[justify]ס'דא pain ביים היימישען עולם, און ס'שווער צו זיין אויפריכטיג, objective. ווי שוין ערווענט דא, זענען די צדדים כרחוק מזרח ממערב, און דער אמת איז ערגעץ אינדערמיט.
מיין מיינוג איז, אז ליינען און שרייבען ענגליש איז די יסוד פון א נארמאלע מענטש וואס וואוינט אין די פאראייניגטע שטאטן. אָן דעם ביסטו נישט קיין 'מענטש'. איר וויכטיגקייט איז נישט געוואנדען לויט די סארט פרנסה, פאך אדער שטעלע. און פארקערט אויך, הצלחה אין לעבן, געלט כבוד און פו"ר, קען מען דערגרייכען אפילו ווען מ'איז נישט קיין 'מענטש'. אבער א אומ-מענטש בלייבט ער. – בקיצור, די שפראך פון די מדינה איז א חלק בלתי נפרד פון 'מענטשהייט'.
אשר על כן, איז וויכטיג פאר עלטערן to encourage די קינדער, בחורים, צו ליינען און רעדן ענגליש. זאל זיין לכה"פ די Hamodia אדער א Atrscroll בוך. – אוודאי וואלט בעסער געווען אז דאס ווערט א חלק פון די לימודים און חדר/ישיבה. און לדעתי וועלן זיך די (פריוואטע) ישיבות צושטעלן צו דעם אויב די עלטערן וועלן דאס פארלאנגען.
עד כאן הקפה א'.
הערשט א קרייזעס אין אידישע פרנסות? בכלל נישט. רוב עולם ארבעט. (און פון די מיעוט וואס נישט, רוב פון זיי ווילן פשוט נישט ארבעטן) – צו מאכט מען גענוג געלט? אה, דאס ווענדט זיך שוין לויט די הוצאות. און די הוצאות גופא זענען לאו דוקא מציאותי און הכרחי, א גרויס חלק דערפון איז שולדיג די קלוטור וואס טרייבט דעם עולם 8 וואכן אין די בערג, און די איבריגע חדשים אין די טייערסטע געגענט אין אמעריקע, קליינע דירות פון טייערע מעבל, טייערע קליידער וכו'. (וויאזוי צו לעזן דעם פראבלעם איז א באזונדערע שמועס)
די סיבה פארוואס רוב עולם ארבעט, איז נישט צוליב אונזער געוואלדיגע education skills, נאר צוליב דעם וואס לכו והתפרנסו זה מזה. – צו זאגן אז מ'איז ממש א הימל געשריי, איז איבערגעטריבן.
דאך איז דא וואס פארלאנגען אין די curriculum א רייע subjects וואס איז זייער נוטיג ווען ס'צייט צו ברענגן פרנסה. אבער לדעתי איז דאס נישט די לעזונג פאר קיין פראגע. לאז די ישיבות פאר לימודי קודש.
פארוואס?
א) דער קלוגערע בחור, וואס קען פיין ליינען ענגליש, וועט סייווי ליינען ביכער וואס שמעקט אים, און וועט וויסען גענוג און נאך. – פונקט ווי אין לימודי קודש, דער בחור'ל וואס האט די כלים, לערענט צו אנדערע ספרים וואס מ'לערענט נישט אין ישיבה... חכמה קלעבט צו חכמים.
ב) די גאנצע אויפטו פון לערנען פון יעדע נושא, איז נישט כדי מ'זאל דאס אלעס קענען. ווייל יא קענען און נישט קענען איז תלוי אינעם מענטש זעלבסט. איז ער נייגעריג, האט ער א געפיל פאר דעם, וועט ער קענען. אז נישט, נישט. פונקט ווי די לימודי קודש, מ'לערנט אויס טעמי המקרא אין חדר, איינעם אינטערסירט עס, און געדענקט עס, און איינער נישט. וועלכע חדר לערענט נישט אויס צו שרייבן אידיש? נאך אלץ איז דא וואס קענען נישט שרייבן א מצוה צעטיל, ווער רעדט נאך פון א 'שלום זכר' צעטיל..
ג) ווען איינער האלט דערביי, קען ער אנקומען צו וואס אימער ער וויל. בפרט בזמנינו, אויף youtube קענסטו זיך אויסלערנען יעדע פאך וואס עקזיסטירט אלץ. – מ'דארף נאר וועלען. ווי ר' מיילעך בידערמאן זאגט: ס'פעלט פונעם עולם vitamin B - מ'דארף לעבן מיט 'אין הדבר תלוי אלא בי'.
ד) א דורכשניטליכע מענטש, שטייגט די בעסטע ווען ס'איז אים נוגע למעשה. ווען ער ווייסט אז אין דעם דעם איז תלוי זיין פרנסה. פרעשור און לחץ – on a low level - איז Key פאר success. א בחור'ל האט דאס נישט.
דער פראבלעם איז אבער, אז רוב עולם דארף באגלייטערס, את האלוקים התהלך נח. ועוד, ביז מ'כאפט זיך אז מ'דארף גיין ארבעטען, ווייסט מען נאכנישט 'וואס טויג איך אויף', ניטאמאל ווייסט ער 'וואס ציעט מיך'.
אשר על כן: צוויי זאכן זענען וויכטיג אז ס'זאל זיין גרינגער פאר די מאסן צו מצליח זיין, בקיצור:
א) טעמו וראו – מ'דארף געבן דעם עולם א פענסטערעל צו פארשידענארטיגע נושאים, כדי דער יחיד זאלן דערשפירן 'אה, דאס איז פאר מיר'.
ב) ער דארף האבן די כלים צו קענען ממשיך זיין אין דעם פעלד.
ובהרחבה:
אין college, אויסער וואס מ'לערנט בעיקר די ענין אויף וואס מ'שטרעבט צו זיין גוט אין. דארף מען אויך לערנען אנדערע ענינים. און ס'מאכט זיך גאנץ אפט, אז אן אויפריכטיגער סטודענט איז מודה ועוזב, ער לאזט זיך ארויס פון 'געזעץ' און טינקט זיך איין אין 'דאקטעריי'.
פונקט ווי לימודי קודש, מ'לייגט פאר עטליכע סארט לימודים, שיעור עיון, בקיאות, הלכה, מוסר, חסידות, וכו'. און דער תלמיד טרעפט שוין וואס ס'ציעט אים די מערסטע, און דארט שטייגט ער, (אויב די ישיבה וואלט אים נאר געלאזט...).
ממילא, די ultimate solution וואלט געווען אז בחורים אין די יארן, און פרישע כולל אינגעלייט, וואס זענען אויפריכטיג ביי זיך אז קיין ראשי ישיבות און פוסקים וועלען זיי נישט זיין, זאלן א דורכגיין גיין, לאמיר זאגן פאר א משל, צווישען 2 ביז 4 שעה, א 18 חדשים'דיגע series of courses אין א שלל פון נושאים, אנגעהויבן פון chemistry, קאפמיוטער סייענסט, accounting, photography און biology.
און ווי געשמועסט, קומט שוין דער בחור מיט די Basic כלים פון ליינען און שרייבן. לכן, ווי נאר ער שפירט אז א געוויסע נושא איז נאנט צום הארץ, ווייסט ער שוין וויאזוי צו שטייגן אין דעם.
די מעלות דערפון זענען:
1) א עלטערע בחור, חתן, אינגערמאן, כאפט אויף שנעלער פון א אינגעלע.
2) ער ווערט קלוגער און מער פארשטענדליך און אלץ וואס איז נוגע צו זיין א מאן, טאטע, און ארבייטער.
3) ער שפירט אן אחריות און נעמט די לימודים ערענסט (און אויב איז ער חתן, און די אקדומיה פארטיילט תעודות, וועט דאס אוודאי העלפן פאר שידוכים)
4) דאס וועט אויך העלפן די פראבלעם פון עלטערע בחורים גיין ליידיג, אבער ווילן דערווייל נישט גיין ארבעטן.
5) ער connect זיך מיט די פאך וואס ער שפירט he is best at.
צו דר'עולם גייט ווערן רייכע דאקטורים? ניין. אבער ס'וועט גרינגער זיין צו ווערן איינס אויב מ'וויל, און די כלל איז אז צופרידענע מענטשען ביים ארבעט זענען געזונטער און פרייליכער – וואס נאך דארף מען?
צום שלוס.
אין 'ברכי נפשי' דריקט דוד המלך אויס זיין התפעלות פון די בריאה, די פייגל, די וואסער, די לבנה, די פיש – און בתוך הדברים געבט ער זיך א צושריי "מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית" און איז ווייטער ממשיך 'זה הים גדול וכו' וכו' נפלאות הבורא.
קוקט ביטע אריין אין תהילים'ל, וועלכע זאך אין די בריאה האט געמאכט דעם קעניג דוד ער זאל פשוט אויספלאצען אין א געשריי 'מה רבו מעשיך ה'...?
די פסוק: יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב! קענסט עס גלייבן? פון אלע וואונדערליכע זאכן אויף די וועלט, מערכת השמים והארץ, ימים ותהומות, דוקא דאס האט אים געכאפט??
די תירוץ איז, אז די נפלאות פון דעם וואס א מענטש ארבעט פאר זיין פרנסה, איז אזוי טיף, אז מ'כאפט ניטמאל וויפיל חכמה ליגט אים דעם. ממילא דוקא דא איז דוד המלך מודיע, זאלסט וויסן "מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית", האסט געמאכט דעם מענטש ער זאלן דארפען ארבעטען מבוקר עד הערב, wow דאס איז דאך א solution פאר אלע פראבלעמען... אוי ווי וויכטיג איז אז דער מענטש זאל נישט גיין ליידיג, אז די פרנסה זאל אים נישט קומען צו פליען פון א ירושה, און מיט זיין ליידיגע צייט זאל ער ערפינדען פראבלעם ביי אנדערע... ר' איד, גיי ארבעט, זיי מחשיב דיין געלט, ס'געזונט.
דאס איז אלץ גערעדט בנוגע וואו education זאל אריינקומען ביים היימישען עולם. אבער די פראבלעם פון הויכע לעבן-קאסטן וואס מיר ליידען אויף, קומט א באזונדערע שמועס.[/justify]
מיין נקודה אין די education סומאטוכע
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
אביסל בין 'ך מחולק מיט דיר, ווייל ס'דא לימודים וואס אויב לערנט מען דאס נישט פון די אינגערע יארן איז כמעט נישט מעגליך אריבער צו קומען די חסרון אן אויסערגעווענליכע יגיעה, און פלוצלינג 'עסטו האבן שיינע תירוצים פון "בי" בשעת ס'איז פשוט צופיל ארבעט.
בנוגע דיין נקודה פון ארבעט וואס דער עולם האט בריוח (טראץ וואס דו ברענגסט גוט ארויס אז לא המעשה היא העיקר דא), תרי פירכות איכא. איינס אז די סארט ארבעט וואס דער עולם האט איז מוגבל, און צווייטנס איז א גרויסע חילוק אויב דאס ווערט געטון ווי א פראפעשינעל, וואס קען צומאל אריין ברענגען גאר אנדערע פעיטשעקס.
בנוגע דיין חידוש פון לערנען מיט אינגע אינגעלייט אדער עלטערע בחורים אן אויסוואל פון לימודים, ממש דאס ווערט טאקע געטון אין א געווענליכע קאלעדזש אדער היי סקול. האסט אנטדעקט אמעריקא!

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
זייער שיין ארויסגעברענגט.
למעשה איז דא א גרויסע אפהאלט און ווילאנג מ'זעהט זיך נישט ארויס פון די פלאנטער, זענען די הענט געבינדן און מ'קען קיין סעלושן נישט האבן. די אפהאלט איז "קאמפיוטער/אינטערנעט.
ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט היינטיגע צייטן, דרייט זיך אלעס ארום קאמפיוטער/אינטערנעט און מ'וועט נישט קענען גיבן קיין קורסעס אין לימודי חול אן דעם. פון די אנדערע זייט שרייען די קול קורא'ס אז קאמפיוטער/אינטערנעט פירט צו, גיין, OTD, ג' חמורות און וואס נישט. ווילאנג מ'וועט נישט שלום מאכן מיט'ן מציאות אז קאמפיוטער/אינטערנעט פאר פרנסה איז ווי לופט צו אטעמען, זעמיר סטאק ווי מ'זעמיר.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:למעשה איז דא א גרויסע אפהאלט און ווילאנג מ'זעהט זיך נישט ארויס פון די פלאנטער, זענען די הענט געבינדן און מ'קען קיין סעלושן נישט האבן. די אפהאלט איז "קאמפיוטער/אינטערנעט.
איך בין אביסל מחולק מיט דיר. לדעתי האט עס לאו דוקא צוטון מיט די אינטערנעט מערכה, ס'איז א כלליותדיגע פראבלעם וואס רופט זיך sheeple we the, אז מ'טראכט נישט וואס מ'טוט, אזויווי ליטוואק האט שוין מסביר געווען, וז"ל:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איין צד השווה איז דא, מ׳דארף טוהן צו דער זאך. ווען די בליק וועט זיין ׳וואס וועט ארבעטען?׳, נישט וואס האבען אונזער באבעס געטוהן, וועט מען קענען אויפטוהן. סיי לגבי די זיך אנגרייטען צום לעבען יונגווייז, סיי דורך אפגעבען אומריאליסטישע גשמיות׳דיגע א.ג. באדערפעניש׳ן.
אלס קומט פון איין נהר היוצא מעדן, אז מ׳זאל טוהן מיט טראכטען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
@רביה"ק זי"ע
זיכער ביסטי גערעכט אז דער עולם גולם לאזט זיך פירן אין באד דורך אזוי געריפענע כלל פארזארגער, אבער מ'רעדט דאך פון די מנהיגי הדור, וואס זיי קענען טון צו לינדערן די קריזיס. אויף דעם האט די פותח האשכול געשריבן אז מ' דארף איינפירן קורסעס וואס לענ"ד מיינט דאס אז מ'וועט מוזן נעמען א טויש אין די אינטערנעט מערכה

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דבילה האט געשריבן:אביסל בין 'ך מחולק מיט דיר, ווייל ס'דא לימודים וואס אויב לערנט מען דאס נישט פון די אינגערע יארן איז כמעט נישט מעגליך אריבער צו קומען די חסרון אן אויסערגעווענליכע יגיעה, און פלוצלינג 'עסטו האבן שיינע תירוצים פון "בי" בשעת ס'איז פשוט צופיל ארבעט.
בנוגע דיין נקודה פון ארבעט וואס דער עולם האט בריוח (טראץ וואס דו ברענגסט גוט ארויס אז לא המעשה היא העיקר דא), תרי פירכות איכא. איינס אז די סארט ארבעט וואס דער עולם האט איז מוגבל, און צווייטנס איז א גרויסע חילוק אויב דאס ווערט געטון ווי א פראפעשינעל, וואס קען צומאל אריין ברענגען גאר אנדערע פעיטשעקס.
בנוגע דיין חידוש פון לערנען מיט אינגע אינגעלייט אדער עלטערע בחורים אן אויסוואל פון לימודים, ממש דאס ווערט טאקע געטון אין א געווענליכע קאלעדזש אדער היי סקול. האסט אנטדעקט אמעריקא!
יא: אבער נישט ביים היימישן עולם. אט דאס איז וואס ר' קמץ אלף ווילל דא פארשלאגן...!