אב"ד נועם ורצון אויף טוויטער: אונזער עדיוקאציע דארף א תיקון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

אב"ד נועם ורצון אויף טוויטער: אונזער עדיוקאציע דארף א תיקון

שליחה דורך איסר האטלקי »

אין א פרישע אטאקע האט דער רעליגיעזער משפיע פון טאמס ריווער געגנט ארויסגעשאסן א סעריע טוויטס אויף די טוויטער, וואו ער שרייט זיך אויס דאס הארץ וואס עס טוט אים וויי איבער די היינטיגע שוואכע עדוקאציע אין היימישע ישיבות.

גלייבט מיר, מיר באדערט אויך פארוואס מען טוט גארנישט דערצו, יעדער פארשטייט אבער אז דער מאסטער איז נישט דער וואס זאל עס טון. אין א צייט ווען יאפפעד וויל עפעס, וויל יעדער פרומער איד דאס פארקערטע.

אויב לאבין וויל דאס נאכאלץ נישט פארשטיין האב איך נישט קיין טענות. נישט יעדם'ס מוח קען פארנעמען אזעלכע טיפע געדרייטע חילוקים, נאכדערצו ווען מ'פארשטייט נישט פארוואס קראקס איז פאני אויפן גאס.

אבער מרא דעלמא, פארוואס אויף טוויטער??? עסקנים פרובירן מיט בלוט צו קאמפיינען שטיל צו מאכן דעם עוכר ופשע, מיט קאמענטארן און העשטאגן. פארוואס פונקט דארט מוז ער אויסשיסן זיין איינזאמען טאמס ריווער נאכט שטילקייט??

ווען אן עסקן פרובירט אים שטיל צו מאכן זאגנדיג אז יעצט איז נישט די צייט דערפאר, אדער אז ער זאל עס שרייבן אויף אידיש אינעם מאמענט, ענטפערט ער מיט פיקחות ווואזשנע תירוצים און באלעקנדע ענטפערס, אזש אלע גאונים וואלטן געטרייסלט פון אזעלכע שארף שפיציגע גאונות.

פארוואס???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: ריכטיגע קעפל
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

שפיל נישט טעמעוואטע, מ'רעדט שוין דערפון פאר יארן till we are blue in the face

דער טאפיק באקומט יעצט דרויסענדע אטענטשעין, ס'איז אן איינמאליגע געלעגנהייט. אפגעזען צו מאסטער איז געווען די שליח. שמעקט מיר אויך נישט.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

עקזיביט מיליאן און פינעף קעגן די טענה אז "בייאונז איז יעדער פריי צו זיך אויסדריקן זייער מיינונג אין די נושא אן קיין קאנסקווענצן און גענג בעקלעש." און דאס איז שוין איינער וואס די קינדער גייען נישט "בייאונז אין די מוסדות."
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

רב לאבין איז א יחיד בדורו. א ווארטס געבער פאר כלל ישראל וואס נעמט נישט זיין זייט אויף א פארטי ליין. א זעלבסשטענדיגע טראכטער און א דענקער וואס איז מהנה די ציבור מיט חומר למחשבה.

קענסט טוישען די קעפל צו "רב לאבין אויף טוויטער".
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די טענות און תירוצים האלטן זיך אין איין טוישן.

ביז תשע"ב: ס'פעלט נישט אויס צו סאך ענגליש

תשע"ב-תשע"ד: אונזער חינוך וואס גייט שוין אן צוויי טויזענט יאר האט קיינמאל נישט געלייגט קיין דגוש אויף ענגליש.

סוף תשע"ד: רוב עלטערן זענען צופרידן אזוי.

תשע"ה ביז ערב פסח תשע"ח: מיר האבן א פערפעקט ענגליש סיסטעם, מיר קומען פולקאם נאך דעם געזעץ.

חול המועד פסח תשע"ח: מיר האבן טאקע נישט קיין גוטן ענגליש סיסטעם, אבער יעצט מיט די נייע געזעץ זעמער גוט.

איסרו חג פסח ביז'ן אלף השישי: יעצט טאר מען גארנישט קריטיקירן, ווייל מאסטער רעדט דערפון. מיר האבן דאך א מסורה פון קבל את האמת ממי שאומרו, אבל אל תקבל מאף אחד כשמאסטער אומרו.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

קראקס אויף טוויטער איז א כתה ב' שפראך און נישט אזוי רעדן ערוואקסענע און באזעסענע מענטשן. דיין נידריגע שפראך און רעטאריק שטעלט אין שאטן פרידן פון אייוועלט. הרב לאבין האט קלאר געזאגט אז ער "סופארט נישט מאסטער" און געמאכט גאר א שטארקע און עלעקוואנטע ארגומענט פארוואס. דיין קעפל איז שקר, הוצאת שם רע און פארפירעריש.
לגופו של ענין טוט לאבין ממש א העלדישע עבודת הקודש יעצט, ווען פאר די הייליגע מצוה פון קעמפן קעגן מאסטער איז אצינד געווארן דער אפיציעלער נאראטיוו אז אין אונזער ישיבות איז אלעס געוואלדיג און קיין איין ווארט ווערט נישט דערמאנט אז רעפארמען זענען נויטיג עי' ערך אהרן בנציון ווידער. די עוולה דערפון און די רשעות דערפון האט נישט קיין ווערטער.
זאגן אז לאבין טאר נישט יעצט רעדן פון אונזער פעלערהאפטיגע און סכנה'דיגע עדוקאציע סיסטעם איז גענוי די זעלבע טענה פון די בלוט דורשטיגע NRA אז נאך א מאסן שיסעריי טאר מען נישט רעדן פון גאן קאנטראל.
איך שטוין ווי הרב לאבין האט באמת אין זיך א מסירת נפש צו גיין קעגן די גאנצע עסטאבלעשמענט און זאגן במר נפשו וואס עס ליגט ביי אזויפיל פון אונז אויפ'ן הארץ און כ'האב ממש געהאט טרערן אין די אויגן ביים ליינען זיינע טוויטס. איך האב נישט די דרייסט זיך ארויסצושטעלן אזוי בפומבי און קעמפן אויף א זאך וואס איך האלט פאר וויכטיג און אין מקוה וועל איך נאכזינגען דעם זעלבן ניגון ווי יעדן עס ברענגט אים נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט אויב עפעס נאר דאס פארקערטע (יעדער איינער ווייסט וויפיל פאן עס איז צו זאגן אן אות אחת אנדערש ווי די עליטע) און ער טוט עס פשוט פאר'ן וואוילזיין פון מיינע און זיינע און דיינע קינדער.
יעצט וועט ער ליידן בושות און שיקאנירונגען, כ'בין אבער איבערצייגט אז היסטאריע וועט אים פארמשפטן מיט גאלדענע אותיות און אפשר נישט בלויז די היסטאריע נאר אפילו דער נאנטער צוקונפט.
#ראביי_לאבין_דאס_ספיק_פאר_מי
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

וואס דער עולם כאפט נישט איז איין זאך, אויב מאסטער געווינט גייען זיך נישט די מוסדות טוישן און אנהויבן לערנען מער ענגליש, נאר די העלדישע רבנים גייען זיך גענצליך מתנזר זיין משולחן איזבל און שכל לימוד גייט קאסטן עשרות אלפים יערליך. אויב האט מען געמיינט אז ביז יעצט איז טייער, קען מען זיך גרייטן. און פון לערנען ענגליש קען מען פארגעסן.

די וואס טענה'ן אז ער איז אן עסקן למען הכלל, עס איז רעכט אז ער טוט אסאך חסד לטובת כלל ישראל, און לכבוד דעם גיי איך שוין טוישן דעם קעפל. אבער צו זאגן אז ער האט עפעס אויפגעטון אויסער א דף שיעור אין אידיש אויף יו טוב און א רב אויף טוויטער? אדרבה לאמיך הערן אביסל פון זיינע אויפטוען אין די לעצטערע יארן, וואס האט ער געטוישט אין כלל ישראל לטובתינו.

קבל את האמת ממי שאמרן איז רעכט, אבער פארוואס אויסשרייען און אויספויקן אין די גאסן??
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איסר האטלקי האט געשריבן:וואס דער עולם כאפט נישט איז איין זאך, אויב מאסטער געווינט גייען זיך נישט די מוסדות טוישן און אנהויבן לערנען מער ענגליש, נאר די העלדישע רבנים גייען זיך גענצליך מתנזר זיין משולחן איזבל און שכל לימוד גייט קאסטן עשרות אלפים יערליך. אויב האט מען געמיינט אז ביז יעצט איז טייער, קען מען זיך גרייטן. און פון לערנען ענגליש קען מען פארגעסן.

:like
די לייק קומט אויף דעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אב"ד נועם ורצון אויף טוויטער: איך בין מיט מאסטער!!

שליחה דורך אונטער חכם »

יואליש האט געשריבן:עקזיביט מיליאן און פינעף קעגן די טענה אז "בייאונז איז יעדער פריי צו זיך אויסדריקן זייער מיינונג אין די נושא אן קיין קאנסקווענצן און גענג בעקלעש." און דאס איז שוין איינער וואס די קינדער גייען נישט "בייאונז אין די מוסדות."

אה, ער איז טאקע נישט פריי, אויב ער וועט רעדן וועט זיך עפענען אן אשכול קעגן איהם אין אייוועלט און אפילו אין קאווע שטיבל, און מנשה פילאפ וועט אים אפילו ברמז קריטיקירן אין זיינע ארטיקלען, ממש שרעקלעך די טעראר וואס גייט פאר.

איך זאג נישט, קען זיין ער וועט טאקע ליידן אבער דיין יעצטיגע פוינט איז נאריש.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

כ'וויל א מינוט אדרעסירן די לאגיק אז "יעצט איז נישט די צייט". כמובן אז דאס איז סתם א באבע תירוץ ווען מ'האלט נישט ביים דיסקוטירן די עצם טעמע, אבער בכלל, וואס פאר א לאגיק ליגט דערין?
גיט א קוק א מינוט אויף דער נייעס ארענע: פעיסבוק איז געקומען אונטער מאסיווע קריטיק איבער זייער דאטא באהאנדלונגען און וויאזוי זיי האבן עס באהאנדלט.
צוקערבערג וואלט געדארפט וויסן אז אין צייט פון קריטיק "איז יעצט נישט די צייט" און ער וואלט געדארפט פארטיידיגן פעיסבוק כאטש מיט אזעלכע שארפע רעטאריק און מיטלען ווי אונזער מייסטער ר' אהרן בנציון ווידער. ער איז אבער קלוגער פון דעם. ער ווייסט אז מיט דעם גאנג וואלט נישט געבליבן קיין שרוד ופליט פון פעיסבוק. ער איז קלוג און געריבן, ווייסט ער די פשוטע א' ב אז אין פאל פון קריטיק טוט מען וואס שטייט אין דער אור אלטער גוטער בוך אז "ומודה ועוזב ירוחם".
"איים סארי, איטס מיי פאולט, אייל טעיק קעיר אוו איט."
די בעסטע עצה צו ראטעווען די חינוך הטהור, איז טאקע יא מודה זיין אז מיר האבן פראבלעמען, מ'גייט עס פאררעכטן און גיבט אונז ביטע די שאנס. אנהויב האט מען טאקע געזינגען דעם ניגון מיט דער גרינדונג פון פערלס וכדו', אבער ערגעץ וואו האט די קדושה געזיגט און פלוצים האט מען אויסגעדרייט די דאשיק אז אלעס איז גוט פיין און וואויל אזש יעדער קאנסטראקשן מענעזשער האט א חוב קדוש צו רעקארדירןסעלפי ווידעא און אנצייגן אויף זיין סוקסעס וואס קומט געוויס פון אונזער שלימותדיגע עדוקאציע.
אויב וויל מען ראטעווען אונזער חינוך וועט עס נישט קומען פון העשטעגס און טראלן די אינטערנעט, נאר טאקע פון איינבייגן דעם קאפ און אנערקענען אונזערע פעלערן. דאס איז פשוטע לאגיק וואס יעדער בר הכי פארשטייט און דאס איז בערך הרב לאבינ'ס טענה. די טענה פון יענעם אנדערן עסקן (כ'בין נייגעריג ווער דאס איז, אפשר מיינט ער דעם ניק בתוך ניק "עין טובה" פון אייוועלט, אים דארף יעדער הארכן) "אז יעצט איז נישט די צייט", מאכט נישט קיין שום טראפ סענס און איז זעלבסטמארד פאר ווער ס'האט נאר אריינגעטרויטן א פיס אין סוגיא דקריזיס פי.אר.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

איסר האטלקי האט געשריבן:וואס דער עולם כאפט נישט איז איין זאך, אויב מאסטער געווינט גייען זיך נישט די מוסדות טוישן און אנהויבן לערנען מער ענגליש, נאר די העלדישע רבנים גייען זיך גענצליך מתנזר זיין משולחן איזבל און שכל לימוד גייט קאסטן עשרות אלפים יערליך. אויב האט מען געמיינט אז ביז יעצט איז טייער, קען מען זיך גרייטן. און פון לערנען ענגליש קען מען פארגעסן.

די וואס טענה'ן אז ער איז אן עסקן למען הכלל, עס איז רעכט אז ער טוט אסאך חסד לטובת כלל ישראל, און לכבוד דעם גיי איך שוין טוישן דעם קעפל. אבער צו זאגן אז ער האט עפעס אויפגעטון אויסער א דף שיעור אין אידיש אויף יו טוב און א רב אויף טוויטער? אדרבה לאמיך הערן אביסל פון זיינע אויפטוען אין די לעצטערע יארן, וואס האט ער געטוישט אין כלל ישראל לטובתינו.

קבל את האמת ממי שאמרן איז רעכט, אבער פארוואס אויסשרייען און אויספויקן אין די גאסן??


איך האב שוין דערקלערט פארוואס ס'איז זייער וויכטיג ארויסצוגיין אין די גאס דאס זאגן, דייקא יעצט אין צייט פון קריזיס, און דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי עס קען פארבלייבן עטוואס קאנטראל אויף אונזער חינוך אין אונזערע הענט, אז מ'וועט אונז טראסטן און זען אז מיר נעמען די טעמע ערנסט. געדענק, דאסמאל איז עס געלונגען, אבער נישט אלעמאל וועט שמחה פעלדער קענען האסטעזשען די סענאט און בלעקמעילן די גאנצע ניו יארק בודזשעט פאר זיינע קאפריזן. אזעלכע מיטלען זענען צייטווייליגע לעזונגען.
בכלל, די טענה פון נישט אויספויקן אין די גאס איז חספא בעלמא, ס'איז אן אילוזיע, ס'איז נישטא קיין צוויי גאסן און ס'איז סתם א דמיון בעלמא, ס'איז אלעס דער זעלבער גאס און די זעלבע מענטשן און די זעלבע מעסעזש, ס'ארבעט קיינמאל נישט אז מען זאגט פאר יענעם איין זאך און פאר זיך אליין אן אנדערע זאך, ס'עקזיסטירט נישט אזא מציאות, ס'בלייבט אלעמאל די זעלבע מעסעזש און די זעלבע געדאנקענגאנג, און אז דו ווילסט אדרעסירן א פראבלעם, האסטו איין עצה, זאגן איך האב א פראבלעם און איך גיי מיך העלפן.
ווען אדמו"ר מהר"א וואלט זיך אויפגעשטעלט זאגן אז אונזער עדוקאציע סיסטעם איז פראבלאמאטיש און מיר ליידן פון עניית און מ'גייט פאררעכטן און בלויז למראית עין דארף מען זאגן אז אלעס איז גוט קענסטו אנהויבן קלערן אז ס'איז דא צוויי גאסן, למעשה זעסטאך וואס ער האט געזאגט, אז אונז האמיר ב"ה קליינע מיליאנערן און גרויסע מיליאנערן און מיטלגארטיגע מיליאנערן, און איך וויל רעדן צו די זיידעס און צו די באבעס און די עלטער באבעס.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

עס זענען פארהאן צוויי באמערקונגען וואס כ'מיין אז קיינער האט נאך נישט געהעריג ערווענט:

1
די מקור וואס די משכילים נוצן צו פארפירן די מאסן און צו פארטושן די די מוחות פון די אלגעמיינע מענטשהייט איז א גמרא אין מסכת קדושין:

תנו רבנן: האב חייב בבנו למולו ולפדותו וללמדו תורה ולהשיאו אישה וללמדו אומנות.

האט רבינו הקדוש מסאטמאר אמאל מדייק געווען (טאקע אונטער אזעלעכע אומשטענדן אין וועלכע כלל ישראל געפונט זיך אצינד) אז די ברייתא גייט אין א כראנאלאגישע סדר: א קינד ווערט געבוירן, ערשט נעם אים אראף די ערלה, דאן מאך זיכער אז דאס בלייבט טאקע ביי דיר און נישט ביים בייזן כהן. דאן לערען מיט אים תורה, דאן טרעף אים די ליבע פון זיין הארץ, און ערשט דאן לערען אים אויס א פאך. (נישט פאר די חתונה, נאר ערשט נאך די חתונה) ודו''ק.

אגב, רבי נהוראי זאגט דארט אין די גמרא אז ניין: "מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה שאדם אוכל משכרה בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא ושאר כל אומנות אינן כן כשאדם בא לידי חולי או לידי זקנה או לידי יסורין ואינו יכול לעסוק במלאכתו הרי הוא מת ברעב אבל התורה אינה כן אלא משמרתו מכל רע בנערותו ונותנת לו אחרית ותקוה בזקנותו בנערותו

די משכילים און אנגעבליכע כלל פארזארגער וואלט דאך דעם רבי נהוראי געהאנגן אין די סאמע צענטער פון טיים סקווער...

2.
דער אמעריקאנער געזעץ זאגט: אז יעדע קינד דארף לערנען און קענען ענגליש, ליינען, שרייבן, רעדן. און רעכענען, און אויך האבן פודאמענטולע וויסענשאפט אין געאגריפיע, סייענס, בעאליגיע , און סאציאלע שטודירונגען אד''ג. פארוואס? ווייל די רעגירונג וויל אז אמעריקאנער בירגער זאלן זיין עטוואס געבילדעט, און נישט זיין קיין אומוויסנדע אלפאבעטן ווי די פראסטע אייראפישע באפעלקערונג אין די מיטל-אלטער עפאכע, וועלכע האבן נישט געקענט ליינען און שרייבן, און האבן זיך אין רעזולטאט פארנומען מיט געוואלטאטן.

באשיינפערליך האט דאס גארנישט צו טאן מיט אומנות... אפילו איינער איז א מולטי טריליונער און ער שיקט נישט זיין קינד אין שולע, וועלן די ספעציעלע שולע פאליציי אנקלאפן אויף זיין טיר, און אפפירן זיין קינד צו א שולע מיט די געוואלד. ווייל דאס איז דאס געזעץ אין לאנד. דאס האט גארנישט מיט קיין אומנות איינגעשטויסן.

די מוסדות פראבירן טאקע עטוואס זיך צו צוהאלטן צום געזעץ לויט ווי ווייט ס'איז שייך.

קומען צו גיין די רשעים און משכלים און שרייען פאר די רעגירונג אז מ'פאלגט נישט גענוג אויס דאס געזעץ...זייער ציל איז ווי די משכילים אין אלע גענעראציעס גענוי ווי דער זיידע לבן פון חרן זאל זיין א גוטער בעטער, לעקור את הכול... מאנטסטער וויל בלויז אז אלע אונזערע קינדער זאלן זיין מאנסטערס און שדים בצירת אדם גענוי ווי אים זעלבסט רח''ל. גארנישט מער פון דעם.

מ'מוז דאך עפעס האבן עטוואס שטיצע פון די אפפאל פון אונזער געמיינדע אז ס'זאל אויסקוקן ווי עפעס א לעגעטימע באוועגונג, האט מען באשאפן א אומנות קיגעל.

קענען ענגליש האט גארנישט צו טאן מיט אומנות, מ'קען זיין א געלונגענער דיימאנד שלייפער, און א סוקסעספולע ריעל עסטיעט מאצגנעט אן קענען א גוטער ענגליש. עס האט נישט צו טאן איינס מיטן צווייטן. מ'קען יוצא זיין צו לערנען מיטן קינד אומנות מיטן אין אויסלערנען צו עלעקטעריק אדער פלאמבינג אד''ג.

ענגליש דארף מען בלויז לערנען און קענען, ווייל דאס איז דער געזעץ אין לאנד....דינא דמלכותא דינא...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קען מיך איינער לינקען צו זיין טוויטער קאנטע?
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

איסר האיטלקי: איך בין מיט דעיוויד דיוק!!!

שליחה דורך גדליה »

אפשר קענט איר מוחל זיין טוישן די קעפל פון דעם אשכול? הרב לאבין שרייבט גאנץ קלאר אין זיינע טוויטס אז ער האט גארנישט מיט מאסטער און אז אן אפגעפארענער חסיד איז נישט ממש דער פאסיגסטער קאנדידאט אריינצוברענגען טויש ביים ציבור. הרב לאבין האט די קוראזש זיך ארויסצושטעלן מיט זיין פולן נאמען און זאגן וואס ער האלט באמת, בעת "איסר האיטלקי" מוז נעבעך באהאלטן זיין נאמען ווייל אויב וועט זיין שוואגער אויסגעפינען אז ער שרייבט אויף קאווע שטיבל וועט ער נישט קענען טון קיין שידוכים. דאס דערמאנט מיר אביסל פון די הייליגע אייוועלט אידן וואס קריטיקירן 'ידעתי' ווייל עס ווערט ארויסגעגעבן בעילום שם.
צום ענין, זאלן מיר אלע הייליגע עסקנים טויזנט מאל מוחל זיין, אבער זייער אקטיווע סאציאל מידיע קאמפיין איז קינדעריש און נאריש ביז גאר. אויסער באשאפן א פרישע טייד פאד טשעלענטש און אנכאפן די קינדער און שרייען אז אונז האבן די בעסטע עידוקעישאן אין די וועלט האבן זיי גארנישט אויפגעטון. דאס שרייען חילול השם איז א כתה א' טאקטיק, מ'קען מיינען כאילו יעדן גוי אין הארלעם אינטערעסירט וואס דער חסידישער איד טוט אין זיינע מוסדות. קיינער גיט נישט קיין דעמן אויף וואס אונז טוען, דאס איז אמעריקע, א פרייע לאנד, די איינציגע וואס ליידן זענען אונז אליין. די איינציגע וועמען די נושא דארף באמת פאראינטערעסירן איז אונז אליין.
אויב דו זאגסט אז יעצט איז נישט די צייט, וואו זענען געווען אלע "העלדישע" עסקנים ביז היינט? צו האלט באמת אהרן בנצין ווידער אז אונזער עדיוקעישאן דארף נישט קיין תיקון? כ'האב אפילו געהערט זאגן אז אהרן טייטלבוים האלט אויך אז מ'דארף פארבעסערן די עדיוקעישאן נאר זיין פרומע הנהלה לאזט אים נישט. דאס מיינט א רבי, הא? ווייל טאמער וועט ער פארבעסערן די עדיוקעישאן ווער וועט קוקן אויף זיין זייט? אזוי האט ער זוכה געווען צום קאווער פון עמי מאגאזין.
רבותי, כ'זאג דאס נישט אייביג אבער יעצט וועל איך עס זאגן. מיר זענען טיף אין תחת.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די נייע ״ווארטזאגערס״ פון כלל ישראל, דער מסור און היפאקריט גערי שלעזינגער וואס האט זיך גאר לעצטענס מוחל געוועהן די עבירות און דער דער ראציגער בעלזער ווידער וואס ווען מזאל וועין האקן אויף זיין קאפ וועט מען הערן א ״ווידער קול״ ווייל סאיז א בור ריק אין בו שכל. כ׳פלעג דאווענען מיט אים אין איין בעיסמעדירש ווען ער האט נאך געוואוינט אין ב״פ און כהאב מיך דעמאלט באקענט מיט אים. טוטס מיר א טובה זאל זיך דער ווידער קודם אויסלערנען וויאזוי מ׳ווישט זיך אפ דעם טאכעס...

גערי שלעזיננגער שטאטס צו אדרעסירן די נושא אז אונז חרדים זענען די גרעסטע ארימעלייט פון אלע מינארטיס איז פארנומען צו באשמיצן מאוסטער פערזענליך. כאילו דעס גייט העלפן ברענגן פרנסה פאר אחבנ״י. גערי ווילסט גיין פערזענליך? מקען דיך אויך אויסשמייסן פערזענליך. יעדער ווייסט אלע דיינע רשעותדיגע ״מעשים טובים״. ביסט אויפגעוואקסן אויף א ״גאלדענם טאץ״ ביי א רייכע משפחה. דו האסט אין דיין לעבן נישט געארבעט שווער פאר קיין דאללער און דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין אין דיין וויסטע חלום וואס סמיינט ווען א אינגערמאן קען נישט אויסקומען די חודש מיט א שטוב מיט קינדער. גערי! זכרנו את הדגה! מיר געדענקן נאך פאר דו האסט זיך אפעציעל מוחל געוועהן דיינע עבירות. שפילסט א געים אויפן חשבון פון טויזנטער משפחות וואס האבן נישט קיין פרנסה? מיינסט מיט דעם גייסטו ווערן א העלד ביי מהר״א? זיך לעקן צו אלע פאלטישאונס און רע-בנים פאר דיינע אייגענע חשבונות אויף אונזער חשבון? ווייל דיין טאטע האט דיר איבערגעלאזט געלט? און די פעטער דיינע האסטו פאר דיין כבוד אריינגעשליידערט אין תפיסה?

מוראדיג!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

נאך א נקודה למחשבה:

אונזערע קינדער ווילן ניטאמאל לערנען קיין ענגליש. זיי הייבן נעבאך נישט אן צו פארשטיין דאס נחיצות הענין.

נאך ביז צום היינטיגן טאג איז ענגליש - פאן טיים...

די קינדערליך זענען פארמאטערט נאכן א גאנצן טאג זיך מאטרען אויף הוית דאביי ורבא, און זיי געבן זיך אויס זייער פאסטעראציע אויפן אומשולדיגען טיטשער, אזוי אז אפילו די מוסד וויל בלויז פארבעסערן דעם ענגליש דעפארטמענט. איז דאס עטוואס אומעגליך צוליב די טאטאלע אומקאפאראציע פון די קינדער זעלבסט.

די טאטעס זעלבסט דארף דאס עקלערן און מאנען פון די קינדער.

(פארשטייט זיך איז נישט איצט. ווייל אצינד איז א שעת שמד א דאנק די משכילים און רשעי דורינו. מיר זענען ליידער א דאנק מאנסטער וחבריו שר''י געצווינגען צו ווארטן מיט טאן עפעס זאכליך, עד יעבור זעם מאנסטער)
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אב"ד נועם ורצון אויף טוויטער: איך בין מיט מאסטער!!

שליחה דורך אונטער חכם »

אבטולמוס האט געשריבן:
אינטערעסאנט אז דער זעלבער ר' [tag]יונה כהן[/tag], וועלכער איז יעצט פארנומען ווייזן דעם "ביזנעס דירעקטארי" אז אונזער עדיוקעישאן איז געוואלדיג, איז עטליכע יאר צוריק געווען פארנומען פארשפרייטן דעם פאלגנדן בריוו וואס האט געשטורעמט אז אונזערע מוסדות גרייטן נישט אן אונזערע קינדער פאר פרנסה. יא, כ'ווייס אז ר' יונה האט נישט אליין געשריבן דעם בריוו, אבער ער האט עס ארומגעשיקט צו אלע זיינע פריינט און האט מסכים געווען מיט כמעט אלעם וואס איז געשטאנען דארטן.

הכסף והכבוד יענה את הכל. אבער פאר אונזערע קינדערלעך קעירט מען נישט.


איך כאפ נישט דיינע טענות אויף יונה כהן, דאס פארשפרייטן יענע בריוו האט אים דען געברענגט כבוד? פון וואו נעמסטו אז דאס ווארט איז געלט און כבוד?
איך וואלט ארויסגענומען פון דעם דעמאלטדיגן בריוו אז ער איז יא אן אמת'ער מענטש נאר ער האלט אז יעצט דארף מען זיך אננעמען כלפי חוץ פאר אונזער חינוך ווייל יעדער פארשטייט אז אויב די רעגירונג וועט זיך אומגיין בכל חומר הדין וועט עס זיין א גרויסער פראבלעם פאר אונז.
אימון־סיסטעם האלט אז עס איז נישט קיין גוטער סטראטעגיע? איך הער, אבער ער, און די אנדערע עסקנים, האבן א רעכט צו האלטן אנדערש.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

איסר האטלקי האט געשריבן:וואס דער עולם כאפט נישט איז איין זאך, אויב מאסטער געווינט גייען זיך נישט די מוסדות טוישן און אנהויבן לערנען מער ענגליש, נאר די העלדישע רבנים גייען זיך גענצליך מתנזר זיין משולחן איזבל און שכל לימוד גייט קאסטן עשרות אלפים יערליך. אויב האט מען געמיינט אז ביז יעצט איז טייער, קען מען זיך גרייטן. און פון לערנען ענגליש קען מען פארגעסן.

די וואס טענה'ן אז ער איז אן עסקן למען הכלל, עס איז רעכט אז ער טוט אסאך חסד לטובת כלל ישראל, און לכבוד דעם גיי איך שוין טוישן דעם קעפל. אבער צו זאגן אז ער האט עפעס אויפגעטון אויסער א דף שיעור אין אידיש אויף יו טוב און א רב אויף טוויטער? אדרבה לאמיך הערן אביסל פון זיינע אויפטוען אין די לעצטערע יארן, וואס האט ער געטוישט אין כלל ישראל לטובתינו.

קבל את האמת ממי שאמרן איז רעכט, אבער פארוואס אויסשרייען און אויספויקן אין די גאסן??


הוילע דמיונות. א. די נושא איז דא בכלל נישט קיין געלט נאר צו די רעגירונג זאל יא אדער נישט אינפארסירן אירע געזעצן. אויב איז די רעגירוג מחליט דאס צו אינפארסירן, וועט נישט נעמען געלט גארנישט העלפן, אלע מוסדות התורה וואס וועלן נישט אויספאלגן די רעגולאציעס וועלן פארמאכט ווערן, און עלטערן וואס וועלן נישט שיקן אין א מוסד וואס איז אין איינקלאנג מיטן געזעץ, קענען באקומען טורמע אורטיילן.

בכלל ברויך קלאר געשטעלט ווערן אז די גאנצע מושג אז לערנען די פארלאנגטע סעקולארע לימודים איז עפעס וואס איז קעגן אידישקייט, איז א פרישע שקר געבאקן ממש יעצט נאך פסח תשע"ח. הערשט דעם ווינטער איז די פערל"ס ארגעניזאציע ביזי געווען איינפירן שינויים אין די מוסדות און מ'האט אנגעהויבן פארבעסערן די ענגלישע לימודים, מ'האט פון קיינעם נישט געהערט קיין ווארט אז דאס איז עפעס וואס איז קעגן אונזערע יסודות, און די מיידלעך יוכיחו אז מען לערנט ביי זיי אלע רעגירונג פארלאנגטע לימודים על דעת ובהסכמת גדולי דורינו.

עס לאזט זיך נישט גליייבן ווי אפאר 'עסקנים' אויפן אינטערנעט (נאך פון די שוואכערע עלעמענטן במחנינו) קענען אין עטליכע טעג אויפבלאזן פון לופט א נייע אזויגערופענע אידיקייט מערכה, און אז איינער ווי הרב לאבין שטייט נישט מיט די זיי באפאלט מען אים שוין אז היתכן ער שטייט נישט מיט מיט די גדולי ישראל! ווער זענען די גדולי ישראל? גערי שלעזינער און אהרן ווידער?! איז דען דא א פסק אפילו פון איין רב אז מען טאר נישט לערנען מער ענגליש? פארוואס טאר נישט הרב לאבין ארויסזאגן הויעך וואס רוב פון אונז (ובתןכם דער פותח האשכל) האלטן אז דער ענגליש ביינונז ברויך א היבשער תיקון?

און דרייט נישט קיין קאפ מיט די נארישע ענטפער אז ווייל מאסטער ווילדעוועט יעצט, ברויכן מיר אלע זיין אקעגן אים, מאסטער איז יעצט גראדע היבש שטיל, געווילדעוועט האט ער די לעצטע פאר יאר, און דעמאלטס האט מען שיינערהייט יא עגריט איינצופירן שינויים. די יעצטיגע ווילדע מערכה פון די זעלבסט געקרוינטע עסקנים איז א טפשות שאין כמוהו, לדעתי גייט עס מיאוס בעקפייערען און נאר מער אויפרייצן די ניו יארקער באפעלקערונג אויפצופאדערען די רעגירונג איינצוהאלטן דאס געזעץ, און דעמאלטס וועט בכלל נישט מעלה ומוריד זיין צו רב לאבין האט יא אדער נישט מיטגעשפרינגן מיט די קארדינירטע פיקחות'דיגע העשטעגן פון גערי שלעזינגער ענד קא.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

די ניו יארקער באפעלקערונג איז שוין אנגערייצט אז ס'קען שוין נישט ערגער ווערן. די ניו יארקער באפעלקערונג שרייט היתכן פארוואס דארף יעדער ניו יארקער פארדינען מינימום 150 טויזענט א יאר צוליב זייערע גוטע עדיוקעשען וואס זיי האבן באקומען, און אונז אידעלעך דרייען זיך ארויס. די גאנצע ניו יארקער באפעלקערונג אין אלע 5 באראס סטראשענען דעם מעיאר קלאר און דייטליך אויב וועט דאס זיך נישט טוישן וועלן זיי אויפהערן נעמען זייערע גוט באצאלטע וועידזשעס און אנהויבן ארבעטן פאר בלויז 15 דאלער א שעה אזוי ווי א נארישע כולל אינגערמאן.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ליפא האט געשריבן:די ניו יארקער באפעלקערונג איז שוין אנגערייצט אז ס'קען שוין נישט ערגער ווערן. די ניו יארקער באפעלקערונג שרייט היתכן פארוואס דארף יעדער ניו יארקער פארדינען מינימום 150 טויזענט א יאר צוליב זייערע גוטע עדיוקעשען וואס זיי האבן באקומען, און אונז אידעלעך דרייען זיך ארויס. די גאנצע ניו יארקער באפעלקערונג אין אלע 5 באראס סטראשענען דעם מעיאר קלאר און דייטליך אויב וועט דאס זיך נישט טוישן וועלן זיי אויפהערן נעמען זייערע גוט באצאלטע וועידזשעס און אנהויבן ארבעטן פאר בלויז 15 דאלער א שעה אזוי ווי א נארישע כולל אינגערמאן.


אינגעלע לאמיר דיר מסביר זיין אויף דיין שפראך. די ניו יארקער באפעלקערונג באשטייט פון א גרויס טייל שלעכטע טמנ'א גויים וואס האבן זייער שטארק פיינט ערליכע אידן. ביז יעצט זענען ווייניג פון זיי געווען באקאנט אז מיר אידן האלטן נישט איין א געזעץ וואס פארלאנגט צו פראוויידן פאר אלע קינדער א גוטער סעקולערע עדיוקאציע. די לעצטערע געשעענישן אז די חרדים אין ניו יארק האבן מצליח געווען צו פארדרייען דאס געזעץ און אזוי זיך ארויסדרייען דערפון, איז ממש סחורה ווי גאלד פאר די שונאי ישראלים וואס וועלן דאס נוצן אויפצוהייטערן זייערע מאסן צו פארפירן ביי די פאלטישאנס היתכן חסידישע אידן קענען טוהן וואס זיי ווילן און זענען נישט געבינדן צו די זעלבע געזעצן וואס ווערן פארלאנגט פון אלע אנדערע בירגער.
צו גלייבן אז שמחה פעלדער וועט אייביג געלונגען צו קענען טוהן וואס ער וויל איז גאר קינדיש און קורצזיכטיג.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליפא האט געשריבן:די ניו יארקער באפעלקערונג איז שוין אנגערייצט אז ס'קען שוין נישט ערגער ווערן. די ניו יארקער באפעלקערונג שרייט היתכן פארוואס דארף יעדער ניו יארקער פארדינען מינימום 150 טויזענט א יאר צוליב זייערע גוטע עדיוקעשען וואס זיי האבן באקומען, און אונז אידעלעך דרייען זיך ארויס. די גאנצע ניו יארקער באפעלקערונג אין אלע 5 באראס סטראשענען דעם מעיאר קלאר און דייטליך אויב וועט דאס זיך נישט טוישן וועלן זיי אויפהערן נעמען זייערע גוט באצאלטע וועידזשעס און אנהויבן ארבעטן פאר בלויז 15 דאלער א שעה אזוי ווי א נארישע כולל אינגערמאן.


די באפעלקערונג קען זיך טאקע אויפוועקן אין איין שיינעם טאג הלמאי די חסידים זויגן אויס די גאווערמענט די מערסטע פון אלע מינארטיס און קענען ניטאמאל די שפראך פון די לאנד... און זענען עקזעמפט און העכער פון די געזעצן וואס יעדער ציוויליזרטע פארגעשריטנע מדינה פארלאנגט פון זייערע בירגער היינטיגע צייטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

דער עולם איז נאר פארנומען מיט דזאבס... דזאבס... דזאבס...

און וואס טוט זיך מיט לעבן ווי א נארמאלע מענטש? וועלכע מענטש וויל נישט קענען די שפראך פון זיין היימשטאט? ווי סאך מענטשן מוטשענען זיך ביים דאקטאר, דענטיסט, קאורט, גאז סטאנציע, באנק, קאר מעקעניק, פשוט ווייל זיי קענען נישט קיין ענגליש און רעכענען? וויאזוי פילט זיך אן ארץ ישראל'דיגער ווען ער קען נישט עברית, אדער ווען ער קומט קיין אמעריקע און ער קען נאר עברית.

דאכט זיך מיר אז אונזערע זיידעס האבן יא גוט געקענט אונגעריש, זעהט אויס אז אמאל האט מען נאך געלערענט.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר הרב לאבין, און האפענטליך וועלן אסאך אים נאכטוהן.
פארשפארט