מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
שלום וישע רב למורי ורבי כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איתן מושבו בעיר גדולה לאלהים קרית יואל.
בקדה חמש מאות נעם איך די פעדער אין די האנט צו שרייבן דברים היוצאים מן הלב, על אף וואס איך ווייס מך ערכי ומי אנוכי לבוא אל המלך, אבער ההכרח לא יגונה.
בתוך עמי אנוכי יושבת דעם חול המועד בין אלפי תלמידי וחסידי מרן שליט"א ביים יערליכן חול המועד דרשה אין בית המדרש הגדול. דעם רבי'נס דיבורים זענען ווי געווענליך געווען כמים קרים על נפש עייפה. די הייליגע דברי תורה, מוסר והדרכה זענען ווי מן פאר די ימי החול הבעל"ט.
חסדי השם הזכיר כבוד קדושתו ווי אזוי דער רבי, דער עמוד האש ההולך לפני המחנה, האט געראטעוועט דעם חינוך הטהור פון די צאן קדשים אין ניו יארק. דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם נס פסח דהאי שתא ווי אזוי די רשעים עומדים עלינו לכלותינו, ווי אזוי זיי האבן מטכס עצה געווען ארויף צו צווינגען אויף אונזערע קינדער לימודים שונים מלא כפירה ומינות רח"ל, אבער והקב"ה מצילנו מידם מיט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא און חכמה פונעם רבי'ן, טאקע בליל התקדש החג איז אפגעטאן געווארן דער זדים ביד עוסקי תורתך.
גם אני האב נאך די דרשה געטאנצן דעם והוא שעמדה. אבער, רבי, ס'איז געווען בבחינת ויחד יתרו. פון איין זייט איז די שמחה עד אין לשער אז מ'וועל מיר ווייטער קענען מחנך זיין אונזערע קינדער בדרך התורה אן קיין שליטה פון די רשעים עוזבי התורה, דער שמחה איז גרויס אז אין דעם דור שפל האט דער אייבערשטער איבער געלאזט אזא מנהיג וואס מיט זיין ווייט אויג האט ער מפיר געווען עצת אויבינו. אבער פון דער אנדערער זייט נעשה בשרי חדודין חדודין. דאס הארץ האט געציפט, די אויגן האבן פארלאזט א טרער און דאס איז די מטרה פון מיינע דיבורים.
רבי ומורי. איך בין א פשוטער איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה. איך ארבעט ביטער שווער מן הבוקר ועד הערב אהיים צוברענגען לחם לפי הטף. איך בין וואס מ'רופט אן א בעלבאטישער אינגערמאן. איך האב ב"ה א גוטע פאסטן און איך מאך א שיין געהאלט. איך מאך אן ערך פון פינף און אכציג טויזענט דאלער א יאר נעט פלאס העלט אינשורענס.
א שיין פרנסה. אסאך פון מיינע חברים קענען נאר חלום'ען פון דעם. אבער רבי, אין הצר שווה. ס'איז ווייט פון גענוג, זייער ווייט. דא איז דער חשבון: איך צאל דריי אלפים א חודש רענט פאר מיין ענגע דירה. 36 טויזענט א יאר. שכר לימוד און קעמפ קאסט מיר לערך 20 טויזענט א יאר. עסן קאסט מיר נאך 25 טויזענט א יאר (500 א וואך, זייער מצומצים פאר א שטוב פון צען נפשות). בלייבט מיר איבער ניין טויזענט דאלער פאר אלע אנדערע הוצאות, ווי לעקטער, געז, טעלעפאן, קליידונג, וכו' וכו'. $173 א וואך!
איך האב נישט קיין פוד סטעמפס, סעקשאן 8, וואוטשערס אדער אנדערע גאווערמענט פראגרעם'ס. מיט 173 דאלער א וואך דארף איך דעקן מיין לויפענדיגע בודזשעט.
רבי לעבן, איך בין א מיטל-דרייסיג יעריגער אינגערמאן. איך האב אנגעהויבן מיין דזשאב מיט א וועידזש פון 18 טויזענט דאלער. ב"ה איך האב מיך פיין ארויפגעארבעט. אבער רבי, די פראפעשינאלס אין מיין קאמפעני מאכן אסאך מער, אריבער 200 טויזענט דאלער א יאר. איך מיט מיינע ישיבה יארן און לימודים אונטער מיר האב נישט געקענט טרעפן קיין בעסערן סטארטינג סעלערי. איך האב נישט געקענט קיין ענגליש, קיין קוויקבוקס, קיין עקסעל, איך האב נישט געהאט קיין טרענירונג אין גארנישט. איך בין אריין געפאלן פונעם עולם התורה אינעם עולם העשייה אן קיין שום הקדמות. היינט צוטאגס, ווען איך בין שוין גוט אויף מיין דזשאב, קען איך קיינמאל נישט אנקומען צו די פאזישאן'ס וואס צאלן קרוב צו א פערטל מיליאן דאלער. אלעס ווייל מיין גירסא דינקותא האט מיך נישט צוגעגרייט דערצו.
איך שטיי און איך בין מקנא דעם לויער אין מיין קאמפעני, דעם אקאונטענט און דעם אינזשעניר. זיי ווערן גוט באצאלט פאר זייער פראפעשאן. איך אבער האב נישט קיין שום פראפעשאן און איך דארף מיך באגנוגען מיט מיין מאגערן וועידזש.
זכרנו ימים מקדם ווען איך בין געזעצן באהלי של תורה ביים רבי'ן אין ישיבה. מיין טאטע זאל זיין געזונט האט מיך געשטופט צו לערנען די הוראה. ופקודתו שמרה נפשי. איך האב געלערנט און גע'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל. עשיתי לילות כימים. ביז איך האב ב"ה זוכה געווען לברך על המוגמר און זיך פארהערן די הוראה. איך וועל קיינמאל פארגעסן מיין שמחה ווען איך האב מיך פארהערט די הוראה ביים רבי'ן. כ'האב אפילו באקומען א יורה יורה ידין ידין פון רבי פישעלע זצ"ל. ס'איז געווען אן אמת'ער שמחת התורה. דער רבי האט געשיינט פון שמחה, ס'הייסט, נאך א תלמיד הגיע להוראה. מיין טאטע און מאמע זענען געווען אויסער זיך פון פרייד. ווער רעדט נאך פון מיין זיידע ז"ל וואס איז אדורך דעם לאגער, ער האט נישט געקענט אויפהערן רעדן פון די נקמה וואס ער האט אינעם צורר היהודים שר"י. ס'איז געווען לעכטיגע טעג.
דערנאך האב איך חתונה געהאט. ס'האט נישט לאנג גענומען ביז איך בין געקומען צו די הכרה אז טשעיס נעמט נישט אן קיין הוראה. אמעריקען עקספרעס אויך נישט. און ניטאמאל מיין גראסערי מאן, דער וואס האט זיין מקום קבוע ביי די הקפות לעבן מיר. אלע פארלאנגען קעש. גרינע. דאלארן. ליידער אן עולם השפל, אבער דער עולם המציאות.
געלט דרייט די וועלט און איך דריי מיך אויף דער וועלט אן קיין געלט. ס'איז קשה כזית.
איך בין פארזונקען אין חובות. כ'האב געבארגט דא און דארט פון גוטע אידן. באצאלט פאר דעם און געבארגט פון יענעם ווי א גלגל החוזר. די קרעדיט קארדס זענען פול און איך צאל ביטערע אינטרעסט מדי חודש בחדשו.
איך דערמאן מיך די ימי חושך ואפילה פון פאר דעם יעצטיגן יו"ט פסח. א צייט וואס דארף צו זיין לעכטיג און שיין. נהפך לאבל מחולינו. און האב נישט געהאט קיין איבעריגן צענט צוצוגיין צום יו"ט און דא דארף איך קויפן שיכעלעך פאר די קינדער, סוטס, היטן, אא"וו. מיין שווער דער צדיק האט זיך אנגעשטרענגט למעלה מיכלתו און מיר געגעבן 500 דאלער. מיין טאטע האט מיר באצאלט די מצות. איך בין ארום געלאפן בארגן אפאר טאלער. דער האט מיר גלאט אזוי אפגעזאגט, דער אנדערער האט געבעטן דריי ערבים און נישט צופרידן געווען מיט קיין איין ערב וואס כ'האב געברענגט. געלויבט דער אייבערשטער אז אחר כל התלאה האב איך זיך אנגעבארגט 2000 דאלער מיט חרפות ובושות.
ואחר כל הדברים האלה האב איך געדארפט מאכן די שווערע באשלוסן. קויף איך שיך פאר רחל'ע אדער יענקעלע? איר שיך האט א לאך פון אונטן בשעת זיין שיך איז צוריסן אויף דער זייט און דער שיסטער קען עס נאך אפשר פארעכטן. זרח'ס סוט איז אויסגעוואקסן בשעת פון ברוך'ס סוט ציט זיך פעדימער. דאס הארץ האט מיר געריסן ביים מאכן די באשלוסן. דעם קינד האב איך צופרידן געשטעלט למחצה לשליש ולרביע און דעם קינד האב איך צובראכן אויף שברי שברים.
אין א צוויי-דריי יאר גיי איך אריין אין מסכת שידוכים. איך קען אפילו נישט טראכטן וואס ס'וועט זיין. איך וועל דארפן האבן צווישן פיפציג און אכציג טויזענט דאלער פער חתונה. איך האב אפילו נישט קיין איבעריגע פינף ביז אכט דאלער! די אלע געוואלדיגע חתונה תקנות וועלן מיר קיין סאך נישט העלפן. ווער רעדט שוין פון מיין פחד ומורא אז מיינע קינדער גייען בקרוב אריין אין דעם זעלבן ראד וואס איך בין, אן קיין שום כלים אויף הצלחה.
רבי טייערער, דא רעדט א בעלבאטישער אינגערמאן! נישט קיין ארעמאן. דער חינוך וואס מ'האט מיר געגעבן האט מיך נישט צוגעגרייט צו די ריעל ווארלד.
איך ווייס נישט צו דער רבי קען פארשטיין מיין ווייטאג און פלאג. ידי רועדת פון מיין קומענדיגע דיבורים וואס איך שרייב ביתרת הכבוד וזהירות, ותקוותי אז ס'וועט נישט זיין קיין חוצפה, ווייל דאס איז נישט מיין ציל חלילה.
מ'דערציילט אויף איינע פון די גדולי ישראל אז ער איז אין א קאלטן, נאסן נאכט געגאנגען נאך געלט פאר אן ארעמאן וואס האט נישט געהאט קיין האלץ צו הייצן זיין שטוב. ער קומט אן צום שטאט'ס עושר אין מיטן דער נאכט און קלאפט אויפן פעסטער. דער עושר קריכט ארויס פון בעט און עפענט דעם טיר א דערשראקענער און זעהט דעם רבי'ן ביים טיר. דער רבי נעמט זיך רעדן מיט אים על דא ועל הא. דעם עושר ווערט קאלט און פארבעט דעם רבי'ן אריין צו קומען דער רבי מאכט זיך נישט וואוסענדיג און שטייט ווייטער ביים טיר און שמועסט. נאך א שטיק צייט ווען דער עושר ווארפט זיך שוין פאר קעלט שרייט ער צום רבי'ן אז ער האלט עס שוין נישט אויס און דער רבי זאל שוין אריינקומען. זאגט אים דער רבי, גוט, ס'איז דא אן ארעמאן וואס ווארפט זיך פאר קעלט נאכט נאך נאכט, יעצט אז דו ווארפסט דיך פאר קעלט וועסטו אים פארשטיין, ווען דו זיצט אין דיין ווארעם הויז וואלסטו אים קיינמאל נישט פארשטאנען.
לענינינו. דער רבי זיצט מיט דריי גרויסע, אויסגעצאלטע דירות. פארט מיט א שיינעם קאר. האט הערליכע, טייערע שטיקער זילבער. האט חסידים וואס באצאלן די חתונות פון די אייניקלעך. ווען מ'לעבט אזא לעבן, ווען דער גרעסטער דאגה איז ווער ס'האט א גרעסער עולם ביים כ"א כסלו סעודה, איז אפשר שווער צו פארשטיין די פשוטי עם שבשדות ווי איך וואס גייען אדורך שבעה מדורי גיהנום. ווי געזאגט מיין איך נישט חלילה וחס מקטרג צו זיין. אדרבא, ס'איז אין די אינטרעסע פון כלל ישראל אז די עיני העדה זאלן לעבן במנוחה נכונה, בפרט אזא מנהיג ווי דער רבי וואס גיבט זיך אזוי אפ מיט הידורים אין כשרות, מצות, לימוד התורה, חתונה תקנות, אד"ג. פארט אבער, איז זיצענדיג אין איינע פון די גרויסע אויסגעצאלט הייזער שווער צו פארשטיין דעם עני ואביון.
וכאן הבן שואל, פארוואס זאל מען נישט לערנען קיין פאך פאר די קינדער? וועט א לימוד פון קוויקבוקס שטערן אונזערע קינדער פון אויסוואקסן ערליכע אידן? וואס כפירה שטייט אונטער עקסעל? וואס איז דער פראבלעם מיט ענגליש וואס איז ממש א נחיצות היינטיגע צייטן?
ברוך המקום ברוך הוא אז ער האט אפגעטאן פון אונז די גזירה פון די רשעים. אבער צווישן אונז ערליכע אידן גערעדט, אפשר איז צייט צו לערנען על טהרת הקודש לימודים וואס וועט העלפן פאר אונזערע קינדער?
ונא אל תשיבנו די הויך-קלינגענדע ווערטער ווי חתם סופר, השכלה, חינוך הטהור וכדומה. איך וויל פארשטיין. איך פלאג מיך ווי א הונט, אלעס כדי לעשות רצון אבינו שבשמים. האב איך אזויפיל רעכט צו בעטן אן הסבר.
רבי, היינט איז שוין נישט קיין צייט פון פעלד ארבעט. אפילו ניטינג דזשאבס איז שוין אויך כמעט נישטא. רוב גוט-באצאלטע ארבעט זענען פראפעשאנעל דזשאבס. פאר דעם דארף מען אנהייבן צו לערנען זייער יונג. נעמט מיך פאר פאר א משל. איך האב א געפיל אין מעדיקאל. איך בין א הצלה אינגערמאן, איך האב א חיות דערין. דער עווירעדזש געהאלט פאר א דאקטער איז 190 טויזענט דאלער. פארוואס קען איך נישט האבן דעם דזשאב? פארוואס האט מען מיר נישט געגעבן די כלים דערצו אין די אינגע יארן? פארוואס דארף איך מיך פלאגן ווען מיין לעבן וואלט געקענט זיין אסאך, אסאך גרינגער?
וואס טוט זיך מיטן חיוב ללמדו אומנות? אמאל האט דאס געמיינט אויסלערנען די קינדער אקערן און זייען. היינט מיינט דאס לערנען דעם קאמפיוטער. לערנען א פראפעשאן. דאס איז די אומנות פון אונזער דור. ווי אזוי איגנארירט מען אינגאנצן דעם חיוב?
דער רבי האט געזאגט אינעם דרשה אז מ'האמיר ב"ה מיליאנערן. געוואלדיג. אבער פון דער אנדערער זייט האמיר א גרעסער פראצענט עולם פון ארימעלייט ווי דער דרויסענדיגע וועלט. נישט יעדער האט דעם תכונת הנפש פון פירן אן אייגענעם ביזנעס. מ'דארף דערצו האבן לידערשיפ סקילס און זיין א ריסק-טעיקער. איך, און רוב מענטשן, זענען דאס נישט. איך קען נישט גיין שלאפן פאר איך ווייס אז כ'על קענען באצאלן מיין רענט. איך מוז האבן א סטעיבל דזשאב.
די וועלט האט זיך געטוישט. מ'קען שוין היינט נישט אנגיין ווי אמאל. די ארבעט האט זיך געטוישט. קאסט אוו ליווינג האלט אין איין ארויף גיין. (די יאר האט מען געהעכערט שכר לימוד בשעת וועידזשעס איז געבליבן די זעלבע. פון ווי זאל איך עס באצאלן?) ס'איז אפשר שוין צייט איבער צו טראכטן אונזער מהלך.
וטרם אכלה לדבר. מ'שרייט אז פון די לימודים קענען קיין ערליכע אידן נישט אויסוואקסן. לאמיר געבן א קוק אין אונזער אייגענע מוסדות, די הייליגע בית רחל שולע. דארט לערנט מען ענגליש, מעט, סייענס, היסטאריע, און אסאך אנדערע לימודי חול. מ'קומט כמעט אינגאנצן נאך וואס די רעגירונג פארלאנגט (לויטן אלטן געזעץ!). און וואס זענען די תוצאות? ערליכע אידישע נשים כשרות וצניעות! ס'איז א דבר ידוע אז אונזערע נשים צדקניות זענען נאך ערליכער און תמימות'דיגער פון די מענער.
וכאן הבן שואל מה נשתנה. פארוואס ביי די מיידלעך לערנט מען יא, און זיי וואקסן אויף זרע ברך השם, און ביי די אינגלעך לערנט מען נישט ווייל זיי וועלן נישט קענען אויסוואקסן ערליכע אידן? מה נשתנה אלו מאלו?
עולם הפוך ראיתי. די פרויען וואס רובם וועלן אויסוואקסן היים-מאמעס און וועלן קאכן, באקן, טוהן די היים ארבעט און זיך אפגעבן מיט די קינדער מיט זיי לערנט מען סייענס. די נשים צדקניות וואס זענען מגדלין את בנינו, וואס לייגן אריין דעם שמע ישראל אין די קינדער, וואס געבן איבער דעם אמונה פשוטה פארן קומענדיגן דור, מיט זיי לערנט מען די היסטאריע פון די גויים. די מיידלעך וואס וועלן כמעט נישט נוצן קיין אוטלאק מיט זיי לערנט מען עס. אבער מיט די אינגלעך וואס רובם וועלן אויסוואקסן ארבעטער וואס וועלן קענען נוצן די אלע לימודים אויף צו ברענגען פרנסה, מיט זיי איז אן איסור חמור דאס צו לערנען!
רבי רבי מורי מורי, איך וויין כבן המתחטא לפני אביו אז דער רבי זאל נעמען די זאך אין די האנט אריין און ברוחב בינתו דאס טוישן. ווער נאך איז אזוי געאייגענט דערצו ווי דער רבי וואס איז לא חת מפני כל. די וועלט קוקט ארויס אויפן רבי'ן. ווען דער רבי איז עפעס מתקן, האט עס אן השפעה אויף די גאנצע יהדות החרדית. ותקוותי חזקה אז דער רבי וועט מקיים זיין דעם ולא תגורו מפני איש און מתקן דעם ענין על דרך התורה.
ואסיים את דברי מיט כל הברכות הכתובה בספר התורה, און דער רבי זאל זוכה זיין לישב על כסא ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל, ביז מ'וועל מיר זוכה זיין לישב איש תחת גפנו ואיש תחת תאנתו בביאת משיח צדקינו מיטן רבי'ן בראשינו בב"א
כה דברי תלמידו המתאבק בעפר רגליו

- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
מצווה לפרסם. איך בין ממליץ אוועק צושטעלען א קאמיטעט פון בעה״ב דוגמת דער שרייבער פון דעם דאזיגען בריוו כדי צו לעזן דעם ריזיקען פראבלעם לנו ולבנינו. גענוג איז גענוג. עד מתי וועלען מיר אוועקשטעלען איידעלע, געלונגענע אינגעלייט וואס ווען סקומט צו דשוינען דאס ווירקפארס זענען זיי נישט ווערט מער פון א מינימום וועידזש ארבייטער. סאיז א חרפה און א בושה און א חילול השם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
וכאן הבן שואל, פארוואס זאל מען נישט לערנען קיין פאך פאר די קינדער? וועט א לימוד פון קוויקבוקס שטערן אונזערע קינדער פון אויסוואקסן ערליכע אידן? וואס כפירה שטייט אונטער עיקסעל? וואס איז דער פראבלעם מיט ענגליש וואס איז ממש א נחיצות הייטיגע צייטן?
די אלע זאכען זענען דא אינגעלייט וואס לערנען זיך נאך די חתנה (אנשטאט פארברענגען אין כולל) אין זענען מער מצליח אווי די וואס לערנען זיך ווען זיי זענען יונגער, זיי זענען עלטער מיט מער פארשטאנד פארשייען זיי בעסער אין שנעלער וועגן דעם זענען זיי מער מצליח, פארשטייט זיך אז יעדער דארף לערנען א פאך וואס ער איז געבוירן דער מיט אין פארשטייט עס גרינג, וואס מ'לערענט אין סקאל ווי קוויקבוק אין דאס גלייכען איז גיט נאר אפשר פאר 20% דע איבריגע האבען דער פון גארנישט פינק ווי מיט דע הוראה,

איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כוכב האט געשריבן:כ'קען נישט מער ווי מיטוויינען אויף יעדן ווארט.
גם אני מצטרף.
די היפאקריטיזם פון לערנען אלעס מיט די מיידלעך און שרייען כפירה ביי די אינגלעך/בחורים איז ממש מיינד-באגלינג.
איך ווייס פירסט הענד אזויפיל מעשיות ווי אינגעלייט וואלטן געקענט מצליח זיין מיט מינימום טרעינינג - הלואי כאטש אלס חתן זאל מען אויסלערנען יסודות פון פינאנץ און ביזנעס - און ליידער ליגן זיי באגראבן אין טיפע חובות און דרייען פון רעכל צו מעכל און האבן נישט קיין טאג און קיין נאכט.
דער אמת איז אז עס איז פאראן א שטיקל הסבר. נישט אז איך מאך אוועק די וויכטיגקייט דערפון, און איך לכשעצמי טו איך אינקורידזשן מיינע קינדער זיך צו לערנען אויף וויפיל ס'איז שייך, די חיוב פון חייב ללמד את בנו (נישט את בתו) אומנות פארבלייבט א הייליגע פליכט פאר יעדן טאטן. נאר וואס דען - א יונגל/בחור/יונגערמאן האט א חיוב פון לימוד התורה וואס א מיידל/פרוי האט נישט, און למעשה איז דאס דער תכלית אויף וואס מיר זענען באשאפן געווארן, ללמוד וללמד לשמור ולעשות. באמת וואלט געדארפט זיין א מענטש זאל מאכן תורתו קבע ומלאכתו עראי. ממילא די רבנים - וואס ליגן בעיקר אין רוחניות (לכה"פ פאר יענעם....) נוצן דאס פאר א תירוץ אז דאס איז דער עיקר תכלית החיים, דאס איז דער רצון ה', דאס איז דער עיקר נחת וואס אונזערע עלטערן האבן פון אונז און מיר וועלן האבן פון אונזערע, וכו' וכו', וואס דאס אלעס איז אמת, נעמליך די רוחניות פון א מענטש איז דער עיקר, די ביג פיקטשער, און די טאג-טעגליכע פלאגענישן איז בלויז א דורכגאנג וואס יעדער גייט אדורך איינער אזוי און איינער אזוי, קיינער קען נישט זאגן אויף זעך אז זיין לעבן גייט אים 100%, ימי שנותינו וכו' און ליידער ורהבם עמל ואון, איז ממילא פארלאנגט מען תורה תורה תורה 24/7.
איך האב עס באמת געוואלט שרייבן אין די מאסטער אשכול, ווייל די שונאים ווילן אונז גענצליך "אויסמענטשלען" (לייען: אסימילירן) און לערנען אלע שטותים, בעת רוב זאכן פעלט באמת נישט אויס, אפילו נישט פאר די מיידלעך, אבער לדעתי איז א פליכט פון די עלטערן און די מוסדות אויסצולערנען לכה"פ גוט די שפראך, סיי רעדן, שרייבן און ליינען, ווי אויך רעכענען, פראצענט מלגאו ומלבר, און זיי אריינטרעינען אין די ביזנעס וועלט, ווי די בעיסיק קאמפיוטער פראגראמען וואס פעלט זיך אויס, די יסודות פון פינאנץ און בודזשעט סיי פריוואט און סיי ביי א ביזנעס, אויסלערנען ליינען א בעלענס שיעט אדער א פראפיט & לאסס רעפארט, ווי די אויך די בעיסיק לעגאלע געזעצן פון ביזנעס, (צב"ש אז מען דארף האבן פארשידענע ערליי אינשורענס, אדער אז געשעפטן טארן זיך נישט אפשמועסן צו העכערן די פרייז אויף א געוויסע אייטעם, וכדו'), און סתם אזוי אלגעמיינע געזעצן (א מאדנע עקזעמפל, אסאך יונגעלייט מיינען אז מאלעסטעישאן אדער עובר זיין אויף איינע פון די ג' חמורות איז בלויז א אומאיידעלע זאך, אסאך ווערן שאקירט ווען זיי דערוויסן זיך אז זיי קענען ווערן אנגעקלאגט דערויף, וכדו'). מען זאל אויך מעורר אקעגן שווינדלעריי און רעספעקטירן דאס געזעץ, לערנען וועגן פעדעראלע און לאקאלע טעקס אא"וו. ווי אויך געאגראפיע איז וויכטיג, אפשר אויך אביסל ווי אזוי די גארווערמענט און די עקנאמיע ארבעט (אין דער איד איז לעצטנס דא גאר תוכנ'דיגע באשרייבונגען דערוועגן, הלואי טיילט מען דאס אין די חדרים ביי ענגליש...). מען זאל אויך לערנען אביסל איבער מעננארס און מענטשליכע באציאונגען (טיילן דעם בוכל ווי אזוי צו געווינען פריינט איז א גוטע איידיע), און אזוי ווייטער, פשוט'ע מענטשליכע יסודות אינעם לעבן, אזוי אז נאך די חתונה בעזר השם איז דער יונגערמאן נישט אזוי פארלוירן און קען טראכטן פון א מער פראפעסיאנאלע ארבעט. דאס אלעס האט נישט קיין שמץ פון כפירה, און האט גארנישט אקעגן לערנען די תורה און ענדיגן מסכתות וואס דאס פארבלייבט דער תכלית, כי זה כל האדם, ווייל סוכ"ס זענען מיר נישט קיין מלאכים און דער רצון ה' איז צו ברענגען פרנסה און אויפציען א אידישע תורה'דיגע שטוב, וואס דאס קאסט אסאך געלט. וקצרתי מאוד.
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
elter-zeide האט געשריבן:די אלע זאכען זענען דא אינגעלייט וואס לערנען זיך נאך די חתונה (אנשטאט פארברענגען אין כולל) אין זענען מער מצליח אווי די וואס לערנען זיך ווען זיי זענען יונגער, זיי זענען עלטער מיט מער פארשטאנד פארשייען זיי בעסער אין שנעלער וועגן דעם זענען זיי מער מצליח, פארשטייט זיך אז יעדער דארף לערנען א פאך וואס ער איז געבוירן דער מיט אין פארשטייט עס גרינג, וואס מ'לערענט אין סקאל ווי קוויקבוק אין דאס גלייכען איז גיט נאר אפשר פאר 20% דע איבריגע האבען דער פון גארנישט פינק ווי מיט דע הוראה,
קודם כל איז עס נישט ריכטיג, מען קען אלס בחור זיך זייער גוט אויסלערנען די אלע זאכן פונקט ווי די מיידלעך,
אבער חוץ מזה האט דיין עצה (לערנען נאך די חתונה) נאך 2 פראבלעמען, איינס אז די יונגעלייט דארפן זיך אליינס באצאלן די קורסעס, פארוואס זאל דאס נישט זיין באצאלט פונעם חשבון ווען די עלטערן און די גאווערמענט האבן רייך געמאכט די מוסדות כדי זיי זאלן לערנען מיט אונזערע קינדער. און צווייטענס, עס נעמט אויף טייערע צייט (טיים איז מאני), אין די חדשים וואס די יונגעלייט גייען פאר טרעינינג און דארפן בשעת מעשה צאלן רענט און גראסערי וואלטן זיי שוין געקענט קענען כמעט אלע יסודות.
עס איז אמת אז אין כמעט אלע פראפעשאנס דארף מען אביסל טרעינינג, אבער עס איז א גרויסע חילוק צי מ'הייבט אן די טרעינינג נאך די חתונה פון די א"ב צי מען קען שוין אלעס קלאר ביז תוספות. די יסודות הדברים דארפן אונזערע קינדער קענען פון די שולע יארן, פינטל.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער שטאט סאטמאר אין ראמעניע, איז ווי באוויסט געווען זייער א רייכער שטאט. ס'האב דארט געוואוינט פיל נגידישע אידן וועלכע האבן געטיילט צדקה מיט א ברייטער האנד. אין רעזולטאט האבן זיך ארימעלייט פון איבער גאנץ ראמעניע אנגעהויבן זיך ארויסצולאזן מאסנווייז קיין סאטמאר, מיט די האפענונג עטוואס צו לייזן עפעס פרנסה פאר זיך און די פאמיליע.
אין לויף פון די צייט איז די סיטואציע געווארן ממש אומדערטרעגליך. דער אנלויף פון ארימעלייט וועלכע האבן באלעסטיגט די איינוואוינער איז גענצליך ארויס פון קאנטראל. אזש די ראשי הקהלה האבן זיך צונויף געזעצט אויף א דריגענדער באראטונג אויפצוקומען מיט א פאסיגע לעזונג צו די אומאנגענעמע סיטואציע.
האט איינע פון די פארשטאנד פארגעשלאגן אז מ'זאל מאכן א ספעציעלע קאסע, אין וועלכע אלע נגידים וועלן איינצאלן יעדען מאנאט, איטליכער לויט זיין מעגליכקייט. און דאן זאל מען איינמאל א וואך דאס אויסטיילן גלייך אויף גלייך צווישן אלע ארימעלייט.
די לאגישע איינפאל איז יעדן געפאלן, און קהל האט אנגעהויבן אונטערצונעמען די נויטיגע שריט אהערצושטעלן די קאסע. נאר בעפאר זיי האבן דאס געקענט אריין לייגן אין קראפט האבן זיי זיך ערשט גענויטיגט אין די צושטימונג פונעם מרא דאתרא. דער מרא דאתרא דאן איז געווען רבינו הקדוש זי''ע.
דער רבי זי''ע האט אויסגעהערט די ראשי קהלה מיט גרויס אויפמערזאמקייט, ער האט זאגאר בלויז געהאט איין פראגעלע. ווער איז דער ערפונדער פונעם פלאן? דאס איז די גאנצע וואס דער רבי האט געוואלט וויסן. ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט אז דער ערפונדער איז טאקע געווען פון די אויפגעקלערטע (אזוי האט מען דאן גערופן די אוי טי די'ס). דאס איז געווען די איינציגסטער אורזאך פארוואס די רבי זי''ע האט נישט געוואלט צושטימען צו דעם אנגעבליכער לאגישער לעזונג.
ב) שלמה המיילך זאגט אין קהולת מה שהיה הוא שיהיה. די אנגעבליכע 'פרנסה טענה' איז שוין גאר אן אלטער, דאס קומט נאך פון די אלטע פארצייטישע משכילים פון דייטשלאנד. נאר וואזשע דען? ס'האט דאן נישט געהאט קיין געהעריגע ענטפער און ס'האט נאך היינט נישט קיין געהעריגע ענטפער. נאר איין זאך די גדולי ישראל האבן געקוקט ווער ס'איז דער ערפונדער פונעם פלאן. פיינער? סטאנוב? מעדלזאהן? זיי זענען דאך אונזער פיינט, זיי מיינען נישט אונזער פרנסה. אלזא, פע נידער מיטן פלאן. איי פרנסה? נישטא קיין געהעריגע לעזונג? פארפאלן אויב די לעזונג קומט פון די פיינט קען עס נישט זיין גוט פאר אונז.
השכלה אין דייטשלאנד איז געווען אן אויסשליסליכער סוקסעס. אידן זענען געווען דוקטורים, אדוואקאטן, פראפעסארן, די פרנסה איז געווען ברום המעלה.
ביז די פרנסה אידן האבן אנגעהויבן גיין היטלערן אויף די געהירן, אזש ער האט אנגעכאפט די אלע בעלי פרנסה די דאקטורים, אדוואקטען, אד''ג, זיי מיט זייערע ווייבער און קינדער, און זיי אפגעליפערט קיין אוישוויץ צום שווארצן טייוול. האט מען געדארפט פאלגן פיינער? סטאנוב? דער ענטפער זאגט איר אליינס.
צום ענין די פראגע פון פרנסה איז זיכער א ווייטאגליכער, די לעזונג פון לערנען מער ענגליש איז גאר א פיינער.
נאר איין פראבלעים, ווער איז דער ערפונדער? ס'קומט פונעם גרויזאמען פיינט. ס'זאל זיך נישט קיינער איינרעדן אז דער טיפש נפתלי דע מאנסטאר שר''י מיינט אונזער גוטס. ער איז בלויז דא לעקר לשרש הכול! איי ער טראמפייטערט ארום מיט א גרויסן אומנות טאוועל? און שרייט אז ער מיינט פשוט אונזער פרנסה? הוילע שטירן אפפאל.... ער איז בלויז דא לאבד ולשרש הכול. דאס איז די אויסשליסליכסטע סיבה פארוואס מ'דארף שטיין פעסט איז זיכער מאכן שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי!!!
קיין פאסיגע לעזונג פאר אונזערע יונגעלייט וואס מוטשען זיך אויף פרנסה זעט זיך ביזדערווייל נישט אויפן האריזאנט. זאל דער אייבישטער חונן דעת זיין אונזערע ערליכע מנהיגים מיט א פאסיגע לעזונג....

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אויב איז די גאנצע פראבלעם אז מאסטער האט עס געזאגט, האט מען דאך אויפגעטאן, צושטערט זיין פלאן, מען ברויך נישט לערנען וואס ער וויל!!!!
אלא מאי, ביז יעצט האט מען אויך נישט געלערנט קיין סאך לימודי חול, אהן מאסטער.
און די אמת'ע סיבה איז, ווייל דער רבי'ס געבן נישט קיין נפיחה קלה אויב מענטשן זענען בעלי פרנסה אדער נישט, ער פארדינט גארנישט צו א אינגערמאן פארדינט אכציג טויזענט צו צוויי הונדערט טויזענט, ביידע געבן פאר די מוסדות די זעלבע.
ער דארף נאר די מיליאנער, און דאס האט ער ממילא. און ווי ער אליין האט געזאגט אין זיין דרשה.
ועוד, דער וואס פארדינט צוויי מאות איז דער שווערסטע בעל הבית צו קאנטראלירן, ער האט א אייגענע דעה, ער איז נישט א צריך לבריות, און מען קען אים נישט געבן גענוג כבוד לויט וויפיל ער קען געבן. דער פראבלעם ווערט עלימינירט אויב מען לערנט נישט קיין לימודי חול
בכלל איז דער רעיון צו אומגליקליך מאכן

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
כ'ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען אין סאטמאר פאר הונדערט יאר צוריק, און וואס אימער ס'איז געווען מיינט נאך נישט אז ס'איז געווען ריכטיג.
ווער איז געווען דער ערפינדער פונעם געדאנק אז מ'דארף היטן אונזערע קינדער פון מאלעסטעישאן? א שוטה, רשע וגס רוח מיט'ן נאמען נחום ראזנבערג. אלזא? דארף מען ווייטער מאלעסטן קינדער? היינט ווייסט יעדער אז מ'דארף היטן די קינדער.
דאס האט פילייכט גארנישט מיט נחום איינגעשטויסן... וויי איז פאר א מענטש וואס נחום ראזענבערג דארף אויפקלערן אזא זאך.....דאס איז א שכל זאך...
ווער האט געשטופט דעם געדאנק אז מוהלים מיט הערפיס זאלן נישט מאכן מציצה בפה? דער פארפיינטעטער ניו-יארקער OTD מעיאר מייקל בלומבערג? און דערפאר? היינט ווייסן אלע רבנים אז מוהלים וואס זענען אנגעשטעקט לאזט מען נישט צו צו א קינד.
דאס האט אויך גארנישט מיט די ניויארק רעגירונג צו טאן... א קינד וואס איז געל טאר מען נישט מל זיין ווייל ס'איז א סכנה... אזוי זאגט די תורה הק' וה''ה אויב עס איז ווירקליך דא א חשש פון א סכנה איז גאנצע שאלה צו די מילה איז חל בכלל...
קבל את האמת ממי שאמרו. מיר דארפן נישט לאזן אונזערע קינדער ווערן מאלעסטירט, אנגעשטעקט מיט הערפיס, אדער זיך מוטשען מיט פרנסה א גאנץ לעבן, ווייל פאר הונדערט יאר צוריק האט א רבי זיך געזאלט האבן עפעס אויסגעדרוקט.
א טויש אין חינוך תשב''ר פון די וועג וואס ס'איז מקובל מדור דור. דארף קומען דורך גדולי ישראל, נישט דורך משכילים און טיפושים. ווען א שיגץ וויל טוישן די חינוך פון מיינע קינדער, אפילו ער טראמפייטערט אז ער מיינט גוטס, און אפילו דער פשוטער שכל דיטוטירט אז ער איז גערעכט, ברויך מען א וועק שטיין כמטחווי קשת. דאס איז געווען די מיינונג פון גדולי ישראל אלע דורות.
קבל את האמת ממי שאמרו איז געזאגט געווארן צווישן אידן.. נישט ווען מ'האנדלט מיט שוטים און עוברי עבירה...

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
געלייקט דעם ארטיקל צוליב די סטיל, אבער ער האט בסך הכל אנגעמערקט וואס 'ער' עקספיריענסד אין זיין טאג טעגליכן ארבעט מיט א קאלעגע וואס מאכט דאפעלט פון אים צוליב יענעמ'ס קענען ענגליש.
איך ווארט אבער צו הערן קראנטע סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט מענטשען פון די אלגעמיינע סאסייעטי מאכן מער ווי אן עוורידזש אונזערס א אינגערמאן, אן די אלע באגרעניצונגען וואס א חרידישער איד האט? לעסט איים איי טשעקד (איך האב עס אמאל געפאוסט דא אינעם שטיבל) מאכן זיי נישט מער!
ער איז מקנא די דאקטוירים וואס מאכן א דורכשניט פון 190 טויזנט א יאר ( איך ווייס נישט פונקטליך וואספארא מין דאקטער ער רעדט פון, ס'איז זייער א ברייטע אינדוסטרי) אבער במחילה מכבודכם, וויסטו וויפיל מעדיקעל סקול קאסט? ווייסטו וויפיל יאר מ'דארף זיך לערנען? לדעתי האט עס נישט קיין פינאנציעלע זין! אדרבה פרעגט אייער דאקטער, רובא דרובא דאקטוירים ( די וואס זענען שוין מצליח צו ענדיגן און נעמען דעם עקזעם, ווייט פון הונדערט פראצענט נכנסים) טוען דאס ווייל זיי האבן א געפיהל דערצו.
אה! א לויער! כאפ א בליק וויפיל די ריעל עסטעיט לויערס מאכן (נישקשה, אבער ווייט פון צו האבן א 'טענה' היתכן מ'לערנט נישט דעם עולם געזעץ), און כאפ א בליק וויפיל האבן גראדואירט און קענען נישט טרעפן קיין ארבעט!
אונטערשטע שורה, רוב פראפעסיאנאלע גוט באצאלטע ארבעט איז ניטאמאל קיין אפציע פאר א היימישע איד מיט א שטוב מיט קינדער.
און יא! פרנסה איז א ערענסטע פראבלעם! איי עגרי

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:איך ווארט אבער צו הערן קראנטע סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט מענטשען פון די אלגעמיינע סאסייעטי מאכן מער ווי אן עוורידזש אונזערס א אינגערמאן, אן די אלע באגרעניצונגען וואס א חרידישער איד האט? לעסט איים איי טשעקד (איך האב עס אמאל געפאוסט דא אינעם שטיבל) מאכן זיי נישט מער!
און יא! פרנסה איז א ערענסטע פראבלעם! איי עגרי
הונדערט פראצענט. ווילאנג מ'צאלט דריי טויזענט רענט א חודש און מ'שטאפירט אויס צען קינדער מיט פינף הונדערט דאללער ווערט פון קליידער, גייט מען זיך מוטשען. אפילו מ'זאל שיקן די קינדער אין פאבליק סקול.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בכלל דער טענה אז א גוי פארדינט נישט מער איז ליידיגע שטריק.
ווייל זייט ווען טאר איך נישט פארדינען מער ווי דער גוי?? און אפשר זאל איך חתונה האבען ביי די דרייסיג און האבען איינס אדער צוויי קינדער ווי דער גוי? פין א גוי ברענגסטו א ראי'?????
דער שאלה איז נישט וויפיל מער א גוי פארדינט, די שאלה איז וויפיל מער קען איך פארדינען מיט א בעסערע ענגליש, און דער תירוץ איז, אסאך אסאך מער.
וויפיל קען דער אינגערמאן וואס ארבעט ביי די בעקעריי צו קנעטען טייג פארדינען ווען ער קען ענגליש?????? דאפעלט צו טריפעל?????
נישטא קיין תירוץ.
דאס איז עוולה נוראה מצד די מנהיגים וואס זיי ציען אויף אונזערע קינדער צו זיין האלץ האקערס און וואסער טרעגער אלץ פאר זייערע באקוועמליכקייטן. גענוג איז גענוג.
ווייל זייט ווען טאר איך נישט פארדינען מער ווי דער גוי?? און אפשר זאל איך חתונה האבען ביי די דרייסיג און האבען איינס אדער צוויי קינדער ווי דער גוי? פין א גוי ברענגסטו א ראי'?????
דער שאלה איז נישט וויפיל מער א גוי פארדינט, די שאלה איז וויפיל מער קען איך פארדינען מיט א בעסערע ענגליש, און דער תירוץ איז, אסאך אסאך מער.
וויפיל קען דער אינגערמאן וואס ארבעט ביי די בעקעריי צו קנעטען טייג פארדינען ווען ער קען ענגליש?????? דאפעלט צו טריפעל?????
נישטא קיין תירוץ.
דאס איז עוולה נוראה מצד די מנהיגים וואס זיי ציען אויף אונזערע קינדער צו זיין האלץ האקערס און וואסער טרעגער אלץ פאר זייערע באקוועמליכקייטן. גענוג איז גענוג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען אין סאטמאר פאר הונדערט יאר צוריק, און וואס אימער ס'איז געווען מיינט נאך נישט אז ס'איז געווען ריכטיג.
ווער איז געווען דער ערפינדער פונעם געדאנק אז מ'דארף היטן אונזערע קינדער פון מאלעסטעישאן?
דאס האט פילייכט גארנישט מיט נחום איינגעשטויסן
ווער האט געשטופט דעם געדאנק אז מוהלים מיט הערפיס זאלן נישט מאכן מציצה בפה?
דאס האט אויך גארנישט מיט די ניויארק רעגירונג צו טאן
פארוואס דארפסטו ווארטן נאך צען יאר צו זאגן אז יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון עדיוקעשן און ס'האט גארנישט מיט מאסטער צוטון? קענסט דאך עס זאגן שוין יעצט!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בכלל דארף מען צו פארשטיין, אונזער סטעיט סענעטער שמחה פעלדמאן, וואס אלע רבי'ס בענטשן און האבן אזוי ליב, שטעלט ענק פאר ער לערנט אין סאטמאר, וואלט ער אמאהל געווארען סטעיט סענעטער?????
אוודאי נישט!!!!!!
ער וואלט געוועהן נאך א נפתלי מאסטער וואס שרייט אז אונזערע עדיוקעישן איז נישט גוט.
ר' שמחה, זאלסט זיין געבענטשט מיט דיין זשאב ,
אונז ווילען האבען נאך שמחה פעלדערס!!!!!!!
We want more
אין סאטמאר קען עס נישט געשעהן.
ר' שמחה, ביטע מאכט זיכער אז אונזערע מוסדות קענען ארויסגעבען נאך שמחה פעלדערס.
אוודאי נישט!!!!!!
ער וואלט געוועהן נאך א נפתלי מאסטער וואס שרייט אז אונזערע עדיוקעישן איז נישט גוט.
ר' שמחה, זאלסט זיין געבענטשט מיט דיין זשאב ,
אונז ווילען האבען נאך שמחה פעלדערס!!!!!!!
We want more
אין סאטמאר קען עס נישט געשעהן.
ר' שמחה, ביטע מאכט זיכער אז אונזערע מוסדות קענען ארויסגעבען נאך שמחה פעלדערס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אישתישבי האט געשריבן:בכלל דער טענה אז א גוי פארדינט נישט מער איז ליידיגע שטריק.
ווייל זייט ווען טאר איך נישט פארדינען מער ווי דער גוי??
ס'דא א סיבה פארוואס נישט אלע גוים פארדינען דריי דיגיטס, די זעלבע סיבה איז אויך גילטיג ביי אידן. די מציאות אין די גרויסע וועלט איז, אלף נכנסים לבית המדרש ואחד יוצא להוראה. גערעכט אז פאר א געוויסע פראצענט וועט עדיוקעשן זיין א גרויסע ישועה, אבער פאר'ן כלל וועט עס וויניג אויסמאכן. נישט דא שטעקט אונזער פראבלעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
טוה מיך א טובה, אלע גוים פארדינען נישט. אמת. אבער אויס אידען איז אזוי, די קלוגע כאפן זיך צו, און קענען גענוג ענגליש צו פארדינען, אבער ער וואלט געקענט פארדינען פי כמה מיט קענען אלץ קינד. און אזוי איז פאר אלע מדריגות אראפ, אוודאי וועט דער שוואכערע בעל כשרון נישט זיין רייכער ווי דער בעל כשרון (על פי רוב), אבער ער וועט פארדינען מער מיט א בעסערע עדיוקעישן.
האסט אמאהל געטראפן א שוואכע לויער? אוודאי!! ער פארדינט אבער פיל מער ווי ווען ער וואלט געוועהן א חסידישע אינגערמאן. ווייל דעמאלט וואלט ער געשניטן האלץ אין סערטיפייד.
האסט אמאהל געטראפן א שוואכע לויער? אוודאי!! ער פארדינט אבער פיל מער ווי ווען ער וואלט געוועהן א חסידישע אינגערמאן. ווייל דעמאלט וואלט ער געשניטן האלץ אין סערטיפייד.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
א ברענעדיגע נושא וואס איז שוין כמה פעמים געווארן אויסגעשמועסט דא אין שטיבל.
מיין עצה וואס קען אפשר ארבעטען איז, נישט צו טרייען צו פיקסן די וועלט ווייל דאס וועט לכאורה קיינמאל געשעהן, צו טוישן די סדרי הישיבה קומט דערווייל נישט אין באטראכט אין וויסטן חלום, וואס יא, מען וואלט געקענט אויסשטעלן אז בין הזמנים זאלן זיין ספיציעלע בעיסיק קורסעס און קאמפיוטער און יסודות'דיגע פראגראמס וכדומה. חשבון, שפראך און געזעץ אריין ריקן כפי השייך. וכו'.
אזוי פארדינט מען צוויי זאכן, בראש ובראשונה די בחורים וועלן נישט משוגע ווערן מיט די צייט, און צוקומען צו דאס ארגסטע וכו' ודוק ודל. און פון די צווייטע זייט, עוסק זיין בישובו של עולם וויפיל עס איז שייך, און אנהייבן שפעטער זייערע שטוב מיט בעסערע יסודות.
איך האף איך לעב נישט אין דמיון לאנד, אבער איך קלער אז אזא געדאנק איז נישט לגמרי אפגעפרעגט.

- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:
אה! א לויער! כאפ א בליק וויפיל די ריעל עסטעיט לויערס מאכן (נישקשה, אבער ווייט פון צו האבן א 'טענה' היתכן מ'לערנט נישט דעם עולם געזעץ), און כאפ א בליק וויפיל האבן גראדואירט און קענען נישט טרעפן קיין ארבעט!
יא, לויערס מאכן שיין געלט עכ"פ פון מיר זיכער...
אסאך היימישע אידן וואלטן געוועהן גוטע לויערס ספיציעל מיט די קריטיקעל טינקינג וואס מ׳האט פון לערנען גמרא.
לא באתי לנצח (שולי)
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
Brooklyn's median houshold income is less than $45,000, איך מיין אז היימישע אינגעלייט פארדינען נישט ווייניגער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יעקב מענטש האט געשריבן:געלייקט דעם ארטיקל צוליב די סטיל, אבער ער האט בסך הכל אנגעמערקט וואס 'ער' עקספיריענסד אין זיין טאג טעגליכן ארבעט מיט א קאלעגע וואס מאכט דאפעלט פון אים צוליב יענעמ'ס קענען ענגליש.
איך ווארט אבער צו הערן קראנטע סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט מענטשען פון די אלגעמיינע סאסייעטי מאכן מער ווי אן עוורידזש אונזערס א אינגערמאן, אן די אלע באגרעניצונגען וואס א חרידישער איד האט? לעסט איים איי טשעקד (איך האב עס אמאל געפאוסט דא אינעם שטיבל) מאכן זיי נישט מער!
ער איז מקנא די דאקטוירים וואס מאכן א דורכשניט פון 190 טויזנט א יאר ( איך ווייס נישט פונקטליך וואספארא מין דאקטער ער רעדט פון, ס'איז זייער א ברייטע אינדוסטרי) אבער במחילה מכבודכם, וויסטו וויפיל מעדיקעל סקול קאסט? ווייסטו וויפיל יאר מ'דארף זיך לערנען? לדעתי האט עס נישט קיין פינאנציעלע זין! אדרבה פרעגט אייער דאקטער, רובא דרובא דאקטוירים ( די וואס זענען שוין מצליח צו ענדיגן און נעמען דעם עקזעם, ווייט פון הונדערט פראצענט נכנסים) טוען דאס ווייל זיי האבן א געפיהל דערצו.
אה! א לויער! כאפ א בליק וויפיל די ריעל עסטעיט לויערס מאכן (נישקשה, אבער ווייט פון צו האבן א 'טענה' היתכן מ'לערנט נישט דעם עולם געזעץ), און כאפ א בליק וויפיל האבן גראדואירט און קענען נישט טרעפן קיין ארבעט!
אונטערשטע שורה, רוב פראפעסיאנאלע גוט באצאלטע ארבעט איז ניטאמאל קיין אפציע פאר א היימישע איד מיט א שטוב מיט קינדער.
און יא! פרנסה איז א ערענסטע פראבלעם! איי עגרי
יעקב מענטש: דו דערמאנסט מיך דאס ווערטל וואס גייט בערך אזוי...וואס איז דער חילוק פון א ריסעסש'ן ביז א דיפרעש'ן..?! ווען יענער פארלירט זיין דזשאב איז עס א ריסעשן. און ווען איך האב נישט קיין דזשאב איז עס א דיפרעשן...!
דו האסט דיך געשטעלט אויף די ווערטער פון דעם בעל המכתב וואס ער זאגט אז ער איז מקנא דעם דאקטאר אדער דעם לויער. איז דיין ענטפער אז ס'איז זייער שווער צו צו קומען צו אט די פראפעשאנס. און. אויך, אז נישט אלע זענען מצליח. אשר על כן, דארפן קינדער אין די חדרים און ישיבות קטנות נישט לערנען קיין גוטן ענגליש. ווייל ס'וועט (לשיטתך) ממילא נישט העלפן צו האבן א גוטע פרנסה. די מציאות איז אבער אנדערש. אז אין די היינטיגע וועלט קענמען נישט צו קומען צו א גוט באצאלטע דזשאב נאר אויב מ'לערנט די בעיסיק לימודים. ווי ענגליש, מעטה, סאושל סטאדיעס און וועלטליכע היסטאריע. דאס האט גארנישט צו טון מיט נפתלי מאסטער און יאפפעד. ווען אונז טוען דאס, טוען מיר מיט דעם נישט קיין טובה פאר איהם און זיין גרופ. מיר טוען א טובה פאר זיך אליינס און פאר אונזערע קינדער. אין הכי נמי, דעם טייל פון די אלגעמיינע שטודיעס ווי די טעאריע פון עוואלוציע און וועלט באשאף דארפן מיר נישט לערנען. אבער אויסער דעם איז דא גענוג לימודים וואס א מענטש דארף קענען כדי צו האבן א נארמאלן דזשאב אין די היינטיגע מאדערנע טעכנאלאגישע וועלט...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:איך ווארט אבער צו הערן קראנטע סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט מענטשען פון די אלגעמיינע סאסייעטי מאכן מער ווי אן עוורידזש אונזערס א אינגערמאן, אן די אלע באגרעניצונגען וואס א חרידישער איד האט? לעסט איים איי טשעקד (איך האב עס אמאל געפאוסט דא אינעם שטיבל) מאכן זיי נישט מער!
און יא! פרנסה איז א ערענסטע פראבלעם! איי עגרי
הונדערט פראצענט. ווילאנג מ'צאלט דריי טויזענט רענט א חודש און מ'שטאפירט אויס צען קינדער מיט פינף הונדערט דאללער ווערט פון קליידער, גייט מען זיך מוטשען. אפילו מ'זאל שיקן די קינדער אין פאבליק סקול.
רביה"ק זי"ע: יא. אבער אונז זעמיר דאך עפעס בני מלכים. וואס ווילסטו אז אונזערע קינדער זאללן גיין אין חדר אזוי ווי להבדיל די שקצים און שיקסעס? מיט דזשינס און די געקעסטלטע, גראבע העמעדער...! וחוץ מזה. אויב אונזערע קינדער וואלטן געגאנגען מיט דזשינס אין חדר אריין.וואלטן שוין די היימישע סוחרים געפונען א וועג פון ארויפציען די פרייזן פאר אט די סחורה...!