דער פאועם אין ענגליש ( The Atlantic by Edward Hirsch) האט מיר שטארק באנומען שוין מיט א צייט צוריק. דאס איז מיין טראנסליטעראציע אויף אידיש, אפשר וועלן אנדערע אויך טרעפן דערין דברים של טעם.
"דער גוי"
צומאל טראכט איך אז איך האב געלעבט
מיין גאנץ לעבן ווי דער אלטער גוי
וואס פארשפארט נאכ'ן רב
און וואכט די שול ביינאכט
ער האט קיינמאל נישט געלערנט די העברעיִשע תפילות
וואס ער טוט שטענדיג אונטערברימען
צוזאמלייגענדיג די פארגעלטע טליתים
און ביים אויפהענגען פארגעסענע הוטן און שירעמעס
ער האט דעם פרוכת אפגעשטויבט
און אוועקגעלייגט די סידורים,
וואס ער האט קיינמאל נישט געעפנט,
און אויסגעבלאזן די צולאזטע פארבליבענע יארצייט ליכט
ער מאכט זיך אומוויסנד פונעם נר תמיד
(וויי איז צו די ארבעטער וואס פארלעשט עס)
ווען ער קערט אויס די הויז פון תפילה
פארבלאטעט דורך די דאווענער
עס איז נישט פאר אים די הימלישע מוזיק
אדער די דרשות פון בימה
פונקט ווי די ווינקעדיגע שטערן
דורך די הויכע פענסטער, נישט אים געמיינט
צומאל די קאפ מיט נייגער הייבט ער
פארקוקט אינעם דאך
דאכט אים עפעס א קול געהערט
נעע, מן הסתם האט די ווינט די ביימער געטרייסעלט
ער האט א סידור פון אונטער א באנק געהויבן
און עס געטראגן אראפּ אין קעלער,
וואו ער האט געקייעט א סענדוויטש
און זיך איינגעהערט צו א באל געים אויף די ראדיא
פאעזיע - דער גוי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל
Re: פאעזיע - דער גוי
אט אזוי וואלט עס געברויכט צוגיין
צומאל איך טראכט, ליידער אזוי
אז כ'האב אפגעלעבט ווי דער אלטער גוי
וואס פארשפארט נאכ'ן רב ביינאכט
און דעם שוהל ער וואכט.
די העברעאישע תפילות וואס ער טוט אונטערזינגען
ווען ער טוט די פארגעסענע היטן און שירעמעס אויפהענגען
אדער די געלע טליתים צוזאמגעלייגט
אהן בכלל פארשטיין איר באדייט
דעם פרוכות אפשטויבן , פארמאכט די שויבן
די סידורים געלייגט צוריק, ער האט אין זיי קיינמאל געבליקט
די יארצייט ליכט די צולאזטע אויסגעבלאזן
און אוועקגערוימט די פארבליבענע קאווע גלאזן
ער מאכט זיך אומוויסנד פונעם נר תמיד
וואס צאנקעט איר לעצטן פייערל ביים עמוד
אינדערצייט וואס ער קערט אויס דעם תפילה קלויז (הויז)
פון די מתפללים פיס-טריט פארבלאטעט דורכאויס
עס רעדט נישט צו אים די הימלישע מוזיק
צו די דרשות פונעם בימה ער איז נישט נייגעריק
צייטנווייז דעם קאפ ער הייבט מיט נייגער
קלאצט אויפ'ן דאך ווי זיין שטייגער
עפעס א קול דאכט זיך אים ער האט געהערט (עפעס א קול געהערט אים עס דאכטצעך)
נעה. מסתמא די ווינט אראפגעבלאזן די בלעטלעך אויפן ערד (נעה. מסתמא די ווינט געטרייסלט די בוימער. ס'מאכטצעך)
אויפגעהויבן א סידור, הונטערן באנק אויפ'ן דיל
אראפגעטראגן אין קעלער פון שול (שוהל)
ווי ער פלעג זיך צו די באל געים אויפן ראדיא איינהערן
און זיך בשעת מעשה א סענדוויטש צוקייען גערן
נו.... וואו איז דאס ווייטערדיגע?? דא איזעס פארטיג?

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: פאעזיע - דער גוי
פעדער ביז מעסיוו. א צדיק פון א איד!! און נישט תם א צדיק, א *טאלאנטפולע* צדיק! כמותך ירבו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.