גאנצל האט געשריבן:איך זעי אז די גאנצע אישו איז דא איבער קענען ענגליש
איך מיין אז מען זאל ענדערש מאכן א קאמפיין אז אלע עלטערן זאלן זיך מאכן צייט און לערנען מיט די קינדער די ענגלישע שפראך והכל על מקומו יבוא אדער עכ"פ איבער גיין מיט די קינדער וואס זיי לערנען יא אין קלאס מער פון דעם זאל איינער עפענען פרייוועט סקולינג צוויי אדער דריי מאל א וואך
איך האב שוין געשריבן אויף אן אנדער פלאץ. א אינגערמאן וואס זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס האלט אים אפ פון ווערן אן ענדזשעניר איז די שפראך, באלאנגט אויף וועל פעיר. פעריאד.
אישתישבי האט געשריבן:מכאן ראי' אז די גאנצע קאמפיין האט גארנישט מיט מאסטער, די רגע וואס איך זאג אז מאסטער איז גערעכט הייבט זיך אהן א קאמפיין קעגען מיר זעלבסט.
מאכסט א גרויסן טעות, איר זענט זייער קאנפיוזד. די מערכה קעגן אייך איז אן אלטער, פשוט ווייל איר רעדט געווענליך נישט צום זאך. אין קיין שום ענין נישט דווקא יעצט. איר שרייבט אן שום לאגיק און שכל. רוב פון אייערע מסקנות איז נישט קאנעקטעד צו לאגיק און עס איז זייער שווער צו פארשטיין, און נאך שווערער אייך צו ענטפערן. מיט אייך איז אלעס, טענו לו בחיטין, והודו לו בזכר קדשו. עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי דיזען טעזע.
אויב עס געפעלט אייך נישט וואס איך שרייב, צו איך צוריק פון וואס איך האב געשריבן ווייל איר זענט ממילא גערעכט. והשם הטוב יכפר לי. איך בעט אייך איבער.
און בכלל , די רגע מען ווערט בר מצווה אנדערע אביסל שפעטער ביי ישיבה קטנה לערנט מען נישט קיין ווארט קיין סעקולער לימודים פארוואס אין דער וועלט? פארוואס זאל מען נישט לערנען אין די ישיבות ביזנעס און פונאנץ שרייבן קאמפיוטער פראגרעמס וכו' וכו'