וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
גם אני מצטרף להנ"ל.
איך זעה נישט קיין סיבה פארוואס מען זאל צוריקהאלטן פונעם עולם די ציפערן, בפרט ווען דאס איז א זאך וואס דער כלל האט א חלק אין (הגם וואס יעדער פארשטייט אז די פראפיטן זענען אויסשליסליך פאר די עורכים).
אפילו אויב די ציפערן זאלן נישט זיין אזוי הויעך איז עס דאך בס"ה אינעם אנטוויקלונג פאזע און עס קען נאר זיך העכערן דורך ווערן מער און מער באקאנט.
אלזא, טוט ביטע צו דער זאך, און גיבט כאטש א בערך'דיקע ציפער. דאס וועט גאר שטארק מחזק זיין די שרייבער און ליינער וויסענדיג אז זיי זענען נישט אליינס אויפן וואסער.

קודם כל מנא ידעת?דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן: (הגם וואס יעדער פארשטייט אז די פראפיטן זענען אויסשליסליך פאר די עורכים).
לאז פראפיטן ארויס פון די שמועס. אפי' נישט אלץ אן 'הגם' אין א צוגאב צום ארגומענט, ווייל קיינע (ערענסטע) פראפיטן איז נישט פארהאן.
און אפילו אויב ס'ברענגט נאכנישט ריוח איז ברור אז טאמער וועט זיך דאס פארשפרייטן ווי די אלגעמיינע מאגאזינען וועט דאס אריינברענגן עפעס.
הכלל, טאמער וועט דאס קיינמאל נישט ברענגן פראפיט, סופו להבטל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ווי איז מעגליך געלט רווחים? עס איז נישט דא קיין איין אדווערטייזמענט. עמי מאגאזין האט 888 בלעטלעך אין די פסח נומער, און ניטאמאל 200 בלעטלעך פון סחורה. און זיי פארקויפן צו די מאסען, דער וועקער פארקויפט צו אן ענגע צאל ליינער.
און אפילו ווען עס וואלט נישט געווען קיין טעראר, וויפיהל אידיש רעדענדיג מענטשן זענען אפילו בני הכי צו ליינען די סארט סחורה? דאס ליינט מען נישט נאכ'ן טשאלענט מיט א לויזע פאסיג. דאס דארף קאפ און ברייטקייט. איך גלויב נישט אז עס זאל אמאל קענען אנקומען צו נומערען וואס קענען ברענגען רווחים.
נאר וואס? דער ציל איז אנצוקומען צו סיי ווער וואס ער דארף עס, ווייל דער וואס דארף עס, דארף עס קריטיש.
ווען מ'וויל די מאסן, לייגט מען רעצעפטן, סגולות, 'ביי מיר האט עס פאסירט' געשיכטעס פון די גליק פון פאלגן גדולים, באצאלט בעפאר די דינער באשרייבונגען אויף חצירות, אינטערוויו מיט מענטשען וואס בארימען זיך ווי זיי האבען נישט ליב צו מאכען אינטערוויוס און, פאר די ווייבער, איבערגעקייטע דערציילונגען פון שוויגערס און שנורן וואס האבן געמאכט שלום צווישן זיך.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
וויאזוי איז דער וועקער איינגעפאקט ווען עס קומט אהן פון עמעזאן? קען מען אנזעהן פונדרויסן וואס עס ליגט דארט?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
תנחום האט געשריבן:מעשה שהיה: כ׳בין געוועהן פאר פסח אפגעבן עפעס פאר מיין חבר אין אן אפארטמענט געביידע אין צענטער פון שטאט און געזעהן דארט ליגן נעבן די פאסט קעסטלעך דריי געלע פלאכע ענוועלאופס אלע פונעם זעלבן אדדרעסס... וחיוך קל עבר על שפתי...
מעגליך אז דו רעדסט פון מיין געביידע. איך ווייס פון נאך שכנים וואס האבן עס געקויפט.
פארוואס נישט געכאפט א בילד דערפון? איך העט וועט ארויסגענומען די וועקערס און געליייגט אן עונג שבת אנשטאט....
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
תנחום האט געשריבן:אינטרעסאנט, איך האב גראדע געטראכט פון אויפטוישן מיין שכן׳ס עונג שבת מיט א וועקער
ס'ווענד זיך וועלכע שכן. דער דיין אויפן צווייטן שטאק וואס קוקט שמאטעס אין די לאבי לאור החמה וואלט איך טאקע אויפגעטוישט זיין קאן-עד בילל מיטן וועקער, אבער דער אויפגעקלערטער שכן וואס קען קיין אידיש ווארט נישט ליינען וואס האט באשטעלט דעם וועקער, אויב וואלט איך זיינס אויפגעטוישט וואלט ער קיינמאל געהאט א השגה, ער וואלט זיך באלעקט מיטן 'החומה' און וואלט נאך זיך איינגעשריבן דא מיט אן ענגלישן ניק עפעס אזוי ווי ווי 'aser769' שרייבנדיג אין ענגליש ווי שטארק ער האט ליב געהאט צו ליינען דעם אויפגעקלערטן וועקער וואס ער האט קינמאל נישט ערהאלטן.....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
פותחין בכבוד אכסניא, קודם וויל איך אפגעבן מיין דאנק פאר ראובן פארן אהערשטעלן א הערליכן וועקער לכבוד יו"ט און לכבוד כלל ישראל, ראובן ראובן בלשון חיבה, אזא הערליכע ארבייט וואס דו האסט און שטעלסט אהער מאל נאך מאל.
צו ארגאנאזירן אזא מעכטיגע אויסגאבע ווי דער וועקער, ווערט בעסער און בעסער, פרישע ארטיקלן איינס שענער פונעם אנדערן, שיין מסודר, ממש ווי א הערליכע סדר טיש, און דאס אלעס איז שלא ע"מ לקבל פרס, ראובן כ'בין פשוט מקנא, דיין ענערגיע, הלוואי פאר מיר געזאגט, ישלם ד' משכורתך.....
"די יעצטיגע" וועקער פארנעמט ביי מיר גאר א חשובע פלאץ צוליב דעם אינטעריוויו פון איינע פון מיינע מערסטע ארויפגעקוקטע פערזעהנליכקייטן הרב ר' מאיר שיללער שליט"א. אייגענטליך דארף איך איהם רופן רבי, ווייל הרבה למדתי ממנו ביי וועם כ'האב מיך אסאך געדרייט עמער שוין מער מאריך זיין אינעם אשכול פון י' פאלקסמאן.
ווי אויך אלע אנדערע ארטיקלעך אנגעהויבן פון אבא וויינער, ביז יוסף אלבוים'ס ארטיקל, דער רייכע באשרייבונג פון ר'שמואל ווידער ע"ה וואס כאטשיג כ'האב עם נישט געקענט פון דער נאענט האב איך אבער געקענט זיין משפחה, (כ'בין דאך א סאטמערער פון געבורט'ס, נישט דורך בחירה) געוואוינט אונעם זעלבען שטאט. און אויך געניצט די קלינער'ס.
ריכטיג'ס ארטיקל איבער דו היסטאריע פון אידיש, וואס פונעם קעפל האט מיר עס אויסגעזעהן מער ווי א היסטאריע פונעם אידישע שפראך, און כ'האב מיך שוין היפש געווארעמט צו ליינען דעם ארטיקל, אבער צו מיין באדויערן איז עס נישט געווען די טאפיק, אבער מיט דעם אלעם האב איך זייער הנאה געהאט עס צו ליינען, הערליך באשריבן. א היפש קורצע ארטיקל פאר אזא לאנגע שווערע תקופה, און מיט אזא פונקטליכקייט, אסאך פון די זאכן וואס ריכטיג ברענגט האב איך בכלל נישט געוויסט פון פריער, כאטשיג אלס קינד האב איך אסאך געליינט דערוועגן, אסאך פרישע ידיעות בין איך געוואר געווארן, כ'האף אז ס'קומט א המשך.
זייער הנאה געהאט פון ליטוואק'ס תגובה פאר משה חזן, אינעם הכצעקתה ארטיקל. ס'ווינדערט מיך אייביג פארוואס ביי די קנאים איז נאר דא איין וועג פון טראכטן, דעם "אנכי ולא יהי' לך" און ביי נישט קנאים קען מען אלעס און אלעמען אויסשמועסן, כל מיני שיטות, מיט דער גרעסטער מאס רעספעקט?? ס'וועט מן הסתם קיינמאל נישט פארענטפערט ווערן.
אויך געוואלדיג'ס שלום בית ארטיקל איז הערליך, שיין באשריבן און פראקטיש גערעדט.
שבת ארטיקל פון וויזניצער רבי, שיין ארויס געברענגט די פראקטישע זייט פון דיין רבין, די אלע מעשה'לך וואס דו דערציילסט דארט איז וויכטיג צו וויסן ווייל געווענליך ווערן די אלע מעשיות פארלוירן ווייל מענטשן ווילן נאר הערן די די הימעלישע חלומות, מיט וואס מ'קען צולייגן אזא שווערע קרעכץ, "וואס פארשטיי מיר אינז ס'דאך אלץ העכערע זאכן"
און פאר קינוח סעודה קומט דער גמליאל שמילאוויטש אריין ווי א פיינע קאלטע אייזקריעם אנגעפילט מיט טיפע בלאטיגע טשאקאלאד, וואס אפילו מ'ניצט עסגעצייג איז לא ימלט אז די צען פינגערס זאלן נישט ווערן אנגעשמירט מיט די פיינע זיסע קלעבעדיגע טשאקאלאד, דיין ארטיקל איז זיך צום באלעקן
איינע פון די שטארקע פונקטן פונעם איצטיגן וועקער איז דער קאווער, וואס געט זייער אסאך צו צום געדאנק פונעם וועקער, די קאמבינאציע, פון פיר אנדערע מיני פיגורן, הרב שיללער שליט"א, הגאון ר'שמואל אוירבאך ז"ל, וויזניצער רבי זצ"ל, ר'שמואל ווידער ע"ה, וואס אחוץ פון א מארקעטינג סטראטעגיע, איז עס א געוואלדיגע געדאנק ארויס צו ברענגן די געוואלדיגע מעלה מיט וואס דער וועקער שטייגט איבער סיי וואספארא זשארנאל אדער צייטונג, אז אינז האבן נישט קיין שום פראבלעם צו שרייבן פון אלעם און אלעמען, פון דענקערס און שרייבערס, גדולים און רביס פון אלע מיני שיכטן און קרייזן, אהן שרייבן איין ווארט לשה"ר ורכילות, ווי יעדער באקומט דעם פארלאנגטע כבוד און רעספעקט אפגערעדט פון וועם מ'רעדט, די בילד פונעם קאווער רעדט מער פון הינדערט ווערטער.
ראובן נאכאמאל א גרויסן ייש"כ, מיר קוקן ארויס פאר נאך

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: א גרויסן יישר כח. דו האסט פונקטליך ארויסגעברענגט מיינע געפיהלן איבער די וועקער #12. פון ווען איך האב עס צום ערשטן מאל גענומען אין די הענט האביך עס נישט געקענט אראפלייגן (חוץ גיין אין ביהמ"ד דאווענען און עסן די סעודות) ביז איך האב עס געענדיגט מ'דאשקא ל'דאשקא...!
נאר דו דארפסט געדענקען אז די אוידיענץ האט אויכעט א שטיקל חלק אין די הצלחה פון דעם וועקער. בבחינת תן לחכם ויחכם עוד...! ווייל די יושבי חושך ליינען דאס דאך נישט . (אפשר באהאלטענערהייט יא.)...!

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
זעהט אויס אז דו פארסט נישט מיט די מאנסי באס צו דער ארבייט יעדן טאג, נאר מיט די סאבוועי אדער מיט די תולעת יעקב באסעס אדער ביזטו גאר א כולל אינגערמאן, און דו פארשטייסט גארנישט וואס הייסט משוגע מאכן א באס מיט נארמאלע מענטשן וועגן א מחיצה וואס איז בכלל נישט אויסגעהאלטן, און ווייט פון אידישלעךלבי ובשרי האט געשריבן:גמליאל שמילאוויטש איז אריינגקומען זייער שטארק מיט זיין הומאריסטישן ארטיקל, א שטייגער ווי די אמאליגע אידישע ארטיקלען... אבער איז געווען היפש ווייט און ארים פון תוכן וכדומה, סתם א ארטיקל וואס איז קוים באזירט אויף אמת'ע פאקטן...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
דער וועקער האט געשריבן:ווער עס קען זאל ביטע לייגן א פאזיטיווע רעוויו אויף עמעזאן - בפרט די וואס האבן געקויפט דעם וועקער אויף עמעזאן:
https://www.amazon.com/Veker-Vol-12-Yid ... 986728250/
א גרויסן דאנק.
נאר די וואס האבן עס געקויפט דארטן ווערן גערעכט ווי א וועריפייעד רעוויו
דוד בן ישי עבדך משיחך
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
ווער דען זאל לאזן א שלעכטע ריוויו? דער וואס האט עס נישט געקויפט??? דער ווייסט דאך נישט וואס ס'שטייט דארט.בן ישי האט געשריבן:אינטערסאנט ס'דא מענטשן וואס האבן עס געקויפט און דערנאך געלאזט שלעכטע רעוויוס
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
יהודי פשוט האט געשריבן:ווער דען זאל לאזן א שלעכטע ריוויו? דער וואס האט עס נישט געקויפט??? דער ווייסט דאך נישט וואס ס'שטייט דארט.בן ישי האט געשריבן:אינטערסאנט ס'דא מענטשן וואס האבן עס געקויפט און דערנאך געלאזט שלעכטע רעוויוס
ס'מיר אינטערסאנט אז ס'דא וואס קויפן עס און האלטן אז ס'ממש שלעכט.
און יא אינזער צבועים פון אייוועלט וואלטן געשריבן שלעכטע ריוויוס אן וויסן וואס ס'שטייט דערין בלויז ווייל ס'קימט פון קאווע שטיבל.
די ידעתי מאגאזין פון מאמענט איז געווארן פארדאמט נאך פאר זיי האבן אפילו געוויסט פונקטליך וואס ס'שטייט דארט בלויז ווייל זיי האבן געהערט אז קאווע שטיבל מעמבערס האבן א חלק דערין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן ישי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דוד בן ישי עבדך משיחך