זמן חירותינו: מיר זענען פריי בוחר צו זיין - וועקער 12
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

[justify]דער אשכול איז געווידמעט פאר הערות והארות, שאלות ותשובות אויף מיין ארטיקל אינעם יעצטיגע וועקער. איך ווייס אז עס איז נישט דא א סאך צייט פאר יום טוב, דאך טראכט איך אז נאך יו"ט וועט דער טעמע שוין זיין בבחינת עבר זמנו וכו'. א גרויסע יישר כח [tag]אבטולמוס[/tag] פארן ארויסהעלפן מיט הגהה און נאך.
.[/justify]
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:איך בין א בן חורין, כ'בין נישט משועבד צום סאסייעטי וואס דיקטירט אז עדיקשען איז א שלעכטע זאך. כ'בין פריי צו פראקלימירן אז כ'בין עדיקטעד, און שטאלץ דערמיט.
עדיקשאן אדער עדוקעישאן?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
הוגה, האסט מיר אביסל צישאקלט.
ביז היינט האב איך געווויסט אז מיט א זילברנע וויינפלאש און הגדה דברי יואל, אנגעלאנט בשעת עסן דו כזיתים בין איך מקיים דו מצוה פון חירות.
דיין פראקטישע מבחן אויף חירות האט מיר געגעבען גאר אן אנדערע בילד. סאיז גאר יתכן אז מיין היסב בעט איז גאר מיין שעבוד.
ריגארדלס, כבאב שטארק הנאה געהאט פון דיין געדאנק.
כהאב אמאל גהערט פון ר' אברהם יצחק גרין ממש דו געדאנק וואס דו האסט געשריבען ,אבער אויף א עקסטרים משל.
ער זאגט אז ווען ער שפיערט ער ווערט משובעד צי שמירת מצות מאכט ער זוכער עובר זיין אויף א געוויסע עבירה (רח"ל) .
אזוי בלייבט ער א בן חורין.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב געטראכט וועגן דער עצה פסח, דער פראבלעם אבער איז אז דער סארט מוכיח זיין צו זיך אז איך בין נישט משועבד איז אמאל אליינס אזא שיעבוד.. למשל דאס וואס נולד ברענגט פון הרב גרין שיינט נישט צו זיין אזא געזונטע וועג.. דאס איז סתם לרווחא דמילתא.
מער שטערט מיר, עס זענען דא זאכען וואס זענען טאקע א צורך, למשל איך בין א שטיקל עדיקטעד צו קאפין. אן א קאווע איז מיר שווער זיך מתרכז זיין און אנפאנגען א טאג. איך מיין אז עס פעלט מיר נישט דער כוח הרצון זיך מונע צו זיין פון דעם, למשל א תענית, אדער אפילו מאכן א שטיק צייט נישט טרינקן קיין קאווע. אבער דער קאפ וועט ווייטער נישט זיין דארט.. אפשר איז דאס א פיזישע אדיקשין וואס איך קען זיך ארויזעהן דערפון, אבער איך קען מיך נישט לע"ע ערלויבען דער חודש צייט למשל וואס וועט מיר נעמען אז איך זאל נישט האבן קיין ריכוז, נו איז וואס זאל איך טוהן איך דארף קאווע און איך בין עדיקטעד, איך מאך אבער א חשבון אז לעת עתה איז דאס די בעסטע וואס איך קען טוהן, בין איך משועבד אדער נישט?
אדער די זעלבע מיט א טעלאפאן, איך גלייב אז אויב וויל איך קען איך זיך מונע זיין פון דעם , אבער עס וועט מיר פעלן געווויסע צרכים וואס דאס שטעלט מיר פשוט צו וואס איך דארף, אין הכי נמי אפשר זאל איך צוריקגיין צו א וועלט פון ווארטן אויף סוף חודש דער באנק זאל מיר שיקען א סטעיטמענט, און אפשר וועט דאס העלפען אויף מנוחת הנפש, אבער למעשה איז אזוי אויסגעשטעלט מיינע חשבונות אז איך מוז קוקען יעדען טאג און אנדערש ווערט מיר צומישט די חשבון, נו בין איך אן עבד אדער א בן חורין? [tag]הוגה[/tag] וואס טראכסטו?

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
חוצמזה, לעיקוואד, ביי אדיקשאן דארף מען שוקל זיין שכר מצוה כנגד שכרה. ווען קאפאין וואלט געווען א גאר שעדליכן סם וואלט לכאורה יא געמאכט סענס זיך מונע זיין דערפון, אפילו אויב פאר א חודש צייט וועט מען נישט האבן דעם געהעריגן ריכוז, אבער היות קאפאין איז מער ווייניגער נייטראל, פארהאן ריסוירטש אהער און אהין, ובפרט ווען מ'רעדט פון איינס צוויי שאלן א טאג, לוינט נישט דערפאר צו פארלירן דעם ריכוז פאר א מאנאט. די זעלבע מיט יעדן אנדערן זאך וואס מ'איז צו איר צוגעבינדען. בין איך אן עבד צו אקסידזשען? פונקט ווי אלע באשעפענישן וואס דארפן ארייננעמען אקסידזשען אויף צום לעבן. ווער איך דערפאר פאררעכענט ווי אן עבד?
כדי א זאך זאל ווערן פאררעכענט פאר אן אדיקשען פעלן אויס געוויסע תנאים.
א) ס'דארף זיין אבנארמאל. אויב איז רוב סאסייעטי אזוי קען עס נישט ווערן אנגערופן אן אדיקשען. למשל, ווען מ'טראגט ווען צוריק א פאר שיך צו עפעס א פרימיטיוון שבט אינעם אמאזאן, און מ'געוויינט צו איינעם אינעם שבט צו גיין דערמיט, אויף אזוי ווייט אז ער קען זיך שוין נישט באגיין אן דעם, און ווען ער האט נישט די שוך קען ער נישט אנגיין, ער קען נישט גיין, ער בלייבט שטעקן אויפן בוים וואו ער איז געשלאפן און מ'מוז עם צוברענגען עסן דארט אהין, דער איז עדיקטעד צו שיך. אבער קיינעם וועט נישט איינפאלן צו רופן אונז מאדערנע מענטשען אין אונזער סאסייעטי "עדיקטעד" צו שיך, ווייל דאס איז נארמאל.
ב) ס'דארף עס גורם זיין געוויסע שענדליכע רעזולטאטן אינעם באנוצער'ס לעבן, אן דעם איז עס נישט מעלה ומריד.
קומט אויס אז מ'קען נישט זאגן אויף א גאנצע סאסייעטי אז זיי זענען עדיקטעד, ווייל ווען יא קען מען זאגן גענוג זאכן אויפן אמעריקאנעם סאסייעטי, מיר זענען אדיקטעד צו ארבעטן א דריטל שעות פון לעבן פון די בעסטע יארן אין לעבן פאר א צווייטן אין גרויסע שטאלנע קעסטלעך זיצענדיג פארנט פון גלאנצעדיגע ברעטער, אלץ מיטן חלום אז אויב מ'טוט דאס פאר פערציג יאר וועט מען קענען ריטייערן באקוועמערהייט און קענען עפפארדן דעם דינסט וואס וועט אונז אונטערווישן ביי די אכציג יאר אלט. מיר זענען עדיקטעד צו וואוינען אין עיר קאנדישענד הייזער מיט אלע מיני באקוועמליכקייטן און ארבעטן ווי חמורים יארן לאנג דערויף, ווען אונזערע ברידער אינעם דזשונגל איז אלעס באקוועם.
אויב אזוי, כדי צו זאגן אז מיר זענען עדיקטעד צום סמארטפאון דארף דאס האבן צוויי קוואליפיקאציעס. דער יונגערמאן דארף זיין צוגעבינדען דערצו מער ווי ס'איז נארמאל אין סאסייעטי, און ס'דארף ברענגען געזונט\געזעלשאפטליכע\פינאנציעלע פראבלעמען פארן באנוצער אדער זיינע ארומיגע. טאמער טרעפט איר זיך אין די צוויי קאטעגאריעס דאן גייט קריגט הילף, איר זענט אן עבד צום פאון. אדערווייז, ביזטו א בן חורין ווי דער שאינו יודע לשאול.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
געפילטע פיש,
כ'מיין מ'ברויך האבן א בעסערע הגדרה.
לו יצוייר די גאנצע סאסייעטי ווערט אדיקטעד צו דראגס, וועט דאס מער נישט זיין א אדיקשאן? ווי אזוי קען סאסייעטי דאס אפמאכן.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
לויט ווי איך האב געליינט זענען פארהאנען ספעציפישע מוח נערוון וואס זענען אחראי פאר א אדיקשאן. דאס איז אביסל אזוי ווי א באג וואס כאפט זיך אריין אין קאמפיוטער און מאכט אים טון אלע מיני מאדנע זאכן, אדער ווי א וויירוס וואס מאכט חרוב א מענטשנ'ס גוף, דאס זעלבע קען זיין אז ביים מענטש אליין כאפט זיך אריין א אדיקשאן און עפעס א אומריכטיגע קנעפל ווערט געקוועטש, און דער מענטש שפירט זיך געצווינגען צו טון עפעס וואס איז באמת שלא כרצונו. פארדעם שרייען פסיכאלאגן אז אדיקציע איז א קרענק און נישט א שוואכע כאראקאטער וכדו'.
איך האב אויך געזען וואס טענה'ן מהאי טעמא אז **** אדיקשאן איז נישט א ריכטיגע טערמין ווייל ביי מענטשן וואס זענען צוגעבינדן צו **** ווערן נישט אקטיוויזירט די זעלבע מוח נערוון וואס ווערן אקטיווירט ביי אנדערע אדיקשאנס.
לויט דעם האט דאס נישט מיט סאסייעטי אדער מיט וויפיל דעינזשער עס מאכט פאר דעם מענטש.
איך האב אויך געזען וואס טענה'ן מהאי טעמא אז **** אדיקשאן איז נישט א ריכטיגע טערמין ווייל ביי מענטשן וואס זענען צוגעבינדן צו **** ווערן נישט אקטיוויזירט די זעלבע מוח נערוון וואס ווערן אקטיווירט ביי אנדערע אדיקשאנס.
לויט דעם האט דאס נישט מיט סאסייעטי אדער מיט וויפיל דעינזשער עס מאכט פאר דעם מענטש.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ברויך מען מעיין זיין, איך האב געטראכט מער א פשוטע אדער דריטע הגדרה. אן עדיקשין אדער עבדות איז דייקא א זאך ואס בעצם דארף איך דאס נישט, נאר איך רעד מיך איין עס פעלט אויס. אדער עכפ עס לוינט נישט די שכר כנגד הפסדה היינט איך רעד מיך איך עס איז א צורך די ציגארעטל אבער למעשה איז עס אזא סכנה אז עס פעלט מיר נישט אויס לגבי די הנאה וואס איך באקום פון דעם. קומט אויס די גדר פון עבדות איז זיין משועבד צו א זאך וואס איז נישט קיין אמתער צורך. פארדעם איז ארבעטן ווי שלעכט עס זאל נאר זיין נישט דער סארט עבדות וויבאלד עכפ זייט דער קללה פון אדם הראשון מוז א מענטש ארבעטן אויף צו קענען לעבן. משאכ טאמער בין איך משועבד צו א זאך וואס איז בלויז דמיון דאס שיינט מיר צו זיין א מער ריכטיגע עבדות.
מ'וואלט נאר געדארפט מסביר זיין וואס האט טאקע די צורך מיט די גדר פון חירות דא, אבער אינטואיטיב זעהט מיר אויס אז א זאך וואס איז טאקע א הכרח אדער תועלת איז נישט שייך צו זאגן אז איך דין עס וייל פארקערט עס דינט דאך מיר. נאר טאמער איז עס א דמיון בעלמא אז עס העלפט מיר און דערווייל איז עס א מוזיק אדער סתם א שטות, דאן דין איך דער זאך.
מ'וואלט נאר געדארפט מסביר זיין וואס האט טאקע די צורך מיט די גדר פון חירות דא, אבער אינטואיטיב זעהט מיר אויס אז א זאך וואס איז טאקע א הכרח אדער תועלת איז נישט שייך צו זאגן אז איך דין עס וייל פארקערט עס דינט דאך מיר. נאר טאמער איז עס א דמיון בעלמא אז עס העלפט מיר און דערווייל איז עס א מוזיק אדער סתם א שטות, דאן דין איך דער זאך.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]נולד מאוחר[/tag], שכח פארן דערמאנען די מימרא פון פראפעסאר גרין. אויב געדענק איך גוט האט ער געזאגט אז ווען ער פילט אז די מצוות ווערן מצוות אנשים מלומדה און ער טוט עס נאר ווייל ער מוז, עסט ער שנעל א טשיזבורגער. איך ווייס נישט אויב ער האט עס געמיינט ליטעראלי אדער ער האט עס נאר גענוצט אלץ א משל צו מאכן א פוינט. למעשה אבער איז עסן א טשיזבורגער נישט קיין גרויסע אויפטו אין דעם פאל, ווייל וואס האט ער פון עסן א טשיזבורגער אויב בעצם וויל ער דאס נישט טון? די נקודה איז נישט צו טון פארקערט ווי מ'וויל טון, נאר זיך צו איבערצייגן אז מ'טוט טאקע ווי מ'וויל.
איך דערמאן זיך יעצט ווי אפאר יאר צוריק האב איך געפרעגט א חבר מיינע פארוואס ער גייט מיט א שטריימל. זאגט ער מיר אז די שטריימל שטערט אים נישט בכלל און בעצם וויל ער גיין מיט א שטריימל. (עס איז מעגליך אז מיר האבן גערעדט איבער גיין מיט א שטריימל אין שול שבת/יו"ט בייטאג.) האב איך אים געטשאלענדזשד אז דאס זאגט ער זיך אליינס זיך צו מאכן פילן גוט, אבער בעצם גייט ער מיט די שטריימל נאר ווייל די סיסטעם פארלאנגט עס. האט ער אפגעמאכט אויפן פלאץ אז גאנץ פסח וועט ער גיין (בייטאג?) צו שול אן א שטריימל. דאס איז לכאורה א גוטע דוגמא פאר דער מבחן. ווייל דער יונגערמאן האט נישט געהאלטן אז דאס עצם גיין מיט א שטריימל איז א גוטע זאך, נאר אז ס'שטערט אים נישט צו גיין מיט די יוניפורם און צו אריינפיטן אין די סאסייעטי. ממילא, איז דאס נישט גיין מיטן שטריימל פאר אכט טעג נישט געווען עפעס וואס ער וויל נישט טון און עס האט געצייגט אז בעצם פייפט ער אויף די סיסטעם און ער טוט וואס עס שמעקט אים.
עס איז וויכטיג צו מרחיב זיין אביסל איבער א נקודה וואס כ'האב שוין געשריבן בקיצור אינעם ארטיקל זעלבסט. דער ארטיקל ערקלערט נישט "פארוואס" דער מענטש לעכצט צו זיין פריי, מיר האבן נאר ערקלערט וויאזוי מ'קען וויסן צו מ'איז באמת פריי. ועוד, עס קען אפילו זיין סברות צו זאגן אז זיין משעובד האט געוויסע מעלות אין געוויסע פעלער, אזויווי מיר האבן ערקלערט די מעלות פון זיין אין טורמע. למעשה אבער האט א יעדע מענטש אן אינערליכע געדרענג צו זיין א פרייע מענטש, עד כדי כך אז דער מענטש וועט זיך פארציילן מעשיות און לאגישע ערקלערונגען פארוואס דאס וואס ער טוט איז מבחירתו און נישט מתוך שעבוד.
לאמיר זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין. פון איין זייט איז דא דער מענטש וואס איז גענצליך פריי פון א יעדע סארט שעבוד, א יעדע איינציגסטע זאך וואס ער טוט איז עס נאר ווייל ער וויל עס טון. פון די אנדערע זייט איז דער קנעכט וואס לעבט נאר פאר יענעם, אלעס וואס ער טוט איז ווייל ער מוז עס טון. ניין און ניינציג (אדער הונדערט) פראצענט מענטשן זענען ערגעץ אויפן ספעקטראם. א יעדער איינער האט געוויסע זאכן וואס מ'טוט פונקט ווי מ'וויל און געוויסע זאכן טוט מען מתוך שעבוד צום סאסייעטי אדער צו אנדערע מניעות וואס זענען אונז משעבד. געוויסע האלטן שוין ביי די מדריגה פון זיך אויסארבייטען פון די שעבוד צום קאפין. רוב מענטשן האלטן אבער נאכנישט דארט, עס זענען דא מער וויכטיגע אספעקטן אין לעבן וואס דארפן א וויכטיגע גאולה. עס וואלט געווען מאדנע ווען א מענטש וואלט קודם געארבייט אויף זיין גלות קאפין ווילאנג ער איז משעובד פון צופרי ביז ביינאכט על כל צעד ושעל צום סאסייעטי, צום קאפאטיליסטישע סיסטעם וכדו'.
[tag]לעיקוואד[/tag] האט ארויסגעברענגט א וויכטיגע נקודה אז מ'קען אמאל ווערן משעובד צום דראנג פון 'נישט זיין משעובד בשום פנים ואופן'. זאל א מענטש אויפגעבן אויף זיין סעלפאון צוליב דעם וואס ער פילט אז ער איז אדיקטעד צו עס? די ענטפער איז אז עס ווענדט זיך אויב אויפגעבן די סעלפאון וועט אים ברענגן מער חירות אדער מער שעובד. אויב דורכן אויפגעבן אויפן סעלפאון וועט ער מוזן צוקומען צו די קופות צדקה פון די קהלה -לדוגמא- און ממילא וועט ער מוזן זיך מער צושטעלן צו אלע זייערע קאפריזן, דאן וואס האט ער אויפגעטון מיטן זיך באפרייען פון די עול הסעלפאון אויב ער האט באקומען אנשטאט דעם אנדערע מלכי מצרים אשר מעבידים בהם בפרך?
די נושא פון וואס הייסט אן אדיקשאן און וואס נישט איז נוגע נאר ווען מען איז דן וואס מען דארף באהאנדלן און וואס נישט. דא איז די שאלה נאר אויב מען איז אן עבד אדער א בן חורין. די פאקט אז איינער איז אן עבד מיינט נישט אז יענער דארף זיך באהאנדלן, אדרבא, אין געוויסע פעלער קען מען זאגן אז דער עבד לעבט א גרינגערע לעבן ווי דער בן חורין, עכ"פ ווילאנג ער ווייסט ניטאמאל אז ער איז משעובד צו איינעם/עפעס. מיר האבן נאר גערעדט צו דער וואס עבדות איז א נחות דרגא פאר אים און ער וויל וויסן צו ער איז טאקע א בן חורין אדער ער רעדט זיך אזוי איין מתוך סטאקהאלם סינדראם. אויף דעם ארויף איז דא די עצה וואס איך האב מרחיב געווען דערויף אין מיין ארטיקל.
עס זענען דא מענטשן וואס וועלן דיר אפן זאגן אז אידישקייט איז שווער און בעצם וויל איך עס נישט טון אבער קיין ברירה האב איך נישט. אנדערע וועלן ניטאמאל וויסן אז זיי האבן א בחירה בכלל, ניטאמאל גלייבן אין דעם אז זיי האבן א בחירה איז מרצונם. רוב מענטשן וועלן אייך זאגן אז זיי זענען בוחר צו זיין אידן, עס איז נישט דא עפעס בעסער ווי זיין א איד, א יעדע דעטאל וואס זיי טוען אדער טוען נישט, מאכט פשוט סענס אזוי. די דאזיגע מענטשן דארפן זיך בוחן זיין פון צייט צו צייט און זעהן וויפיל פון זייער טאג טעגליכע לעבן איז טאקע חירות'דיג און וויפיל איז נישט. די רעזולטאטן פון דער בחינה וועט קיינמאל זיין הונדערט פראצענט אדער אפילו נאנט צו דעם, אבער וויפיל פראצענט יא?

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 6:38 am
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
זייער אינטערעסאנט געווען צו ליינען. דער שרייבער צענעמט שיין ביידע צדדים. געווענליך ווען מ'ליינט איבער טעמעס פון פריייהייט האנדלט זיך עס פון טעארעטישער פילאזאפיע, אבער אין דעם פאל איז עס שטארק למעשה'דיג, און ס'איז באשריבן אין אן אופן וואס איז מעורר מחשבה. איך האף שפעטער צוריקצוקומען מיט מיינע פאר צענט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
Re: זמן חירותינו: מיר זענען פריי בוחר צו זיין - וועקער 12
ייש”כ [tag]הוגה[/tag] פארן אנרירען א נושא וואס רירט אהן מיין לעבן טעגליך.
איך וועל טאקע אנפאנגען מיט עניני דיומא,זיך מישען און פסח,איך קום פון א משפחה וואס ממישט זיך נישט פסח גארנישט,פסח באשטייט פון בשר,ביצים,ותפו״א,
אויבענאויף איז דאס ממש די גרעסטע סתירה צו חירות,סדרייט זיך טשאקלאד און כל מיני קעיקס אונטער די האנט און מקען נישט עסן.
און טאקע פאר אפאר יאר האב איך מיך טאקע מתיר געווען די מנהג און געגעסען אלע פראדוקטען.
למעשה כהיום פיהר איך מיך צוריק דיע מנהג,און איך שפיר א משונדיגע חירות און דעם,איך בין פטור פון עסן א גאנצע טאג אחוץ ,די צוויי דריי סעודות,איך בין פטור פון זיך קויפען סענוויזשעס און סאדע קענס,מיינע קינדער זעען א טאטע מיט סעלפ קאנטראל,
איעדע יאר נאך פסח פרוביר איך מיך צו איינשטעלען א שטרענגע עסן דיעט,פון דריי מאל אטאג עסן וזהו זה, פארשטייט זיך סהאלט נישט אהן לענגער ווי ביז פסח שני.
די זעלבע איז מיט די סעלפאון,סאיז קלאר ביי מיר אז איך בין מער אויף די סעלפאון ווי איך וויל באמת זיין,איך בין זיך מחיה מיט שבתים און ימים טובים וואס איך בין פריי פון מיין שיעבוד צום סעלפאון,
איך פארשטיי אבער אוכט אז דער וואס געפינט זיך און א געזעלשאפט ווי א סעלפאון איז אסור,און ער איז נישט באקוועם מיטען איסור און ער שפירט בארעניצט און ווי מנעמט עם אוועק זיינע רעכטען,וועט ער האבען א נאטורליכע רייץ יא צוהאבען א סעלפאון צו שפירען חירות,אבער נאכען האבען דעם סעלפאון,און וואטסעפפ,פעיסבאוק,פאלט ער אריין און א שיעבוד עצמי וואס איז גאנץ שווער זיך ארויסצודערזעען דערפון.
איך לייג פון צייט צו צייט ארויף א סטעטאוס אויף מיין וואטסעפפ פאר אינטערעסאנטקייט,סאיז ממש א פחד צו זעען וואס מענטשען טוען מיט דערצייט.
מענטשען פארברענגען שעות אויף פעיסבאוק און וואטסעפפ,מטשעקט,און מבראוזט,און מטרייט צו באפרידיגען די אינערליכע דארשט,און אנשטאט מזאל ניצען די אייגענע קאפ און די הארץ צו זוכען וואס די אינערליכע נפש וויל,זיצט מען און מפארשווענדט די צייט צו טשעקען סטאטוסעס,קוקען אנדערע מענטשענס פעיסבאוק פראפיילס, קוקען יוטיוב קליפס,
אוודאי די מיטעל וועג וואלט געווען צו האבען די סעלפאון און זיך מאכען שטארקע גדרים וואס יא און וואס נישט,ווען יא און ווען נישט,א מענטש האט אסאך שוואכע מינוטען און פאר דיע צייטען דארף מען האבען שטארקע גדרים און זיך האלטען דערצו מיט קייטען.
עכ״פ פרייהייט פאר מיר מיינט אז די מענטש לעבט א לעבן וואס זיין הארץ,מח ,נפש זענען אלע באפרידיגט און נישט פארשטעקעט איינער פארען צווייטען.
די ארטיקעל פון ״שיללער״ האט מיר געוויזען א געוויסע דרגא און חירות,זיין זעל האט ליב סקווער,סטריווקע,זיין מח און הארץ האט ליב YU ,זיין גוף האט ליב ספורטס,און ער ערפילט אלעס מיט א רואיגקייט און מיטען פילען ברען.
שיעבוד קען זיין אויף פארשידענע אופנים,פארשטייט זיך די הויפט שיעבוד איז צו די אייגענע תאוות און הרגלים,וטבעיים שניים.
אבער אונזער שיעבוד צו אונזער סטעטאוס רייסט אוכט אוועק שטיקער פון אונזער פרייהייט,וויפיל האלטען אונז זיך צוריק צוגיין ווייטער און לעבן וועגען סאיז נישט און איינקלאנג מיט אונזער סטעטאוס אויף כמה אופנים.
מענטשען זענען פרומער ווי זיי זענען פון איין זייט,פון די אנדערע זיי איז דא פארקערט מענטשען וואס לעכצען צו זיין מער spiritual זיי ווילען האבען א טיפערע און ריינערע לעבן,און קענען זיך נישט ברענגען דערצו ווייל זיי זענען משועבד צו זייער סטעטוס צווישען חבירים און משפחה.
עכ״פ שכח נאכאמאל הוגה פארען עפענען אזא וויכטיגע נושא.

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איך ווייס אז ס'איז טאקע שפעט אין בלא עתה אבער כ'האב יעצט געליינט די ארטיקל פונעם פילאזאף דר. דזשוליען באגיני, און איך גלייב אז עס האט א שייכות צו די געדאנק פונעם ארטיקל דא, ובפרט לגבי די יו"ט אונטער'ן שאטן פון קאוויד.