אישתישבי האט געשריבן:אונז אלע חסידים זענען געצווינגן צו שיקען אונזערע קינדער אין אונזערע מוסדות ווי מען ציט זיי אויף צו זיין אזוי ווי אונז ווילען
ווער צווינגט ענק חסידים?
אישתישבי האט געשריבן:דאס וואס מען לערנט נישט לימודי חול אין די מוסדות איז ריין פוילקייט, נישט ווייל טאטעס האבן עס פארלאנגט, און נישט ווייל עס האט מיט אידישקייט אדער חסידות.
האסט געטראפן א שוואכקייט און אונזערע אנטשטאלטן קענסטו מאכן אייגענס. זעה צו די קענסט טוהן בעסער. איך בין זיכער אז די וועסט זיין זייער סוקסעספול אויב די האסט א מוסד וואס איז אידיש, חסידיש און די פארוואלטונג איז נישט פויל.
אישתישבי האט געשריבן:ממילא האט שמחה פעלדער נישט געגעבען פרייהייט פאר עלטערען, נאר פרייהייט פאר אפאר ראשי העם אוועק צורויבען דער צוקנופט פין אונזערע קינדער.
די עלטערן'ס פרייהייט האט ער קיינמאל נישט גערירט, האסט אייביג געקענט טוהן וואס דו ווילסט און די קענסט ווייטער. איצט האבן די ראשי עם אויך פרייהייט. אז ס'דיר נישט גוט ווער אויך פון די ראשי ים.
אישתישבי האט געשריבן:דער סארט פרייהייט איז בכלל נישט קיין מעלה.
יעדע סארט פרייהייטקען זיך ארויסשטעלן אלס א מעלה אבער א חסרון. די שאלה אויף פרייהייט איז נישט אנגעהאנגן אויף דעם צו ס'איז א חסרון אבער א מעלה, פרייהייט איז א נעסעסיטי! און פרייהייט קומט מיט אחריות, אז איינער האט נישט קיין אחריות אדער אויב איינער קען זיך נישט איבערקומען צו טוהן ריכטיג איז עס זיין פערזענליכע פראבלעם.