בריוון צו "וועקער" רעדאקציע

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

בריוון צו "וועקער" רעדאקציע

שליחה דורך רימון »

די וועקער שטאב האט אן עבודה קשה פון צוזאמצוזאמלען הערות'לעך און בריוו וואס ווערן געשריבן אלס רעאקציע צו די וועקער ארטיקלען איבער אלע ווינקלען פון קאווע שטיבל.
איך וועל ווידמען דעם ווינקל פאר ווער עס וויל שרייבן א בריוו גראד צו דער רעדאקציע און דאס דערנאך טרעפן ביי די זיסע בריוולעך וואס וועלן דערשיינען אין די ערשטע בלעטער פון קומענדיגן וועקער. וזה החלי:

לכבוד די וועקער רעדאקציע
לויב ווערטער זענען מיין איך אין גאנצן איבעריג נאך וואס יעדעס בלעטל אין וועקער איז א דיאמאנט פאר זיך. כ'האב א קליינע הערה'לע.
אין די דראמאטישע ארטיקל איבער די לעבן און שאפן פון ר' שמואל ווידער ע"ה איז ארויפגעברענגט געווארן אז דאס וואס דער בלאט האט אנגעהויבן לייגן נאר קעפלעך איז צום פארדאנקען א צייטונג דער שריפטי. לענ"ד איז עס א סברא בעלמא וואס איז פורח באוויר.
דער שריפט, אויב געדענק איך גוט, איז ארויסגעקומען אינגאנצן פאר געציילטע וואכן. ס'איז דעמאלט געווען ווען די צייטשריפט האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט דער שטערן וואס איז געווען א קאלאסאלע דורכפאל פאר ביידע. ערגעץ אינצווישן איז ארויסגעוואקסן די שריפט צוליב פרעשור פון עסקנים\רבנים וועלכע האבן נישט ליב געהאט דעם אויסשטעל פון דעם נייעם צייטשריפט שטערן. די גאנצע זאך האט אנגעהאלטן ממש א פאר וואכן און ס'איז געווען א קאלאסאלע דורכפאל פון דער ערשטער מינוט מיט גאר א שוואכער צירקולאציע. ס'איז זייער שווער אנצונעמען אז פונקט די אויסגאבע זאל האבן סיי וועלכע איינפלוס אויף סיי וועמען.
ליבערשט איז די סברא אז דער געדאנק פאר א נייער אויסשטעל פאר דער בלאט איז געקומען פון זעלבן ארט פון וואו די רעדאקטארן פון די שריפט האבן עס גענומען, פון פשוטער אינאוואציע און אויפכאפן אז די מארקעט טוישט זיך, בילדער איז מער גאנגבאר, מענטשן זוכן עפעס מער שרייענד און קאלירדיג. שמואל איז געווען גענוג ראפינירט זיך מיטצוכאפן מיט'ן אלגעמיינעם שוואונג און לאזן אפן די מעגליכקייט צו נייע סטילן און נישט בלייבן שטעקן מיט איין ספעציפישן גאנג ווי ס'זאל ווען זיין א הלכה למשה מסיני.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון מיין אישי קעסטל, איינער שרייבט מיר:
בנוגע רבי משה'ס חידוש וועגן שם לשון ומלבוש, אין אגרות מהרי"ט ברענגט ער א וויכוח צווישן סאטמאר רב אין די תר"צ'ס מיט א פוילישן אגוד'יסט וואס האלט אים פאר וועגן שם לשון אין אונגארן, און ער ענטפערט ממש דעם זעלבן תירוץ
אז היינט גייט דאס נישט אן
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך וויל צולייגן צו קטלא קניא'ס ענטפער איבער אויסרופן אומארענטליכע אקטן ביי די ארבעט, (אדער סיי וואו). עס קען זיין אז דיר האט עס נישט אזוי עפעקטירט א.א.וו., און דו טראכסט וואס איז עס ווערט איבערצוגעבן אזא מענטש און צושטערן נישט נאר זיין לעבן, נאר אויך איבערדרייען זיין גאנצע משפחה. פארגעס אבער נישט, אז אזא מענטש פירט זיך נישט נאר אזוי צו דיר. ס'איז דא א גרויסע טשאנס אז אויב דו געבסט אים איבער פאר אויטאריטעטן, האסטו געראטעוועט נאך פילע קרבנות.
.I got voices in my head.
פאלקמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 6:38 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך פאלקמאן »

איך האב הנאה געהאט פונעם ארטיקל איבער דעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל. בלויז א קליינע הערה: אינעם ארטיקל איז געשריבן אז ער איז געווען דאס לעצטע אייניקל פונעם אהבת ישראל. אויב איך האב נישט קיין טעות, לעבט נאך זיין שוועסטער ציפורה פרידמאן, די פאשקאנער רביצין, אין גילה (נעבן ירושלים). זאל זי מאריך ימים זיין עמו"ש.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כפול
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פאלקמאן האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט פונעם ארטיקל איבער דעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל. בלויז א קליינע הערה: אינעם ארטיקל איז געשריבן אז ער איז געווען דאס לעצטע אייניקל פונעם אהבת ישראל. אויב איך האב נישט קיין טעות, לעבט נאך זיין שוועסטער ציפורה פרידמאן, די פאשקאנער רביצין, אין גילה (נעבן ירושלים). זאל זי מאריך ימים זיין עמו"ש.


יישר כח. די גאנצע באשרייבונג פון ר׳ מאטעלע האב איך נאר באקומען קוים צוויי שעה. ער איז דאך אוועק ממש פאר די דעידליין. ר׳ ראובן זז״ג האט מיך געפרעגט אין אישי אויב איך קען עפעס שרייבן אין די נעקסטע פאר שעה. ווען ס׳וואלט געוועהן מעהר צייט וואלט איך אריינגעלייגט מעהר כוחות אינדעם.

מהאט געמיינט צושרייבן ממש די לעצטע אייניקל. פון די זכרים זיכער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פאלקמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 6:38 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך פאלקמאן »

איך האב נישט געוואוסט ווער ס'האט עס געשריבן. ס'איז געווען זייער א שיינע ארבעט. נעמענדיג אין באטראכט די קורצע צייט וואס איז געווען דאס צו קענען צוגרייטן פארדינט עס א באזונדערע אויסצייכענונג!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:מהאט געמיינט צושרייבן ממש די לעצטע אייניקל. פון די זכרים זיכער.

און נאכדעם האסטע נאך טענות פארוואס מ'האט אונטערוויוט שילער...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בן אדם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מהאט געמיינט צושרייבן ממש די לעצטע אייניקל. פון די זכרים זיכער.

און נאכדעם האסטע נאך טענות פארוואס מ'האט אונטערוויוט שילער...

פארוואס האסטו דאס געדארפט זאגן? פארוואס???????????????????????????????
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נח פייפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:25 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך נח פייפער »

פארשפארט