גלות יוד האט געשריבן:איך האלט אז ישראל לאם האט זיך אויסגלערנט מוזיק...
ביי א אינטערוויו שוי מיט קאנטרי יוסי און ל. שמעלצער זאגט לאם אז ער האט זיך דער עיקר אליין געלערנט פון ביכער און פון הערן קלאסישע מוזיק טעיפס און פון פראקטיק. זיין ערשטער טעיפ -לויט ווי ער דערציילט- האט ער געמאכט פאר נגינה אן צופיל ידועות אינעם וועלט פון ארעינדזשמענט, און ער האט זיך אויסגעלערנט פון פראקטיק.
אגב, ער זאגט דארט אז ער האט שוין ארעינדזשט 7 אדער 8 הונדערט אלבומס!!!
קען מיר איינער העלפן מאכן א חשבון וויאזוי ער קומט אן צו אזא ריזיגער נומער. פון וויפיל ס'ליגט מיר אין קאפ קען איך נישט צוקומען צו הונדערט אלבומען וואס ער האט ארעינדזשט, איך האב אריין גערעכנט אלע זיינע טעיפס פון די פארשידענע פרחי'ס, פארשידענע סאלא זינגערס, קינדער טעיפס למינהם, אינסטרומענטאלע טעיפס, געציילטע חצרות חסידות טעיפס, און אנדערע פארשידנארטיגע פראיעקטן וואס איך ווייס אז ער האט געמאכט, און קוים וואס איך דערגרייך א הונדעטער, ווער רעדט נאך פון זיבן הונדערט...
חוץ אז איך וועל זאגן אז פאר יעדער טעיפ וואס איך ווייס וואס ער האט געמאכט, זענען פאראן נאך זיבן טעיפס וואס איך ווייס נישט דערפון, וואס דאס איז א דוחק.
אדער זאל איך זאגן אז ער רעכנט אריין זיינע אלע קאנצערטן וואס כידוע איז ער די מערסטע פארנומענע קאנדאקטער אין די אידישע וועלט, אבער ס'איז מיר אויך שווער צו גלייבן אז ער האט אין די לעצטע פערציג יאר געהאט 7 הונדערט קאנצערטן.
אדער זאל איך זאגן אז ער האט געמיינט צו זאגן 7 אדער 8 הונדערט "ניגונים" און נישט "אלבומס", אולי...
וואס האט איר צו זאגן דערויף?