דראסטישע שינויים ערווארטעט אין ארטאדאקסישע געמיינדעס

יא, אזוי ווי איר הערט, עס איז דא צו 'עקספעקטן' רעוואלוציאנערע טוישינגען צווישן אונז. איך באריכט טאקע נישט קיין פונדאמענטאלע טוישינגען אינעם חרדישען סטרוקטור, איך הייס דאך נישט ראובן. אבער פון אן אנדערע סארט טוישינג אנכי מדבר.
די באפעלקערונג וואס קנעלט זיך אויף בעדפארד עוו', גייט אט אט גיין צו א שטאפעל פון וישוכו המים, די בייזע רוחות גייען זיך צופיצען פון דאנעט, די "הארמאנען בייטער'ס", יא יא, די באלי הוטן, גייען אלע אפטרעטן פון אינטער די אויגן. טאקע קורצ-טערמיניג, אבער דאך א נחמה פורטא.
קוים קוים וואס עס האט אים אנגעהויבן אינטערן ארעם צו שמעקן, און ער איז שוין א גאנצע טאטע. זיי האבן אינוואדירט די שולן, ביסקיסעס, ווענדונג מאשינ'ס, צייטונגען שטח אין גראסערי, און ווי נישט.
ביי יעדע מנין ווי מען טרעט אריין, הערט מען גלייך א קול א קוויטשיגס, ביי יעדען ברעטל זענען זיי א חפצא, מאכן מנינים ווי מען טרונקט קאווע, און קאווע'נען ווי מען דאווענט. קופקעס קוקט אויס זענען במחשבה תחילה במקום עובר ושב.
פון וואסערע אינגרידיענטס די אינהאלט פון די קיפקעס באשטייען, איז קובע ברכה בפני עצמו, איך האב זיך אינטער געהערט ווי צוויי פון די 'באלי הוטן' דעבאטירן אויף קרוז:
איך זאג דיר, דער שוטה אבאמא, ער איז אפי' נישט קיין אמעריקאנער בירגער, איך האב קלאר געהערט פון מיין ברידער וואס האט געזען די פיקטשער אז ער איז געבוירן אין א אראבישע לאנד, כ'מיין אפריקע...
די הערסט, העלט-קער האט אים באגראבן פאר לייף!, ס'הארגעט טויזענטע מענטשן,
פון ווי ווייסטו דעיס?,
וואס הייסט פון ווי, איך בין א 'פען' (א נייע ווארט קען ער מיר שוין) פאר 'מארק לימבאו' איך הער אים יעדען טאג אויף cbc,
וואס הייסט, דיין טאטע ווייסט?,
אה , איך האב עס אויף מיין סענסע קליפ, מיין טאטע מיינט איך הער נאך לחיים טעיפ, ביז א חודש האב איך שוין מאטי אילאוויטש'ס 'נייע' סידי...
ווי אזוי ארבייט העלט-קער?
חחחח, און וויאזוי אבאמא'ס ווייב הייסט ווייסטו יא? ס'אזא פראגרעם וואס די באקומסט געלט פון די שטאט, די הערסט, זיי האבן א פיסקעל (דערמאנט כאטשיג זעקס מאל דעי שווערע ווארט) א יאר פון 'טו פוינט טרי'! נישט מיליון, ביליאן מיט א בית...
און איך זיץ אינגאנצן א פריטשמעליטער פון די סיני וטוחן לופט'ניקעס.
דאס איז נאך מיט די קליינע, די קאטאסטראפע הייבט זיך הערשט אן ביי די גרעסערע פליקערס, זיי זענען אויף קרוז, מען 'טשילט' מען שטייט שוין אינדרויסען ביי די סוכה פונקט ווי טאטע באמס, מיט א גראד-געמאכטע פנים וואס פארשלייערט אינטער זיך א טרייסעלדיג און פאר'צאפעלט נפש, גייט ער צו צו א יונגערמאן, האלא, האסט א ציגארעטעל?, זיין נאז שוויצט אים מיט נאסע באבלעך, אבער מ'טשילט, געווענליך גייט די שמועס צווישן צוויי בחורים, האלא, ווס'נייעס? ווא'טיצעך, גיימיר טשילען?.
יעצט מאך קאפי פעיסט פיהר מאל אויף די לעצטע פינעוו זאצן.
--גראדע, איך וועל זיין אפען מיט ענק, איך האב באשלאסן צו טעיסטן טעם השלוו פון 'טשילן', איך האב געקויפט פונעם ווענדונג מאשין א 'בלעק טשערי סאדע', אריין געשאשקעט אין א פאום קאפ, ארויס אין די בעק, זיך גע'מאכט שיעף מיין הוט, ארויס געשלעפט א ציגארעטעל פון הינטער שלאס און ריגעל פון הוט ארויס, אויפגעמאכט א מאושר טעלעפאון, געמישט פון קאנטעקטס קאלקאלעיטער און אפי' גערופן אלטר משה, האלא, יוסי, ס'נייעס? גיי מיר טשילן, גיי מיר קיין פעטמארק? (Wow). אודה ולא אבוש, איך בין א געווארן א פארברענטע סימפאטיקער פון 'טשילען'...
[center]~~~~~[/center]
יעצט אבער אז די 'הארמאנען בייטער'ס' פיצען זיך אפ, ווערט ערווארטעט א פארלייכטערונג אויף פארשידענע סטראטעגישע סטאנציאנען.
~~ פלעצער אין היכל התורה וועט זיין צו טרעפן, געווענליך 'בינהזמאנים' באשטייען די פלעצער פון א גמרא מסכת גיטין מיט א הוט ארויף געלייגט דערויף.
~~ דער שמש גייט שוין צוריק לייגן די געהעריגע טעיסטער-טשויס, די קאווע טרינקערס גאפלען אפ פון אונז, א קאווע חודש תשרי אין קאווע שטיבעל האט געמיינט ווערן אנגעגאסן לפחות א האנטפול מאל, פארשטייט זיך אפגע'פטר'ט מיט א טשולדיג, דאס איז געווען א פסיק רישא, פיריעד.
~~ עס וועט זיין צו טרעפן א ליידיגע הכנות בודקע, וואס איז נישט אקופירט דורך די 'באלי הוטן' וואס פארפלייצן (תרתי משמע) די בודקעס.
~~ די אריינגענג צו די גראסערי געשעפטן וועלן זיין לויז פון די 'באלי הוטן' וואס ליינען די צייטונגען מיט די פולסטע רואיגקייט ווי דער פריץ פון ביאליסטאק. האלא, אז דיין טאטע קויפט עס נישט, איז עס נישט פאר דיר! (ניין?)
~~ די טישן אין שוהל וועלן ווערן מערקבאר צום מענטשליכן אויג, די מאסע געפירקעלט און צום טויט צעפליקטע פאום-קאפס מיט די ווייסע בערגלעך פון 'מקבלי צואת האף' וועט רעדוצירט ווערן צו א מינימום.
~~ די טייכלעך נעבן די סעלטצער מאשין, און די נאסע האנטוך -וואס מאכט נאסער כל הנוגע בו- וועט זיך ערלויבן זיך טריקענען אין פריידן.
~~ די מקוה מאלעסטערס (ניין, נישט פון קינדער) וואס בארויבן די שעמפאו פלעשער מכל פח שעמפאו הבא ליד, ווי ס'איז מוכן ומזומן מימות יהושע פאר דער שטינקער, גייען זיך אפ'זאטלען פון אונז. די שעמפאו רויבער! ווער מיינסטו די ביסט? ביסט עפעס א מחותן מיט אנטוגנוס איש סוכו?.
[center]~~~~[/center]
[center]ווי שטייט נאר אין משניות, לא היה ימים טובים לישראל כהתחלת הזמן.[/center]

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
לית דין: אויף דעם וואלט איך נאך פארשוויגן,
אבער דעיס אז די חברה זענען מיר געווארן גאנצע טאטעס, ציעט מיר די קושקעס ווי א גאטשע בענדל, דעי 'גאטס' מיט וואס דעי פליקערישע טשילערס קומען בעטן א ציגארעטיל, און שטעלן זיך נאך גאר צו צו א קיפקע לא להם, אזוי שמיר נישט דיר נישט, ממש ווי א געלאדענטער צום באל ביים פריץ פון ביאליסטאק, דאס איז שוין א חידוש וואס מען זעט נאר אין די יעצטיגן קולמעוואשער עפאכע.
יא יא, א דירעקטע תוצאה פון די 'גוי'אישע-באדערענע' סעלפ-עסטיעם קורסען פאר די יונגווארג.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער געוואגטער יונגל: דיין שמחה איז א ביסל פריצייטיג. ווייל ס'איז ליידער דא גענוג רשעי ישראל וועלכער רופן זיך ראשי (אפשר רשעי, וואלט מער געפאסט) ישיבות און מנהלים וועלכע ווארפן זיך ליידער ארום מיט אידישע קינדער, וועמענ'ס טאטע האט נישט די גרויסע געלטער צו שמירן אויף רעכטס און לינקס. און אלס פועל יוצא נעמט מען זיי נישט אריין צוריק אין די ישיבות וואו זיי האבן פארברענגט די לעצטע פאר זמנים.
איך אלס בעל עגלה קען עדות זאגן אז כ'האב אליינס געזעהן ווי א טאטע (אן עושר, בליעה"ר) האט געברענגט ..."באקשיש" א מאה'לע פאר דעם מנהל פון א ישיבה אז ער זאלל האלטן דעם תכשיט דארט נאך א ביסל לענגער. און דאס האט דער טאטע געגעבן א יעדן חודש. חוץ וואס ר'האט געגעבן פאר די אנדערע אנגעשטעלטע וועלכע האבן געליטן פון זיין תכשיט...אבער וואס זאללן טון די קינדער פון טאטעס וועלכע האבן נישט די מזומנים צו שמירן די רעדער פון וואגן...ניין. פאר'ן בעל עגלה האט מען נישט געגעבן קיין באקשיש. ער האט געליטן אומזינסט...!

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
געוואגטער, איך האב גיט פארשטאנען דיין ארטיקל, אבל מה זה "באלי היט"
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 309 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
Re: דראסטישע שינויים ערווארטעט אין ארטאדאקסישע געמיינדעס
פליקער האט געשריבן:געוואגטער, איך האב גיט פארשטאנען דיין ארטיקל, אבל מה זה "באלי היט"
קולמעוואשר, גאטשע בענדעל, ועוד, פארשטייסטו שוין?..
[justify]ארויפגעברענגט לכבוד די 'בינהאזמאנעם' סיזען.
----------
באמת, איז דער ארטיקל געשריבן געווארן אין א גוסטע פון סארקאזעם און צינישקייט משולבות. אבער ס'טוט מיר וויי אביסל דעי גרינגקייט וואס מען קען שפירן צומאל, און אמאל אפילו אומ'כאפענדיג אנטקעגן בחורי ישראל.
דער בחור (בכלל, ובפרט) אין 'בינהאזמאנעם' תקופה איז ליידער געווארן א ציל ברעטל איבער וועם צו אידזיעקעווען און רייטן ליצנות. דער בחור איז געפאלן א קרבן פאר קריטיק, ליצנות, שפאט, און וואס נישט, כאטש ס'האט מיטן מציאות קיין אחיזה פונקט ווי דער אונגארישער, חעלעמער, שוויגער וטשעטרע טשעטרע...
דער ווערטעל לויטעט: וויאזוי ווייס איך די ביסט שוין א אינגערמאן? ווען די לאכסט שוין פון בחורים!
פארברענגענדיג צוזאמען עטליכע ידידים, איז געשטאנען נעבן אונז דריי בחורים און גערייכערט ציגארעטליך, ווען איינער פון זיי קוקט אזוי 'טריקי' הייט אריין שיעף אין זיין ביזעם אויף זיין טעלעפאון. היות ס'געווען טינקל, האט צו'מזל איינער פון אונז באמערקט אז דער בחור'ל האט א פאון אין טאש.
איינע פון די אינגעלייט האט באשלאסן צו מאכן א רייסערישע וויץ און אריין געלאזט א מעסידזש צו א האט-ליין אז דער און דער בחור פלוני בן אלמוני האט א טעלעפאון! נאכן אראפ לייגן האט ער אזאנס זיך גוט געפילט פון פון זיין מעכטיגע דזשאוק אז ווען נישט איך האב אים געגעבן א פארציע לאכט ער נאך יעצט פון זיין שפיצל.
זבל קודש!!!
די ווייסט וואסארא [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] די האסט יעצט אריינגעשמירט אין דעי בחור?! וואס איז שוין געשען? ער איז א בחור א בן שש עשרה א מענטש פון דער בריאה פונקט ווי דיר! ער עסט ווי דיר, געניצט, ווי דיר, שנארכעצט ווי דיר, לערענט און דאווענט ווי דיר, "הי איז א מען יו גאטא ריספעקט הים". נו, האט ער א טעלעפאון איז וואס? פאר וועלכער פריקען ריזען האסטו אים יעצט פארשמירט?!
מילא די קומסט בתורת מסור קעצל איז עס נאך דיבעיטעבל(?) ווי נישט ווי ס'דא עפעס וואס טרייבט דיר צו טון וואס מוז געטון ווערן (לשיטתך). אבער דו ווייסט אליינס אז די געבסט נישט קיין 'דיים זבל' פאר די ערליכקייט פון דעם בחור, נאר וואס, סתם ווייל ער איז א בחור האסטו געפילט פאר א נארמאלקייט צו זיך אונטערהאלטן אויף זיין פיקל.
די שפילסט דאך אויך אויס די רעסטריקשענס, די האסט א זיגל אויף דיין פאון וואס איז ווערד פונקט ווי אן התאחדות לעבעל געבאקן נאך פסח... סאם האו האסטו עקסעס צו אלעס, סאו וואס ביסטו בעסער פון אים?. אקעי איך פארפאר אביסל, אפילו די שפילסט נישט אויס די סיסטעם, פארוואס מיינסטו די קענסט זיך אונטערהאלטן אויף דער בחור? ווייל די קענסט שוין איינפאנטשן ביים כולל מארקער און ער נישט?! ווייל די האסט שוין ענדליך אפגעטראפן א דעפאזיט באקסל אפצולאדענען דיין משקין שזבו און ער (נעבעך) נישט?!
מאמע פעיקער וואס די ביסט!!![/justify]

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דראסטישע שינויים ערווארטעט אין ארטאדאקסישע געמיינדעס
א מאדנע מעשה. תשרי שיסט ער אויף די בחורים און ניסן טוט מען תשובה!
עולם הפוך ראיתי
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא