לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

מי לד' אלי!!!!
דא א איד, נפתלי מאסטער וואס האט זיך מקריב געוועהן פאר אונזערע קינדער, אלץ פאר דעם וואס ער האט מגלה געוועהן א חסרון אין אונזערע סיסטעם.
יעצט ווען שמחה פעלדער האט געטוהן וואס זיינע ערוועהלער האבן אים געהייסן, און מאנופעלירט די סיסטעם אז די געזעץ זאל נישט אדורך במילואו, רייסען קאקערס אויף טוויטער, זעלבסט געקרוינטער קאקערס, אראפ נפתלי מאסטער מיט כל מיני בזיונות, פריוואטע און נישט פריוואטע, אלץ להגדלת הקאקערי שלהם, כאילו זיי זענען לטובתינו, און נפתלי מאסטער איז קעגן אונז.
אונז אלע ווייסן, אז נפתלי מאסטער וואלט געהאט אפענע סאפארט פין אסאך פין אונז, פין יעדער וואס וויל זיינע קינדער זאלען האבן א בעסערע עתיד, נאר עס איז דא א פחד פין די זאלסט קאקערס וואס רייסן אראפ נפתלי, זיין זאלען זיך נעמען צו אונז אלץ יחידים.
ממילא, ווען מען קען זיין אנאנים, דארפען אונז ארויס ווייזען שטיצע פאר די אמביציעס פין נפתלי מאסטער, און אים זאגן כה לחי.
א. נפתלי מאסטער איז גערעכט.
ב. אונז ברויכן בעסערע ענגליש.
ג. אונזערע מנהיגים זענען עצלנים.
ד. אונז לעבן מיר א לעבען פין פחד און אינטערדריקען
ה. קאקער שמחה פעלדער האט נאר זיין אייגענע דזשאב א דאנק זיין ענגליש.
ו. נפתלי מאסטער איז נישט אונזער וועג ווייזער, אבער ער האט געטוהן א זאך וואס וועט אים ברענגען עולם הבא זיכער. עולם הזה האט ער נישט פין דעם.
ז. ווער עס קען צולייגען א ווארט חיזוק פאר נפתלי מאסטער זאל עס טוהן. ווערט נישט המשך נאך אפאר סטופיד קאקערס וואס זענען נאר דא פאר זייער מינוט פין כבוד. אינוועסטירט אין די עתיד פין אייערע קינדער. אם אין אני לי מי לי, קיינער פין די קאקערס אדער רבי'ס וועלען אייך נישט העלפען ווען אייער זוהן וועט אייך פרעגען ביי די פינף און צוואנציג, טאטי וואס קען איך טוהן פאר פרנסה חוץ שלעפען באקסעס.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ס'איז דא א בארעכטיגטע זארג ווען אזא איינעם ווי מאסטער וכת דילי' וויל רעפארמירן די חרדישע עדוקאציע, ווייל זיין פאראכט גייט פיל ווייטער ווי בלויז עדוקאציע נאר אויפן גאנצן לעבנסשטייגער, ממילא פארשטיי איך זייער גוט די אנטריסונג און קאנטער קאמפיין, בפרט וואס מאסטער שטעלט זיך אפן ארויס מיט אן אומגינסטיגן בליק אויף חרדים בכלל, א שטייגער ווי זיין טוויט אז אפשר איז עמבער טעמבלין יא גערעכט.
מיין העשטעג וואלט געלאפן ווי פאלגנד: מאסטער_דאזענט_ספיק_פאר_מי_באט_הי_דעפענעטלי_העז_עי_פוינט_ענד_אוער_עדיוקעישאן_סיסטעם_סאקס_ענד_איז_לאדעקריס_ענד_דעינזשרעס

- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה. פאררעכטען אונזערע פראבלעמען איז א חוב קדוש, וביניהם איז פרנסה און שכר לימוד, חתונה מאכען, מוסדות התורה און ישיבות, וכו וכו. עדוקעישען איז גאר גאר וויכטיג, אבער נאכאלץ נאר איין חלק פון לעזען דעם פראבלעם. כידוע, אז אפילו דאקטורים און אדוואקאטען קענען נישט אויס האלטען צעהן קינדער און זיי חתונה מאכען בלי שום דאגה.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה.
ווען א געוועזענע תפיסה זיצער עפנט א ארגאניזאציע צו העלפן יושבי חושך פארשטייען מיר אז ער מיינט בלויז זייער טובה.
ווען א געוועזענע חולה עפנט א ביקור חולים ארגאניזאציע העלפן מיר ארויס ווייל ער מיינט בלויז זייער טובה.
אבער ווען א געוועזענע סטודענט פון אונזערע אנשטאלטן פרובירט צו פארבעסערן א פראבלעם וואס מיר זענען אלע מודה אז עס עקזיסטירט אין גרויסן מוז מען איהם אונטערברענגען ווייל א מחלל שבת מיינט זיכער בלויז נקמה און זיכט אונז אונטערצוברענגען .........
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה. פאררעכטען אונזערע פראבלעמען איז א חוב קדוש, וביניהם איז פרנסה און שכר לימוד, חתונה מאכען, מוסדות התורה און ישיבות, וכו וכו. עדוקעישען איז גאר גאר וויכטיג, אבער נאכאלץ נאר איין חלק פון לעזען דעם פראבלעם. כידוע, אז אפילו דאקטורים און אדוואקאטען קענען נישט אויס האלטען צעהן קינדער און זיי חתונה מאכען בלי שום דאגה.
נא, דארף מען זוכן א "שומר שבת״ וואס זאל טוהן די זעלבע וואו מאוסטער. ווער וויל דען דעס טוהן? נאכדערצו אויב טובלט ער זיך אין די סיסטעם? כמעט קיינער נישט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
שושן פורים האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה.
ווען א געוועזענע תפיסה זיצער עפנט א ארגאניזאציע צו העלפן יושבי חושך פארשטייען מיר אז ער מיינט בלויז זייער טובה.
ווען א געוועזענע חולה עפנט א ביקור חולים ארגאניזאציע העלפן מיר ארויס ווייל ער מיינט בלויז זייער טובה.
אבער ווען א געוועזענע סטודענט פון אונזערע אנשטאלטן פרובירט צו פארבעסערן א פראבלעם וואס מיר זענען אלע מודה אז עס עקזיסטירט אין גרויסן מוז מען איהם אונטערברענגען ווייל א מחלל שבת מיינט זיכער בלויז נקמה און זיכט אונז אונטערצוברענגען .........
ווען א מחלל שבת וואלט פרובירט צו העלפן אידן אין תפיסה אדער חולים וואלסטו אפשר גערעכט געווען , אבער ווען ער פרובירט צו טוישן אונזער עדיוקעישאן מעג מען אננעמען אז ער מיינט אונזער גאנצער לעבנסשטייגער, וואס לשיטתו איז עס דאך נישט וויכטיג, און נאכדערצו ווען ער טוהט נאך זאכן וואס ווייזן אז ער האט אונז פיינט.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
אישתישבי האט געשריבן:דא א איד, נפתלי מאסטער וואס האט זיך מקריב געוועהן פאר אונזערע קינדער, אלץ פאר דעם וואס ער האט מגלה געוועהן א חסרון אין אונזערע סיסטעם.
וואס פונקטליך האט מאסטער מקריב געווען פון זיך? מיר זעהט אויס ווי ער קויפט זיך איין כבוד און פרעסטיזש פון אזעלכע ווי אייך וואס מיינען אז ער מיינט טאקע דיין טובה. איך זעה נישט ביי איהם קיין שום מסירות נפש אדער סאקראפייס.
בכלל דיין התחלה איז פאלטש. שרייסט מי לה' אלי, זייט ווען רעפרעזענט מאסטער גאט'ס אגענדע? בעסער שריי מי למאסטער אלי..
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:שושן פורים האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה.
ווען א געוועזענע תפיסה זיצער עפנט א ארגאניזאציע צו העלפן יושבי חושך פארשטייען מיר אז ער מיינט בלויז זייער טובה.
ווען א געוועזענע חולה עפנט א ביקור חולים ארגאניזאציע העלפן מיר ארויס ווייל ער מיינט בלויז זייער טובה.
אבער ווען א געוועזענע סטודענט פון אונזערע אנשטאלטן פרובירט צו פארבעסערן א פראבלעם וואס מיר זענען אלע מודה אז עס עקזיסטירט אין גרויסן מוז מען איהם אונטערברענגען ווייל א מחלל שבת מיינט זיכער בלויז נקמה און זיכט אונז אונטערצוברענגען .........
ווען א מחלל שבת וואלט פרובירט צו העלפן אידן אין תפיסה אדער חולים וואלסטו אפשר גערעכט געווען , אבער ווען ער פרובירט צו טוישן אונזער עדיוקעישאן מעג מען אננעמען אז ער מיינט אונזער גאנצער לעבנסשטייגער, וואס לשיטתו איז עס דאך נישט וויכטיג, און נאכדערצו ווען ער טוהט נאך זאכן וואס ווייזן אז ער האט אונז פיינט.
דר מארטין לוטער קינג הצעיר ז"ל האט לכאורה אויך נאר געמיינט נקמה צו נעמען אין זיינע עלטערן וועלכע זענען געזעצן אינעם אינטערשטן טייל פונעם אויטאבאס.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
שושן פורים האט געשריבן:
דר מארטין לוטער קינג הצעיר ז"ל האט לכאורה אויך נאר געמיינט נקמה צו נעמען אין זיינע עלטערן וועלכע זענען געזעצן אינעם אינטערשטן טייל פונעם אויטאבאס.
אויב האט ער פארפירט אז די רעגירונג דארף צווינגען די שווארצע צו געבן בעסערע עדיוקעישן האט ער אפשר טאקע דעיס געמיינט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
קורקלענד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:דא א איד, נפתלי מאסטער וואס האט זיך מקריב געוועהן פאר אונזערע קינדער, אלץ פאר דעם וואס ער האט מגלה געוועהן א חסרון אין אונזערע סיסטעם.
וואס פונקטליך האט מאסטער מקריב געווען פון זיך? מיר זעהט אויס ווי ער קויפט זיך איין כבוד און פרעסטיזש פון אזעלכע ווי אייך וואס מיינען אז ער מיינט טאקע דיין טובה. איך זעה נישט ביי איהם קיין שום מסירות נפש אדער סאקראפייס.
בכלל דיין התחלה איז פאלטש. שרייסט מי לה' אלי, זייט ווען רעפרעזענט מאסטער גאט'ס אגענדע? בעסער שריי מי למאסטער אלי..
ער האט מקריב געוועהן זיין עתיד. ער וואלט געקענט מצליח זיין אין זיין פאך וואס ער האט זיך געלערנט. און ער איז עס מקריב פאר די וויכטיגע אגענדע פין דער נושא.
מיר איז נישט קיין חילוק צו ער האט פניות, שמחה פעלדער האט אפשר פניות לשם שמים, און אזוי אויך די פאר יורשים מנהיגים מיט מדות מגונות. איז טאמער זארגט איר פאר די כוונה פין דער מענטש, הייבט אהן צו זארגען אויף די כוונה פין שמחה פעלדער און ר' אהרן טייטלבוים.
און אויף דיין צווייטע הערה, נעמט אין אכט, איך זאג נישט מי לד' אל מאסטער,נאר מיט לד' אלי. מאסטער העלפט מיר און מיינע קינדער, דער אנגעריסענער שמחה פעלדער מאכט קאלע דער עתיד פין מיינע קינדער. און אזוי אויך די פאר רבי'ס.
און צום שלוס
SIMCHA_FELDER_DOES_NOT_TALK_FOR_ME
AND FOR MANY MANY OTHERS, AND NEITHER FOR THE BEST INTEREST OF MY CHILDREN
I WILL NOT VOTE FOR HIM AGAIN, AND I WILL TRY TO THE BEST OF MY POWER TO DISCOURAGE OTHERS FROM VOTING FOR HIM
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
נישט מאסטער און נישט פעלדער קענען רעדן פאר מיר. קיינע פון זיי רעפרעזענטירן נישט מיין אדער דיין אינטערעסע. ווידער אבער לדעתי טאר מען נישט אוועקנעמען סיי וועמענס פרייהייט אויף סיי וועלכע נושא. א טאטע דארף האבן רעכט מחנך צו זיין זיינע קינדער וויאזוי ער וויל. ווען די קינד ווערט עלטער מעג ער זיך וועלן וואס ער וויל. א טאטע זאל נישט געצווינגן ווערן אין סיי וועלכע פאל וויאזוי און מיט וואס מחנך צו זיין זיינע קינדער.
מאסטער וויל אוועקנעמען אונזער פרייע רעכטן. ווידער אין דער פאל האט פעלדער געברענגט מער פרייהייט צום טיש. איי וועסטו שרייען אז ס'נישט גוט פאר די עתיד פון דיינע קינדער, דעס איז נאר ווייל די האסט זיך אליין אויסגעוועהלט אריינצולייגן דיינע קינדער אין אזא מוסד. ס'דא אנדערע מוסדות וואס טוהן אַנדערש. נו אויב אזוי לייג זיי אריין אין א מוסד ווי זיי האבן א בעסערע עתיד. ביסט איבער אכצן און ס'דיינע קינדער, קיינער קען דיר נישט צווינגן ווי די זאלסט שיקן דיינע קינדער. ווילסט דווקא חסידיש, מאך אויף א חסידיש מוסד וואס טוהט אזויווי דיר געפעלט.
מאסטער וויל אוועקנעמען אונזער פרייע רעכטן. ווידער אין דער פאל האט פעלדער געברענגט מער פרייהייט צום טיש. איי וועסטו שרייען אז ס'נישט גוט פאר די עתיד פון דיינע קינדער, דעס איז נאר ווייל די האסט זיך אליין אויסגעוועהלט אריינצולייגן דיינע קינדער אין אזא מוסד. ס'דא אנדערע מוסדות וואס טוהן אַנדערש. נו אויב אזוי לייג זיי אריין אין א מוסד ווי זיי האבן א בעסערע עתיד. ביסט איבער אכצן און ס'דיינע קינדער, קיינער קען דיר נישט צווינגן ווי די זאלסט שיקן דיינע קינדער. ווילסט דווקא חסידיש, מאך אויף א חסידיש מוסד וואס טוהט אזויווי דיר געפעלט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
You hit the nail on it's head
אונז אלע חסידים זענען געצווינגן צו שיקען אונזערע קינדער אין אונזערע מוסדות ווי מען ציט זיי אויף צו זיין אזוי ווי אונז ווילען
דאס וואס מען לערנט נישט לימודי חול אין די מוסדות איז ריין פוילקייט, נישט ווייל טאטעס האבן עס פארלאנגט, און נישט ווייל עס האט מיט אידישקייט אדער חסידות.
ממילא האט שמחה פעלדער נישט געגעבען פרייהייט פאר עלטערען, נאר פרייהייט פאר אפאר ראשי העם אוועק צורויבען דער צוקנופט פין אונזערע קינדער.
דער סארט פרייהייט איז בכלל נישט קיין מעלה.
אונז אלע חסידים זענען געצווינגן צו שיקען אונזערע קינדער אין אונזערע מוסדות ווי מען ציט זיי אויף צו זיין אזוי ווי אונז ווילען
דאס וואס מען לערנט נישט לימודי חול אין די מוסדות איז ריין פוילקייט, נישט ווייל טאטעס האבן עס פארלאנגט, און נישט ווייל עס האט מיט אידישקייט אדער חסידות.
ממילא האט שמחה פעלדער נישט געגעבען פרייהייט פאר עלטערען, נאר פרייהייט פאר אפאר ראשי העם אוועק צורויבען דער צוקנופט פין אונזערע קינדער.
דער סארט פרייהייט איז בכלל נישט קיין מעלה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי: ייש"כ. איך האב נאכנישט אויספיעט אדורכצוליינען וואס די אנדערע מגיבים האבן געזאגט. אבער איך האב א קליינע באמערקונג. די אלע רבנים און מנהיגים און אנדערע מאכערס וועלכע זענען אזוי שטארק אקעיגן דעם פראגראם וואס נפתלי מאסטער וויל איינפיהרן צו פארבעסערן אונזערע עלעמענטארע ידיעות אין ענגליש און מאטעמאטיקס. און אנדערע וויכטיגע ידיעות וואס א מענטש דארף צו האבן כדי צו קענען עקזיסטירן אין די היינטיגע וועלט. אט די אלע מענטשן טראכטן אפילו נישט אריין אז די הויכע פראצענט פון גניבה און שווינדל וועלכע קומט פאר אויף פארשידענע שטאפלען ביים היימישן עולם, האט עפעס א שייכות מיט דעם מצב וואס א היימישער יונגערמאן האט כמעט נישט קיין אויסזיכטן צו ברענגען פרנסה און לעבן בהיתר ולא באיסור. הויפטזעכליך ווייל די מעגליכקייטן פון א גוט באצאלטן דזשאב זענען כמעט אינגאנצן פארמאכט פאר איהם. צוליעב זיין נישט האבן די עלעמענטארע בילדונג וואס מ'דארף צו האבן אין די היינטיגע טעכאנלאגישע אינדוסטריאלע וועלט...! זיי ברענגען נארישע און אומ-רעלעוואנטע ראיות פון דעם און יענעם גביר וועלכער איז אן אנאלפאבעט.
זיי ברענגען טעארעטישע משלים פון ביידע זייטן פון די מטבע. איינס, אז מ'קען זיין א געשוואלענער עם הארץ אין מילי דעלמא און דאך זיין אן עושר. פון די אנדערע זייט ברענגען זיי מעשיות פון שטארק עדיוקיר'טע מענשטן וועלכע דרייען זיך ארום אן פרנסה....! די אלע מעשיות קענען אפילו זיין טיילווייז אמת. אבער דאס איז געמאכט פאר א יוצא מן הכלל. אן עוורידזש, נארמאלער יונגערמאן וועלכער האט די ריכטיגע עדיוקעישן קען באקומען א גוט באצאלטן דזשאב. א מלאכה נקיה וקלה...!

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אישתישבי האט געשריבן:You hit the nail on it's head
אונז אלע חסידים זענען געצווינגן צו שיקען אונזערע קינדער אין אונזערע מוסדות ווי מען ציט זיי אויף צו זיין אזוי ווי אונז ווילען
דאס וואס מען לערנט נישט לימודי חול אין די מוסדות איז ריין פוילקייט, נישט ווייל טאטעס האבן עס פארלאנגט, און נישט ווייל עס האט מיט אידישקייט אדער חסידות.
ממילא האט שמחה פעלדער נישט געגעבען פרייהייט פאר עלטערען, נאר פרייהייט פאר אפאר ראשי העם אוועק צורויבען דער צוקנופט פין אונזערע קינדער.
דער סארט פרייהייט איז בכלל נישט קיין מעלה.
ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
דא אזעלכע וואס נעמען די שולד אויף זיך און אנדערע וואס לייגן אן די שולד אויף די מוסד. דער אמת איז אבער אז ס'איז זייער א דקות'דיגע ליין צווישן ווער ס'איז דער 'דיר' און ווער ס'איז דער 'מוסד'. איך זאג אין בינינך אלא עצלות בלבד.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איך פארשטיי באמת נישט וואס די זאגסט, איך דארף עפענען א מוסד? פארוואס? זאל דער רבי וואס דאס איז זיין ליין, עס טוהן ווי עס באדארף צו זיין.
איך האב נישט קיין ספק, אז ווען עס וועלען זיך עפענען היימישע מוסדות וואס לערנען לימודי חול, וועלען די זעלבע רשעים פירען א קאמפיין קעגען די מוסדות און זיי רופען מאסטער מוסדות וכו'.
די רשעים דארף מען באמת עוקר מן השורש זיין, זיי זענען נביאי שקר, זאגען כאילו די תורה לאזט נישט לערנען לימודי חול, און עס איז פאטאלער ליגענט נאר עס צו מאכען גרינגער פאר זיי זעלבסט.
איך האב נישט קיין ספק, אז ווען עס וועלען זיך עפענען היימישע מוסדות וואס לערנען לימודי חול, וועלען די זעלבע רשעים פירען א קאמפיין קעגען די מוסדות און זיי רופען מאסטער מוסדות וכו'.
די רשעים דארף מען באמת עוקר מן השורש זיין, זיי זענען נביאי שקר, זאגען כאילו די תורה לאזט נישט לערנען לימודי חול, און עס איז פאטאלער ליגענט נאר עס צו מאכען גרינגער פאר זיי זעלבסט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.
קורקלענד גייט נישט אן וואס תשבי טוהט מיט זיינע בנים, זאל ער טוהן וויאזוי ער פארשטייט. וואס גייט איהם יא אהן אז תשבי זאל נישט דיקטירן מוסדות וואס זענען נישט זיינע. און אוודאי נישט דיקטירן דורך מאכן די רעגירונג צווינגן אונזערע מוסדות און מחנכים אויף זייערע סטאנדארטן. אז תשבי וכת דיליה ווילן אנדערש זאלן זיי זיך וועלן אן אנדער מוסד וואס שטימט לויט זייערע סטאנדארטן, אויב קען ער נישט טרעפן אזוינס קען ער אליינס מאכן איינס מיט די כת זיינע.
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
קורקלענד האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.
קורקלענד גייט נישט אן וואס תשבי טוהט מיט זיינע בנים, זאל ער טוהן וויאזוי ער פארשטייט. וואס גייט איהם יא אהן אז תשבי זאל נישט דיקטירן מוסדות וואס זענען נישט זיינע. און אוודאי נישט דיקטירן דורך מאכן די רעגירונג צווינגן אונזערע מוסדות און מחנכים אויף זייערע סטאנדארטן. אז תשבי וכת דיליה ווילן אנדערש זאלן זיי זיך וועלן אן אנדער מוסד וואס שטימט לויט זייערע סטאנדארטן, אויב קען ער נישט טרעפן אזוינס קען ער אליינס מאכן איינס מיט די כת זיינע.
כולי עלמא מודה אז אויב אין די ברוקלינע אומגעגנט אדער אפילו אין ווייטן טעקסעס זאל זיין א מוסלומענע מוסד וואס לערנט זשיהאד מיט די קינדערליך זאל די רעגירונג זיך אריינמישן נגד רצונם פון די עלטערן וואס האלטן אז דאס איז די בעסטע טובה פאר זייער קינד.
און ניין, איך קאמפעיר נישט אונזערע מוסדות צו דזשיהאד ניטאמאל אין חלום, אבער יעדער האלט אז ביי א געוויסע פונקט קען מען נישט צולאזן אז געוויסע זאכן זאלן אנגיין, און דאס מוז זיין באזירט אויף הארטע פאקטן און נומערן
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
[tag]אישתשבי[/tag]
ווען נפתלי מאסטער וואלט טאקע נאר געוואלט אז אונזערע יואלי'ס זאלן קענען א פראפעשיאנאל ענגליש וואלסטו אפשר גערעכט געוועהן מיט'ן זיך אננעמען פאר עם
(ס'איז שוין א-אור-אלטע דרך צו מאכן דער רודף פאר א נרדף, {זעקת הקוזק הנגזל})
אבער אויף דעם וואס ער בעט מ'זאל פארלאנגען פון די היימישע מוסדות, ביטע בעט נישט אין נאמען פון אויבערשטן מ'זאל דיר העלפן.
(אפשר יאשקעלע וואלט זיך געפרייט ווען דו בעטסט דאס אין זיין נאמען... אפשר ער אויכעט נישט)
אנדערע וואס נעמען זיך אן פאר מאסטער וועגן די פראבלעמען וואס זענען פארהאן אין די מוסדות'ן
איז די זעלבע ווי זיך אננעמען פאר חיזבאללא ווייל זיי האבן אויכעט פיינט די ציונים...

הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
איך זעי אז די גאנצע אישו איז דא איבער קענען ענגליש
איך מיין אז מען זאל ענדערש מאכן א קאמפיין אז אלע עלטערן זאלן זיך מאכן צייט און לערנען מיט די קינדער די ענגלישע שפראך והכל על מקומו יבוא אדער עכ"פ איבער גיין מיט די קינדער וואס זיי לערנען יא אין קלאס מער פון דעם זאל איינער עפענען פרייוועט סקולינג צוויי אדער דריי מאל א וואך
איך מיין אז מען זאל ענדערש מאכן א קאמפיין אז אלע עלטערן זאלן זיך מאכן צייט און לערנען מיט די קינדער די ענגלישע שפראך והכל על מקומו יבוא אדער עכ"פ איבער גיין מיט די קינדער וואס זיי לערנען יא אין קלאס מער פון דעם זאל איינער עפענען פרייוועט סקולינג צוויי אדער דריי מאל א וואך
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
קורקלענד האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.
קורקלענד גייט נישט אן וואס תשבי טוהט מיט זיינע בנים, זאל ער טוהן וויאזוי ער פארשטייט. וואס גייט איהם יא אהן אז תשבי זאל נישט דיקטירן מוסדות וואס זענען נישט זיינע. און אוודאי נישט דיקטירן דורך מאכן די רעגירונג צווינגן אונזערע מוסדות און מחנכים אויף זייערע סטאנדארטן. אז תשבי וכת דיליה ווילן אנדערש זאלן זיי זיך וועלן אן אנדער מוסד וואס שטימט לויט זייערע סטאנדארטן, אויב קען ער נישט טרעפן אזוינס קען ער אליינס מאכן איינס מיט די כת זיינע.
איך ווייס נישט אויב זיי זענען נישט זיינע. מוסדות געהערן נישט צו יחידים!