וואס מיינט 'ישיבה'? וואס איז איהר ציל?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

וואס מיינט 'ישיבה'? וואס איז איהר ציל?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס ווארט ישיבה באדייט פארשידענע בילדער און ערפארונגען ביי מענטשען. די אבות הקדושים האבען געהאט ישיבות, אברהם זקן יושב בישיבה. שם ועבר האבען געהאט ישיבות, נאר מיר ווייסען כמעט נישט ווער האט דארט געלערנט. עס איז געווען די שתי ישיבות סורא און פומבדיתא, און דורך די היסטאריא זענען געווען ישיבות. פונקט ווי די אלע ישיבות האבען אויסגעקוקט ווייסען מיר נישט. האבען זיי געהאט א שטאב פון משגיחים און קעכערס? א יערליכע דינער מיט א 'מענזע'?

היינטיגע צייטען, יעדער מוסד פאר'ן איינשפארען יונגער מאנסביל'ן רופט זיך אן א ישיבה, און צומאל אפילו פאר מיידלעך און גאר קליינע קינדער. די ישיבות לערנען זיך אפ איינער פון די אנדערע, הגם אז אפט האבען זיי גארנישט וואס זאל זיי צושטעלען איינער צום אנדערע אחוץ די אותיות פון די נעמען וואס זענען אייניג, און דאס וויל איך אויסשמועסען (דער טעמע ליגט מיר אין געדאנק א לאנגע צייט, דעריבער איז מעגליך אז איך האב שוין דערמאנט די ענין א פאר מאל אין מיין יארען אין קאווע שטיבעל).

די ליטווישע ישיבה סיסטעם, ווי איך האב מיר ערצויגען, האלט פאר אן עיקר אז א ישיבה איז א מין גאלאקסי פאר זיך, ווי די לעבען דרייט זיך ארום איין זאך "וואס זאגט דא די תורה?" דאס איז נישט קיין בית חינוך פאר די צוקונפט, נישט דארט לערנט מען וויאזוי צו זיין ערליכע בעלעבתים, און ניטאמאל וויאזוי צו ווערען ראש ישיבות און מגידי שיעור. א ישיבה איז א פלאץ ווי מ'זיצט און מ'ווערט געוואויר וואס איז די הלכה, מיט אלע איהר פרטים און פארשטאנדען. ווען אן אנהייבער איז אין א ישיבה, לערנט ער נאר די ערשטע טריטען, ער ווערט עלטער און ער פארשטייט בעסער, ביז ער קומט אן צו די שטאפעל פון קענען פסקנ'ן די הלכה. יעדער וואס קומט אין ישיבה ווערט א חלק פון די ווערטשאפט, על אף אז נישט יעדער וועט דארט בלייבען. מ'האלט אז עס איז זאגאר גוט פאר איינער אנצוהייבן אויף די גאנג, צו ער קומט אן צו נישט.

די אלע אנדערע זאכן וואס מ'טוט אין ישיבות, ווי די שטאטליכע דאווענען און די מוסר סדרים, זענען נאר א טפל צום עיקר.

ווען מ'האט מחליט געווען וועלכע מסכתות צו לערנען, ווי שנעל מ'זאל לערנען, ווער זאל זיין מגיד שיעור, אלס איז געווען פאר דער ציל, צו זיין א טריט אויפ'ן וועג אז דער בחור זאל זיין א זעלבסשטענדיגע למדן וואס קען ארויס נעמען די הלכה פון די גמרא מיט די ראשונים. נישט יעדער וועט אויספיהרען ביז'ן סוף, אבער צו יעדעם האט מען געגעבען די כלים.

און באמת טאקע דאס מושג פון ישיבה באלאנגט ענדערש צו ערוואקסענע ווי צו יונגערע. א פערציג יעריגע, וואס האט זיך שוין אנגעזאפט מיט אסאך תורה, זיצט אין ישיבה און ארבעט אויס די פסק הלכה. דער דרייסיג יעריגע איז אונטער איהם, און ער שטייט אויפ'ן וועג אהין. דער צוואנציג יעריגע איז אונטער איהם. מ'לאזט זיי שוין אריין אין די טינעידזש יארן, אבער דאס איז די ערשטע טריט אין די גאנג צום פערציג יעריגע.

פארשטייט זיך אז נישט יעדער מענטש ביי די פערצן יאר איז אינטרעסירט דוקא אין דעם, און נישט יעדער מענטש אין די יארן קען מען מאכען זיך אינטרעסירן אין דעם. א בחור וואס זוכט דאס נישט, באלאנגט טאקע נישט אין די מוסדות וואס די ליטווישע וועלט רופט אן א ישיבה, מ'קען נישט גייען אין שיך געשעפט און בעטען דריי פונט פיש. אין א ישיבה פארקויפט מען די סחורה.

האט מען געמאכט נאך עפעס אנשטאלטען, און מ'רופט זיי אויך אן ישיבות, טראץ דעם וואס מיט די ערשטע אנשטאלט האבען זיי גאנץ ווייניג צו טוהן. דארט טוט מען העלפען דער בחור דורכמאכען זיין טאג, מ'לערנט מיט איהם אביסל וואס איז וויכטיג פאר איהם צו קענען פאר שפעטער, מ'לערנט מעגליך מיט איהם א פאך פאר צוקונפט ועוד.

אין די נישט ליטווישע ציבור האבען זיי, אין די שפעטערע דורות, נישט געהאט די סארט ישיבות. אין אונגארען האט מען געהאט מוסדות וואס האבען זיך אויך אנגערופען ישיבות, אבער זיי זענען נישט געווען געצילט ווי די ליטווישע ישיבות, נאר מיט א שם המשותף. טאקע פאר דעם זענען זיי עפ"י רוב נישט געווען קיין זעלבסשטענדיגע מוסדות, נאר דוקא אונטער די פירערשאפט פון דער שטאט'ס רב וואס האט געהאט אחריות פאר די יוגענט אז זיי זאלען זיך האדעווען על התורה ועל היראה. זיי זענען געווען די נעקסטע שטאפל נאך די קינדער חדרים. מ'האט נישט גע'ענדיגט די ערציען ביים דרייצען יאר, מ'האט עס ווייטער געצויגען ביז שפעטער, דער וואס האט געדארפט ארבעטען איז געגאנגען ארבעטען ערגעץ אינדערמיט, און דער וואס האט געהאלטען ביים בלייבען א כלי קודש איז געבליבען צום חתונה. די מושג פון ישיבה האט אבער געמיינט א בית חינוך פאר די קענטעניסען וואס אן ערליכע איד דארף האבען.
מ'האט דארט געלערנט גמרא מיט אן אויג אז דער בחור זאל ווערען אן ערליכע מענטש, וואס שטייט אויף טעגליך פארטאגס, און לערנט א שיינע פאר שעה מיט א געשמאק. וויאזוי וועט ער וויסען וויאזוי דאס צו טוהן? מ'איז איהם צו דעם מחנך אלס בחור. מ'האט געלערנט שו"ע, ווייל שו"ע פאדערט זיך צו קענען צו לעבען א תורה לעבען. אין ליטווישע ישיבות האט מען קיין שו"ע נישט געלערנט, ווייל דאס האט גארנישט מיט די תכלית פון די ישיבה, די ישיבה איז נישט קיין פלאץ ווי מ'לערנט זיך אויס וויאזוי צו לעבען, פאר דעם ביסטו געגאנגען אין חדר, און ווייטער וועסטו אליינס לערנען. מ'האט אפשר געמאכט א זכר לחרבן, א משנה ברורה סדר נאך שחרית, וואס האט אן אנוועזונג ראטע פון בערך א האלבע פערצענט. אין די ישיבה ווי איך האב געלערנט, האב איך ניטאמאל געוואוסט צו עס איז דא בכלל אזא סדר.

דאס איז בעיקר באשטאנען אין אונגארען, אין גאליציע און פולין זענען כמעט נישט געווען קיין ישיבות, און נאך די ערשטע וועלטס קריג ווען געוויסע האבען יא גע'עפענט, זענען זיי געווען אויף די שטייגער.

אז מ'קוקט זיך אום אין אמעריקא היינט, האט מען געבארגט האלבע מושגים איינער פון די צווייטע. למשל, די אונגארישע ישיבות פון היינט, האבען גענומען מגידי שיעור וואס האבען געלערנט אין די ליטווישע ישיבה סיסטעם. נישט אז דאס איז א פראבלעם, אבער ער לערנט דאך אויס עפעס וואס די אונגארישע סיסטעם האט נישט אנערקענט. אבער קיין ליטווישע ישיבות זענען זיי נישט. יעדער קומט אן אין די זעלבע ישיבה, נישט ווייל מ'האט אזויפיהל רחמים אויף 'שוואכערע בחורים', נאר ווייל פארוואס נישט? ביידער באלאנגען אין די זעלבע ישיבה, לויט די אונגארישע ישיבה יסודות. יא, איך ווייס אז נישט יעדער קומט אן, מ'שפארט אויס גענוג און נאך בחורים פון ישיבות, אבער דאס איז נישט ווייל מ'קען די בחור נישט העלפען אונטער די אומשטענדען וואס זיי פארמאגען. א בחור א מצויין וואס לערנט אויף זיין אייגענע שטייגער, האט פונקט נישט קיין פלאץ אין א פענסי חסידישע ישיבה ווי א בחור וואס האלט נאר ביים 'טשילען'. מ'וויל פשוט נישט זיך ספראווען מיט איינער וואס וועט מאכען טראבל. א בחור וואס זיצט און קלאצט אין ישיבה, לערנט נישט און שטערט נישט, וועט נישט האבען אזא שווערע צייט. ווייל ער באלאנגט טאקע דארט.

מ'זוכט יעצט עצות וויאזוי צו פארבעסערען די ישיבות. דער פארשטייט נישט וואס איז שלעכט מיט א פאר שעה לימודי חול אין א ישיבה. ווען איך האב דער ערשטע מאל געליינט די ווערטער, האב איך נישט אנגעהויבען פארשטייען וואס די שרייבערס ווילען. לימודי חול אין א ישיבה?! ווי וואס ווען?! ווי איז מעגליך אזא הו"א? האסט אמאל געפרעגט א דאקטאר פארוואס ער פאררעכט נישט קארס אויך? ביז איך האב געכאפט אז די ווארט ישיבה מיינט עפעס אנדערש ביי די שרייבער, ווייל ער איז נישט פון מיין חדר בכלל. די תכלית פון זיין ישיבה איז אנדערש און זיי מעסטען זיך נישט אין די זעלבע אופן.

און דעמאלס פארשטיי איך טאקע זיין טענה אויף די סיסטעם. א ישיבה וואס מעג האבען לימודי חול און דאס זאל נישט זיין קיין סתירה צום עיקר שיקזאל פון די ישיבה, האט נישט קיין שום זינען אז די בחורים זאלען דרייען מיטן גראבען פינגער אויף א תוספות אין ב"ק. וואס גיבט עס איהם אז ער הערט די אמת'ער סברא אונטער די נישואין הראשונים מפילים? וואס טוט עס פאר זיין צוקונפט? ער גייט דען אמאל אין זיין לעבען פסקנ'ן שאלות וואס ער דארף פארשטייען די סברות פון חז"ל? מאך מיט די בחורים א סיסטעם אז זיי זאלען לערנען און קענען די הלכות וואס זענען זיי נייטיג, לערן זיי אויס כל מיני וויכטיגע השקפות, לערן מיט זיי א פאך.

בארגען די נשים נזיקין סיסטעם פון ליטווישע, אין א מוסד וואס זוכט נישט די זעלבע אויספיהר, איז זינלאז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פיר אויס דער אנדערע האלב, וואס האבן די ליטווישע געבארגט פין די אונגארישע?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קעכערס, אלע קעכערס אין ליטווישע ישיבות זענען אונגארישער (גראדע ווי איך האב געלערנט, איז עס געווען די זוהן פון 'יאקאב' פון די באקאנטע ניגון).
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אם כן, האסטו פארגעסען נאך א חשובע קאמפאנענט, די בחורים אין ליטווישע ישיבות, זענען אלץ אונגארישע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קעכערס, אלע קעכערס אין ליטווישע ישיבות זענען אונגארישע (גראדע ווי איך האב געלערנט, איז עס געווען די זוהן פון 'יאקאב' פון די באקאנטע ניגון).


יאקאב איז בכלל נישט אן אונגארישער, נאר א קארלינער.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז געווען די כוונה פון 'גראדע'.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

טעיתי, ק"ש איז נישט געשריבען מיט טעמי המקרא...

איז דאך טאקע א בחינה פון להכעיס און נישט לתיאבון, זיך צו מוטשענען מיט דיעטעס. נישט א וויליאמסבורגער, נישט א חסידישע ישיבה, און נישט אן אונגארישער קעכער, אלזא, וואס איז דער נסיון?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אלע חסידישע ישיבות האבן ליטווישע מגידי שיעור, און אלע ליטווישע ישיבות האבן א חסידישע קעכער. און די סיבה איז זייער פשוט. יעדע ליטוואק רעדט זיך איין אז ער קען לערנען, וועגן דעם איז דא אן איבערפלוס פון ליטוואקעס וואס זוכן א 'שטעלע', און ס'הערשט א מאנגל אין עובדי כפיים. משא"כ א חסידישע אינגערמאן וואס קען נישט לערנען האט נישט קיין שום פראבלעם צו ווערן א קעכער. כ'האב אביסל מגזם געווען, כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען די נקודה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אבער דאס איז כולי עלמה מודי, ס'איז די שיינקייט פון אידישען פאלק, אז ס'קומט א שרייבער און שטעלט ארויף אן ארטיקעל אויף ק"ש, נעמט נישט קיין לאנגע וויילע ביז ס'פארוויקלט זיך אין סוגיא פון מילי דמיזן.

על ג' דברים העולם עומד, אויף עסן, עסן, און נאכאמאל עסן...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לאמיר טאקע צוריק גייען. פארוואס האבן זיי גענומען פאר זיך א מוסטער פון א סיסטעם וואס זיי זוכען נישט? וואס עפעס נשים נזיקין? וואס עפעס א לומדישע שיעור נישט קיין פשט אדער פלפול שיעור?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך פרעג די זעלבע קשיא.

אזוי ווי איך בין אויפגעוואקסן פונקט פארקערט ווי דו, דהיינו אז א ישיבה איז "יא" געמאכט צו שטעלן די בחורים אויף די פוס - ווי כ'האב שוין מאריך געווען מערערע מאל אין שטיבל, אז מען קומט אריין אין ישיבה א קליינע ראצער א ווילדע טיעידזשער אינגל און דארף ארויסגיין עטליכע יאר שפעטער ערוואקסן און מעטשור צו פירן אליינס א שטוב מיט אלע רעספאנסיביליטי'ס באגלייט דערמיט, ממילא איז קלאר איז די מטרה פון א ישיבה איז צו שטעלן דעם בחור אין פלאץ בתורה, עבודה, יראה, מדות, מענטשליכקייט, א.א.וו.

נישט אז איך מאך אוועק תורה ח"ו. אין פאקט פארנעמט דאס לערנען ס'רוב צייט אין יעדע ישיבה. און (ליידער) דאס אננעמען א בחור אין רוב ישיבות איז תלוי אין זיין פארהער אין תורה, נישט זיינע מדות אדער יראת שמים. און למעשה גמרא תוס' שארפט אויס דעם קאפ (די עיקר טענה פון די אנטי עדיוקעישאן עסקנים, ניין?) אבער פארט זענען דא נאך זאכן פונקט אזוי וויכטיג צום טיש ווי דאס קענען א תוס' אין בבא קמא. עס איז ליידער א חרפה ווי אינגעלייט נאך די חתונה קענען נישט די מינימום וויכטיגע הלכות ווייל די ישיבה האט ליבערשט געשטופט צו ענדיגן נאך א בלאט גמרא אין נזיקין.

ווי איך קוק עס אן, ביי די ליטווישע איז די ישיבה באזירט אויף בלויז תורה. אזוי ווי א פלייש געשעפט וואס פארקויפט בלויז פלייש, אבער טאקע אלע סארטן און גאר גוטע קוואליטעט. משא"כ ביי חסידישע ישיבות איז עס מער ווי א סופערמארקעט, א כל בו געשעפט, מען לערנט פון אלעם אביסל.

היות איך בין אויפגעוואקסן אין אזא סארט ישיבה, און איך האלט אז דאס איז א תועלת, וואונדערט מיר טאקע פארוואס די לעצטערע יארן זוכט מען אין די היימישע ישיבות צו לערנען אויפ'ן ליטווישן דרך. ס'איז אמת אז אסאך בחורים מיט גוטע קעפלעך זענען זיך מחי' און הייבן אן שפירן א זיסע טעם אין לערנען (לייען: קוועטשן אין לערנען), אבער דיינים וועלן זיי ממילא נישט ווערן ע"פ רוב, און די בענעפיטן פון לערנען פון אלעם אביסל בלייבט אויך נישט איבער, ממילא פארשטיי איך נישט די ציל פון דעם.

אבער היות איך בין נישט אין די חינוך ליין, וועל איך נישט אריינרעדן. כ'האב נאר אויסגעלופטערט מיינע מחשבות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער אמת איז, אז די אפיציעלע ליטווישע שיטה איז אז מ'דערלייגט נישט מיט זייער סיסטעם, ווייל דער סוף איז אז תורה ברענגט אלעס גוטס. אבער דאס איז נישט די דירעקטע ציל פון די ישיבה, וכאמור. דאס נוצען די זעלבע טערמין פאר צוויי ערליי מושגים ברענגט א בלבול.
פרישע נייעס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 6:56 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך פרישע נייעס »

איך מיין אבער אז היינט הייבען שוין מער חסידישע ישיבות אן לערנען מער הלכה ווי אמאל.
עכ'פ די ישיבה ווי איך האב געלערנט איז דא יעדען טאג א פעסטע סדר הלכה
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

פרישע נייעס האט געשריבן:איך מיין אבער אז היינט הייבען שוין מער חסידישע ישיבות אן לערנען מער הלכה ווי אמאל.
עכ'פ די ישיבה ווי איך האב געלערנט איז דא יעדען טאג א פעסטע סדר הלכה

פונקט פארקערט. רוב חסידישע ישיבות לערנען ווייניגער הלכה אויב בכלל. אמאל האט יעדע ישיבה קטנה געהאט א הלכה סדר, היינט איז עס נישטא אין רוב ישיבות, נאר מ'לערנט פאר 20 מינוט משנ"ב בערך.... מ'ווערט מער און מער ליטוויש.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

געהערט אמאל פון א קליגע עלטערע איד הרב יצחק בענעדיקט פון קאשוי, אז וואס איז טאקע די פשט אז אזוי פיל בחורים גייען אדורך אזוי פיל יאר אין ישיבה, די גאנצע ישיבה איז אויסגעשטעלט מיט א פילע סדר היום פון בלויז תורה, און דאך איז די רעזולטאט בלויז א קליינע פראצענט תלמידי חכמים?

זאגט ער אז אלעס ווענדט זיך וואס די ציל איז.

ווען א אינג שגץ'ל וואקסט אונטער האבן פילע פון זיי אינטערעסן וואס זיי ווילן זיין ווען זיי וואקסן אונטער, איינער זאגט ער וויל זיין אן ארכיטעקט, פרעג איהם וואס ווילסטו זיין ווען דו וואקסט אויף? וועט ער ענטפערן "אן ארכיטעקט", פרעג זיין טאטע, זיין מאמע, די גאנצע משפחה און גוטע פריינט, ווער עס קען איהם ווייסט ער וועט זיין אן ארכיטעקט.

יעצט ווען עס קומט די צייט גייט ער אריין אין אין אוניווערסיטעט טאקע זיך צו לערנען ארכיטעקטור. אויב שטעלט ער זיך נישט צו צו די לימודים וועלן איהם אלע זאגן, מיט אזא התנהגות וועסטו קיין ארכיטעקט נישט ווערן. און ברבות הימים אויב האט ער זיך גוט צוגעשטעלט קומט טאקע ארויס "אן ארכיטעקט".

משא"כ ביי אנ"ש, פרעג א ערנסטע טאטע וואס ווילסטו דיין זוהן זאל אויפוואקסן? וועט ער ענטפערן, כ'ווייס? איך האף ער זאל זיין א ערליכע איד. ווען ער גייט אריין אין ישיבה און מען פרעגט דעם טאטן, באמת, פארוואס שיקסטו איהם אין ישיבה? וואס הייסט, איך זאל איהם נישט שיקן? ער'ט דאך נישט קענען קיין חתן ווערן!

דער תכשיט'ל גייט אריין אין ישיבה, אויב הויבט ער אן מאכן קונצן וועלן איהם אלע זאגן, אזוי עסטו נישט קענען קיין שידוך טאן, ברבות הימים אויב האט ער זיך גוט צוגעשטעלט קומט טאקע ארויס "א חתן"!

באדדעם ליין, הכל הולך אחר ה'ציל'! אויב איז דער ציל א ארכיטעקט, דאקטאר, אדוואקאט, קומט ארויס א ארכיטעקט, דאקטאר, אדוואקאט.
אויב איז דער ציל צו ווערן א חתן, קומט טאקע ארויס א חתן!!


און יעצט צום קעפל פונעם אשכול

וואס מיינט 'ישיבה?
א שידוכים פעקטארי

וואס איז איהר ציל?
צו אהערשטעלן ווי מער שידוכים!
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
פארשפארט