berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: יא. אבער אונז זעמיר דאך עפעס בני מלכים. וואס ווילסטו אז אונזערע קינדער זאללן גיין אין חדר אזוי ווי להבדיל די שקצים און שיקסעס? מיט דזשינס און די געקעסטלטע, גראבע העמעדער...! וחוץ מזה. אויב אונזערע קינדער וואלטן געגאנגען מיט דזשינס אין חדר אריין.וואלטן שוין די היימישע סוחרים געפונען א וועג פון ארויפציען די פרייזן פאר אט די סחורה...!
אן אריינגיין וועגן מיינע קרומע שיטות איבער עדיוקעשן און קליידונג אין דשענערעל וויל איך דיר זאגן אזוי. שכר לימוד אין וויליאמסבורג בארא פארק, איז ביליגער ווי אין פלעטבוש פאר ראקוועי, (די סיבה איז זייער פשוט, ווייל ס'איז בעיסיקלי א בעיביסיטינג. מ'לערנט נישט דארט גארנישט ממשותדיג), נישט דא שטעקט די פראבלעם. די פראבלעם איז אז מ'פראדוצירט קינדער אן קיין חשבון וואו מ'גייט פון דא ווייטער. וכן לענין קליידונג מ'קען גיין נארמאל אנגעטון, מיט דינע העמדער, אן קיין דשינס. אבער פארוואס די צוויי הונדערט דאללער אויפן קאפ? און פארוואס צען?!?!
כ'דערמאן זיך יעצט. אפאר יאר צוריק ווען איך בין געווען ביים רבי'ן אויף ראש השנה, איך בין געשטאנען ביים טיש אויף די פארענטשעס און איך קוק מיך אזוי ארום אויפ'ן געפאקן עולם. אינמיטן גיב איך מיר א כאפ, לאמיר זאגן אז ס'דא דא ביים טיש צוויי טויזענט שטריימלעך - ס'מסתמא דא מער. און אן עווערידש שטריימל קאסט צוויי טויזענט דאללער - מסתמא מער.שטעל זיך פאר ווען אנשטאט אויסגעבן די געלט אויף א נארישע שוואנץ וואלט יעדער געגעבן די געלט פאר'ן רבי'ס מוסדות. ווייסט וואס מ'קען אלץ טון מיט פיר מילליאן דאללער? און דאס איז נאר איין קלייניקייט, שטעל זיך נאר פאר ווען אונז געבן ווען אויף אלע אנדערע שטותים, אונז וואלטן דאך געווען די ריייכסטע קאמיוניטי אויפ'ן כדור הארץ!!!