רביה''ק זי''ע האט געשריבן::like טויזענט לייקס פאר די הקדמה.
און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.
איך וויל דיר געבן א לייק פאר דיינע טויזנט לייקס. אבער בנוגע דיין הערה אויף אידעאלאגיעס פאדערט דאס א באזונדערער שמועס
איך בין זיכער מסכים מיט דיר אז אידעאלאגיע מוז ווערן אנגענומען מיט א געוויסער מאס פון באשיידנקייט, זאל זיין כאטש מיט א כמו-ספק, כדי צו ערמעגליכן פאר אנדערע מענטשן צו אטעמען. אבער דאס גופא קען דעבאטירט ווערן, וויבאלד ערגעץ מוזן מיר דאך פארמאגן א זיכערקייט וואס קען נישט מקבל זיין קיין פשרה. קענען מיר זיין טאלעראנט ווען ס'קומט צו די יסודות פונעם מענטשליכן מוסר למשל, ווי רציחה און גזילה?
למעשה אבער פאררופט זיך יעדע אידעאלאגיע אויף יענע זעלבע יסודות אין וועלכע מיר זענען נישט מסופק. קאמוניזם, פאשיזם, ליבעראליזם, קאנסערוואטיזם, אלע ווי איינער פאררופן זיך אויף הומאניסטישע יסודות, און אויף דעם סמך באטראכט יעדער אומ'פשרה'דיגער אידעאלאג זיין קעגנער ווי א רוצח/כופר וואס מ'טאר נישט אויסהערן.
דער סוף פסוק איז אז מענטשן מוזן פארמאגן אן אומ'פשרה'דיגקייט בנוגע די יסודות המוסר, כדי מ'זאל נישט צווייפלען צי רציחה איז מותר אדער אסור, אבער ווען ס'האנדלט זיך אין געזעלשאפטליכע פראגעס וואס זענען בלויז אומדירעקט פארבינדן מיט מאראל, מוז מען פארמאגן א געוויסע באשיידנקייט. וואס ס'איז ביי דיר רציחה איז ביי א צווייטן הצלת נפשות, און אזוי אויך פארקערט, ווי ווייטאגליך און מאדנע דאס הערט זיך. אין פראקטיק איז עס נאך שווערער וויבאלד ווען א מענטש באטראכט עפעס ווי רציחה דארף עס אים אויפשוידערן.
בקיצור, דער שמועס איז א לאנגער און קען נישט ווערן געשליכטעט אין ראם פון א קורצער רעאקציע. ממילא כאטש איך גיב דיר צוריק א טוץ מיט לייקס, לאמיר מסכים זיין אז די טעמע פאדערט א ברייטערע באהאנדלונג.