וועמענס לעבן איז בעסער, פונעם יוד אדער פונעם גוי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

וועמענס לעבן איז בעסער, פונעם יוד אדער פונעם גוי?

שליחה דורך חאצקל »

פון אלס קינד ווערן מיר געפרעדיגט אז דעם יוד'ס תורה'דיג לעבן איז אזוי שיין לעומת דעם גוי'ס ווייל וואס פאר א טעם האט דען דער גוי'איש לעבן, ער האט נישט קיין שבת קיין יום טוב, נישט קיין תורה ומצות, פרעסט און פאפט אן קיין שום ערהאבענער ציל אין לעבן וכו'. ווען מיר ווערן עלטער הערן מיר נאך מער, אז ביי זיי איז דא א סך גיטין, מלא הפקרות וכו'

אלזא, איך וועל נישט מאריך זיין, נאר איך וועל הערן וואס איר האט צוזאגן איבער דעם ענין?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער גוי האט א בעסער'ן לעבן פון אן עווערעדש חסידיש'ן איד.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דאן בין איך העכער עווערעדש, ווייל איך ענדשוי זייער מיין עטניסיטי, און קולטור,

אבער איך קען פארשטיין אז נישט יעדער מענטשט איז די זעלבער נאטור און פאר געוויסע סארט נאטורן איז שווער צו זיין א איד,
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

פרעסן און פאפן זענען גראדע נישט קיין שלעכטע זאכן.... (בגשמיות פארשטייטזיך)
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

זר, באלד פליען דיינע קינדער פון די מוסדות!!!, ליידער האלט איך ווי דיר,
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווארט באלד הייבט זיך אן א מבוכה וואס מיינט "בעסער"
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

איך קוק אן די שאלה אזוי ווי איינער וואלט ווען געפרעגט, וועמענס צואה איז בעסער, פון אן אייזל אדער פון א פערד?

נקוט כללא זה בידך, די לעבן זייגט אוועק, קיינער איז קיינמאל העפי אינגאנצן, נישט קיין חילוק וויפיל גליק'ן א מענטש זאל נאר דערגרייכן וועט מען אלעמאל בלייבן אומצופרידן, וועסט נישט טרעפן א מענטש אויפ'ו גאנצן כדור העולם וואס וועט זיין רואיג און צופרידן מיט וויפיל תאוות ער האט שוין דערגרייכט, ממילא צו פארגלייכן עולם הזה איז סטופיד נאן סענס, אז מ'בלייבט אומצופרידן איז נישט קיין חילוק וואס און וויפיל די צופרידענע חלק איז.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

עס איז דא אזעלעכע וואס זאגען אזוי, א גוט לעבען האט א גוי אבער ליידער בין איך געבוירען א איד עפ"ל,י

קודם איז דאס נישט אמת, ווייל איינער ווי דער עוורידש אינגערמאן וואס זיין טאטע מאמע זיינען שלא מזלנים נישט קיין פרנסה נישט קיין חכמה, אבי געלעבט וואס קענסטו קאמפלעינען, ווען די קומסט פון א גוי'ישע משפחה וואס וואלסטו ווען געהאט, דא האט מען דיר צוגעשטעלט א ווייב מיט א דירה מיט א שטריימעל מיט א נארמאלע חברותא, און עס איז דא סאך זאכען וואס דו קענסט טועהן פאר סיפוק,י

ווען די פארסט קיין מאנסי אדער קיין מאנטריאל וועט מען דיר צו שטעלען אן אכסניא,י

ווען די דארפסט אלע סארט חסד וועט מען דיר עס צושטעלען

ווען די גייסט אין ביזנעס, למשל אין אינשורנס האסטו הונדערטער מענטשען וועם די קענסט רופן פאר ביזנעס, ווען די עפנענסט א גראסערי וועלען אסאך באקאנטע קויפען ביי דיר דיך צו שטיצען, וואס ביסטו סתם א סעלף העיטינג דזשאו

רבותי העלפט מיך ארויס דא, טוט'ס א חסד
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ווען דו דארפסט ארויסגיין גייענדיג אין גאס דאפסטו נישט מער ווי צוגיין א האלבע גאס צו די נענסטע בית המדרש.

האט איהר שוין אמאל אריינגעטראכט וואס טוהט א גוי וואס דארף ארויסגיין ווען ער גייט אין גאס?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פין וועלכע גוי רעדט מען סאיז דא אסאך קלאסן פינעם פרעזידענט, גביר, היפי, האם לעס.?
פין וועלכע איד רעדט מען סאיז דא אסאך קלאסן פינעם אלטרע ארטעדאקס, מאדערן, ספרדיש, צפתניק, וכו'?

ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען דו דארפסט ארויסגיין גייענדיג אין גאס דאפסטו נישט מער ווי צוגיין א האלבע גאס צו די נענסטע בית המדרש.

האט איהר שוין אמאל אריינגעטראכט וואס טוהט א גוי וואס דארף ארויסגיין ווען ער גייט אין גאס?

האט שוין אמאל געטראכט וואס די גוי טוט ווען ער איז הוגעריג אינטערוועגענס?

איך זאג נישט א גוי האט א בעסער לעבען, נאר סשוין דא א אשכול אויף די מעלות פין אונזער סיסטעם. דא פארשטיי איך דארף מען שוין דעם מסקנה.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

אוי ביסטי א רשע
יעצט האסטי מיך דערמאנט דעם שמעק אין די רעסססט עריעס און עיראפארטס ווי די גוים פרעסן אריין אין איך מיז ארויסנעמען מיין צוקוועטשטע טונא ראול
אוי דער שמעק ממממ

דאט קאם איז אבער גערעכגט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בגשמיות איז דעם גוי'ס לעבן בעסער, בלי ספק.
ער האט דאך באקומען עולם הזה פאר א סיבה!
און מיר האבן באקומען עולם הבא.
עס לוינט נישט צו טוישן, און עס לוינט נישט צו מקנא זיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

מאנכע מישן צווישן 'גרינגער' און 'בעסער', וועלכע זענען נישט די זעלבע.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נעמט אין אכט אז ווען חאצקל זאגט "יוד" מיינט ער 0.02% פראצענט פון די וועלט (דאס רעכנט שוין אריין פרייע אידן אויך. ארטאדאקסן זענען 13% פון אלע אידן) און מיט "גוי" מיינט ער די איבעריגע 99.98% פון די וועלט. פון אזא פערספעקטיוו, איז די שאלה "וועמענס לעבן איז בעסער" ממש לעכערליך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

יידל האט געשריבן:נעמט אין אכט אז ווען חאצקל זאגט "יוד" מיינט ער 0.02% פראצענט פון די וועלט (דאס רעכנט שוין אריין פרייע אידן אויך. ארטאדאקסן זענען 13% פון אלע אידן) און מיט "גוי" מיינט ער די איבעריגע 99.98% פון די וועלט. פון אזא פערספעקטיוו, איז די שאלה "וועמענס לעבן איז בעסער" ממש לעכערליך.


און יעצט ווערט שווער די קשיא וואס מ'האט שוין ארומגערעדט אומצאליגע מאל, פארוואס פארקויפט מען פאר אונזערע קינדער שקרים וכזבים? ובפרט היינטיגע צייטן ווען ס'איז זייער גרינג צו דערגיין דעם שקר, ומילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי? און צום מיליאנסטן מאל, וויאזוי מאכט מען אידישקייט געשמאק?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
we will
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך we will »

The life of a goy are better, but the life of Orthodox Jews are more secure. Especially those living in communities, when they have a problem, they have the right people to contact and activists engaged all the time ...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שמעקעדיג האט געשריבן:בגשמיות איז דעם גוי'ס לעבן בעסער, בלי ספק.
ער האט דאך באקומען עולם הזה פאר א סיבה!
און מיר האבן באקומען עולם הבא.
עס לוינט נישט צו טוישן, און עס לוינט נישט צו מקנא זיין.

און איינע פון די סיבות פאר וואס דער גוי שפירט טאקע בחוש אז זיין לעבן איז בעסער, איז ווייל ער פארנעמט זיך די גאנצע צייט מיט עפעס, (לייען - נאך א תאווה און תענוג בהבלי עוה"ז) און לאזט נישט איבער צייט צו טראכטן, און אריינצופאלן אין מרה שחורה אויף עפעס וואס איז נישט גוט געגאנגען אין לעבן. משא"כ א איד האט נישט די פולע תענוגים וואס זאלן אינגאנצן איבערנעמען זיין מחשבה אויף 120 יאר.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

טאמבל, הלוואי ויהי' כדבריך, די ביטערע פאקט איז אבער אז רוב וועלט טראכט נישט, נישט קיין חילוק צו וועלכע רעליגיע מען בעלאנגט, ס'פעלט נישט קיין תענוגים מיט וואס דער איד זאל פארברענגען זיינע 120 יאר.

און אויב דער גוי טראכט יא דארף ער נאכאלס נישט אריינפאלן אין א מרה שחורה, ער האט זיך זיין תפקיד, זיינע שבע מצוות, דער באשעפער האט אים אויך באשאפן מיט א ציל, און אויב איז ער א גלויביגער און גלייבט אין שכר ועונש בעולם הבא דאן פעלט אים גארנישט אויף דעם וועלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום DotCom, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א גוי ווען ער האט חתונה און ס'גייט דורך יארן און ער האט נישט קיין קינדער און לאמיר אננעמען אז ס'באדערט אים זייער, (דאס איז שוין ווען ס'באדערט! וויפיל גוים ווילן לכתחילה נישט האבן!) בלייבט אבער זיין צרה טאקע בלויז נאר דאס אז ער האט נישט קינדער.
ביי א איד איז די צרה 10 פאכיג וואס מ'דארף נישט מסביר זיין.

ביי א גוי איז נישט שייך אז זיין קינד איז אים אפגעפארן אדער אז די פאבליק סקול האט געשיקט א לא נתקבל.

ווען א גוי גט זיך איז ער נישט אראפגעקוקט, און ער ווערט נישט ווייניגער ווערט אויף די שידוכים מארקעט.
-----------------
די פאטענציאלס פאר א א איד צו האבן צער און עגמת נפש איז סאך מער פונעם גוי!
:cry:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי געשריבן אויבן, בגשמיות איז טאקע בעסער דאס לעבן פונעם גוי, אבער שפירט ער דען אזא גוטן טעם, סיפוק, און צופרידענהייט?
גייט ער דען שלאפן מיט אזא געהויבענעם געפיל ווי מיר גייען שלאפן נאך א געהויבענע טאג, פול מיט מצוות און מעש"ט?
אטא דאס מיינען אונזערע עלטערן ווען זיי זאגן אז א גוי'ס לעבן שפירט זיך פוסט און ליידיג. ער זוכט כסדר נאך פאן אנצופילן די פוסטקייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א נארמאלער איינשטענדיגער גוי פילט פונקט אזוי גוט ווי דיר ווען ער גייט שלאפן.
ער האט נישט דיין נשמה, און ער דארף נישט דיין סיפוק.

ס'אזוי ווי זאלסט זאגן אז דער עלעפאנט פארשטייט נישט די טעם פון א טשולענט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זר זהב האט געשריבן:א גוי ווען ער האט חתונה און ס'גייט דורך יארן און ער האט נישט קיין קינדער און לאמיר אננעמען אז ס'באדערט אים זייער, (דאס איז שוין ווען ס'באדערט! וויפיל גוים ווילן לכתחילה נישט האבן!) בלייבט אבער זיין צרה טאקע בלויז נאר דאס אז ער האט נישט קינדער.
ביי א איד איז די צרה 10 פאכיג וואס מ'דארף נישט מסביר זיין.

ביי א גוי איז נישט שייך אז זיין קינד איז אים אפגעפארן אדער אז די פאבליק סקול האט געשיקט א לא נתקבל.

ווען א גוי גט זיך איז ער נישט אראפגעקוקט, און ער ווערט נישט ווייניגער ווערט אויף די שידוכים מארקעט.
-----------------
די פאטענציאלס פאר א א איד צו האבן צער און עגמת נפש איז סאך מער פונעם גוי!
:cry:


טאקע וועגן דעם זעלבן סיבה, ווען עס גייט יא אזוי ווי עס ברויך צו זיין, איז דער געשמאק פונעם איד אסאך העכער ווי פונעם גוי'ס.
וואספארא טעם שפירט דער גוי ווען זיין זון האט חתונה מיט זיין גירל-פרענד? ווי א פינפטער ראד צום וואגן?
א איד, די גאנצע התרגשות פון אלע יארן חינוך וואס ער האט אריינגעלייגט, ער שניידט די פירות און די נחת, קען דען א גוי אפילו שפירן די געהויבענע טעם פון טראגן א קינד אונטער די חופה?
אודאי איז ער אויך פרייליך, איך מאך נישט אוועק דעם גוי'ס הרגשים. אבער ס'איז כרחוק מזרח ממערב.
זאג מיר וויפיל טרערן א גוי פארלאזט ביי א קינד'ס חתונה.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט