איסר האטלקי האט געשריבן:גראדע כ''ו אב איז דא תיקון אפילו ביים כותל. הגר''מ וואלפסאן וועלכער וויילט אויף די זומער וואכן אין ארץ האט זיין חזקה צו געבן תיקון פאר סאטמאר רב ביין כותל.
די משגיח ר' משה וואלפסאן איז שוין באלד 10 יאהר נישט געקומען קיין ארץ-ישראל אויף די זומער,
השי"ת ישלח לו (ובעיקר למשפחתו הרבנית...) בריאות וכח שיוכלו להחזיר עטרה ליושנה.
פון די מנהג צו געבן תיקון כ"ו אב ביים כותל-המערבי האב איך ניט געהערט,
באט
אין קונטרס "דעה-חכמה-לנפשך" פון
הגרי"מ מארגענשטערן שליט"א לעצטע אלול
איז געברענגט געווארן אז האדמו"ר הנ"ל איז געפאהרן עקסטער צום כותל אויף כ"ו אב מקיים צו זיין 'השתטחות' אויף'ן ציון.
אין די הסבר איז געשטאנען אז וויבאלד ער קען נישט אנקומען צום ציון אין קרית יואל מחמת ריחוק המקום,
און אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אז נשמות הצדיקים לאחר פטירתם זענען פארהאן אין אט די מקום
(לרגלי שכינה, לא זזה שכינה מעולם, וכדו' מובא באריז"ל על עניין זה רבות)
האט דער צדיק געפאהרן צום כותל זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון פונעם רעבין-זכותו-יגן-עלינו
#ס'איז-נישט-קיין-דזשאוק