזא מעשה איז אן עכטע מעשה פון די תלמידי הבעש"ט הק'...! נישט אז די רבי האט געמאכט א מופת און דער קאורט האט פארלוירן זיינע פעיפערס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כלבא שבוע: אפילו דו ברענגסט נאר א לינק (ק/פ). ביסטו דאך דער ברענגער פון נישט קיין גוטע בשורות.

איך האב געקענט דעם פריער'דיגן באבוב'ער רב ר' שלמה'לע זצ"ל. און ער איז טאקע געווען אן עכטער דזשענטלמאן. און אן איש השלום. א רודף שלום ממש..! אזוי אויך, זיין עלטערער זוהן הרה"צ ר' נפתלי זצ"ל..! דאס איז אינגאנצן נישט קיין ראיה אויף די היינטיגע הנהגה. ס'איז דא אזא מושג ווי חומץ בן יין...! זיכער, דער היינטיגער אדמו"ר איז אינגאנצן נישט גלייך צו די מידות פון זיין טאטע און עלטערער ברודער...!. דער שוואגער, וועים מ'רדופ'ט און מ'רופט איהם מיט דעם שפעט נאמען קארטשינער שוחט, איז יא מער א מענטש ווי דער אפיציעלער אדמו"ר שליט"א....!
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

שבת אחים האט געשריבן:זיין זיידע איז געוועהן ווישעווער רב און איז געוועהן די ׳עלטסטער׳ זוהן פונעם ׳אהבת ישראל׳ און מיט דעם אלעמען האבן וויזניצער חסידים אים נישט אויפגענומען אלץ ׳וויזניצער רבי״ פארוואס זאל מען זיין איר אייניקל יא מאכן פאר וויזניצער רבי?. ער בלייבט ווישעווער רבי. און ר׳ חיים מאירל׳ס אייניקלעך בלייבן וויזניצער רבי׳ס. ער קען זיך רופן ווישעווע-וויזניץ אזויווי דער סערטער רופט זיך סערט-ויז'ניץ. ר׳ חיים מאירל איז געוועהן די טאטענס ממלא מקום.

די ממלא מקום פון אהבת ישראל איז גיוואן די דמשק אליעזר וואס איז גיווען רב אין שטאט ויז'ניץ, און דערנאך און ארה"ק האבן אלע חסידים גיווען זיינע מענטשן, די אמרי חיים איז גיווען רב אין ווילחוביץ אפי' ער איז גיווען עלטער פון דמשק.
די דמשק איז אוועק נעסעך יונגערהייט פון די וועלט אן קיין קינדער, ערשט דעמאלס האט די אמרי חיים גיווארן די גרויסע ויז''ניצע רבי.
ר' משה'לע איז גיווען ראש ישיבה און א"י אונטערן הנהגה פונעם דמשק, און אסאך קונה גיווען פון איהם.
באניצער אוואטאר
א שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 8:50 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

שליחה דורך א שרייבער »

פארוואס האט ער קיינמאל נישט געלאזט נעמען קיין בילדער?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

[tag]יוסף יוזפא[/tag] אין שטאט וויזניץ איז אין די יארן נאכן אהבת ישראל'ס פטירה (צו אפילו אפאר יאר פארדעם) נישט געווען קיין גרויסע זאכן כאטשיק א ישיבה איז יא געווען דארט.

עס איז וואויל באקאנט אז דער ווישעווער האט געהייסן די חשובסטע זוהן מכל הבחינות. נאר איתרע מזליה און ער איז פונקט געווען אין אמעריקע ביים טאטן'ס פטירה, (עס איז פארהאן פון עם א בילד אויפן שפיץ פונעם עמפייר סטעיט בילדינג) ער האט זיך תיכף געלאזט אין וועג אהיים אבער ביז ער איז צוריק אנגעקומען קיין מארמאראש האט ער שוין פארשפילט צום אמרי חיים, ואת הנעשה אין להשיב.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

שליחה דורך יהודי פשוט »

איך אויך האט געשריבן: אבער ביז ער איז צוריק אנגעקומען קיין מארמאראש האט ער שוין פארשפילט צום אמרי חיים, ואת הנעשה אין להשיב.


ער וואלט ווען געקענט אריין גיין אין שטאט און אוועק נעמען די רבי'סטעווע פונעם אמרי חיים אבער ער האט נישט געוואלט מאכן קיין מחלוקת איז ער בכלל נישט אריין אין שטאט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

יהודי פשוט האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן: אבער ביז ער איז צוריק אנגעקומען קיין מארמאראש האט ער שוין פארשפילט צום אמרי חיים, ואת הנעשה אין להשיב.


ער וואלט ווען געקענט אריין גיין אין שטאט און אוועק נעמען די רבי'סטעווע פונעם אמרי חיים אבער ער האט נישט געוואלט מאכן קיין מחלוקת איז ער בכלל נישט אריין אין שטאט

איף פארשטיי נישט וואסס שטייט דא.
די אמרי חיים האט דאך נישט גיווען רב אין וויז'ניץ, נאר גאר די דמשק, איז ווי איז שייך זיך צו קריגן מיטן אמרי חיים, אויב יא וואלט ער געקענט צונעמען די רבנות פונע'ם דמשק'ן.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

שליחה דורך אונטער חכם »

דוכט זיך דער אהבת ישראל האט געוואוינט אין גרויסווארדיין סוף ימיו, ניין?
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אין די מאמענט האט א שרייבער ארויס געברענגט א אינטערסאנטע נקודה אין ס'קען זיין אז ס'אמת.
ס'דאך ידיעה אין ווי מ'הערט יעצט אסאך מער איבער דעם אז ער איז געווען א מורא'דיגע אמת'ע מענטש אין דערפאר האט ער נישט באהאלטן ווי ער ליינט די יוד וכהנה.
איז קען זיין אז דאס איז אויך געווען א סיבה פארוואס ער האט נישט צוגעלאזט קיין בילדער, ווייל בילדער איז א פאלשע זאך מ'געבט א פאלשע שמייכל אין מ'פאראייביגט כאילו ער איז געווען פריילעך אא"וו ממילא האט ער דאס נישט צוגעלאזט.
דוד בן ישי עבדך משיחך
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

שליחה דורך אונטער חכם »

א איד האט מיר אמאל דערציילט אז ער האט געהערט אן עלטערן איד דערציילן אין וויזשניץ " דער וואש מאשין האט זיך מיר צובראכן, בין איך אריין צום רבין, האט מיר דער רבי געזאגט איך זאל רופן א בעל מלאכה" איך האב אים דעמאלס נישט געגלייבט, אבער יעצט הער איך אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ר' אייזיק לייב מיללער ווי ער דערציילט אז ער איז געווען א יונגל און ער האט געהאט א געשווילעכטס אויף די האנט, איז ער צוגעגאנגען צום רבין, און דער רבי האט אים געזאגט האלט עס אין דער הייעך, וכך הוה אויף מארגן איז שוין נישט געווען קיין זכר פונעם געשווילעכץ.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

עס קורסירט ארום א בילד וואס א מעלער האט נאכגעמאלן דעם מאנסי רבי'ן.
לדעתי איז דאס אן הערליך ארבעט.
בילד
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

געהערט א מעשה אז א חסיד האט אמאל געדארפט א ישועה אין ער האט פרובירט איינבעטן ביים רבי'ן ער זאל צוזאגן א ישועה.
וועלנדיג ווייזן ווי ערנסט ער מיינט עס אין אז ער האט א שטארקע אמונה אז ס'דא ווי די ברכה זאל חל זיין האט ער געזאגט צום רבי'ן " איך גלייב באמונה שלימה אז די רבי האט די זעלבע כח ווי די בעל שם טוב אין קען צוזאגן א ישועה"
פרעגט עם די רבי, יא די האלטס אזוי באמת? אין דער חסיד ענטפערט מיט א שטארקייט יא!
זאגט עם די רבי " די האסט שוואכע השגות ווער די בעל שם טוב איז געווען".
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

נעכטן איז ר' ברוך שמשון אדמו"ר מבית שמש שליט"א גיווען א באזוך ביי זיין פעטער בעלזע רב שליט"א, און לפי וואס איך האב גהערט איז גיווען א שיינעם שמועס.
1. ער האט פארציילט אז זיין טאטע זצ"ל איז גיווען אלס בחור און פעסט ביים בעלזע רב זי"ע אויף שבת, און ס'איז גיווען נאך אסאך יודן האבן זיך געשטופט אריינגיין דארט, אינמיטן האט זיך בעלזע רב אויפגעשטעלט און געזאגט: "איך בין נישט מוחל ווער עס שטופט זיך דא", תיכף איז געפאלן אויף איהם א בהלה און ער האט אנגהויבן אנטלויפן, במערקנדיג אז אלע אנדערע ארומיגע בלייבן שטיין אויפן ארט ווי גארנישט.
ער האט נישט פארשטאנען וואס גייט פאר און גפרעגט איננעם פארוואס די עולם האט נישט מורא? האב מען איהם גענטפערט, אז עס מיינט גארנישט און עס איז נאר א געוויסע אויסדרוק פונ'ם בעלזע רב...
האט ר' ברוך שמשון צוגעלייגט און געזאגט אז ס'איז גיווען ביי איהם א חידוש אז זיין טאטע האט געזאגט אז ער איז נישט מוחל פאר ווער סמאכט בילדער פון איהם, און לפי דים פרשטייט ער אז סאיז לכאו' די זעלבע זאך....
און ווי זיין טאטע האט געזאגט אויף די מעשה פון בעלזע רב, אז אויב מאיז נישט ברוגז, איז מען נישט מוחל....

צוויטע אינטערסאנטע זאך האב איך גהערט אז ער פארציילט אז מען האט בערדיגט זיין טאטע מיט א קליינע שטיקל פון די קיטל פון די אהבת שלום.
ס'איז א דבר חידוש, ווייל לכאו' גהערט דאס נישט פאר זיי, און אפי' אז כרגע ליגט עס ביי קיינעם, אבער מען וואלט לכאו' גדארפט בעטן רשות פאר'ן אראפשניידן א שטיקל.
פארשפארט