לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

גאנצל האט געשריבן:איך זעי אז די גאנצע אישו איז דא איבער קענען ענגליש

איך מיין אז מען זאל ענדערש מאכן א קאמפיין אז אלע עלטערן זאלן זיך מאכן צייט און לערנען מיט די קינדער די ענגלישע שפראך והכל על מקומו יבוא אדער עכ"פ איבער גיין מיט די קינדער וואס זיי לערנען יא אין קלאס מער פון דעם זאל איינער עפענען פרייוועט סקולינג צוויי אדער דריי מאל א וואך


איך האב שוין געשריבן אויף אן אנדער פלאץ. א אינגערמאן וואס זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס האלט אים אפ פון ווערן אן ענדזשעניר איז די שפראך, באלאנגט אויף וועל פעיר. פעריאד.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

אישתישבי האט געשריבן:מכאן ראי' אז די גאנצע קאמפיין האט גארנישט מיט מאסטער, די רגע וואס איך זאג אז מאסטער איז גערעכט הייבט זיך אהן א קאמפיין קעגען מיר זעלבסט.


מאכסט א גרויסן טעות, איר זענט זייער קאנפיוזד. די מערכה קעגן אייך איז אן אלטער, פשוט ווייל איר רעדט געווענליך נישט צום זאך. אין קיין שום ענין נישט דווקא יעצט. איר שרייבט אן שום לאגיק און שכל. רוב פון אייערע מסקנות איז נישט קאנעקטעד צו לאגיק און עס איז זייער שווער צו פארשטיין, און נאך שווערער אייך צו ענטפערן. מיט אייך איז אלעס, טענו לו בחיטין, והודו לו בזכר קדשו. עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי דיזען טעזע.

אויב עס געפעלט אייך נישט וואס איך שרייב, צו איך צוריק פון וואס איך האב געשריבן ווייל איר זענט ממילא גערעכט. והשם הטוב יכפר לי. איך בעט אייך איבער.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

קאך_לעפל האט געשריבן:"ווען עלטערן וואלטען פארלאנגט, בלא בלא, איך האב נייעס פאר דיר, איך און אנדערע האבן פארלאנגט."

אמת. ווייל די האסט פארלאנגט...דערפאר האט מען זיך אויסגעמכינט אויף דיר... קומענדיגע מאל שיק אן ערליכער איד....


נישט נאר דאס, ווען ער וויל ווען אמתדיג וואלט ער פשוט געהייערט א פראפעשענעל זאל קומען צו זיין היים פון פיר ביז זעקס יעדן נאכמיטאג, און זיינע קינדער וואלטן געווארן גאונים און שפעטער עשירים, ער וואלט זיך קיינמאל נישט געדארפט שפארן געלט פאר רעטייערמענט ווייל מיט אזעלכע רייכע קינדער וואלט ער געקענט פרי רעטייערן.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

אז די עדיוקעישן איז שוואך איז א פאקט! מאנכע האלטן אז אזוי קומט און אנדערע האלטן אז עס דארף א פארבעסערונג. יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן וויאזוי ער וויל, אבער נוץ נישט קיין שקרים צו קאנווינסען מענטשן זאלן האלטן ווי דיר, צו די פאקט איז א גוטע אדער נישט.

עס טוט מיר באמת וויי אז מען איז צוגעקומען צו אזא מאמענט ווי עס הערשט אזא צוריסעניש אין כלל ישראל, און די גאנצע מחלוקה איז פשוט ווייל עס שמעקט אונז נישט ווער די לוחם איז. דאס הייסט אז יעדער וויל אדער קען באשטיין אז מען זאל לערנען מער, אבער אינעם איצטיגן תקופה טאר מען נישט רעדן אדער האלטן אזוי ווייל איינער נפתלי מאסטער האט א קאמפיין, און אונז האלטן נישט פון די פארשוין מאיזה סיבה שהוא...

יעדע מאל וואס איך גיי אריין אין באנק שעם איך זיך פונעם ארבעטאר אז מיין אייגענע אונטערשריפט קען איך נישט שרייבן, פשוט ווייל די גוטע עדיוקעשן וואס אונז באקומען נישט. עס איז העכסט צייט אנצוהייבן לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי צוניץ קומען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

#מאסטער רעדט נישט פאר מיר אבער די עסקנים אויך נישט!
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

היכי דמי האט געשריבן:...

יעדע מאל וואס איך גיי אריין אין באנק שעם איך זיך פונעם ארבעטאר אז מיין אייגענע אונטערשריפט קען איך נישט שרייבן, פשוט ווייל די גוטע עדיוקעשן וואס אונז באקומען נישט. עס איז העכסט צייט אנצוהייבן לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי צוניץ קומען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

#!


דו ביזט אדער א שקרן (מגזם) אדער לערנינג דיסעיבעלד אדער סתם אזוי ריטארדעד. מן הסתם אלע דריי (אישתישבי)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

הא הא. דאס ליצנות וואקסט פין מינוט צו מינוט. דער יצמח האלט עס נעבעך נישט אויס, און שיסט פין אונטען ארויס!!!!!

גיבט אלע א קוק וואס אונזערע מוסדות קענען צושטעלן, א יצמח, עטס הערט??? א יצמח, ניצט זיין מחילה צו שרייבען דא אויף קאווע שטיבל!!!! און עס קומט ארויס זיין גאנצע זאק מיט ספיבאלס וואס ער האט נישט באוויזן צו שיסן אויף דער ענגליש טיטשער.

לא די ער האט נעבעך נישט עפעס צו ענפערן, מוז ער מיך מאכן פאר א משכיל!!!! נעבעך, קיין בעסערע דעפענס ליניע האט ער נעבעך נישט!!!!! אבער להוסיף במחילתו לייגט ער צו פין זיין פאדערשטע טייל, אז איך רעד קיינמאל נישט צו דער זאך!!!!! אלץ פארוואס??? ווייל אונז האבן דא א דיסאגרימענט. נעבעך אויף אייך ר' יצמח.

צום שלוס, אזוי טענה'ט מען זיך נישט. האסט עפעס צו זאגן צום דבר, רעד, מיט טענות דורך מיר פערזענליך אראפ רייסען וועט איר נישט געווינען, אויסער ווייזען אז דער קאמפיין איז נעבעך גאר שטארק נוגע ללבך, עס טוט מיר לייד, אבער מען געווינט נישט אזוי!!!! ווילסט געווינען???? שרייב עפעס שיין. און געדענק איך רייס נישט אראפ קיינעם פאר האבן אן אנדערע מיינונג, און האלט דיר צו דעם אויב די ווילסט רעספעקט אויף דער ניק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

yatzmachp האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:...

יעדע מאל וואס איך גיי אריין אין באנק שעם איך זיך פונעם ארבעטאר אז מיין אייגענע אונטערשריפט קען איך נישט שרייבן, פשוט ווייל די גוטע עדיוקעשן וואס אונז באקומען נישט. עס איז העכסט צייט אנצוהייבן לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי צוניץ קומען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

#!


דו ביזט אדער א שקרן (מגזם) אדער לערנינג דיסעיבעלד אדער סתם אזוי ריטארדעד. מן הסתם אלע דריי (אישתישבי)


פארוואס זאגסטו אזוי? לויט זיין תגובה וואס ער האט געשריבן איז ער נישט ריטארדעד און נישט לערנינג דיסעיבעלד. ער שרייבט זייער נארמאל און שיין און ספעילט בעסער פון דיר און פון מיר. דו אטאקירסט אים סתם אזוי!

ער האט א שטארקע טענה. ער איז גערעכט. איך קען זייער אסאך אזויווי אים. רוב חסידים, מיך אריינגערעכנט קענען נישט געהריג שרייבן סקריפט. איך האב מיך הערשט ממש לעצטענס ביי די פערציג אנגעהויבן צו קענען ליינען און שרייבן סקריפט. אפילו כהאב געליינט שוין אסאך ביכער אין ענגליש און כמיין אז ענגליש קען אויך שוין היינט. נאכן זיך מוטשענען וואו א בהמה פאר יאהרן לאנג און זיך ברעכן די ציין אויף די ניו יארק טיימס יעדן טאג האב איך עס מעהר און מעהר געכאפט. אבער פארוואס איז נישט מעגליך וואס ער שרייבט? רוב חסידים קענען נישט די מינדעסטע ענגליש און אפילו זיי וואוינען דא שוין אפאר דורות רעדן זיי ענגליש ערגער ווי די אימגראנטן. דעס איז נישט נארמאל און נישט לטובת קיינעם. אז משיקט א קינד אין שולע דארף מען אים אויך אויסלערנען און אנגרייטן אויף שפעטער אין לעבן אז ווען ער גייט ארויס אויף די גאס צוברענגן פרנסה זאל ער כאטש וויסן וויאזוי אפצווישן די נאז און אין וועלכע בארא ער וואוינט. רוב אינגלייט וואס קומען ארויס פון די חרדישע סיסטעם האבן נישט קיין שום פיוטשער חוץ אויב זיי זענען פונקט געבוירן ביי רייכע עלטערן. סאיז א שרעק וואס גייט פאר. מאוסטער אהער מאוסטער אהין. מחלל שבת, שומר שבת. אלעס גיטע תירוצים. למעשה איז ער הונדערט פראצענט גערעכט. ענק שיסן די מעסענדזשער...

אידיש האט נאך א פראבלעם. יעדע שפראך קען מען היינט איבערטייטשן אויף גוגל. די אידיש וואס זיי נוצן איז עפעס א פוילישע יודישיסטע דילעקט וואס מהאט גענוצט 300 יאר צוריק. היינטיגע אידיש האט ניטאמאל א דיקשאונערי-גארנישט! וואס איך פלעג אלץ טוהן איז עס איבערטיישטן אויף עברית. און אז איינער קען נישט קיין עברית איז ער אויף צרות.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

עלטערן פעטיציע פאר א בעסערע חינוך

שליחה דורך אייניקעל »

אט האט זיך געעפענט א נייע פעטיציע דורך עלטערן וואס ווילן אז זייער שטימע זאל געהערט ווערן
די חתימות קענען נישט געזען ווערן
כה לחי!

https://www.change.org/p/haredim-need-better-education
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

אישתישבי האט געשריבן:הא הא. דאס ליצנות וואקסט פין מינוט צו מינוט. דער יצמח האלט עס נעבעך נישט אויס, און שיסט פין אונטען ארויס!!!!!

גיבט אלע א קוק וואס אונזערע מוסדות קענען צושטעלן, א יצמח, עטס הערט??? א יצמח, ניצט זיין מחילה צו שרייבען דא אויף קאווע שטיבל!!!! און עס קומט ארויס זיין גאנצע זאק מיט ספיבאלס וואס ער האט נישט באוויזן צו שיסן אויף דער ענגליש טיטשער.

לא די ער האט נעבעך נישט עפעס צו ענפערן, מוז ער מיך מאכן פאר א משכיל!!!! נעבעך, קיין בעסערע דעפענס ליניע האט ער נעבעך נישט!!!!! אבער להוסיף במחילתו לייגט ער צו פין זיין פאדערשטע טייל, אז איך רעד קיינמאל נישט צו דער זאך!!!!! אלץ פארוואס??? ווייל אונז האבן דא א דיסאגרימענט. נעבעך אויף אייך ר' יצמח.

צום שלוס, אזוי טענה'ט מען זיך נישט. האסט עפעס צו זאגן צום דבר, רעד, מיט טענות דורך מיר פערזענליך אראפ רייסען וועט איר נישט געווינען, אויסער ווייזען אז דער קאמפיין איז נעבעך גאר שטארק נוגע ללבך, עס טוט מיר לייד, אבער מען געווינט נישט אזוי!!!! ווילסט געווינען???? שרייב עפעס שיין. און געדענק איך רייס נישט אראפ קיינעם פאר האבן אן אנדערע מיינונג, און האלט דיר צו דעם אויב די ווילסט רעספעקט אויף דער ניק.


דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט. חטאתי, עוויתי, פשעתי. זיי מיר מוחל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אייניקעל האט געשריבן:אט האט זיך געעפענט א נייע פעטיציע דורך עלטערן וואס ווילן אז זייער שטימע זאל געהערט ווערן
די חתימות קענען נישט געזען ווערן
כה לחי!

https://www.change.org/p/haredim-need-better-education

אט האט זיך געעפענט א נייע ארגאניזאציע פאר עלטערן וואס ווילן געבן אן עדוקעישן פאר זייערע קינדער
די איינגעשריבענע קענען נישט געזען ווערן. סטריקטלי קאנפידענטשל.
כה לחי!

http://www.wehnered.com/course-providers-overview/

https://www.khanacademy.org/

#תהיה_חכם,_לא_צודק

#אם_אין_אני_לי_מי_לי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דיזע אשכול איז נישט אויפגעמאכט געווארן אויפצוקומען און אדורך צו שמיעסן פראקטישע אופנים וויאזוי אונזער אויפקומענדע יוגענט זאלן זיך קענען ערווארבן א בעסערע סעקולערע קענטעניס. דיזע אשכול איז נאר צו שטיצן מאסטער'ס טונקעלע אגענדע איינצופירן גזירות בכפיה ומסירה כנגד רצון הכלל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת אחים האט געשריבן:ער האט א שטארקע טענה. ער איז גערעכט. איך קען זייער אסאך אזויווי אים. רוב חסידים, מיך אריינגערעכנט קענען נישט געהריג שרייבן סקריפט. איך האב מיך הערשט ממש לעצטענס ביי די פערציג אנגעהויבן צו קענען ליינען און שרייבן סקריפט. אפילו כהאב געליינט שוין אסאך ביכער אין ענגליש און כמיין אז ענגליש קען אויך שוין היינט. נאכן זיך מוטשענען וואו א בהמה פאר יאהרן לאנג און זיך ברעכן די ציין אויף די ניו יארק טיימס יעדן טאג האב איך עס מעהר און מעהר געכאפט. אבער פארוואס איז נישט מעגליך וואס ער שרייבט? רוב חסידים קענען נישט די מינדעסטע ענגליש און אפילו זיי וואוינען דא שוין אפאר דורות רעדן זיי ענגליש ערגער ווי די אימגראנטן. דעס איז נישט נארמאל און נישט לטובת קיינעם. אז משיקט א קינד אין שולע דארף מען אים אויך אויסלערנען און אנגרייטן אויף שפעטער אין לעבן אז ווען ער גייט ארויס אויף די גאס צוברענגן פרנסה זאל ער כאטש וויסן וויאזוי אפצווישן די נאז און אין וועלכע בארא ער וואוינט. רוב אינגלייט וואס קומען ארויס פון די חרדישע סיסטעם האבן נישט קיין שום פיוטשער חוץ אויב זיי זענען פונקט געבוירן ביי רייכע עלטערן. סאיז א שרעק וואס גייט פאר. מאוסטער אהער מאוסטער אהין. מחלל שבת, שומר שבת. אלעס גיטע תירוצים. למעשה איז ער הונדערט פראצענט גערעכט. ענק שיסן די מעסענדזשער...

אידיש האט נאך א פראבלעם. יעדע שפראך קען מען היינט איבערטייטשן אויף גוגל. די אידיש וואס זיי נוצן איז עפעס א פוילישע יודישיסטע דילעקט וואס מהאט גענוצט 300 יאר צוריק. היינטיגע אידיש האט ניטאמאל א דיקשאונערי-גארנישט! וואס איך פלעג אלץ טוהן איז עס איבערטיישטן אויף עברית. און אז איינער קען נישט קיין עברית איז ער אויף צרות.


איך ווייס נישט אין וועלכע יאר הונדערט איר לעבט. אבער היינט צוטאגס לערענט מען שוין כמעט נישט 'סקריפּט' אין די סעקולערע וועלט אויך נישט. ס'נישט אפי' קיין חלק פון די 'קאמאן קאור' ספעציפיקאציעס. 'סקריפּט' איז א שטארק צוריק געשטאנענער מעטאדע פון שרייבן אדער לייענען, היינט צוטאגס איז אלעס עלעקטראניש, דאס ביסל וואס מ'שרייבט איז אין 'פּרינט'.

בנוגע גוגל טראנסלעיט אויף אידיש, איז עס גראדע יא גאנץ מאדערן און אהערגעשטעלט, ווי אויך איז עס גאנץ פיין בעהאווענט אין אונזער דייעלעקט. די פראבלעם איז א ענגליש פארמאגט פיל מער ווערטער ווי אידיש, און נישט אלע ענגלישע ווערטער האבן א ווארט אין אידיש.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

זאגסט אז מען זאל אויסלערנען די קינדער ניצען טראנסלעיטער און פטור אן עסק?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אישתישבי האט געשריבן:זאגסט אז מען זאל אויסלערנען די קינדער ניצען טראנסלעיטער און פטור אן עסק?

זאג נאר, אידיש האסטו יא געלערנט? ס'זעהט נישט אויס ווי דו פארשטייסט אידיש. וואו האב איך געזאגט אז ס'גענוג אז מען ניצט א טראנסלעיטער?
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

קורקלענד האט געשריבן:זאג נאר, אידיש האסטו יא געלערנט? ס'זעהט נישט אויס ווי דו פארשטייסט אידיש. וואו האב איך געזאגט אז ס'גענוג אז מען ניצט א טראנסלעיטער?

אגב, דאס איז א באזונדערע ווי-געשריי. פארוואס לערנט מען נישט קיין אידיש מיט אונזערע קינדער?! מ'זוכט א א.ט.ד. וואלענטיר וואס זאל ארויסקומען דערפאר, כדי די פוילע מעמבערס פון די מלמדים שטיבל זאלן קענען אפענטפערן אז יעצט איז נישט די צייט צו רעדן דערפון צוליב די אידישיסטן...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

לשון קודש לערנט מען אויך נישט
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

קאצקע ציקער האט געשריבן:לשון קודש לערנט מען אויך נישט

דארט האט מען די אלערגיע פאר דוקדק... בקיצור, א תירוץ פאר אלעמען, יענער איז דער שונא ישראל אדער סעלף העיטינג...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

און בכלל , די רגע מען ווערט בר מצווה אנדערע אביסל שפעטער ביי ישיבה קטנה לערנט מען נישט קיין ווארט קיין סעקולער לימודים פארוואס אין דער וועלט?
פארוואס זאל מען נישט לערנען אין די ישיבות ביזנעס און פונאנץ שרייבן קאמפיוטער פראגרעמס וכו' וכו'
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:זאגסט אז מען זאל אויסלערנען די קינדער ניצען טראנסלעיטער און פטור אן עסק?

זאג נאר, אידיש האסטו יא געלערנט? ס'זעהט נישט אויס ווי דו פארשטייסט אידיש. וואו האב איך געזאגט אז ס'גענוג אז מען ניצט א טראנסלעיטער?


בארואיגט אייך. כ'האב נאר מציע געווען, נישט געזאגט אז די זאגסט. האלסטו אז עס נישט קיין סאלושען? שרייב ניין און פארטיג. רעגט אייך נישט אזוי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שלום על ישראל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:לשון קודש לערנט מען אויך נישט

דארט האט מען די אלערגיע פאר דוקדק... בקיצור, א תירוץ פאר אלעמען, יענער איז דער שונא ישראל אדער סעלף העיטינג...


רוב אינגעלייט קומען ארויס בלא כתב ולשון. דער מיעוט וואס יא, איז עס פין שרייבן שיעורים, און זיי האבן זיך אליין געלערענט, די וואס פארשטייען נישט קיין שיעורים, אדער דארפען אנווייזונגען, פארגעס, זיי קענען נישט שרייבן קיין צוויי שורות פאר א בר מצוה פרעזענט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שיעורים איז דאך א חלק פונעם סיסטעם. יעדער מיז לערנען שיעורים. ווי ווייט איך ווייס דארף יעדער שרייבן נאטעס פון די שיעורים. אויף די בחינות דארף מען ווידער קענען שרייבן. ס'איז מער ווי מיעוט וואס קען שרייבן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן:רוב אינגעלייט קומען ארויס בלא כתב ולשון. דער מיעוט וואס יא, איז עס פין שרייבן שיעורים, און זיי האבן זיך אליין געלערענט, די וואס פארשטייען נישט קיין שיעורים, אדער דארפען אנווייזונגען, פארגעס, זיי קענען נישט שרייבן קיין צוויי שורות פאר א בר מצוה פרעזענט.

די חברה וועלן קיין אלדזעברע זיכער נישט פארשטיין, און זיי וועלן סייווי דארפן פאקן באקסעס פאר מינימום געהאלט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קענען אלגעברע מאכט נישט אזוי אויס פארן געהאלט. וואס מאכט בעיקר אויס איז צו קענען קענען אלגעברע. א גרויסע חלק פון אונזער געזעלשאפט קוואליפיצירט צו קענען קענען אלגעברע.
פארשפארט