השפעה פין טריפהנע ניגונים?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
השפעה פין טריפהנע ניגונים?
זענדיג אז סאיז דא א אשכול דא גוישע זינגערס האט עס מיר אויפן ערשטען בליק מיר געגבערט, היתכן?
סאיז דאך ידוע וואס שטייט אין די חסידישע ספרים איבער די השפעה פין ניגנה.
למעשה האב איך מיר דערמאנט א רמב"ם איבער די נושא וואס האט מיר אביסעל באראיגט.
כהאלט אז דער עולם קען הנאה האבן דערפון.
פירוש המשנוית אבות פרק א משנה יז
"ודע שהשירים המחוברים מאיזה לשון שיהיו צריך שיבחנו בעניניהם אם הם הולכים על דרך הדיבור אשר חלקנוהו, ואמנם ביארתי זה אע"פ שהוא מבואר, מפני שראיתי זקנים והחסידים מאנשי תורתנו כשיהיו במשתה יין כחופה או זולתה וירצה אדם לשיר ערבי אפי' ענין השיר ההוא שבח הגבורה או הנדיבות והוא מן החלק האהוב או בשבחי היין, ירחיקו זה בכל צד מן ההרחקה, ואין מותר אצלם לשמעו, וכשישורר המשורר פיוט מן הפיוטים העבריים לא ירחיקוהו ולא ירע בעיניהם עם היות בדברים ההם המוזהר ממנו או הנמאס, וזה סכלות גמורה שהדיבור לא יאסר ויותר ויאהב וימאס ויצוה באמירתו מצד הלשון שנעשה אבל מצד ענינו שאם יהיה ענין ההוא מעלה יתחייב לאומרו באיזה לשון שיהיה, ואם יהיה כוונת השיר ההוא פחיתות באיזה לשון שיהיה אסור לאמרו.
גם יש לי בזה תוספת כי כשיהיו שני פיוטים ולשניהם ענין אחד מהעיר כח התאוה ושבח אותה וישמח הנפש בה והוא פחיתות והוא מחלק הדיבור הנמאס מפני שהוא מזרז ומעורר על מדה פחותה כמו שהתבאר מדברינו בפרק הרביעי ויהיה אחד משני הפיוטים עברי והאחר ערבי או לעז יהיה שמיעת העברי והדיבור בו יותר נמאס אצל התורה למעלת הלשון שאין צריך שישתמשו בו אלא במעלות כל שכן אם יצטרף אליו שישימו בו פסוק מן התורה או משיר השירים בענין ההוא שאז יצא מחלק הנמאס לחלק הנאסר ומוזהר ממנו שהתורה אסרה לעשות דברי הנבואה מיני זמר בפחיתיות ובדברים מגונים
למעשה קומט אויס אז גוישע ניגינים איז בכלל נישט קיין פראבלעם, אזוי לאנג ווי די תוכן איז אויסגעהאלטן. למשל בן תמלוין האט משבח געווען גאט בענטש אמעריקע.
{אין מאחורי קען מען דן זיין אויב אמאל איז אויסגעהאלטן די ניגינים וואס די רמב"ם רופט "שהוא מזרז ומעורר על מדה פחותה"}
למעשה אויף הערן נשים דאכטס העלפט נישט די רמב"ם ארויס קיין סאך. אפשר וועט מען דארפען מעיין זיין וואס שלמה המלך האט געטאן
"כנסתי לי גם כסף וזהב וסגלת מלכים והמדינות עשיתי לי שרים ושרות ותענוגת בני האדם שדה ושדות" . איך בין זיכער סאיז שוין דא אן אשכול דערוף.
סאיז אינטערסאנט צי באמערקן די לשון "מפני שראיתי זקנים והחסידים מאנשי תורתנו" ווי די רמב"ם פירט אויס אויף זיי "זה סכלות גמורה " . דא רעדט ער פין אסאך וואס האנט שרייבט מען אויף זיי די כ"ק, הגאון, הק, אדמור וכו וכו.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ווען איינער הייבט אן האקן וועגן די שלעכטע השפעה וואס די גוישע ניגונים האט אויפן מענטש בעט איך עם ער זאל מיר קודם צוצייגן די ארגינעלע אוטענטישע אידישע סטייל נגינה.
יענער ענטפערט, וואס הייסט, זאלכא ווארעמע מקובלדיגע נגינים ווי חייב איניש לבסימי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך רעד נאך מער, האמיר דען א אידישע סטייל מוזיק? אלס וואס מיר האמיר, אונזערע דורכגעווייקטע ווארמע חסידישע ניגונים זענען אדאפטירט פון גוישע סטיילס, אונז יוצאי אייראפע האבן געירשנט רוסיש פויליש ציגיינערישע סטיילס, די יוצאי מדינות המזרח האבן געירשנט פון די יעניגע לענדער, טא ווי איז די ריינע אידישע סטייל?
נא וואס א חילוק צו געירשנט פונעם צוגיינער אינעם אלטן היים צו דעם היפ האפ זינגער פון די בראנקס?
נא וואס א חילוק צו געירשנט פונעם צוגיינער אינעם אלטן היים צו דעם היפ האפ זינגער פון די בראנקס?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:איך רעד נאך מער, האמיר דען א אידישע סטייל מוזיק? אלס וואס מיר האמיר, אונזערע דורכגעווייקטע ווארמע חסידישע ניגונים זענען אדאפטירט פון גוישע סטיילס, אונז יוצאי אייראפע האבן געירשנט רוסיש פויליש ציגיינערישע סטיילס, די יוצאי מדינות המזרח האבן געירשנט פון די יעניגע לענדער, טא ווי איז די ריינע אידישע סטייל?
נא וואס א חילוק צו געירשנט פונעם צוגיינער אינעם אלטן היים צו דעם היפ האפ זינגער פון די בראנקס?
ריכטיג. כמיין חייב איניש איז א לעבידיגע משל אויף דעם. דער שיכור פורים שפירט זיך דערהויבן שרייט אין די גאסן שמע ישראל, אין עוד מלבדו אין זינגט א ניגון פין פויערן פין רוסלאנד.
וואס טוט זיך מיט נגונים וואס מיר האבן מקובל פין בית המקדש? כמיין ר שלמה האט געהאט עפעס מקובל פין בית המקדש.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
זר זהב האט געשריבן:די פויערן פון אמאל זענען נישט געווען אזוי מגושם מסתמא
איך מיין אז מיר האבן שוין צונימען דא די האוקס פון "אמאל ווען וועלט איז געווען וועלט" פאנטאזיעס.
וואס דען איז ער געווען אויב נישט מער מגושם? דער אמאליגער פויער איז געווען אן אנאלפאבעט, חוץ פונעם ביטערען טראפ און שמייסען זיין ווייב און אויך צומאל האסן די אידן פארן הארגענען קרייסט ווען די גלח האט אזוי געפרעדיגט האט ער פון גארנישט געוויסט, סא זאג מיר פונקטליך מיט וואס דער היינטיגער גוי איז מער מגושם, וועגן ער האט א אייפאון?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:דער אפריקאנער אינעם סאב סאהארא מדבר ווערט פונט אזוי אנגעווארעמט פון א ווארעמע רעגעי ווי דו פון די ד' בבות, אויב נישט מער, און דער ספאניאלא פון זיין סאמבא און סאלסא, און דער פון זיין קירכע גאספעל.
ס'האט אלעס צו טוהן ווי אזוי מ'איז אויפגעוואקסן, איטס אבאוט טיים זאלסט כאפען דעם קאנצעפט.
איך האב שוין איינמאל אנגערירט דעם קאנצעפט.
דא איז עס אבער נישט שייך. למעשה זענען מיר נישט אויפגעוואקסן ווי דער גוי, און אויב ציהט דיר זייערע סארט הוליערייען
איז עס אן אינדיקעטאר אויף אינערליכע פארפוילטקייט.
ביי א חתונה קוק דיך אום ווער ס'לעבט אויף ביי די אלע ווילדע ליידיגע ניגונים העסטע אלעס פארשטיין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
זר זהב האט געשריבן:איך האב שוין איינמאל אנגערירט דעם קאנצעפט.
דא איז עס אבער נישט שייך. למעשה זענען מיר נישט אויפגעוואקסן ווי דער גוי, און אויב ציהט דיר זייערע סארט הוליערייען
איז עס אן אינדיקעטאר אויף אינערליכע פארפוילטקייט.
ביי א חתונה קוק דיך אום ווער ס'לעבט אויף ביי די אלע ווילדע ליידיגע ניגונים העסטע אלעס פארשטיין.
איך האב געזאגט אז מיר ציעט?
דו האסט געזאגט א סטעיטמענט
זר זהב האט געשריבן:רוב טריפה ניגונים האבן פשוט נישט א חן. א ניגון פון א ערליכע איד ברענגט ווארעמקייט און הרהרי תשובה.
ס'הייסט אז א אידישע ניגון איז בעצם אן אנדערע סארט ניגון ווי א נישט אידישע, נישט ווייל דיין פריקאנסעפשען איז צוגעוואונט און איז אויפגעוואקסען דערמיט נאר ווייל בטבע איז די ניגון מער "ווארעם" אדער גורם צו הרהורי תשובה. אויף דעם האב איך דיר געענטפערט אז די מעשה איז נישט אזוי, נאר רוב מענטשען נעמען אן אז דאס וואס זיי זענען אויפגעוואקסען איז וואס רעדט צום נשמה, והא ראי' זעסט דאך אז רעפ איז מיר נישט מעורר, איי דער גוי ווערט יא נתעורר, מוז דאך זיין אז ער איז פארגרעבט... סא בעצם זענען אלע סטיילס די זעלבע אז פאר אז ווארעמקייט, נאר יעדער מענטש פערסיווד זיין סטייל פון זיין קולטור ווי די ריכטיג ווארעמע סטייל.
איך האב בכלל נישט גערעדט פון וואס ס'איז מיר מעורר און וואסערע סטייל איך האב ליב, איך ווייס נישט פון ווי פונקטליך דו האסט דאס ארויסעגענומען פון מיין תגובה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
געפילטע, א שלל פון אגודלים אויף ארויף! (קרעדיט: פשוט-קאמפליצירט)
קארל ברענגט דא מארק שפירא'ס נידון אויף דעם מפי ספרים וסופרים.
נולד מאוחר האט געשריבן:אפשר וועט מען דארפען מעיין זיין וואס שלמה המלך האט געטאן
"כנסתי לי גם כסף וזהב וסגלת מלכים והמדינות עשיתי לי שרים ושרות ותענוגת בני האדם שדה ושדות" . איך בין זיכער סאיז שוין דא אן אשכול דערוף.
קארל ברענגט דא מארק שפירא'ס נידון אויף דעם מפי ספרים וסופרים.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
זר, ווען איך בין געווען א קינד, און כ'בין אדורך א גוי'ס קאר פון וואנעט ס'האט זיך ארויסגעהערט ווילדע ראדיא האב איך אויך פארשטאפט די אויערן און זיך פשוט געעקלט דערפון, וואונדערנדיג זיך ווי מענטשן קענען גלייכן אזא סטיל זינגעריי ווי די טענער גייען אזוי געדרייט ארויף און אראפ, בפרט פרויערישע קולות. און איך בין געווען זיכער אז כ'האב קלאר ארויסגעהערט, ווי זיי זינגען אויף אידישע מיאוסע ווערטער. (וואס דען זינגט מען אין די ראדיא אויב נישט אלע מיאוסע ווערטער וואס דער רבי לאזט נישט זאגן)
אבער מיט די יארן ווי מער מען הערט די אנדערע זייט מטבע, ווערט עס א (עקס) פאקטאר פארוואס ליב צובאקומען די סארט מוזיק, (פארשטייט זיך אינדעם איז שוין דא אלע סארטן, תלוי וואו דו שפירסט דיין שורש נשמה ) ווייל ווי ער זאגט, די ציגעלע האט זיך צוגעוויינט..

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- qwerty
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
פארגעסט פאר א מעניט וועגען ווערטער. אסאך פון די נייע מדערענע אזוי גערופענע "מוזיק" איז בכלל נישט קיין שום אמת'ע סארט ניגינה נאר געבורטשעט.
כרעדט שוין נישט פון "ראפ".
אדרבה, טריי "זינגען" ראפ אן ווערטער, כלל נישט קיין שום סארט ניגינה נאר געקנאקט און געבורטשעט.
אפילו די בעסטע און פון די מאדערענע "ניגונים" אנטהאלט זייער ווייניק תוכן, ווען מען טרייט דאס צי זינגען אן ווערטער.

- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
זר זהב האט געשריבן:אונגארישע זינגערין זינגט סאלא קאקאש
מערק אן "יבנה המקדשי"...
איך ווייס נישט צי זי איז א איד.
משוגענער דו....(סליחה)
אין 3 וואכן פון היינט, ווען דער בעל-תפילה וועט זינגען "מכלכל חיים" אויף דעם ניגון וועל איך טראכטען פון די נאקעטע פרוי.
לא"ל
Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
דאס איז ביים דזשואיש זומער פעסטיוואל אין בודאפעסט, אינעם גרויסען נעלאגישען שול אויף דאהאני שטראסע.
דא האסטו עס געשפילט אויף א פידל, זייער שיין.
דא האסטו עס געשפילט אויף א פידל, זייער שיין.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס איז ביים דזשואיש זומער פעסטיוואל אין בודאפעסט, אינעם גרויסען נעלאגישען שול אויף דאהאני שטראסע.
דא האסטו עס געשפילט אויף א פידל, זייער שיין.
גאר שיין! דרייט אן די געדערים.